היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

נייעס אין אונזער קווארטאל
פלאם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 101
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 3:18 pm
x 472

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך פלאם »

פלאם האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 11:20 pm
פליט האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 11:16 pm
וויזניצע רבי איז נאך געווען די גרעסטע לוחם אויף חילול שבת, אויב וואלט ער געהאט א פראבלעם מיט מאנסי פייער דיפארטמענט וואלט ער נישט געזיצן שטיל...

נא פיר אויס: אלא מאי?
איז זעה אז די דרייסט זיך דא, האסט נישט מסביר געווען דיינע ווערטער,
ווי אויך זענען דיינע ווערטער בשם וויזניצער רבי נאר מפי השמועה?
מענדל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 141
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 11:35 pm
x 124

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך מענדל »

פליט האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 10:08 pm
וואוילער האט געשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 2:03 am
פליט האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 8:22 pm האבן זיי א רב/רבי וואס שטיצט זיי?
א שאלה?
פרעג דו וועלכע רב דו קענסט נאר!

וויפיהל איך ווייס זענען אלע רבנים אין שטיצע פון דעם ארגעניזאציע.
אויפן צעטיל זע'עך גראדע נישט אבד פאפא מאנסי, האדמור מוויזניץ מאנסי, ר' חיים פייוויל שנעבאלג, ר' חיים יהושע האלבערשטאם, כמיין זיי זענען פון די גרעסטע רבנים אין מאנסי.
דעי אלע זענען אין די וועד הרבנים אנגעפירט דורך האדמור מוויזניץ מאנסי
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3682
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 10720

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך פליט »

פלאם האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 11:46 pm
פליט האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 11:44 pm
וואוילער האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 11:37 pm

וויזניצער רבי זי״ע האט געהאלטן אקעגן די פאקט אז הצלה זאל לויפן אום שבת, אפילו אן קיין הפקירות, און רוב וויזניצע מעמבערס לויפן נישט שבת ביזן היינטיגן טאג.

דער וויזניצער רבי זז״ג האלט נישט אקעגן די עצם מצילי אש.
דעם וואך ביי של"ס תורה האט וויזניץ מאנסי געזאגט: א יחיד האט געעפענט א נייע מצילי אש, איך וויל נישט רעדן פון דעם, אבער איך בעט אז קיינער זאל נישט ווערן קיין וואלאנטיר.

פון זיינע ווערטער זעט יא אויס ווי ער האט א פראבלעם מיט די עצם זאך.
ביזט געווען דארט?
איך האלט שוין ביי די דריטע נוסח וואס איך הער, און איך וויל באמת וויסן פונקטליך וואס ער האט געזאגט.
יעצט געפרעגט א חבר וואס איז דארט געווען

"מדארף נישט אריינגיין אין די גאנצע פאליטיק אבער כוויל ווארענען אז קיינער זאל חלילה נישט טראכטן פון וואלאנטירן פאר זיי"
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3682
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 10720

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך פליט »

פלאם האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 11:54 pm
פלאם האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 11:20 pm
פליט האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 11:16 pm
וויזניצע רבי איז נאך געווען די גרעסטע לוחם אויף חילול שבת, אויב וואלט ער געהאט א פראבלעם מיט מאנסי פייער דיפארטמענט וואלט ער נישט געזיצן שטיל...

נא פיר אויס: אלא מאי?
איז זעה אז די דרייסט זיך דא, האסט נישט מסביר געווען דיינע ווערטער,
כאב עס געלאזט פאר יעדעם אליינס אויסצופירן...
אוועיטער
את פתח לו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 105
זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 8:46 pm
Location: סיקרעט
x 177

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך את פתח לו »

פליט האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 10:51 pm
הר ההר האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 10:38 pm
שמויגער האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 10:33 pm א שטארקע פראסק פאר די גאנצע מצילי אש נושא.

בינעך נייגעריג וואס זייער קימענדיגע סטעפעס וועלן זיין
א גוטן פורים, א פראסק אין קאפ אריין!
איז הצלה צופראסקעט ווייל וויזניץ האט א פראבלעם?
ניין!
אבער הצלה איז נישט צופרראסקעט טאקע ווייל ער האט געהאט א פראבלעם מיט זיי..
שטארק ווארט!
אוועיטער
את פתח לו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 105
זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 8:46 pm
Location: סיקרעט
x 177

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך את פתח לו »

פליט האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 12:00 am
פלאם האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 11:46 pm
פליט האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 11:44 pm

דעם וואך ביי של"ס תורה האט וויזניץ מאנסי געזאגט: א יחיד האט געעפענט א נייע מצילי אש, איך וויל נישט רעדן פון דעם, אבער איך בעט אז קיינער זאל נישט ווערן קיין וואלאנטיר.

פון זיינע ווערטער זעט יא אויס ווי ער האט א פראבלעם מיט די עצם זאך.
ביזט געווען דארט?
איך האלט שוין ביי די דריטע נוסח וואס איך הער, און איך וויל באמת וויסן פונקטליך וואס ער האט געזאגט.
יעצט געפרעגט א חבר וואס איז דארט געווען

"מדארף נישט אריינגיין אין די גאנצע פאליטיק אבער כוויל ווארענען אז קיינער זאל חלילה נישט טראכטן פון וואלאנטירן פאר זיי"
די פריערדיגע נוסח איז מער אמת.

א יחיד האט געעפנט וכו'
אוועיטער
שמן ששון
פרישער באניצער
פאוסטס: 24
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 9:00 pm
x 35

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך שמן ששון »

קודם די עצם מוחאה. איז קיין מוחאה נישט געווען, דאס זענען די ווערטער וואס וויזשניצע רבי האט געזאגט:
"כ’האב געוואלט נאר מעורר זיין איבער דעם ענין פון מצילי אש, אן אריינגיין איבער די עצם ענין יא אדער ניין, אבער עס שטייט אונטער א יחיד, אן די הנהגה פון די רבנים פון שטאט, דעריבער זאל נישט איינפאלן פאר א אינגערמאן פון דאהי צו גיין ווערן א וואלנטיר דארט"
עכל"ק.
וואס ווי איך האב דערנאך מברר געווען זענען געווען עטליכע אינגעלייט פאריגע וואך וואס זענען אריין פרעגן אז היות מצילי אש איז עפעס וואס די רבנים פון שטאט האבן איינגעשטעלט, צו מ'זאל גיין
ווערן וואלאנטירן דארטן, האט ער דאס געזאגט.
יעצט, וועל איך יא אריינגיין אין דעם ענין...
דאכצעך אז ס'איז נישטא קיינער וואס דינגט זיך אז די הנהגה וואס איז פארגעגאנגען אין די מאנסי פייער דעפארטמענט האט נישט געטויגט, סיי שבת סיי אבן העזר וכו.
איז געקומען ר' יחזקאל ווייס שליט"א כבודו במקומו מונח, מיט א מוראדיגע איינפאל צו עפעענען אליין א פייער דעפארטמענט, ער איז כמה וכמה פעמים געווען ביים וויזשניצער רבין דערוועגן, און דער רבי האט אים קלאר געשטעלט אז לדעתו איז דאס נישט קיין מהלך, נאר ענדערש זאל מען נעמען די איצטיגע דעפארטמענט און מאכן תיקונים דארטן. די זעלבע וואס וויזשניצע רבי ז"ל האט געטון ביי הצלה, ער האט נישט געעפנט א נייע, נאר געמאכט תיקונים ביי די עקזעסטירנדע, די זעלבע זאך האט אים אויך ר' חיים יהושע מסאטמאר מאנסי אים געזאגט, די עיר סיבות:
1,
איז ווייל היות עס איז שוין דא אן עקזעסטירנדע פייער דעפארטמענט, - אנדערש ווי קר"י - וועט קיין צענט פון די גאווערמענט נישט קומען דערפאר, און מוועט זיך דארפן אנלייגן אינגאנצן אויפן ציבור, און ווער עס האט די מאה האטעך די דיעה, ממילא וועט נישט נעמען צו לאנג און די רבנים וועלן אויך פארלירן דאס ווארט דארטן, און מה הועילו?
2:
מען האט נאכנישט פרובירט צו פאררעכטן ביי די עצם פייער דעפארטמענט, איז צו וואס שפרינגען און עפענען א נייע? אויב קומסטו זאגן אז דו האסט פרובירט און סגייט נישט ממילא איז נישטא קיין ברירה נאר צו עפענען "מיט א רב וואס איז עס גרייט צו נעמען אויף זיין נאמען" און נעמען נדבות ביים עולם, העריך, האסטעך אבער נאכנישט פרובירט.

למעשה איז ער צוויי מאל געזיצן מיט יענקי פליגמאן און איז צוריקגעקומען זאגן אז סנישטא וואס צו מאכן און ער עפנט, למעשה וואס יענקי טענה'עט אז ער האט אים אויסגעהערט אלעס און געזאגט ער איז רעדי זיך אריינצולייגן נאר היות ס'איז א דאווערמענט פאנדעד זאך נעמט אלעס סאך לענגער, למשל, צו קענען האבן בעק אפ קרוס פון גוים איבערצונעמען איינמאל ס'איז שוין נישט קיין שאלה פון נפשות האט גענומען אין מאנרא איבער דריי יאר צו ווערן אפראווד און ער האט דאס באוויזן אין א יאר א האלב,
[און אגב, ווייסט איינער פארוואס די ערשטע וואך שבת נאך ס'איז געווארן אפראווד און איינגעשטעלט ביי די מאנסי פייער דעפארטמענט, האבן מצילי אש אינגעלייט געקאווערט א קאלל מיט די קאר אויף שבת? תיקו,]

למעשה כהיום, נאך אלע צעטליך מוחאות און חיזוק למען קדושת השבת, איז נישט פארהאן קיין איין רב וואס איז גרייט צו שטעלן זיין נאמען אז מצילי אש איז אונטער אים, און קיין איין רב האט אים נישט געהייסן עפענען, און די רבנים פון די צוויי גרעסטע קהילות אין מאנסי האבן אים געזאגט בעסער נישט צו עפענען, און זיינע אינגעלייט לויפן שוין שבת אויף קאלס.
אין די זעלבע צייט געשעהן פאקטיש שנויים ביי די מאנסי פייער דעפארטמענט, מיט די פאטראל און מיט די גוים פאר בעק אפ, איז פארוואס זאל ווערן א אנגענומענע זאך אז היימישע כולל אינגעלייט זאלן ווערן פייערלייט צו לויפן שבת - וואס אפילו וויזשניצע הצלה אינגעלייט לויפן נישט אויף קאלס שבת מיט די קאר - נישט מיט די השגחה פון א רב, ווייל איין יחיד האלט אז ער פארשטייט בעסער?
אוועיטער
שמן ששון
פרישער באניצער
פאוסטס: 24
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 9:00 pm
x 35

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך שמן ששון »

פלאם האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 11:20 pm
פליט האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 10:49 pm
רואה חשבונות האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 10:31 pm

וואס דו זאגט נישט.. הייסט שינאווער רבי ז"ל איז קלענער ווי אב"ד פאפא?
די שינעווער איז געווען באמת א הייליגע איד, אבער א ווארט אויף מאנסי האט ער נישט געהאט.
איך האב געשריבן די נעמען וואס האבן די שטערקסטע ווארט אין מאנסי.
ווען ס'קומט צו שאלות ווי גדולי הרבנים, דארף מען פארשטיין צו וואס מ'דארף זיי, ס'איז דא צוויי סארט גדולי הרבנים, איינס וואס זענען רב איבער א גרויסע קהילה, און איינס וואס זענען ארויפגעקוקטע מענטשן אין שטאט.

ווען ס'קומט צו א שאלה ווי בשר בחלב וועט די רב מיט מער מתפללים אטוימאטיש פסקענען פאר מער מענטשן זיין פסק.

אבער ווען ס'קומט צו א שאלה בהשקפה איז די דעת תורה פון הגה"צ ר' רפאל שור, ר' חיים פלאהר, ר' ישראל דוד שלעזינגער, ר' מרדכי שטיינער, כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו, כ"ק אדמו"ר מסקולען ווייניגער ווי די דעת תורה פון די 'גדולי' הרבנים וואס די האסט אויסגערעכנט?
האט איינער פון זיי געזאגט אז די לייזונג איז עפענען א פרישע מצילי אש? אדער ארויסגעברענגט דעם זעקת השבת איבער די הפקרות וואס גייט פאר אין די פייער דעפארטמענט?
נפתלי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 950
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 1318

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך נפתלי »

שמן ששון האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 3:18 am קודם די עצם מוחאה. איז קיין מוחאה נישט געווען, דאס זענען די ווערטער וואס וויזשניצע רבי האט געזאגט:

וויזניצע רבי האט טאקע עס קיינמאל נישט געבעקט ווייל ער האט א פראבלעם וועגן זיין טאטע'ס פראבלעם מיט הצלה
ר' חיים יהושע האט אנהייב עס נישט געבעקט אבער צום סוף יא געווארן ווארעם פאר עס כידוע און אפילו גערעדט ברבים לטובת מצילי אש

פון די אנדערע זייט האבן זיך ארויסגעשטעלט צענדליגע רבנים לטובת די מצילי אש ווי סאטמאר פאפא בעלזא סקווירא באבוב ועוד ועוד וואס זיי האבן גענומען אחריות ובפרט הגה"צ ר' אברהם הערש וואזנער שליט"א די גרעסטע פוסק און שטאט און די רב פון די דריטע גרעסטע קהילה און שטאט

און בנוגע די אנדערע זאך וואס די שרייבסט וועגן פליגמאן איז שקר וכזב!!! חודשים לאנג איז ר' יחזקאל געזיצן מיט זיי און פראבירט מיט זיי צו מסדר זיין די ענין נאכן זעהן אז זיי האלטן זיך נישט ביים רורן האט ער נאכן דורך רעדן מיט די רבני העיר אריינגעשפרינגען און די נייע מצילי אש!

מען האלט שוין איבער 3 יאר וואס מען איז געזיצן מיט פליגמאן ושתפו וועגן די פראבלעם איז עס בעסער געווארן??? גארנישט!!!
קיין איין מאנסי איינוווינער ווייסט נישט פון קיין גוישע בעק אפ קרוס צו זאגן! מען זעהט נאר יעדע וואך אידן מיט קליינע קאפלעך קימען צו קליינע קאלס מיט די קארס און כאפן בילדער מיט ווידיאס אין פארן נאכדעם אהיים מיט די קארס.

חוץ ארום שיקן אויף פאסט ביליגע לצנות פאשקעווילן אויף די רבני העיר האבן זיי "גארנישט געטוהן"
אוועיטער
איטשע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 432
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 04, 2023 12:50 am
x 926

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך איטשע »

אין קורצן:

די ארגענעזאציע "מצילי אש" איז געפענט געווארן דורך העראישע יונגעלייט בראשות הרה"ג רבי יחזקאל ווייס שליט"א מיטן ציהל צו מאכן אן ענדע צום שרעקליכע חילול שבת וואס איז פארגעקומען וואך וועכענטליך, און בעזר השם האלט מען שוין ווייט אינעם וועג, ווען זייט דעם גרינדונג איז שוין צוגעקומען פולע וואלאנטירן, און אזוי אויך וועט שוין באלד זיין אין באנוץ עטליכע טרעקלעך וואס וועט פיל ארויסהעלפן די געטרייע וואלאנטירן צו פארלעשן די פייער מיט א פלינקייט

די הייליגע קאמף איז אין רעזולטאט פון די שרעקליכע חילולי שבת וואס איז געגאנגן בנפשו פאר ערליכע יודן ירא השם, און איז געלאזט געווארן אין גאנג מיטן שטיצע פון הרה"ג רבי יחזקאל ווייס שליט"א וואס האט צוגעזעהן די שרעקליכע חילול שבת, און מיט זיין הייליגע קנאות איז ער ארויס אין קאמף, נאכדעם וואס ער האט געהאט שטיצע פון רוב רבנים אין שטאט מאנסי, און אזוי אויך ווערט עס געשטיצט דורך יעדע יוד וואס פארשטייט צום ענין אז די ביז יעצטיגע פייער דעפארטמענט מוז קומען צו א האסטיגע אפשטעל לויט די ביז יעצטיגע מהלך

פאר עטליכע יאר אין א צו איז רבי יחזקאל אריבערגעגאנגן געפערליכע רדיפות פון אנשי בליעל וואס זענען קלוגער ווי די רבנים און האבן אן קיין בושה געגעבן ווייטערדיגע שטיצע פאר די ביז יעצטיגע פריצות און חילול שבת, רח"ל, דאס איז געקומען נאכדעם וואס ר' יחזקאל האט פרובירט מיט אלע אופנים צו אויפקלערן אז עס קען אזוי ווייטער נישט אנגיין, אבער אן ערפאלג... ווי הארטע שטיינער האבן זיי זיך נישט געהאלטן ביים רירן, און פארקערט, זיי האבן פאראורזאכט געפערליכע טעראר אנטקעגן די מחנה אלוקים וואס זענען געשטאנען געטריי צום שבת
אוועיטער
בערל דער פייפער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 787
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 902

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

למעשה איז די עקזיסטירענדע פייער דעפארטמענט געווארן בעסער אדאנק די קאמפאטישאן?
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
פלאם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 101
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 3:18 pm
x 472

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך פלאם »

פליט האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 12:02 am
פלאם האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 11:54 pm
פלאם האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 11:20 pm

נא פיר אויס: אלא מאי?
איז זעה אז די דרייסט זיך דא, האסט נישט מסביר געווען דיינע ווערטער,
כאב עס געלאזט פאר יעדעם אליינס אויסצופירן...
אז וואס?

ס'קומט נישט פאר חילול שבת?
וויזניץ פלעגט אמאל קעירן, היינט קעירן זיי מער ווען א יחיד טוט על דעת עצמו?
פלאם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 101
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 3:18 pm
x 472

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך פלאם »

שמן ששון האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 3:18 am קודם די עצם מוחאה. איז קיין מוחאה נישט געווען, דאס זענען די ווערטער וואס וויזשניצע רבי האט געזאגט:
"כ’האב געוואלט נאר מעורר זיין איבער דעם ענין פון מצילי אש, אן אריינגיין איבער די עצם ענין יא אדער ניין, אבער עס שטייט אונטער א יחיד, אן די הנהגה פון די רבנים פון שטאט, דעריבער זאל נישט איינפאלן פאר א אינגערמאן פון דאהי צו גיין ווערן א וואלנטיר דארט"
עכל"ק.
וואס ווי איך האב דערנאך מברר געווען זענען געווען עטליכע אינגעלייט פאריגע וואך וואס זענען אריין פרעגן אז היות מצילי אש איז עפעס וואס די רבנים פון שטאט האבן איינגעשטעלט, צו מ'זאל גיין
ווערן וואלאנטירן דארטן, האט ער דאס געזאגט.
יעצט, וועל איך יא אריינגיין אין דעם ענין...
דאכצעך אז ס'איז נישטא קיינער וואס דינגט זיך אז די הנהגה וואס איז פארגעגאנגען אין די מאנסי פייער דעפארטמענט האט נישט געטויגט, סיי שבת סיי אבן העזר וכו.
איז געקומען ר' יחזקאל ווייס שליט"א כבודו במקומו מונח, מיט א מוראדיגע איינפאל צו עפעענען אליין א פייער דעפארטמענט, ער איז כמה וכמה פעמים געווען ביים וויזשניצער רבין דערוועגן, און דער רבי האט אים קלאר געשטעלט אז לדעתו איז דאס נישט קיין מהלך, נאר ענדערש זאל מען נעמען די איצטיגע דעפארטמענט און מאכן תיקונים דארטן. די זעלבע וואס וויזשניצע רבי ז"ל האט געטון ביי הצלה, ער האט נישט געעפנט א נייע, נאר געמאכט תיקונים ביי די עקזעסטירנדע, די זעלבע זאך האט אים אויך ר' חיים יהושע מסאטמאר מאנסי אים געזאגט, די עיר סיבות:
1,
איז ווייל היות עס איז שוין דא אן עקזעסטירנדע פייער דעפארטמענט, - אנדערש ווי קר"י - וועט קיין צענט פון די גאווערמענט נישט קומען דערפאר, און מוועט זיך דארפן אנלייגן אינגאנצן אויפן ציבור, און ווער עס האט די מאה האטעך די דיעה, ממילא וועט נישט נעמען צו לאנג און די רבנים וועלן אויך פארלירן דאס ווארט דארטן, און מה הועילו?
2:
מען האט נאכנישט פרובירט צו פאררעכטן ביי די עצם פייער דעפארטמענט, איז צו וואס שפרינגען און עפענען א נייע? אויב קומסטו זאגן אז דו האסט פרובירט און סגייט נישט ממילא איז נישטא קיין ברירה נאר צו עפענען "מיט א רב וואס איז עס גרייט צו נעמען אויף זיין נאמען" און נעמען נדבות ביים עולם, העריך, האסטעך אבער נאכנישט פרובירט.

למעשה איז ער צוויי מאל געזיצן מיט יענקי פליגמאן און איז צוריקגעקומען זאגן אז סנישטא וואס צו מאכן און ער עפנט, למעשה וואס יענקי טענה'עט אז ער האט אים אויסגעהערט אלעס און געזאגט ער איז רעדי זיך אריינצולייגן נאר היות ס'איז א דאווערמענט פאנדעד זאך נעמט אלעס סאך לענגער, למשל, צו קענען האבן בעק אפ קרוס פון גוים איבערצונעמען איינמאל ס'איז שוין נישט קיין שאלה פון נפשות האט גענומען אין מאנרא איבער דריי יאר צו ווערן אפראווד און ער האט דאס באוויזן אין א יאר א האלב,
[און אגב, ווייסט איינער פארוואס די ערשטע וואך שבת נאך ס'איז געווארן אפראווד און איינגעשטעלט ביי די מאנסי פייער דעפארטמענט, האבן מצילי אש אינגעלייט געקאווערט א קאלל מיט די קאר אויף שבת? תיקו,]

למעשה כהיום, נאך אלע צעטליך מוחאות און חיזוק למען קדושת השבת, איז נישט פארהאן קיין איין רב וואס איז גרייט צו שטעלן זיין נאמען אז מצילי אש איז אונטער אים, און קיין איין רב האט אים נישט געהייסן עפענען, און די רבנים פון די צוויי גרעסטע קהילות אין מאנסי האבן אים געזאגט בעסער נישט צו עפענען, און זיינע אינגעלייט לויפן שוין שבת אויף קאלס.
אין די זעלבע צייט געשעהן פאקטיש שנויים ביי די מאנסי פייער דעפארטמענט, מיט די פאטראל און מיט די גוים פאר בעק אפ, איז פארוואס זאל ווערן א אנגענומענע זאך אז היימישע כולל אינגעלייט זאלן ווערן פייערלייט צו לויפן שבת - וואס אפילו וויזשניצע הצלה אינגעלייט לויפן נישט אויף קאלס שבת מיט די קאר - נישט מיט די השגחה פון א רב, ווייל איין יחיד האלט אז ער פארשטייט בעסער?
די סיבות זענען ניי סיבות וואס מ'האט קיינמאל געזאגט פונעם וועד הרבנים פאר ר' יחזקאל שליט"א

ביי אן אסיפה ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אינדערהיים מיטוואך ויצא תשפ"ב בהשתתפות הגה"צ ר' חיים יהושע האלבעשטאם שליט"א, ר' אברהם הערש וואזנער שליט"א, ר' חיים פייוול שליט"א, ר' בצלאל טוביה וועטענשטיין שליט"א, ר' הערשל ראבינאוויטש שליט"א, האט מען מחליט געווען אז מ'זאל עפענען א מצילי אש 'א שטייגער ווי ערשטע הילף אין שיכון סקווירא'.

ר' יחזקאל האט באקומען די הוראה אויפן טעלעפאון פון הרה"ג ר' בצאלאל טוביה וועטענשטיין שליט"א, און פנים אל פנים פון הרה"ג ר' אברהם הערש וואזנער שליט"א.

די נעקסטע הוראה וואס ר' יחזקאל האט באקומען פון די וועד הרבנים איז געווען נאך פסח תשפ"ב, הגה"צ ר' פינחס חיים גרינוואלד שליט"א האט אים גערופן צו אן אסיפה בבית הגה"צ ר' אברהם הערש וואזנער שליט"א בשם די וועד הרבנים, אז היות ס'וועט ממילא גארנישט ווערן זאל ער נישט עפענען ווייל ס'ווערט סך הכל הייסע לופט אין שטאט, ר' יחזקאל האט גע'טענה'ט אז די חלק אויב ס'וועט עפעס ווערן אדער נישט איז נישט קיין הלכה שאלה נאר א ביזנעס שאלה, און במילא זאל מען שטעלן א וועד בעלי בתים וואס זאל דאס מחליט זיין, וכך הוה, נאך פיר-פינף וואכן האט די וועד בעלי בתים געזאגט אז מ'זאך צוזאמנעמען אינגעלייט צו טרעינונג וכו', און דא איז ווי מ'האלט היינט.

זינט דאן האט ר' יחזקאל נישט ערהאלטן קיין שום הוראה פון די וועד הרבנים אדער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א.

יענקי פליגמאן איז קיינמאל צו קיין אסיפה מיט ר' יחזקאל אנגעקומען, אנדערע קאמישאנערס זענען יא געקומען, אבער אויך נישט מער ווי איין צוויי, זיי האבן סך הכל געוואלט שרייען אויף ר' יחזקאל נישט מער. איי יענקי זאגט אז יא? איך מיין אין די פרט על כל פנים האט ביי מיר על כל פנים ר' יחזקאל א גרעסערע נאמנות.

די קאר פאטראל איז א ליצנות, איך האב נאכנישט געזעהן אזא קאר ארומפארן, די גוי - לדבריו פון מאטי ניימאן - האט נישט באקומען קיין טרעינונג פון מאנסי, די גוים זענען נישט געמאכט פאר בעק אפ, ס'שטייט נישט אזוי אויפן צעטל, און מאטי ניימאן זאגט קלאר ס'איז נישט אזוי, סך הכל פאר א היימישע בחור ארום און א קאר מיט א גוי'שע דרייווער ווען ס'איז נישט דא קיין קאל'ס, רח"ל.

אלע זאכן האב איך געהערט פון ר' יחזקאל נאכדעם וואס איך האט געזעהן זיין צעטל אין ביהמ"ד, און אדרבה יעדער קען אים אליינס פרעגן וואס מ'וויל ער ענפערט גערן יעדע שאלה, און מ'קען די אלע זאכן מברר זיין.
פלאם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 101
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 3:18 pm
x 472

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך פלאם »

שמן ששון האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 3:22 am
פלאם האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 11:20 pm
פליט האט געשריבן: מוצש"ק מאי 04, 2024 10:49 pm

די שינעווער איז געווען באמת א הייליגע איד, אבער א ווארט אויף מאנסי האט ער נישט געהאט.
איך האב געשריבן די נעמען וואס האבן די שטערקסטע ווארט אין מאנסי.
ווען ס'קומט צו שאלות ווי גדולי הרבנים, דארף מען פארשטיין צו וואס מ'דארף זיי, ס'איז דא צוויי סארט גדולי הרבנים, איינס וואס זענען רב איבער א גרויסע קהילה, און איינס וואס זענען ארויפגעקוקטע מענטשן אין שטאט.

ווען ס'קומט צו א שאלה ווי בשר בחלב וועט די רב מיט מער מתפללים אטוימאטיש פסקענען פאר מער מענטשן זיין פסק.

אבער ווען ס'קומט צו א שאלה בהשקפה איז די דעת תורה פון הגה"צ ר' רפאל שור, ר' חיים פלאהר, ר' ישראל דוד שלעזינגער, ר' מרדכי שטיינער, כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו, כ"ק אדמו"ר מסקולען ווייניגער ווי די דעת תורה פון די 'גדולי' הרבנים וואס די האסט אויסגערעכנט?
האט איינער פון זיי געזאגט אז די לייזונג איז עפענען א פרישע מצילי אש? אדער ארויסגעברענגט דעם זעקת השבת איבער די הפקרות וואס גייט פאר אין די פייער דעפארטמענט?
איך קען נישט יעדע נאמען וואס זיין מיינונג איז בנוגע מצילי אש, און מ'דארף פארשטיין אז די טאון וויל נישט אז מצילי אש זאל ווערן, זיי האבן באוויזן משכנע זיין כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אז ס'גייט ממילא נישט ווערן, איז ער געזיצן בשב ואל תעשה ביז היינט, ביז מ'איז אים געקומען פרעגן אויב מ'זאל דארט ווערן א מעמבער [לדעת את פתח לו] אדער בערך אזא מציאות, האט דאס אים געמאכט זאגן וואס ער האט געזאגט, אסאך רבנים קען זיין האבן געהאט די אויסקוק און במילא דארף מען וויסן וויפיל זיי ווייסן, וויפיל זיי האלטן ס'קען געשעהן, און וויפיל גריפ די יעצטיגע דעפארטמענט האט איבער זיי. און וויפיל די יעצטיגע ווערטער פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועט האבן אן השפעה אויף זיי ווי אזוי זיי זאלן איצט ענטפערן.

כ"ק אדמו"ר מסטאניסלאוו שליט"א ווען ער האט ארויסגעשיקט מוחה זיין אויף די קאל וואס א קאר איז אריין געפארן אין א הויז, האט ער געזאגט בתוך דבריו [הכוונה נישט פונקטליך די ווערטער]: א שאד איך האב נישט גענוג געשטיצט מצילי אש, זאל איך ווען מער שטיצן וואלט דאס נישט געשעהן. און דאס איז שוין נאכדעם וואס ער אליינס האט גערעדט ביי זיין שיעור ביים קאמפיין אין געבעטן יעדעם זיך צו משתתף זיין, און זיך אליינס משתתף געוועןמ בסכום הגון.

ר' אברהם הערש וואזנער שליט"א האט געזאגט בנוגע די קאל ליל אחרון של פסח: ס'איז געווען א קידוש השם, א קידוש השם עצום, ב"ה ס'קומט שוין פאר אזעלכע זאכן ביי אונז אין שטאט.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2273
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2448

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך אנדערער »

ווער איז פליכמאן און ניימאן?
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3335
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4833

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך וואוילער »

כ'זעה אז ס'פעלט נישט אויס כ'זאל עקסטער מאריך זיין, ווייל ס'דא עטליכע אידן דא וואס קענען פאקטן און האלטן די קאפ גראד אויפן פלאץ.
די געוויסע וואס נוצן נישט די אייגענע אויגן נאר לופטערן וואס זיי האבן געזעהן אויף וואטסעפפ/סטעטוס, וועלן אוודאי געוויס גרינגער מקבל זיין די העצעריי פון די אזוי גערופענע עקזיסטירנדע פייער דיפארטמענט מיט זייערע פריינד.

כ'בין נישט ביכולת צו שרייבן לאנגע דרשות יעצט, אבער צו ענטפערן בנוגע די פארבעסערונגען פון ברוער דיפארטמענט, און לגבי זייער מ'כלומר'שטע שבת סיסטעם,
יא! ענדליך ענדליך נאך א יאר וואס מצילי אש ריספאנט צו קאלס אינטער 2 מינוט, ראטעוועט הייזער און לעבנס, העלפט אידן אין זייערע אנגעצויגענע מינוטן, און איז א היימישע חבריא אויף וועם תושבי מאנסי פילן באקוועם זיך צו פארלאזן, האט ברוער געמאכט שינויים אין זייער סיסטעם, וואס ביז יעצט האט מען געשריגן שטיין אין ביין אז מ'קען נישט און מ'טאר נישט טוישן.

יא, זייער ריספאנס איז שוין ביי מערערע קאלס היבש שנעל, מ'זעהט א גרויסע חילוק היינט צוטאגס, טראץ וואס חברים און מצילי אש קומען געווענליך אן פריער ״אן קיינע לייטס און סיירינס״.

די שבת סיסטעם שטימט בכלל נישט, ערשטנס האב'ך נאכנישט געהערט פון קיין איינעם וואס האט געזעהן זייער פאטראל קאר, צווייטנס איז די מציאות אז ר' יחזקאל האט שוין געמאלדן פאר די מצילי אש מעמבערס בערך א חודש פאר פסח אז מ'זאל זיך גרייטן אויף א שבת סיסטעם, נאר יעצט האט מען עס געטוהן שנעלער ווי געפלאנט וועגן די פייער יום טוב ביינאכט.
יעצט, פאר וועלכע פאל איז די פאטראל געמאכט???
אין פאל פון עמערדזענסי דארף מען ווייטער רופן 911!
פאר נאן עמערדזענסי קאלס, האט מאנסי א פלאטע פון חברים פאטראל, כתר ווילעדז פאטראל, וועם וועט העלפן די נאך 1 אדער 2 קארס? וואס דעליווערן זיי??
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3335
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4833

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך וואוילער »

אנדערער האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 9:27 am ווער איז פליכמאן און ניימאן?
ניימאן ווייסעך נישט.

פליגמאן איז א (כ'מיין וויזניצער, נישט זיכער) אינגערמאן וואס איז אלע יארן געזעהן געווארן אויף פייער קאלס, עס ווערט גערופן א Buffer.
ווען ס'האט זיך גערידערט וועגן די שבת אישו, האט ר' יחזקאל קאמפיינט אין מאנסי אז מ'זאל אריין וואוטן יענקי פליגמאן אלס איינע פון די פייער קאמישינערס, און אזוי געהאפט צו קענען אויפטוהן פון אינעווייניג.

כ'געדענק נאך עשרה בטבת ביים אויספאסטן, יענע נאכט איז געוועהן וואוטס פאר פייער קאמישינער, א פארמעסט וואס געווענליך גייט קיינער נישט ארויס וואוטן, און ר' יחזקאל איז ארום געלאפן אין בתי מדרשים מיט זיינע זוהן צו בעטן דעם עולם צו וואוטן פאר פליגמאן.

ויהי אחרי...

פאלגענד איז א שטיקל פונעם דרשה וואס איז פארגעקומען אין ביהמ"ד סאטמאר מאנסי מהר"א - בנוגע די שבת סיסטעם והמסתעף, דערביי האט ר' יחזקאל ווייס שליט"א געזאגט א סטעיטמענט אין די ענגלישע שפראך, בייגעלייגט איז די חלק אין ווידאוי.

Join success - and you will be successful

מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2273
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2448

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך אנדערער »

וואוילער האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 12:13 pmויהי אחרי...
ביי שלחן עורך לאזטו מיך מיט די צינג אינדרויסן?
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1211
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 4060

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

אנדערער האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 12:41 pm
וואוילער האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 12:13 pmויהי אחרי...
ביי שלחן עורך לאזטו מיך מיט די צינג אינדרויסן?
דאס האט ער געטון מיט ר' יחזקאל...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2273
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2448

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך אנדערער »

וואוילער האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 12:18 pm פאלגענד איז א שטיקל פונעם דרשה וואס איז פארגעקומען אין ביהמ"ד סאטמאר מאנסי מהר"א - בנוגע די שבת סיסטעם והמסתעף, דערביי האט ר' יחזקאל ווייס שליט"א געזאגט א סטעיטמענט אין די ענגלישע שפראך, בייגעלייגט איז די חלק אין ווידאוי.

Join success - and you will be successful

פיין!!!
פלאם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 101
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 3:18 pm
x 472

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך פלאם »

אנדערער האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 12:41 pm
וואוילער האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 12:13 pmויהי אחרי...
ביי שלחן עורך לאזטו מיך מיט די צינג אינדרויסן?
ר' יחזקאל פארציילט אז ס'געווען אן עסקן וואס האט כאילו מתווך געווען צווישן אים אין יענקי, געוויסע האבן גראדע פראבירט אפצוהאלטן ר' יחזקאל, און געהאלטן מ'קען אים נישט טראסטן, אבער ר' יחזקאל האט יא אנגענומען די עסקן'ס מהלך אז מ'זאל גיין מיט אזא מענטש וואס קען כאילו פארשמעלערן די דיפירענסן.

למעשה האט יענקי ניטאמאל אנגערופן ר' יחזקאל זיך צו באדאנקן אויף די וואוטס, און ער איז קיינמאל צו קיין מיטונג נישט געקומען, און קיינמאל גערעדט מיט ר' יחזקאל אויפן טעלעפאון [דאס האט מיר ר' יחזקאל געזאגט בערך א יאר צוריק].
פלאם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 101
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 3:18 pm
x 472

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך פלאם »

אנדערער האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 9:27 am ווער איז פליכמאן און ניימאן?
פליגמאן איז ווי געזאגט א וויזניצער אינגערמאן וואס ר' יחזקאל האט אריינגעשטעלט אלס א קאמישאנער עשרה בטבת תשפ"ב.

מאטי ניימאן איז א אינגערמאן וואס איז אריינגעשטעלט געווארן אלץ קאמישאנער בהוראות כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א חודש כסליו תשפ"ד העעל"ט.
world champion
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 384
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:45 pm
x 273

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך world champion »

פלאם האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 12:51 pm
אנדערער האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 9:27 am ווער איז פליכמאן און ניימאן?
פליגמאן איז ווי געזאגט א וויזניצער אינגערמאן וואס ר' יחזקאל האט אריינגעשטעלט אלס א קאמישאנער עשרה בטבת תשפ"ב.

מאטי ניימאן איז א אינגערמאן וואס איז אריינגעשטעלט געווארן אלץ קאמישאנער בהוראות כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א חודש כסליו תשפ"ד העעל"ט.
ער קען אריינשטעלן?
די נייעס באריכט קומט פון אייוועלט דאט קאם.
פלאם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 101
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 3:18 pm
x 472

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך פלאם »

world champion האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 12:54 pm
פלאם האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 12:51 pm
אנדערער האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 9:27 am ווער איז פליכמאן און ניימאן?
פליגמאן איז ווי געזאגט א וויזניצער אינגערמאן וואס ר' יחזקאל האט אריינגעשטעלט אלס א קאמישאנער עשרה בטבת תשפ"ב.

מאטי ניימאן איז א אינגערמאן וואס איז אריינגעשטעלט געווארן אלץ קאמישאנער בהוראות כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א חודש כסליו תשפ"ד העעל"ט.
ער קען אריינשטעלן?
עיין לעיל
וואוילער האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 12:13 pm

שרייב פאוסט