קירוב רחוקים דורך אנקאנדישאנעל קריספי ליבשאפט

עס איז היינט נייע צייטן. יעדער ווייסט עס, און יעדער פארשטייט עס, אז קירוב רחוקים גייט נישט מיט צוואנג. עס פאדערט פארשטענדעניש, געדולד, און ליבשאפט. אבער באמת "אנקאנדישאנעל" ליבשאפט.
איך שרייב א בריוו צו דיר מיין חבר, זעענדיג ווי דו מוטשעסט זיך, און אין מיינע אויגן האסטו פארזען דעם איינעם וויכטיגן נקודה.
איך שרייב דעם בריוול צו דיר דא אויף א פובליק פלאטפארמע, איך ווייס אז דיינע שמוץ-וועש ברויך איך נישט וואשן ברבים, אבער איך זע דערין א תועלת, ווייל דו ביסט נישט דער איינציגער מיט דעם פראבלעם, און האבנדיג אביסל ערפארונג און באקאנטשאפט מיט אזא ענליכע סיטואציע (סטיגמע אלערט), שפיר איך אז דו, און נאך אסאך אידן, וועלן קענען געניסן דערפון.
יעצט צום ענין.
איך זע ווי דו מוטשעסט זיך מיט דיין צדיק'ל, איך זע וואספארא עגמת נפש דו מאכסט מיט, און עס איז מיר קלאר אז דאס קומט פון דעם וואס נאך אזא לאנגע צייט וואס ער איז געווען דערווייטערט האט ער געוויזן צייכענעס אז ער וויל צוריקקומען, און דו ביסט ווילד ארויפגעשפרונגען דערויף און אנגעהויבן ארבעטן דערמיט אגרעסיוו.
און דאס האט דיר צוריקגעשמיסן אין פנים. יא, פיזיש זעסטו טאקע אז ער איז צוריק, אבער ער איז נישט דער זעלבער און נישט דאס וואס דו האסט ערווארטעט.
דו קרעכצסט אונטער. דו כליפעסט הויעך. דו קענסט זיך שווער צוזאמקלויבן.
דו האסט זיך צו מיר אויסגעדרוקט ווערטער וואס האבן מיר דערציטערט, זאגנדיג "איך קלער צי עס וואלט שוין בעסער געווען ער זאל בלייבן דארט ווי פריער". א פחד. די ווערטער צייגן טיפע יאוש און אנטוישונג, און מען זעט ווי דו עסט זיך אויף פון אינעווייניג.
איך ווייס אז דו שעמסט זיך צו גיין בעטן הילף פון אנדערע, זינט דיינע שוועריגקייטן האסטו נאך מיט קיינעם מיטגעטיילט, איך ביח דער איינציגער מענטש וועמען דו האסט פארטרויעט דעם סוד.
דיינע ארומיגע און אפילו דיינע נאנטע מענטשן זעען נאר וואס מען זעט פון אינדרויסן, נישט כאפנדיג אז אין דיר טריפט בלוט. איך וועל אבער יא נעמען דאס ווארט, ויהי לרצון אמרי פי.
ערשטנס דארפסטו אביסעלע טוישן דיין בליק. באמת פארשטיין אז זיין זיך אוועקקערן איז נישט געקומען פון קיין שלעכטיגקייט. איך ווייס אז דער סארט שפראך איז נישט אינגאנצן פאפולער, אבער איך זאג עס בפה מלא, און איך זאג עס נאכ'ן הערן פון אזעלכע דעם ריינעם אמת. עס זענען די ארומיגע אומשטענדן וואס האבן אים אוועקגעפירט, און זיין הארץ האט אלעמאל געוואלט זיין גוט.
פארשטיי אים, פארשטיי אז ער איז אויך דורך א מיטמאכעניש. פארשטיי אז יעצט וויל ער באמת צוריקקומען.
יעצט אז דאס איז שוין קלאר, דו האסט שוין נישט קיין שווער הארץ אויף אים, זעמיר שוין איין טריט נענטער. יא, ער שפירט עס ווען דו ביסט בייז אויף אים. און יעצט אז דו פארשטייסט אים שפירט ער דאס אויך.
וואס דו דארפסט יעצט טון איז זיך אנגארטלען מיט געדולד. ער וויל צוריקקומען, אבער פארשטיי אז ער איז געווען "דארט" פאר א וויילע, און דער טויש אויף צוריק גייט נישט אין א מינוט.
יא, גייסט עס שפירן אביסל, עס גייט אביסל שטעכן, עס גייט נישט זיין אזוי באקוועם, אבער גיי מיט דערמיט. נאר אזוי גייט זיך די אייז ברעכן.
און נאך איין וויכטיגע זאך, געדולד מיינט אויך בכמות. גיי צוביסלעך. לאז אים צוביסלעך צוריק אריינקומען אין אונזער אטמאספעהר. ער מוז נישט גלייך זיין דא אויף הונדערט פראצענט. ווער נישט פארלוירן! ניין, ער איז נישט נאר "טיילווייז" צוריק, ער איז פולקאם צוריק! אבער ער גייט צוביסלעך, פאמעליך, פאוואליע, לאז אים.
געב אים ווארימקייט, שענק ליבשאפט, צייג אן אפן הארץ צו אים.
דאס איז עפעס וואס די גרעסטע מומחים בדורינו זענען מעיד אז דאס איז דער ריכטיגער וועג, און נאר אזוי ארבעט עס.
אלזא, נאכדעם וואס פאר מער ווי א וואך האבן די ווייסע זאקן דערווייטערט דיינע הויזן פון די שיך, און אצינד, ענדליך, וויל דער הויזן זיך צוריק פאראייניגן און קומען נענטער צום שוך, איז מיין עצה צו דיר, נעם די אסרו חג אומבאקוועמליכקייט רואיג, געדולדיג, און מיט ליבשאפט.
ער וויל צוריקקומען. דיין הויזן וויל זיך צוריק פאראייניגן מיט דיינע שיך. אבער עס גייט נישט אין איין מינוט.
לאז אים גיין צוביסלעך. איין אינטש א טאג, ביז ל"ג בעומר וועט ער שוין זיין פולקאם צוריק! איך זאג דיר צו!
און געדענק. ס'טאקע אומבאקוועם, ס'שטעכט, די וואגיגע הויזן נעמען איבער דאס פלאץ פון די לופטיגע ווייסע זאקן, איך ווייס די שפירסט עס. איך ווייס דו קענסט טראכטן אז ער גייט דא זיצן צו לאסט אויך דיינע פיס, אבער געדולד! אלעס וועט זיך זעצן!
איך זאג דיר. איך רעד פון ערפארונג!
א פרייליכן אסרו חג!
(געדאנק קרעדיט ידידי ג. בערקאוויטש)

נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 5025
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 15458
Re: קירוב רחוקים דורך אנקאנדישאנעל קריספי ליבשאפט
יויש דו לץ!
האסט מיר כמעט געמאכט וויינען!

האסט מיר כמעט געמאכט וויינען!

Re: קירוב רחוקים דורך אנקאנדישאנעל קריספי ליבשאפט
דו ודל איינער
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2470
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 7697
Re: קירוב רחוקים דורך אנקאנדישאנעל קריספי ליבשאפט
נישט רעדן קיין ניבול פה!!!
און כל שכן נישט אויף @פופציגער !!!
כ'פארשטיי אז דו באוויינסט אז די שיינע מארק דארט ווי מען קניפט צו די האלבע הויזן וועט נעבעך נסתלק ווערן אויף א וויילע, אבער דאס וועט זיך אויך בארואיגן אי"ה...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
Re: קירוב רחוקים דורך אנקאנדישאנעל קריספי ליבשאפט
פלצתי...
לץ דו!...
כ'האב הנאה @פופצי איז דא צוריק מיט לענגערע שיינע תוכנ'פולע און הומאריסטישע פאוסטס, גיי אן מיט א פעסטקייט!

---------------------------------------------------------------------------------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס אויף אימעיל דריקט דא
----------------------------------------------------------
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1331
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3639
Re: קירוב רחוקים דורך אנקאנדישאנעל קריספי ליבשאפט
הער @פופציגער, דו גייסט כאפן אזעלעכע מכות! דו וועסט מיר גוט געדענקען!
נעכטן זיך געלייגט זייער שפעט, אוועקגלייגט אלע פסח ענינים דו טעפ, דישעס, הגדה, א.א.וו.
היינט איז דער גאנצער עולם געווען זייער מיד די אויגן האבן שוין געקלעבט בערך 7:30 מ'איז איז אריין אין בעט פרי, ס’איז שא שטיל, דו גאנצע משפחה איז פארזונקען אין א טיפן שלאף.
אינמיטן טראך דער טאטע ליינט פופציגערס ארטיקל און פלאצט אויס אין יאמערליכן געלעכטער. כאא כאא כאאא
די בני בית מיט אלע קינדערלעך פון גרויס ביז קליין האבן זיך אלע אויפגעוועקט און ס’איז ששון און זיי קוקן אן דעם טאטן מיט רחמנות געפילן... זיי טראכטן און קלערן אז אפשר האב איך געגעסן צופיל קניידלך און ס’איז געשעהן וואס איז געשעהן...
ווארט נאר ווארט @פופציגער, וואס דו האסט געטוען מיט מיר..

ודל איז נישט קיין ניבול פה. עס איז אזא מיסע ווארט ווי משוג**** צעדריי*** פער*להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 01, 2024 10:21 pmנישט רעדן קיין ניבול פה!!!
און כל שכן נישט אויף @פופציגער !!!
כ'פארשטיי אז דו באוויינסט אז די שיינע מארק דארט ווי מען קניפט צו די האלבע הויזן וועט נעבעך נסתלק ווערן אויף א וויילע, אבער דאס וועט זיך אויך בארואיגן אי"ה...
אזא וואס די מאמע גיט פעפער אויב מען זאגט עס
- באשיינפערליך
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 202
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:55 pm
- x 280
Re: קירוב רחוקים דורך אנקאנדישאנעל קריספי ליבשאפט
ס׳זונטאג בתפארתו…
@פופציגער נאכן ליינען די ערשטע חלק איז געווען אין פלאן אריינצושיקן דעם ארטיקל צו לב אבות, אבער נאכן מסיים זיין ס׳גאנצע שיק איך דיר צו לב לילד, זיי זוכן נאך אפאר משמחים…
אגב, שיק א גרוס פאר דיין חבר בערקאוויטש, און מאך נאר זיכער אז זיין זאקן איז אביסל ברוין ביי די קנעכל אומגעגנט…

כל מעשיך יהיו לשם שמים - אויך דער לשם שמים זאל זיין לשם שמים.
Re: קירוב רחוקים דורך אנקאנדישאנעל קריספי ליבשאפט
פינקט היינט אינדערפרי האבעך מיר צוטראכט אז א פופציגער ארטיקל וואלט אריין געפאסט אין אזא טאג, און וויפס.. דער מלך איז דא!
אן ארטיקל ווי די לעידי פינגערס אחרון של פסח.
כאשוין כמעט ארויסגענומען אייגענע חיזוק אבער א מינוט שפעטער האט זיך די כאכא קול ערוועקט אין מיר... א שמייכל איז דאס בעסטע חיזוק!!!
#שכח

הארץ און בלוט, איז מיין פעדער און טינט.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6701
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 15563
Re: קירוב רחוקים דורך אנקאנדישאנעל קריספי ליבשאפט
חא חא, פיין געלונגען!
אנדערש ווי @טראפקעלע בינעך נאכאמאל געפאלן פאר א @פופציגער שפיצל... כאמעך געהעריג געווינדערט וואס דער פופציגער איז מיר אריין אין די חינוך ליין...

אנדערש ווי @טראפקעלע בינעך נאכאמאל געפאלן פאר א @פופציגער שפיצל... כאמעך געהעריג געווינדערט וואס דער פופציגער איז מיר אריין אין די חינוך ליין...

Re: קירוב רחוקים דורך אנקאנדישאנעל קריספי ליבשאפט
וואטיעך מידיר....?!? אויף א פשוטע רייד האסטע מיר גענימען!! יושש!!!!!!

Make Gaza Great Again
- אלטערנעסייד פארקינג
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 892
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
- Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
- x 1528
Re: קירוב רחוקים דורך אנקאנדישאנעל קריספי ליבשאפט

למעשה האסטו מיר פיין מחזק געוועהן!
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 114
- זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 7:39 pm
- x 232
Re: קירוב רחוקים דורך אנקאנדישאנעל קריספי ליבשאפט
ריזיג ריזיג שבריזיג יוי איז דאס פיינע נייעס
- בודקע
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 425
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 02, 2025 1:29 am
- Location: ביי די עק, דארט נעבן די סטאפ סיין
- x 983
Re: קירוב רחוקים דורך אנקאנדישאנעל קריספי ליבשאפט
רואה חשבונות האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 01, 2024 10:35 pm הער @פופציגער דו גייסט כאפן אזעלעכע מכות! דו וועסט מיר גוט געדענקען!
ווארט נאר ווארט @פופציגער , וואס דו האסט געטוען מיט מיר..
Re: קירוב רחוקים דורך אנקאנדישאנעל קריספי ליבשאפט

שיגענער... איך בין שוין געווארן אזוי עמאציאנאל פון די געשיכטע, און כהאב שוין אפילו געטראכט פון א לענגערע ווארימע תגובה בנוגע די ענין פון OTD, אבער דאן האסטו מיר געהארגעט....
ביסט פריקע נייעס.....