%100
די תוצאות פון טון ביזנעס אויף סאציאלע מידיא/לינקד-אין
- בערל דער פייפער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1020
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
- Location: אין דארף
- x 1414
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6579
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 15120

Re: די תוצאות פון טון ביזנעס אויף סאשעל מידיע / LinkedIn
געווען דארט פאר א פאר מינוט, און באשלאסן אז איך הייב נישט אן, נאכן זען די שפראך...דער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 12, 2024 10:08 amמהיכן דנתני?
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6579
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 15120
Re: די תוצאות פון טון ביזנעס אויף סאציאלע מידיא/לינקד-אין
אה, כהאב געמיינט דו באציסט זיך צו דעם דוגמא אינעם עד ספעציפיש, אז ס'איז טאקע א לייוו סעמפל, נישט נאר א משל.
Re: די תוצאות פון טון ביזנעס אויף סאציאלע מידיא/לינקד-אין
דעהו טעגליכע הלכה, פרייטאג תזריע תשפ"ד
טעכנאלאגיע – הלכה למעשה
"לינקד-אין" ח"ב
הלכה למעשה:
6. ווען מען דארף זיך באנוצן מיט "לינקד-אין", מוז מען זיין זייער געווארנט איינצוהאלטן ריכטיג די הלכות און גדרים פון באציאונגען צווישן מענער און פרויען:
• זיך האלטן ערנסט און פארמעל און זיך האלטן נאר צו ביזנעס-דיסקוסיעס אין די געשפרעכן צווישן מענער און פרויען, און נישט שרייבן און מיטטיילן קיין פערזענליכע עניינים, וכדומה.
• זיך נישט פירן לייכטזיניג, סיי אין דער שפראך, אויסדרוקן, אא"וו.
• זיך אפהיטן פון ראיות אסורות. ווי דערמאנט, גייען אן די הלכות פון שמירת עינים אויך אויפ'ן סקרין, און אפילו אויב די פרוי איז אנגעטון בצניעות טאר מען נישט "קוקן" אויף איר, נאר בלויז "זען" (ווי ערקלערט דעם באדייט ביי די הלכות פון שמירת עינים), און מצד המוסר איז ריכטיג אלעמאל מחמיר צו זיין. אויב איז די פרוי נישט אנגעטון בצניעות, ווי עס איז דער מציאות אין רוב פעלער ביי נישט-היימישע פרויען, איז אסור אפילו נאר צו "זען".
• זיין געווארנט אינעם איסור פון "קול באשה".
• עס איז כדאי אנצומערקן, אז אין מערערע פעלער איז מען אויסגעשטעלט ווייניגער צו די נסיונות ווען מען באנוצט זיך מיט'ן וועבסייט פון "לינקד-אין", אנשטאט מיט'ן "עפּ", וכדומה.
מיר ווילן דערביי נאכאמאל באטאנען, אז מען זאל נישט ארויסנעמען פון דא קיין היתר אויפ'ן באנוץ פון די פלאטפארמעס וואס מיר וועלן דא אויסשמועסן. מיר טוען בלויז אדרעסירן דעם מציאות הדברים, און יעדער זאל זיך דורכרעדן דערין מיט זיין אייגענעם מורה הוראה.

אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
Re: די תוצאות פון טון ביזנעס אויף סאציאלע מידיא/לינקד-אין
דעהו טעגליכע הלכה, מאנטאג מצורע תשפ"ד
טעכנאלאגיע – הלכה למעשה
פארומס א.ד.ג.
דער מציאות:
במשך די לעצטע פאר יאר, האט זיך זייער אנטוויקלט דער באנוץ פון אינטערנעט-"פארומס" (Forums) אדער "דיסקוסיע-גרופעס", אין וועלכע מענטשן פון איבער דער וועלט טיילן זיך אין זייערע פראגעס, ידיעות, געדאנקען און ערפארונגען אין אלערליי פארשידענע געביטן - ברענגענדיג מיט זיך א גרינגן צוטריט צו אסאך אינפארמאציע וואס איז אמאל געווען שווער צו באקומען.
צווישן די פארומס זענען פאראן ערנסטע ביזנעס-גרופעס - אריינרעכענענדיג אזעלכע וואס זענען געשטעלט אויסשליסליך אויף א געוויסע אינדוסטריע אדער פאך - ווי אויך אנדערע סארטן גרופעס אויף כל-מיני טעמעס און אינטערעסן, פון פאליטיק ביז פראקטישע עצות און סתם עניינים. איז כדאי אנצומערקן דערוועגן עטליכע נקודות:
7. ווען מען באטייליגט זיך אין די פארומס, דארף מען זיכער מאכן אז דער אינהאלט - דאס געשריבענע און די בילדער - איז אויסגעהאלטן און נישט פארבונדן מיט קיין שום איסורים.
8. ווי שוין דערמאנט, איז דא אן איסור פון "אל תפנו" און "מושב לצים" (זע די פרטי דינים באריכות ביי די יסודות), און מען דארף זיין געווארנט אז דער באנוץ מיט די פארומס זאל זיך נישט גרעניצן מיט די איסורים.
9. אפילו אויב עס ווערן נישט ארומגערעדט דארט עניינים וואס טויגן נישט אדער ברענגען נישט קיין נוצן, איז אבער וויכטיג צו נעמען אין באטראכט דעם ענין פון לייענען עפעס וואס ווערט געשריבן אַנאָנים (אן א נאמען), ווען קיינער ווייסט נישט ווער עס איז דער שרייבער פון די שורות, וואס ווי אלעמען באקאנט, איז דאס דער שטייגער ווי מען שרייבט אין מערערע פארומס, ספעציעל די וואס זענען נישט באשטימט פאר ריין-ערנסטע ביזנעס-צוועקן. עס איז באוואוסט די הארבקייט פון לייענען זאכן וואס עס האט געשריבן איינער מיט דעות כוזבות, וואס אפילו אויב זיינע השקפות ווערן נישט קלאר אויסגעדריקט אין זיינע ווערטער, דרינגען זיי אבער אריין צווישן די שורות, און דאס כאפט זיך אריין אומבאמערקט טיף אינעם מענטשנ'ס געוויסן, און ווען מען כאפט זיך דערויף איז אפטמאל שוין צו שפעט. דעריבער פעלט אויס א ספעציעלע זהירות מיט אזעלכע פלאטפארמעס, ספעציעל ווען דער אינהאלט ווערט געשריבן אינגאנצן אנאנים. (כמבואר לעיל ביסודות)
צום שלוס פונעם הלכה'דיגן טייל פון דער טעמע, איז כדאי איבערצו'חזר'ן, אז דער מציאות פון דער טעכנאלאגיע ווערט פארגעשריטן פון מינוט צו מינוט, און דאס ברענגט מיט זיך כסדר'דיגע טוישונגען. דעריבער איז די עיקר וויכטיגקייט צו געדענקען די יסודות, עס מיטנעמען מיט זיך אלעמאל און וויסן ווי אזוי זיך צו באגיין מיט ניי-געשאפענע מציאות'ן על-פי התורה וההלכה, און זיין שטענדיג אויף דער וואך זיך צו היטן און אוועקשטיין פון די ניי-אויפקומענדע נסיונות.