די תוצאות פון טון ביזנעס אויף סאציאלע מידיא/לינקד-אין

זייער א ווייטאגליכע נושא אויף וואס מ'קען שרייבן גאנצעטע בלעטער, אבער בבחינות 'א בילד רעדט מער ווי טויזענט ווערטער' וועל איך ארויפלייגן אן עד וואס ברענגט זייער גוט ארויס די נושא.
קרעדיט @גארנישט מיט נישט
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
די תוצאות פון טון ביזנעס אויף סאשעל מידיע / LinkedIn
כ'האב זיך אמאל אויפגעסיינט, כהער נישט אויף צו באקומען אימעילס פון זיי, וויאזוי קען איך אינגאנצן אראפגיין פון זייער אימעיל ליסט?
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 8764
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 21925
Re: די תוצאות פון טון ביזנעס אויף סאשעל מידיע / LinkedIn
האב איך ב"ה קיינמאל נישט צוגערירט דערצו.
די וועלט איז לעכטיג (פונדערווייט זע איך 3 פיצעלע רויטע פלעקן: 1) קארופציע, 2) ליגנט זאגער, 3) טפשים)
Re: די תוצאות פון טון ביזנעס אויף סאשעל מידיע / LinkedIn
איך אויך נישט
Re: די תוצאות פון טון ביזנעס אויף סאשעל מידיע / LinkedIn
כ'האב געניצט אנסובסקרייב וואס ביי די דריי דאטס, ס'ארבעט נישט, ניצן די אונטערשטע לינק צו אנסובסקרייבן קען איך נישט וויל ס'איז נישט אפען ביי מיר זייער סייט.
Re: די תוצאות פון טון ביזנעס אויף סאשעל מידיע / LinkedIn
גיב א רוף דיין פילטער קאמפעני זאל עס עפענען פאר 2 מינוט, זיי קענען אפילו זיין קאננעקטעד צו דיין קאמפיוטער בשעת מעשה.
פרוביר די אינטערשטע לינק, און קענסט אפילו אריינגיין צו די סייטס סעטינגס.
.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
Re: די תוצאות פון טון ביזנעס אויף סאשעל מידיע / LinkedIn
כ'האב א כמו וועט ליסט, אבער קען זיין סיי וועלן עס טון פאר מיר.
א דאנק.
Re: די תוצאות פון טון ביזנעס אויף סאשעל מידיע / LinkedIn
וועלכע קאמפעני?
א נארמאלע קאמפעני וועט עס טוהן, יעדער דאף אמאהל אזעלכע סארט זאכן.
.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
Re: די תוצאות פון טון ביזנעס אויף סאשעל מידיע / LinkedIn
MB smart אינטער טעג, זיי וועלן עס לכוארה טון, אבער כ'האב נישט געהאט די מינוט דערפאר.
- סטעישאן וועעגן
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 230
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 4:54 pm
- x 469
Re: די תוצאות פון טון ביזנעס אויף סאשעל מידיע / LinkedIn
Re: די תוצאות פון טון ביזנעס אויף סאשעל מידיע / LinkedIn
קוקט אויס דו קענסט נישט MB smart...סטעישאן וועעגן האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 09, 2024 5:21 pmסיריעסלי??
וויפיל מינוט האסטו היינט פארברענגט דא אויפן טיש...
Re: די תוצאות פון טון ביזנעס אויף סאשעל מידיע / LinkedIn
שמח האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 09, 2024 5:24 pmקוקט אויס דו קענסט נישט MB smart...סטעישאן וועעגן האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 09, 2024 5:21 pmסיריעסלי??
וויפיל מינוט האסטו היינט פארברענגט דא אויפן טיש...
א זאך וואס ווערט נישט גלייך געעפענט מיט די ריקוועסט באטן איז יענץ געשעפט.
Re: די תוצאות פון טון ביזנעס אויף סאשעל מידיע / LinkedIn
דעהו טעגליכע הלכה, דאנערשטאג תזריע תשפ"ד
טעכנאלאגיע – הלכה למעשה
"לינקד-אין"
דער מציאות:
במשך די לעצטע פאר יאר, האט זיך אין דער ביזנעס-וועלט זייער אנטוויקלט דער באנוץ מיט דער סאציאלער פלאטפארמע "לינקד-אין" אנצוקניפן באציאונגען מיט נייע קליענטן, ביזנעס-פארבינדונגען, אד"ג. איז כדאי אנצומערקן דערוועגן עטליכע נקודות:
א) ווי דערמאנט לגבי "טשעטס" און "מעסעדזשינג גרופעס", טרעפט זייער אפט אויך דא, אז עס הערשט א מצב פון לייכטזיניגקייט און היימישע באציאונגען צווישן פרעמדע מענער און פרויען, וואס דאס ברענגט אז דער באנוץ מיט דער פלאטפארמע זאל גאנץ אפט זיך גרעניצן מיט'ן איסור פון "שחוק וקלות ראש".
ב) ווען מען פרובירט זיך פארבינדן מיט פאטענציעלע קליענטן א.ד.ג., באנוצט מען זיך מיט א זייער-פריינטליכע און לייכטזיניגע שפראך, אינגאנצן פארקערט פון ערנסט און פארמעל, וואס סיי עס גרעניצט זיך מיט'ן איסור פון "שחוק וקלות ראש", און סיי עס ברענגט א נאנטשאפט צווישן פרעמדע מענער און פרויען, וואס איז פון די הארבע איסורים פון קירבה, און טיילמאל קען מען מכשיל זיין א צווייטן איד מיט הרהורים, וכדומה.
ג) אויך טרעפט זייער אפט ביים באנוצן זיך מיט "לינקד-אין", אז מען ערהאלט ווידעאס פון פרויען (ווי זיי גיבן לעקציעס, באריכטן, א.ד.ג.), וואס דאס גרעניצט זיך אפטמאל מיט'ן איסור פון "ראיות אסורות".
ד) וויבאלד דער סדר פון א פרוי וואס האלט א דרשה איז צו רעדן אויף א ציענדן אופן, איז דאס אויסהערן לענגערע (ווידעא-) לעקציעס א.ד.ג. פון א פרוי פארבונדן אויך מיט'ן איסור פון "קול באשה", ווי שוין ערקלערט. דאס איז ספעציעל ריכטיג ביים באנוץ מיט "לינקד-אין", וואס דער עיקר-ציל דערפון איז אנצובינדן און בויען פרישע באציאונגען מיט אנדערע, און פאר דעם ציל ווערן די ווידעאס ארויסגעשיקט, און די סארט רעקארדירונגען גרעניצן זיך דעריבער מיט'ן איסור פון "קול באשה ערוה".
זעט מארגען פאר די הלכה למעשה

אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
Re: די תוצאות פון טון ביזנעס אויף סאשעל מידיע / LinkedIn
צווייטע עד אין די נושא:
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 8764
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 21925
Re: די תוצאות פון טון ביזנעס אויף סאשעל מידיע / LinkedIn
ס'קומט צו לאכן און צו וויינען.
די וועלט איז לעכטיג (פונדערווייט זע איך 3 פיצעלע רויטע פלעקן: 1) קארופציע, 2) ליגנט זאגער, 3) טפשים)
Re: די תוצאות פון טון ביזנעס אויף סאשעל מידיע / LinkedIn
אזוי גוט ארויסגעברענגט, איך האב געהאט linkdin פאר צוויי וואכן מיין פילטער האט עס געעפנט ווייל עס איז דאך א business site, איך האב מיך פשט פארעקלט פון מישען פון רעכל צו מעכל יעדער קומט ארויף מיט זיין גאר הויכען ענגליש אין אזא שמחת החיים פון זיין כחי ועוצם ידי, פפפעעךך ב"ה איך בין שוין נישט דארט צוויי יאר,
די פראבלעם איז אז אסאך מענטשן פרעגן צו ער קען מיך אויפטשעקן אויף LinkedIn אבער איך האב אזא איבעל אז עס גייט מיר נישט אן
משא"כ WhatsApp וואס איך פארמאג אן status האב איך גאר אסאך ניצן
וועגן דעם ווינדערט אסאך מאל פארוואס מען איז פארנומען מיט די WhatsApp אינגעלייט אנשטאט די אסאך ערגערע
די פראבלעם איז אז אסאך מענטשן פרעגן צו ער קען מיך אויפטשעקן אויף LinkedIn אבער איך האב אזא איבעל אז עס גייט מיר נישט אן
משא"כ WhatsApp וואס איך פארמאג אן status האב איך גאר אסאך ניצן
וועגן דעם ווינדערט אסאך מאל פארוואס מען איז פארנומען מיט די WhatsApp אינגעלייט אנשטאט די אסאך ערגערע
Re: די תוצאות פון טון ביזנעס אויף סאשעל מידיע / LinkedIn
בושות,..
שעים אן יא לינקדאין באניצער
שעים אן יא לינקדאין באניצער
-
צעבראכן
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 113
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 1:06 pm
- Location: NY
- x 171
Re: די תוצאות פון טון ביזנעס אויף סאציאלע מידיא/לינקד-אין
עס איז דא נאך א חסרון פון ניצן לינקדין אז סקעמערס קוקן דורך דיין פראפייל און אלע אינפארמאציע און נאכדעם ניצן זיי עס דיך צו אויסשווינדלען.
איך קען מער ווי איינער וואס איז געווארן באשווינדלט.
איך קען מער ווי איינער וואס איז געווארן באשווינדלט.
Re: די תוצאות פון טון ביזנעס אויף סאשעל מידיע / LinkedIn
פראגע איז צי די סקרינשאטס זענען אמת
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
יעדער האט געשריבן: אידטיש איז נאר אידטיש ווייל "דער תהלים איד" איז "דער תהלים איד"
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
- פייל און בויגן
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 541
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 5:00 pm
- x 983
-
ביסט גערעכט
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 395
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:09 pm
- x 410
Re: די תוצאות פון טון ביזנעס אויף סאשעל מידיע / LinkedIn
כהאב פונקט די וואך געזען ווי איינער האט געפאוסט אן אייגענע שמחה און ער האט צוריקבאקומען וואונטשן פון מענער און פרויען צוגלייך אבער די אויבער דערמאנטער סקרין שאט
איז לכאורה פשוט מוגזם אין פאלש
Re: די תוצאות פון טון ביזנעס אויף סאשעל מידיע / LinkedIn
איך און דו? כווייס נישט וויאזוי לינקדאין ארבעט.
אמאל געעפנט אן אקאונט, אבער זינט דאן נישט באזוכט דארט.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
יעדער האט געשריבן: אידטיש איז נאר אידטיש ווייל "דער תהלים איד" איז "דער תהלים איד"
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
Re: די תוצאות פון טון ביזנעס אויף סאשעל מידיע / LinkedIn
עס זענען דא זייער אסאך גאר ענדליך, איך וואלט נישט געווען סורפרייזט אויב דאס זענען אמתע.ביסט גערעכט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 11, 2024 5:52 pmכהאב פונקט די וואך געזען ווי איינער האט געפאוסט אן אייגענע שמחה און ער האט צוריקבאקומען וואונטשן פון מענער און פרויען צוגלייך אבער די אויבער דערמאנטער סקרין שאט
איז לכאורה פשוט מוגזם אין פאלש
טראכט אריין סאיז נישט קיין פלאץ צו פאסטען שמחת עס איז געמאכט צו ווייזען ווי געלאנגן מען איז אין די ארבעט