אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים

אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5066
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8937

Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים

פאוסט דורך דער תהלים איד »

יעצט הערשט געליינט די גאנצע מעשה.

לדעתי איז דער פלאן דא אויבן ציטירט דורך פייל בויגן זייער זייער גוט. איך זע אז ביי בלומינגראוו האט זיך זייער שיין צוטיילט די נייעס פון די שמועסן.

פארשטייט זיך אז א גרויסע ברעיקינג נייעס וועט באקומען נייע אשכולות, אבער די געווענליגע נייעסן זאלן ליגן אין איין צענטראלע פלאץ, און די שמועסן פון די קהילה אין איין פלאץ. זעט מיר אויס גאר גוט.
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1979

Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים

פאוסט דורך יום טוב »

טיפע טאשן האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 4:34 pm
יום טוב האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 4:09 pm
טיפע טאשן האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 4:06 pm

יעצט איז דא א עקסטערע פאר מוסדות קרית יואל, בית מדרש קרית יואל, וויליאמסבורג, מאנסי, ירושלים וכו,
יעדער איז וועלקאם אויב וויל ער מאכן פאר זיין חצר קיינער שטערט נישט , אבער נישט מאכן דא קיין רעגולאציעס אין טיילונגען נאר דא און נאר דארט וכו'
אלץ יחיד גלייך איך נישט די 15 עקסטערע אשכולות פון איין קהילה, און איך וואלט געוואלט אז מען זאל עס צוזאמענשטעלן,

איך רעדט נישט פון מאכן רעגולאציעס ווי מען מעג שרייבן
א ער דאן וועאט א גאנצע סעמאטוכע מהר"א מהר"יי בלא בלא בלא, אין יענע אשכולות רעדט זיך מער היימיש
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 711
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1038

Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים

פאוסט דורך ווירקליך »

פאליטיק וועט געוויס נישט זיין ערלויבט
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
וואס איך זאג
פרישער באניצער
פאוסטס: 62
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 22, 2024 6:41 am
x 68

Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים

פאוסט דורך וואס איך זאג »

גאמ זייער א גוטע פלאן
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5066
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8937

Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים

פאוסט דורך דער תהלים איד »

ווירקליך האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 5:04 pm פאליטיק וועט געוויס נישט זיין ערלויבט
ער מיינט נישט דאס. ער מיינט צו זאגן אז אינעם בחצרות אשכול וועט ער (ר"ל...) מוזן שרייבן פון וועלכע רבי ער רעדט...
חכם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 185
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:59 pm
x 85

Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים

פאוסט דורך חכם »

גאר גוטע פלאן!
חכם הוא להטב!

וזאת למיודעי, אלע איבעריגע פינטלעך אין מיינע פאוסטס איז לאוו דווקא, עס האט זיך אויסגעגאסן א שאכטל פינטלעך אויף מיין שרייב טישן, און שוין...

אה דו האסט אויך באמעטדי מיסטעיקס אין מיין אינטערשריפט? גיי ווייטער.
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1461
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1502

Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים

פאוסט דורך שבת קודש »

ווירקליך האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 3:54 pm
שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 2:03 pm
שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 1:35 pm סקווירא האט דא איין אשכול ווי דארט שטייט 'אלע' נייעס פון סקווירא
די זעלבע זאל מען מאכן פאר א יעדע חסידות גרויסע און קליינע
די אשכול 'באריכטן און בילדער פון אלע חצרות הקודש' קען מען פארמאכן
און די הנהלה זאל שטעלן א קריספדאנט פון יעדע גרויסע קהלה איבער די וועלט וואס זאלן אריינצושטעלן אין זייער אשכול אלע זייערע נייעס און מודעות
אזוי וועט עס מאכן די סייד מער קאליפול אנדערשט ווי יעצט ווי עס איז מער ווייניגער א סאטמערע סייט
די הנהלה שטעלט גארנישט. מיר רופן נישט קיינעם און מיר ארבעטן נישט אויף קיין מענטשן צו קומען שרייבן אויף אידטיש.

קען זיין ס'איז ראנג, קען זיין אידטיש וואלט שנעלער געוואקסן ווען מיר וואלטן עס יא געטון, אבער מיר האלטן אז קוואליטי איז וויכטיגע ווי קוואנטיטי.
פארוואס זעהסטו אין דעם א סתירה צו קוואליטי?
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1979

Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים

פאוסט דורך יום טוב »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 9:00 pm
ווירקליך האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 5:04 pm פאליטיק וועט געוויס נישט זיין ערלויבט
ער מיינט נישט דאס. ער מיינט צו זאגן אז אינעם בחצרות אשכול וועט ער (ר"ל...) מוזן שרייבן פון וועלכע רבי ער רעדט...
#פרעזענליכע מערכה
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1461
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1502

Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים

פאוסט דורך שבת קודש »

ווירקליך האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 3:54 pm
שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 2:03 pm
שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 1:35 pm
און די הנהלה זאל שטעלן א קריספדאנט פון יעדע גרויסע קהלה איבער די וועלט וואס זאלן אריינצושטעלן אין זייער אשכול אלע זייערע נייעס און מודעות
אזוי וועט עס מאכן די סייד מער קאליפול אנדערשט ווי יעצט ווי עס איז מער ווייניגער א סאטמערע סייט
די הנהלה שטעלט גארנישט. מיר רופן נישט קיינעם און מיר ארבעטן נישט אויף קיין מענטשן צו קומען שרייבן אויף אידטיש.

קען זיין ס'איז ראנג, קען זיין אידטיש וואלט שנעלער געוואקסן ווען מיר וואלטן עס יא געטון, אבער מיר האלטן אז קוואליטי איז וויכטיגע ווי קוואנטיטי.
ס'איז א שטארקע טעות פון די הנהלה לענ''ד, זיי דארפן יא טועהן עס מער אויפצוארבטן
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1979

Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים

פאוסט דורך יום טוב »

שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 1:34 pm

וואס פעלט פון איטיש איצט ? עס איז פערפעקט זיך אביסל צו אויסליפטערן , אויב עס ווערט צו ביזי וועט דאס זיין טו מאטש גאייגענט פאר ליידיגייערס וואס האבן נישט וואס צו טון מיטן טאג
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1461
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1502

Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים

פאוסט דורך שבת קודש »

יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 1:38 pm
שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 1:34 pm
ווירקליך האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 3:54 pm

די הנהלה שטעלט גארנישט. מיר רופן נישט קיינעם און מיר ארבעטן נישט אויף קיין מענטשן צו קומען שרייבן אויף אידטיש.

קען זיין ס'איז ראנג, קען זיין אידטיש וואלט שנעלער געוואקסן ווען מיר וואלטן עס יא געטון, אבער מיר האלטן אז קוואליטי איז וויכטיגע ווי קוואנטיטי.
ס'איז א שטארקע טעות פון די הנהלה לענ''ד, זיי דארפן יא טועהן עס מער אויפצוארבטן
וואס פעלט פון איטיש איצט ? עס איז פערפעקט זיך אביסל צו אויסליפטערן , אויב עס ווערט צו ביזי וועט דאס זיין טו מאטש גאייגענט פאר ליידיגייערס וואס האבן נישט וואס צו טון מיטן טאג
ענדערשט זיך אונטערהאלטן אויף נערמאלע נייעס ווי איידער אויף די בלומינגריוו שטותים
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1979

Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים

פאוסט דורך יום טוב »

שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 1:48 pm
יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 1:38 pm
שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 1:34 pm
ס'איז א שטארקע טעות פון די הנהלה לענ''ד, זיי דארפן יא טועהן עס מער אויפצוארבטן
וואס פעלט פון איטיש איצט ? עס איז פערפעקט זיך אביסל צו אויסליפטערן , אויב עס ווערט צו ביזי וועט דאס זיין טו מאטש גאייגענט פאר ליידיגייערס וואס האבן נישט וואס צו טון מיטן טאג
ענדערשט זיך אונטערהאלטן אויף נערמאלע נייעס ווי איידער אויף די בלומינגריוו שטותים
אייער מיינונג איז רעספעקטירט
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 8582

Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 1:38 pm
שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 1:34 pm
ווירקליך האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 3:54 pm

די הנהלה שטעלט גארנישט. מיר רופן נישט קיינעם און מיר ארבעטן נישט אויף קיין מענטשן צו קומען שרייבן אויף אידטיש.

קען זיין ס'איז ראנג, קען זיין אידטיש וואלט שנעלער געוואקסן ווען מיר וואלטן עס יא געטון, אבער מיר האלטן אז קוואליטי איז וויכטיגע ווי קוואנטיטי.
ס'איז א שטארקע טעות פון די הנהלה לענ''ד, זיי דארפן יא טועהן עס מער אויפצוארבטן
וואס פעלט פון איטיש איצט ? עס איז פערפעקט זיך אביסל צו אויסליפטערן , אויב עס ווערט צו ביזי וועט דאס זיין טו מאטש גאייגענט פאר ליידיגייערס וואס האבן נישט וואס צו טון מיטן טאג
פון עס אביסל אויפארבעטן ביז סוועט זיין צו ביזי איז דא א לאנגע וועג צו גיין, אביסל מער תוכן וועט נישט שאטן
לענ"ד
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1196
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 1538

Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים

פאוסט דורך טיפע טאשן »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 1:51 pm
יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 1:38 pm
שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 1:34 pm
ס'איז א שטארקע טעות פון די הנהלה לענ''ד, זיי דארפן יא טועהן עס מער אויפצוארבטן
וואס פעלט פון איטיש איצט ? עס איז פערפעקט זיך אביסל צו אויסליפטערן , אויב עס ווערט צו ביזי וועט דאס זיין טו מאטש גאייגענט פאר ליידיגייערס וואס האבן נישט וואס צו טון מיטן טאג
פון עס אביסל אויפארבעטן ביז סוועט זיין צו ביזי איז דא א לאנגע וועג צו גיין, אביסל מער תוכן וועט נישט שאטן
לענ"ד
די הנהלה האט געעפענט די פארום, יעצט איז די ארבעט פון די וואס ווילן עס האבן אריין צולייגן אביסל עס צו אויפארבעטן, לדוגמה די האסט סיי וועלכע נושא די ווילסט אויסשמועסן אדער הילף עפען א אשכול איבער דעם און מיט די צייט וועט עס ווערן אויפגעארבעט,
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3180
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4315

Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים

פאוסט דורך וואוילער »

דאס ערשטע מאל היינט וואס כ'טרעף 42 נאטיפיקאציעס ביים עפענען די סייט.
עס באאמט אויף כח.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 8582

Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

וואוילער האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 3:27 pm דאס ערשטע מאל היינט וואס כ'טרעף 42 נאטיפיקאציעס ביים עפענען די סייט.
עס באאמט אויף כח.
@וואוילער באאמט אויף כח!

נאדיר א לייק
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3335
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 8582

Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 3:10 pm @yidtish , ווען קומט א פרישע שרייב-טיש פארמעסט?
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 711
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1038

Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים

פאוסט דורך ווירקליך »

א גוט יאר חברים יקרים.

איך בין נייגעריג צו הערן פונעם ציבור וואס מען קלערט איבער דעם אשכול

פון איין זייט קען עס זיין א שיינער אשכול, אודאי קיין הלבנת פנים טאר נישט זיין, אבער די פראגע איז צי געווענליכע בילדער זאל מען יא לייגן.

פון איין זייט, קען זיין דער באטרעפנדער גלייכט עס נישט, פון די אנדערע זייט, האלט מען דען אפ לייגן בילדער פון מעמדים ווייל איינער פון די פארזאמלטע ווילן נישט?

אודאי איז עס נישט ממש א פארגלייך, דא רעדט מען דאך פון "א בילד פון דעם מענטש", נו, אז עס איז נישט גלייך איז דא וואו דער ספק זאל חל זיין...

קומט אריין מיט אייער מיינונג.
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3230
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 9049

Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים

פאוסט דורך פליט »

ווי געשריבן דארט, זענען די בלעטער פון אונזער אויסגאבעס באווארפן מיט אזעלכע גאסן בילדער.

גאסן פאטאגרעפיע איז אריינגעקומען גאר שטארק לעצטנס אין אונזער קאמיוניטי, ס'ווערט מער און מער, אינגע בחורים דרייען זיך ארום מיט קעמרעס, און געס wאט, די עולם גלייכט עס זייער..

כ'מיין אז יעדער וועט זיך פרייען צו טרעפן א זיסע בילד פון זיין קליינעם נעפיו אדער אלטן חבר, אזוי גייט די וועלט, פון מיך? חס ושלום! אבער פון מיין חבר?! אדרבה.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2094
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2195

Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים

פאוסט דורך אנדערער »

פליט האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2024 9:21 pm אזוי גייט די וועלט, פון מיך? חס ושלום! אבער פון מיין חבר?! אדרבה.
מיט דעם האסטו אפגעווישט די גאנצע פאוסט

אויב דער באבילדעטער וואלט נישט מסכים געווען באלאנגט עס נישט דא

דעלך סני לחברך לא תעביד זו היא כל התורה כולה
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3230
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 9049

Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים

פאוסט דורך פליט »

דזשאסט לאמיר וויסן אויב מען קען ווייטער פאוסטן שיינע בילדער דארט..
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1559
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3543

Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים

פאוסט דורך נקודות טובות »

די אויסגאבעס לייגען וועכענטליך אריין בילדער פון מענטשען, און זיי ווייסען קלאר אז פאר א שיינע צאל פון די באטרעפענדע שטערט דאס זייער שטארק. אין מיינע אויגען איז דאס אן עולה נוראה, עס האט נישט קיין שום תירוץ! איך ווייס אז דו דארפסט מאכן געלט, און אז אידישע פרנסות איז זייער וויכטיג. אבער בשום אופן טאר דאס נישט גיין אויפן חשבון פון א צווייטען!

ווען מען לייגט בילדער פון א רבי וכדו', איז איין זאך. זיי שטעלן זיך אפציעל ארויס אלץ פאבליק פיגורען, און זיי ווייסען אז דאס איז די פרייז און זענען גרייט דערפאר. און ע"פ רוב צאלן נאך די שטוב מענטשען צו אז די אויסגאבעס זאלן קאווערען בכבוד הראוי. און די רבי'ס קומען אריין צום טיש וויסענדיג קלאר אז עס גייט פאבלעצירט ווערן בילדער.

אבער דער עמך איד וואס זוכט נישט קיין פאבליסעטי, און פארקערט גאר ער וויל עס דוקא נישט. ער איז נישט נייגעריג אז יעדער זאל מיטהאלטען ווי אזוי ער קויפט הדסים, אדער ווי אזוי ער שלעפט זיך מיט 10 בעגס צו שריפת חלה און הגעלות כלים. ער וויל נישט אז יעדער זאל זעהן ווי זיין קליינע אינגעל ציטערט פון די כפרה, בשעת ער דרייעט דעם זה חלפתך, און ווי אזוי ער קויפט בלומען פאר שבועות. צו פארשפרייטען אזעלכע בילדער איז בששת ימי בראשית נישט באשאפען געווארן די ענטפער צו דעם! דער יחיד וואלט קיינמאל נישט געגאנגען קויפן אן אתרוג ווען ער ווייסט אז זיין בילד גייט פארשפרייט ווערן!

עס זענען דא גענוג און נאך עמך אידן וואס גלייכן פאבליסעטי, און עס וואלט זיי נישט געשטערט אז מען פארשפרייט פון זיי בילדער. אדרבה, אסאך אידן וואלטען זיך געפרייט דערמיט. און ווער רעדט נאך פון די קינדער וואס פויסען אזוי שיין מיט א שמייכעל צו די בילדער. אבער דער יחיד וואס דו ווייסט קלאר אז דאס באדערט פאר א גרויסע פראצענט? וואס איז פשט דערפון? וואס איז די תירוץ?

נארוואס דען, די תירוץ איז אז אזוי ווי היינט איז א צודרייטע סאשעל מידיע וועלט, און מען טראכט נישט אפי' א רגע איבער די געפילן פון א צווייטען. די גאנצע מחשבה איז נאר וויפיל לייקס און סובסקרייבערס מען גייט באקומען. און מען וועט אפילו אין פעלער וואס מען ווייסט קלאר אז עס שטערט פאר באטרעפענדער, זיך נישט אפהאלטען פון פאבלעצירן א ווידאוי פון איינעם. וועט מען אויך פאבלעצירן בילדער אויב איז דאס א געלונגענע שאט.

מיין פערזענליכע מיינונג בנוגע אידטיש איז אז די מנהלים זאלן נישט אריינרעדן אין דעם. קודם כל וויבאלד איך בין זייער שטארק מיט די ריפאבליקאנער שיטה פון קליינע גאווערמענט. די הנהלה דארף ווי ווייניגער אריינשטעקן די נאז אין ציווילע איינגעלעגענהייטען, און זיי זאלן ניצען זייער מאכט אך ורק במקום הכרח. און ווי אויך בנידן דידן קען מען זאגן אז איינמאל די בילד איז שוין סיי ווי פארשפרייט געווארן, איז שוין נישט א גרויסע נפקה מינה. אויב איז שוין די בילד געזעהן געווארן דורך צען טויזענט מענטשען, וועט נישט שאטן אויב נאך צוויי הונדערט אידן אויף אידטיש וועלן דאס זעהן. הגם מען קען זיך מיט דעם דינגען, אבער דאס דארף דער ניק פאר זיך באשליסען און טוהן לויט ווי ער פארשטייט.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2094
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2195

Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים

פאוסט דורך אנדערער »

@נקודות טובות די ערשטע חלק בין איך אינגאנצן מיט דיר. דיין אויספיר בין איך מחולק

א. מען וועט אפגעבן דין וחשבון פאר יעדע קליינקייט און די גיהנם איז גענוג גרויס פלעגט מיין רבי זאגן
ב. אונז זענען אידן. אונז קענען גלייבן אין קליינע רעגירונג אבער די תורה פירט אונז אויף יעדע אטעם און אלץ חיוב ערבות האט די הנהלה אחריות נישט צו לאזן עוולות
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1559
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3543

Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים

פאוסט דורך נקודות טובות »

אנדערער האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 11:40 pm @נקודות טובות די ערשטע חלק בין איך אינגאנצן מיט דיר. דיין אויספיר בין איך מחולק

א. מען וועט אפגעבן דין וחשבון פאר יעדע קליינקייט און די גיהנם איז גענוג גרויס פלעגט מיין רבי זאגן
ב. אונז זענען אידן. אונז קענען גלייבן אין קליינע רעגירונג אבער די תורה פירט אונז אויף יעדע אטעם און אלץ חיוב ערבות האט די הנהלה אחריות נישט צו לאזן עוולות
נו שוין, חילוקי דעות איז זייער א געזונטע זאך. ווען יעדער זאל זיין איינשטימיג אויף אלעם וואלט יעדע אשכול געהאט בלויז איין תגובה מיט הונדערט לייקס. דאס איז די שיינקייט פון די וועלט בכלל און פון אידטיש בפרט. איך הער דיין מיינונג, אבער איך ריספעקטפולי דיסעגרי.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3230
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 9049

Re: אפענע קאמיוניקאציע איבער אקטועלע אידטיש נושאים

פאוסט דורך פליט »

@נקודות טובות
זייער אמת דיינע ווערטער, אבער לויף אהין צו דעם טעמע און כאפ א בליק וויפיל ניקס האבן דאס געליינט און גע'לייקט, די עולם גלייכט זייער אזעלכע בילדער זעהט אויס...

בנוגע די רבי'ס,א גרויס חלק פון די רבי בילדער אין די אויסגאבעס איז היינטיגע טעג, פערענטשעס בילדער, ווי די עולם קומט אן צום מעמד, דער עולם ביים פארלאזן דעם זאל, און אזוי ווייטער...

פאקט איז אז אונז לעבן היינט טאקע אין א ווירטואלער וועלט, פריוואטקייט איז שוין נישט פארהאן היינט, חוץ ביי דיר אינדערהיים ווען די ווינדאו שעידס איז פארמאכט...
צו עס איז א תירוץ? ניין. אבער פון יעדעם קען מען שוין היינט טרעפן א בילד וואס איז פאבליק.

סאו אדער קענען אונז לאזן יענעם קוקן בילדער פון אונז ווי אונז האנדלען זיך איין א שיינעם לולב, אדער קענען אונז אויך קוקן די בילדער פון אונז, און אויך הנאה האבן פון די געלונגענע בילד פון מיין קליינטשיגע..

דעס איז מיין פאדקעסט.
שרייב פאוסט