ליקוי חמה, משיח'ס אנקומען, און דער פרידזשידער
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 59
- זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 9:59 am
- Location: ליקווד
- x 99

א. אין די יוצרות לשבת פרשת החודש שטייט אז די ערשטע קרבנות וואס מיר וועלן ברענגן ווען משיח וועט קומן וועלן זיין די קרבנות ר"ח ניסן.
ב. היי יאר האבן אלע נבואה זאגערס אונז צוגעזאגט משיח, אבער דאסמאל ממש ממש ממש.
ג. די ליקוי חמה זאגט פאר שלעכטע צייטן פאר די אוה"ע, וואס דאס מיינט אז אט אט קומט ער, און לכאורה לכבוד ר"ח ניסן, כמבואר לעיל אות א'.
ד. די ליקוי חמה וועט זיין צווישן ניין און עלף אזייגער ארץ ישראל צייט, וואס דאס מיינט אז די מולד האמיתי איז בערך אין יענער צייט.
ה. אויב אזוי, וועלן מיר שוין נישט זען די לבנה אום מאנטאג, נאר אפשר דינסטאג נאנט צו שקיעת החמה.
ו. בזמן שבית המקדש קיים, וועלן מיר נישט מקבל זיין עדות החדש נאך 'המנחה ולמעלה', כמבואר במתני'.
ז. אויב אזוי, וועלן מיר מאכן צוויי טעג ראש חודש, און פסח וועט זיין מיטוואך נישט דינסטאג.
ח. לויט דעם, וועט יוכ"פ אויסקומן אויף זונטאג.
ט. סעודת המפסקת וועט זיין שלש סעודות, און מיר 'עלן עסן קרעפליך ביים שלש סעודות און דערנאך גייען צו כל נדרי.
י. לכאורה די פראבלעם פון ירקיא און מתיא, וואס זיי לאזן אונז נישט מאכן יוכ"פ אום זונטאג, זענן שוין געלעזט מיט רעפרידזשערעיטערס, און מיר קענן רואיגעהייט האלטן יוכ"פ מוצ"ש.
יא. די שבת שובה דרשה וועט לכאורה פארקומן איידער די סעודת המפסקת.
יב. די איינציגסטע געבליבענם שאלה איז, ווען וועלן מיר מאכן כפרות?
ונזכה ונחיה ונראה ונירש טובה וברכה, בביאת משיח צדקינו במהרה בימינו.

שנראה כל אחד במעלת חברינו ולא חסרונם.
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5336
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9958
Re: ליקוי החמה, משיח'ס אנקומן, און די רעפרידזשערעיטער
אמן כן יהי רצון.
ביסט צוקער זיס.
אבער סעיף ב' וואלט איך אויסגעלאזט...
ביסט צוקער זיס.
אבער סעיף ב' וואלט איך אויסגעלאזט...
Re: ליקוי החמה, משיח'ס אנקומן, און די רעפרידזשערעיטער
WOW שיין צאמגעווארפן הילכתא למשיחא.
וואס איז די שאלה מיט די כפרות, אז מ'האט צוויי תמידין תמיד של שחר מכפר על עבירות שבלילה ותמיד של בין הערבים מכפר על עבירות שביום וואס דארף מען נאך א טשיקן?
וואס איז די שאלה מיט די כפרות, אז מ'האט צוויי תמידין תמיד של שחר מכפר על עבירות שבלילה ותמיד של בין הערבים מכפר על עבירות שביום וואס דארף מען נאך א טשיקן?
Re: ליקוי החמה, משיח'ס אנקומן, און די רעפרידזשערעיטער
אקעי... דאס איז גוט!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
Re: ליקוי החמה, משיח'ס אנקומן, און די רעפרידזשערעיטער
פיינע נייעס די..
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5336
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9958
Re: ליקוי חמה, משיח'ס אנקומען, און דער פרידזשידער
יג. אן ערדציטערניש אין ניו יארק
- סטעישאן וועעגן
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 160
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 4:54 pm
- x 301
Re: ליקוי חמה, משיח'ס אנקומען, און דער פרידזשידער
Chicken Soupשרייבן שרייבט זיך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 04, 2024 7:39 pm
יב. די איינציגסטע געבליבענם שאלה איז, ווען וועלן מיר מאכן כפרות?
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1646
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4011
Re: ליקוי חמה, משיח'ס אנקומען, און דער פרידזשידער
האב איך עס יעצט געליינט, שיין געשריבען, הנאה געהאט. געלייקט האב איך עס אויך. אבער יעצט לאמיר זעהן צו דו קענסט נעמען א challenge וואס גייט צוווארפען די קארטען....
די תגובה איז אונטער קאנסטראקשען
הצלחה וברכה!
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 59
- זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 9:59 am
- Location: ליקווד
- x 99
Re: ליקוי חמה, משיח'ס אנקומען, און דער פרידזשידער
אין א וועלט פון בלינדע, איז דער מיט איין אויג די קעניג.
אבער ווען מיר האבן דא מיט אונז #נקודות טובות, איז דער מיט איין אויג דער הינקעדיגע.
אבער ווען מיר האבן דא מיט אונז #נקודות טובות, איז דער מיט איין אויג דער הינקעדיגע.
שנראה כל אחד במעלת חברינו ולא חסרונם.
- צייטווייליג
- חבר המערכת
- פאוסטס: 357
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
- x 733
Re: ליקוי חמה, משיח'ס אנקומען, און דער פרידזשידער
א ברכה אויף דיין קאפ. א ברכה אויף אונזער קאפ פארן אייך האבן דאהי, דאס איז דאך געוואלדיג.
נו אפשר עפנט איר א טעמע צו מסבירן קידוש החודש?
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 3976
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 10882
Re: ליקוי חמה, משיח'ס אנקומען, און דער פרידזשידער
גא"מ. איך זיך שוין לאנג איינער זאל מיר עס מסביר זיין אן נוצן אומבאקאנטע טערמינעןצייטווייליג האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 07, 2024 11:47 amא ברכה אויף דיין קאפ. א ברכה אויף אונזער קאפ פארן אייך האבן דאהי, דאס איז דאך געוואלדיג.
נו אפשר עפנט איר א טעמע צו מסבירן קידוש החודש?
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1646
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4011
Re: ליקוי חמה, משיח'ס אנקומען, און דער פרידזשידער
איך האב צוויי פראבלעמען דערמיט.שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 07, 2024 1:41 pmגא"מ. איך זיך שוין לאנג איינער זאל מיר עס מסביר זיין אן נוצן אומבאקאנטע טערמינעןצייטווייליג האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 07, 2024 11:47 amא ברכה אויף דיין קאפ. א ברכה אויף אונזער קאפ פארן אייך האבן דאהי, דאס איז דאך געוואלדיג.
נו אפשר עפנט איר א טעמע צו מסבירן קידוש החודש?
1) אנדערש ווי אנדערע תגובות קען מען די נושא (עכ''פ איך קען) נישט שרייבען צוטיילט צען מינוט דא און צוואנציג מינוט דארט. נאר דאס דארף זיין עטליכע שעה ברציפות, אדער עכ''פ נישט צוטיילט אויף קליינע חלקים. ממילא אויב האט איינער איבריג א פאר שעה זאל מיר לאזן וויסען, און איך וועל אים געבן א POB וואו ער קען מיר עס שיקן... אדער אפשר חול המועד...
2) צו אראפלייגען די נושא שיין און קלאר אויף א פערשטענדליכע אופן אן קיין אומבאקאנטע טערמינען, דארף מען קענען אביסעל גרעפיקס. אבער איך בין א גרויסן עם הארץ אין דעם פעלד...
- צייטווייליג
- חבר המערכת
- פאוסטס: 357
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
- x 733
Re: ליקוי חמה, משיח'ס אנקומען, און דער פרידזשידער
אלץ די צייט אויס קענסטו מאכן א דרעפט און עס אפדעיטן ווען די צייט ערלויבט, סוואלט געווען א עכטע זיכוי הרביםנקודות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 07, 2024 2:32 pmאיך האב צוויי פראבלעמען דערמיט.שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 07, 2024 1:41 pmגא"מ. איך זיך שוין לאנג איינער זאל מיר עס מסביר זיין אן נוצן אומבאקאנטע טערמינעןצייטווייליג האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 07, 2024 11:47 am
א ברכה אויף דיין קאפ. א ברכה אויף אונזער קאפ פארן אייך האבן דאהי, דאס איז דאך געוואלדיג.
נו אפשר עפנט איר א טעמע צו מסבירן קידוש החודש?
1) אנדערש ווי אנדערע תגובות קען מען די נושא (עכ''פ איך קען) נישט שרייבען צוטיילט צען מינוט דא און צוואנציג מינוט דארט. נאר דאס דארף זיין עטליכע שעה ברציפות, אדער עכ''פ נישט צוטיילט אויף קליינע חלקים. ממילא אויב האט איינער איבריג א פאר שעה זאל מיר לאזן וויסען, און איך וועל אים געבן א POB וואו ער קען מיר עס שיקן... אדער אפשר חול המועד...
2) צו אראפלייגען די נושא שיין און קלאר אויף א פערשטענדליכע אופן אן קיין אומבאקאנטע טערמינען, דארף מען קענען אביסעל גרעפיקס. אבער איך בין א גרויסן עם הארץ אין דעם פעלד...
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1646
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4011
Re: ליקוי חמה, משיח'ס אנקומען, און דער פרידזשידער
העמיר פראבירן בעזר השם אריינצוגיין אין די פשוטע יסודות. אבער דאס גייט נישט אויף איינמאל, עס וועט מיר געדוירען צייט. ומכאן הקריאה יוצאות אז אויב איז דא איינער וואס קען אביסעל גרעפיקס און איז גרייט מקריב צו זיין אביסעל פון זיין צייט פאר'ן ציבור, זאל זיך מעלדן צו מיר דא אדער פריוואט.צייטווייליג האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 07, 2024 4:46 pmאלץ די צייט אויס קענסטו מאכן א דרעפט און עס אפדעיטן ווען די צייט ערלויבט, סוואלט געווען א עכטע זיכוי הרביםנקודות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 07, 2024 2:32 pmאיך האב צוויי פראבלעמען דערמיט.שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 07, 2024 1:41 pm
גא"מ. איך זיך שוין לאנג איינער זאל מיר עס מסביר זיין אן נוצן אומבאקאנטע טערמינען
1) אנדערש ווי אנדערע תגובות קען מען די נושא (עכ''פ איך קען) נישט שרייבען צוטיילט צען מינוט דא און צוואנציג מינוט דארט. נאר דאס דארף זיין עטליכע שעה ברציפות, אדער עכ''פ נישט צוטיילט אויף קליינע חלקים. ממילא אויב האט איינער איבריג א פאר שעה זאל מיר לאזן וויסען, און איך וועל אים געבן א POB וואו ער קען מיר עס שיקן... אדער אפשר חול המועד...
2) צו אראפלייגען די נושא שיין און קלאר אויף א פערשטענדליכע אופן אן קיין אומבאקאנטע טערמינען, דארף מען קענען אביסעל גרעפיקס. אבער איך בין א גרויסן עם הארץ אין דעם פעלד...
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5336
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9958
Re: ליקוי חמה, משיח'ס אנקומען, און דער פרידזשידער
גוטע נייעס דאס.נקודות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 07, 2024 5:36 pmהעמיר פראבירן בעזר השם אריינצוגיין אין די פשוטע יסודות. אבער דאס גייט נישט אויף איינמאל, עס וועט מיר געדוירען צייט. ומכאן הקריאה יוצאות אז אויב איז דא איינער וואס קען אביסעל גרעפיקס און איז גרייט מקריב צו זיין אביסעל פון זיין צייט פאר'ן ציבור, זאל זיך מעלדן צו מיר דא אדער פריוואט.צייטווייליג האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 07, 2024 4:46 pmאלץ די צייט אויס קענסטו מאכן א דרעפט און עס אפדעיטן ווען די צייט ערלויבט, סוואלט געווען א עכטע זיכוי הרביםנקודות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 07, 2024 2:32 pm
איך האב צוויי פראבלעמען דערמיט.
1) אנדערש ווי אנדערע תגובות קען מען די נושא (עכ''פ איך קען) נישט שרייבען צוטיילט צען מינוט דא און צוואנציג מינוט דארט. נאר דאס דארף זיין עטליכע שעה ברציפות, אדער עכ''פ נישט צוטיילט אויף קליינע חלקים. ממילא אויב האט איינער איבריג א פאר שעה זאל מיר לאזן וויסען, און איך וועל אים געבן א POB וואו ער קען מיר עס שיקן... אדער אפשר חול המועד...
2) צו אראפלייגען די נושא שיין און קלאר אויף א פערשטענדליכע אופן אן קיין אומבאקאנטע טערמינען, דארף מען קענען אביסעל גרעפיקס. אבער איך בין א גרויסן עם הארץ אין דעם פעלד...
@אינגערמאן אפשר איז דער גראפיקער פונעם שרייב פארמעסט גרייט דערפאר?
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 59
- זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 9:59 am
- Location: ליקווד
- x 99
Re: ליקוי חמה, משיח'ס אנקומען, און דער פרידזשידער
איך האב נאכגעקוקט אין די לוח פון הרב גנוט, און דער מולד האמיתי גייט זיין 20:43 מאנטאג נאכט, אביסל איידער די עקליפס הייבט זיך אן. נישט אינדערפרי ווי הרב בעל נקודות טובות האט געשריבן.
איך באהעפט דא א קאפי פון יענער פעידזש איך וויל אויך מעורר זיין, אז די לבנה'ס חודשליכע גאנג איז ממערב למזרח, און די זונ'ס יערליכע גאנג איז אויך ממערב למזרח. אלזא, די מולד דארף זיין קענטיג דאהי איידער ארץ ישראל.
אבער אין עפעס בין איך דא צומישט, ווארום די מולד אין די גאנצע וועלט איז די זעלבע סעקונדע, ועדיין צריך ישוב במוחי פונקט וויאזוי די גאנצע מציאות ארבעט.
איך באהעפט דא א קאפי פון יענער פעידזש איך וויל אויך מעורר זיין, אז די לבנה'ס חודשליכע גאנג איז ממערב למזרח, און די זונ'ס יערליכע גאנג איז אויך ממערב למזרח. אלזא, די מולד דארף זיין קענטיג דאהי איידער ארץ ישראל.
אבער אין עפעס בין איך דא צומישט, ווארום די מולד אין די גאנצע וועלט איז די זעלבע סעקונדע, ועדיין צריך ישוב במוחי פונקט וויאזוי די גאנצע מציאות ארבעט.
שנראה כל אחד במעלת חברינו ולא חסרונם.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1646
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4011
Re: ליקוי חמה, משיח'ס אנקומען, און דער פרידזשידער
וועל איך שפעטער איבערקוקען. קען זיין איך האב א טעות.שרייבן שרייבט זיך האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 07, 2024 10:12 pm איך האב נאכגעקוקט אין די לוח פון הרב גנוט, און דער מולד האמיתי גייט זיין 20:43 מאנטאג נאכט, אביסל איידער די עקליפס הייבט זיך אן. נישט אינדערפרי ווי הרב בעל נקודות טובות האט געשריבן.
איך באהעפט דא א קאפי פון יענער פעידזש
איך וויל אויך מעורר זיין, אז די לבנה'ס חודשליכע גאנג איז ממערב למזרח, און די זונ'ס יערליכע גאנג איז אויך ממערב למזרח. אלזא, די מולד דארף זיין קענטיג דאהי איידער ארץ ישראל.
אבער אין עפעס בין איך דא צומישט, ווארום די מולד אין די גאנצע וועלט איז די זעלבע סעקונדע, ועדיין צריך ישוב במוחי פונקט וויאזוי די גאנצע מציאות ארבעט.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1646
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4011
Re: ליקוי חמה, משיח'ס אנקומען, און דער פרידזשידער
מורי ורבותי.שרייבן שרייבט זיך האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 07, 2024 9:41 am אין א וועלט פון בלינדע, איז דער מיט איין אויג די קעניג.
אבער ווען מיר האבן דא מיט אונז #נקודות טובות, איז דער מיט איין אויג דער הינקעדיגע.
ווען א קעניג מיט צוויי אויגן גייט מיט די נישט ריכטיגע גלעזער, זעץ מען אים אנידער און מען נעמט אנשטאט אים אויף א קעניג וואס זעהט גוט על אף ער האט נאר איין אויג! שרייטס אלע יחי אדונינו מורינו ורבינו מלך @שרייבן שרייבט זיך לעולם ועד!
עפעס א טעות האב איך דא געמאכט, איך כאפ נאך נישט פונקטלעך וואס. איך האב נישט יעצט די ישוב הדעת יעצט עס צו איבערגיין. אבער איך וועל אי''ה ארבעטען אויף א לעגנגער ארטיקעל איבער דעם, ווען די צייט און ישוב הדעת וועט מיר ערלויבען. און האפענטלעך וועלן מיר דעמאלטס קלאר ווערן צוזאמען מיט'ן עולם.
אויף דערווייל וועל איך בעטן די מנהלים צו מעקן די קאפ פארדרייעניש וואס איך האב אנגעמאכט.
הצלחה!
-
- חבר המערכת
- פאוסטס: 121
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 2:31 pm
- Location: ביים טיש
- x 297
Re: ליקוי חמה, משיח'ס אנקומען, און דער פרידזשידער
@נקודות טובות די הנהלה האט געמעקט.
יעצט איז דיין צייט...
יעצט איז דיין צייט...
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 59
- זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 9:59 am
- Location: ליקווד
- x 99
Re: ליקוי חמה, משיח'ס אנקומען, און דער פרידזשידער
פאר דער וואס האלט ביים אינוועסטירן די צייט צו לערנן הלכות קידוש החודש, קען איך אים אן עצה געבן צו לערנן דער ספר שקל הקודש פון הרב חיים קנייבסקי, וואס איז א געוואלדיגע ארבעט.
סתם אזוי, אנפאנגן פון דער רמב"ם איז אויך א פיינעם פלאן.