ליקוי חמה, משיח'ס אנקומען, און דער פרידזשידער

שרייבן שרייבט זיך
פרישער באניצער
פאוסטס: 59
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 9:59 am
Location: ליקווד
x 99

פאוסט דורך שרייבן שרייבט זיך »

א. אין די יוצרות לשבת פרשת החודש שטייט אז די ערשטע קרבנות וואס מיר וועלן ברענגן ווען משיח וועט קומן וועלן זיין די קרבנות ר"ח ניסן.

ב. היי יאר האבן אלע נבואה זאגערס אונז צוגעזאגט משיח, אבער דאסמאל ממש ממש ממש.

ג. די ליקוי חמה זאגט פאר שלעכטע צייטן פאר די אוה"ע, וואס דאס מיינט אז אט אט קומט ער, און לכאורה לכבוד ר"ח ניסן, כמבואר לעיל אות א'.

ד. די ליקוי חמה וועט זיין צווישן ניין און עלף אזייגער ארץ ישראל צייט, וואס דאס מיינט אז די מולד האמיתי איז בערך אין יענער צייט.

ה. אויב אזוי, וועלן מיר שוין נישט זען די לבנה אום מאנטאג, נאר אפשר דינסטאג נאנט צו שקיעת החמה.

ו. בזמן שבית המקדש קיים, וועלן מיר נישט מקבל זיין עדות החדש נאך 'המנחה ולמעלה', כמבואר במתני'.

ז. אויב אזוי, וועלן מיר מאכן צוויי טעג ראש חודש, און פסח וועט זיין מיטוואך נישט דינסטאג.

ח. לויט דעם, וועט יוכ"פ אויסקומן אויף זונטאג.

ט. סעודת המפסקת וועט זיין שלש סעודות, און מיר 'עלן עסן קרעפליך ביים שלש סעודות און דערנאך גייען צו כל נדרי.

י. לכאורה די פראבלעם פון ירקיא און מתיא, וואס זיי לאזן אונז נישט מאכן יוכ"פ אום זונטאג, זענן שוין געלעזט מיט רעפרידזשערעיטערס, און מיר קענן רואיגעהייט האלטן יוכ"פ מוצ"ש.

יא. די שבת שובה דרשה וועט לכאורה פארקומן איידער די סעודת המפסקת.

יב. די איינציגסטע געבליבענם שאלה איז, ווען וועלן מיר מאכן כפרות?

ונזכה ונחיה ונראה ונירש טובה וברכה, בביאת משיח צדקינו במהרה בימינו.
שנראה כל אחד במעלת חברינו ולא חסרונם.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5336
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9958

Re: ליקוי החמה, משיח'ס אנקומן, און די רעפרידזשערעיטער

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אמן כן יהי רצון.

ביסט צוקער זיס.

אבער סעיף ב' וואלט איך אויסגעלאזט...
שמייכלדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 479
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 651

Re: ליקוי החמה, משיח'ס אנקומן, און די רעפרידזשערעיטער

פאוסט דורך שמייכלדיג »

WOW שיין צאמגעווארפן הילכתא למשיחא.

וואס איז די שאלה מיט די כפרות, אז מ'האט צוויי תמידין תמיד של שחר מכפר על עבירות שבלילה ותמיד של בין הערבים מכפר על עבירות שביום וואס דארף מען נאך א טשיקן?
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2503
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6552

Re: ליקוי החמה, משיח'ס אנקומן, און די רעפרידזשערעיטער

פאוסט דורך פופציגער »

אקעי... דאס איז גוט!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
שמויגער
פרישער באניצער
פאוסטס: 27
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:00 am
x 16

Re: ליקוי החמה, משיח'ס אנקומן, און די רעפרידזשערעיטער

פאוסט דורך שמויגער »

פיינע נייעס די..
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5336
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9958

Re: ליקוי חמה, משיח'ס אנקומען, און דער פרידזשידער

פאוסט דורך דער תהלים איד »

יג. אן ערדציטערניש אין ניו יארק
אוועיטער
סטעישאן וועעגן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 160
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 4:54 pm
x 301

Re: ליקוי חמה, משיח'ס אנקומען, און דער פרידזשידער

פאוסט דורך סטעישאן וועעגן »

שרייבן שרייבט זיך האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 7:39 pm
יב. די איינציגסטע געבליבענם שאלה איז, ווען וועלן מיר מאכן כפרות?

Chicken Soup
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1646
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4011

Re: ליקוי חמה, משיח'ס אנקומען, און דער פרידזשידער

פאוסט דורך נקודות טובות »

שרייבן שרייבט זיך האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 7:39 pm
► Show Spoiler
האב איך עס יעצט געליינט, שיין געשריבען, הנאה געהאט. געלייקט האב איך עס אויך. אבער יעצט לאמיר זעהן צו דו קענסט נעמען א challenge וואס גייט צוווארפען די קארטען....

די תגובה איז אונטער קאנסטראקשען

הצלחה וברכה!
שרייבן שרייבט זיך
פרישער באניצער
פאוסטס: 59
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 9:59 am
Location: ליקווד
x 99

Re: ליקוי חמה, משיח'ס אנקומען, און דער פרידזשידער

פאוסט דורך שרייבן שרייבט זיך »

אין א וועלט פון בלינדע, איז דער מיט איין אויג די קעניג.

אבער ווען מיר האבן דא מיט אונז #נקודות טובות, איז דער מיט איין אויג דער הינקעדיגע.
שנראה כל אחד במעלת חברינו ולא חסרונם.
אוועיטער
צייטווייליג
חבר המערכת
פאוסטס: 357
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
x 733

Re: ליקוי חמה, משיח'ס אנקומען, און דער פרידזשידער

פאוסט דורך צייטווייליג »

נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 12:05 am
שרייבן שרייבט זיך האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 7:39 pm
► Show Spoiler
א ברכה אויף דיין קאפ. א ברכה אויף אונזער קאפ פארן אייך האבן דאהי, דאס איז דאך געוואלדיג.

נו אפשר עפנט איר א טעמע צו מסבירן קידוש החודש?
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3976
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 10882

Re: ליקוי חמה, משיח'ס אנקומען, און דער פרידזשידער

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

צייטווייליג האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 11:47 am
נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 12:05 am
שרייבן שרייבט זיך האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 7:39 pm
► Show Spoiler
א ברכה אויף דיין קאפ. א ברכה אויף אונזער קאפ פארן אייך האבן דאהי, דאס איז דאך געוואלדיג.

נו אפשר עפנט איר א טעמע צו מסבירן קידוש החודש?
גא"מ. איך זיך שוין לאנג איינער זאל מיר עס מסביר זיין אן נוצן אומבאקאנטע טערמינען
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1646
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4011

Re: ליקוי חמה, משיח'ס אנקומען, און דער פרידזשידער

פאוסט דורך נקודות טובות »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 1:41 pm
צייטווייליג האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 11:47 am
נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 12:05 am
א ברכה אויף דיין קאפ. א ברכה אויף אונזער קאפ פארן אייך האבן דאהי, דאס איז דאך געוואלדיג.

נו אפשר עפנט איר א טעמע צו מסבירן קידוש החודש?
גא"מ. איך זיך שוין לאנג איינער זאל מיר עס מסביר זיין אן נוצן אומבאקאנטע טערמינען
איך האב צוויי פראבלעמען דערמיט.
1) אנדערש ווי אנדערע תגובות קען מען די נושא (עכ''פ איך קען) נישט שרייבען צוטיילט צען מינוט דא און צוואנציג מינוט דארט. נאר דאס דארף זיין עטליכע שעה ברציפות, אדער עכ''פ נישט צוטיילט אויף קליינע חלקים. ממילא אויב האט איינער איבריג א פאר שעה זאל מיר לאזן וויסען, און איך וועל אים געבן א POB וואו ער קען מיר עס שיקן... אדער אפשר חול המועד...

2) צו אראפלייגען די נושא שיין און קלאר אויף א פערשטענדליכע אופן אן קיין אומבאקאנטע טערמינען, דארף מען קענען אביסעל גרעפיקס. אבער איך בין א גרויסן עם הארץ אין דעם פעלד...
אוועיטער
צייטווייליג
חבר המערכת
פאוסטס: 357
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
x 733

Re: ליקוי חמה, משיח'ס אנקומען, און דער פרידזשידער

פאוסט דורך צייטווייליג »

נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 2:32 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 1:41 pm
צייטווייליג האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 11:47 am
א ברכה אויף דיין קאפ. א ברכה אויף אונזער קאפ פארן אייך האבן דאהי, דאס איז דאך געוואלדיג.

נו אפשר עפנט איר א טעמע צו מסבירן קידוש החודש?
גא"מ. איך זיך שוין לאנג איינער זאל מיר עס מסביר זיין אן נוצן אומבאקאנטע טערמינען
איך האב צוויי פראבלעמען דערמיט.
1) אנדערש ווי אנדערע תגובות קען מען די נושא (עכ''פ איך קען) נישט שרייבען צוטיילט צען מינוט דא און צוואנציג מינוט דארט. נאר דאס דארף זיין עטליכע שעה ברציפות, אדער עכ''פ נישט צוטיילט אויף קליינע חלקים. ממילא אויב האט איינער איבריג א פאר שעה זאל מיר לאזן וויסען, און איך וועל אים געבן א POB וואו ער קען מיר עס שיקן... אדער אפשר חול המועד...

2) צו אראפלייגען די נושא שיין און קלאר אויף א פערשטענדליכע אופן אן קיין אומבאקאנטע טערמינען, דארף מען קענען אביסעל גרעפיקס. אבער איך בין א גרויסן עם הארץ אין דעם פעלד...
אלץ די צייט אויס קענסטו מאכן א דרעפט און עס אפדעיטן ווען די צייט ערלויבט, סוואלט געווען א עכטע זיכוי הרבים
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1646
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4011

Re: ליקוי חמה, משיח'ס אנקומען, און דער פרידזשידער

פאוסט דורך נקודות טובות »

צייטווייליג האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 4:46 pm
נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 2:32 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 1:41 pm

גא"מ. איך זיך שוין לאנג איינער זאל מיר עס מסביר זיין אן נוצן אומבאקאנטע טערמינען
איך האב צוויי פראבלעמען דערמיט.
1) אנדערש ווי אנדערע תגובות קען מען די נושא (עכ''פ איך קען) נישט שרייבען צוטיילט צען מינוט דא און צוואנציג מינוט דארט. נאר דאס דארף זיין עטליכע שעה ברציפות, אדער עכ''פ נישט צוטיילט אויף קליינע חלקים. ממילא אויב האט איינער איבריג א פאר שעה זאל מיר לאזן וויסען, און איך וועל אים געבן א POB וואו ער קען מיר עס שיקן... אדער אפשר חול המועד...

2) צו אראפלייגען די נושא שיין און קלאר אויף א פערשטענדליכע אופן אן קיין אומבאקאנטע טערמינען, דארף מען קענען אביסעל גרעפיקס. אבער איך בין א גרויסן עם הארץ אין דעם פעלד...
אלץ די צייט אויס קענסטו מאכן א דרעפט און עס אפדעיטן ווען די צייט ערלויבט, סוואלט געווען א עכטע זיכוי הרבים
העמיר פראבירן בעזר השם אריינצוגיין אין די פשוטע יסודות. אבער דאס גייט נישט אויף איינמאל, עס וועט מיר געדוירען צייט. ומכאן הקריאה יוצאות אז אויב איז דא איינער וואס קען אביסעל גרעפיקס און איז גרייט מקריב צו זיין אביסעל פון זיין צייט פאר'ן ציבור, זאל זיך מעלדן צו מיר דא אדער פריוואט.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5336
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9958

Re: ליקוי חמה, משיח'ס אנקומען, און דער פרידזשידער

פאוסט דורך דער תהלים איד »

נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 5:36 pm
צייטווייליג האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 4:46 pm
נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 2:32 pm
איך האב צוויי פראבלעמען דערמיט.
1) אנדערש ווי אנדערע תגובות קען מען די נושא (עכ''פ איך קען) נישט שרייבען צוטיילט צען מינוט דא און צוואנציג מינוט דארט. נאר דאס דארף זיין עטליכע שעה ברציפות, אדער עכ''פ נישט צוטיילט אויף קליינע חלקים. ממילא אויב האט איינער איבריג א פאר שעה זאל מיר לאזן וויסען, און איך וועל אים געבן א POB וואו ער קען מיר עס שיקן... אדער אפשר חול המועד...

2) צו אראפלייגען די נושא שיין און קלאר אויף א פערשטענדליכע אופן אן קיין אומבאקאנטע טערמינען, דארף מען קענען אביסעל גרעפיקס. אבער איך בין א גרויסן עם הארץ אין דעם פעלד...
אלץ די צייט אויס קענסטו מאכן א דרעפט און עס אפדעיטן ווען די צייט ערלויבט, סוואלט געווען א עכטע זיכוי הרבים
העמיר פראבירן בעזר השם אריינצוגיין אין די פשוטע יסודות. אבער דאס גייט נישט אויף איינמאל, עס וועט מיר געדוירען צייט. ומכאן הקריאה יוצאות אז אויב איז דא איינער וואס קען אביסעל גרעפיקס און איז גרייט מקריב צו זיין אביסעל פון זיין צייט פאר'ן ציבור, זאל זיך מעלדן צו מיר דא אדער פריוואט.
גוטע נייעס דאס.

@אינגערמאן אפשר איז דער גראפיקער פונעם שרייב פארמעסט גרייט דערפאר?
שרייבן שרייבט זיך
פרישער באניצער
פאוסטס: 59
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 9:59 am
Location: ליקווד
x 99

Re: ליקוי חמה, משיח'ס אנקומען, און דער פרידזשידער

פאוסט דורך שרייבן שרייבט זיך »

איך האב נאכגעקוקט אין די לוח פון הרב גנוט, און דער מולד האמיתי גייט זיין 20:43 מאנטאג נאכט, אביסל איידער די עקליפס הייבט זיך אן. נישט אינדערפרי ווי הרב בעל נקודות טובות האט געשריבן.
איך באהעפט דא א קאפי פון יענער פעידזש
IMG_20240407_204314.jpeg
IMG_20240407_204314.jpeg (369.5 KiB) געזען געווארן 443 מאל
איך וויל אויך מעורר זיין, אז די לבנה'ס חודשליכע גאנג איז ממערב למזרח, און די זונ'ס יערליכע גאנג איז אויך ממערב למזרח. אלזא, די מולד דארף זיין קענטיג דאהי איידער ארץ ישראל.
אבער אין עפעס בין איך דא צומישט, ווארום די מולד אין די גאנצע וועלט איז די זעלבע סעקונדע, ועדיין צריך ישוב במוחי פונקט וויאזוי די גאנצע מציאות ארבעט.
שנראה כל אחד במעלת חברינו ולא חסרונם.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1646
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4011

Re: ליקוי חמה, משיח'ס אנקומען, און דער פרידזשידער

פאוסט דורך נקודות טובות »

שרייבן שרייבט זיך האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 10:12 pm איך האב נאכגעקוקט אין די לוח פון הרב גנוט, און דער מולד האמיתי גייט זיין 20:43 מאנטאג נאכט, אביסל איידער די עקליפס הייבט זיך אן. נישט אינדערפרי ווי הרב בעל נקודות טובות האט געשריבן.
איך באהעפט דא א קאפי פון יענער פעידזש

איך וויל אויך מעורר זיין, אז די לבנה'ס חודשליכע גאנג איז ממערב למזרח, און די זונ'ס יערליכע גאנג איז אויך ממערב למזרח. אלזא, די מולד דארף זיין קענטיג דאהי איידער ארץ ישראל.
אבער אין עפעס בין איך דא צומישט, ווארום די מולד אין די גאנצע וועלט איז די זעלבע סעקונדע, ועדיין צריך ישוב במוחי פונקט וויאזוי די גאנצע מציאות ארבעט.
וועל איך שפעטער איבערקוקען. קען זיין איך האב א טעות.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1646
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4011

Re: ליקוי חמה, משיח'ס אנקומען, און דער פרידזשידער

פאוסט דורך נקודות טובות »

שרייבן שרייבט זיך האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 9:41 am אין א וועלט פון בלינדע, איז דער מיט איין אויג די קעניג.

אבער ווען מיר האבן דא מיט אונז #נקודות טובות, איז דער מיט איין אויג דער הינקעדיגע.
מורי ורבותי.
ווען א קעניג מיט צוויי אויגן גייט מיט די נישט ריכטיגע גלעזער, זעץ מען אים אנידער און מען נעמט אנשטאט אים אויף א קעניג וואס זעהט גוט על אף ער האט נאר איין אויג! שרייטס אלע יחי אדונינו מורינו ורבינו מלך @שרייבן שרייבט זיך לעולם ועד!

עפעס א טעות האב איך דא געמאכט, איך כאפ נאך נישט פונקטלעך וואס. איך האב נישט יעצט די ישוב הדעת יעצט עס צו איבערגיין. אבער איך וועל אי''ה ארבעטען אויף א לעגנגער ארטיקעל איבער דעם, ווען די צייט און ישוב הדעת וועט מיר ערלויבען. און האפענטלעך וועלן מיר דעמאלטס קלאר ווערן צוזאמען מיט'ן עולם.

אויף דערווייל וועל איך בעטן די מנהלים צו מעקן די קאפ פארדרייעניש וואס איך האב אנגעמאכט.

הצלחה!
הכל ריוח
חבר המערכת
פאוסטס: 121
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 2:31 pm
Location: ביים טיש
x 297

Re: ליקוי חמה, משיח'ס אנקומען, און דער פרידזשידער

פאוסט דורך הכל ריוח »

@נקודות טובות די הנהלה האט געמעקט.
יעצט איז דיין צייט...
שרייבן שרייבט זיך
פרישער באניצער
פאוסטס: 59
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 9:59 am
Location: ליקווד
x 99

Re: ליקוי חמה, משיח'ס אנקומען, און דער פרידזשידער

פאוסט דורך שרייבן שרייבט זיך »

פאר דער וואס האלט ביים אינוועסטירן די צייט צו לערנן הלכות קידוש החודש, קען איך אים אן עצה געבן צו לערנן דער ספר שקל הקודש פון הרב חיים קנייבסקי, וואס איז א געוואלדיגע ארבעט.

סתם אזוי, אנפאנגן פון דער רמב"ם איז אויך א פיינעם פלאן.
שנראה כל אחד במעלת חברינו ולא חסרונם.
שרייב פאוסט