עלעקטארעל קאלעדזש

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
לך לך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 285
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:17 pm
Location: בראשית
x 561

עלעקטארעל קאלעדזש

פאוסט דורך לך לך »

וואס איז דאס, פארוואס ווילן די דעמאקראטן פטור ווערן פון דעם, פארוואס האט די געוועזענע לינקע אידישע ריכטער גינסזבערג געזאגט אז מען דארף פון דעם פטור ווערן...

די אמעריקאנער פרעזידענט אין ווייס פרעזידענט ווערן נישט אריינגעוועלט דורך די פאלק, זיי ווערן אריינגעוועלט דורך 538 עלעקטארס, די מהלך איז אויסגעשטעלט אין די אמעריקאנער קאנסטיטוציע.

פארוואס האבן די גרינדערס נישט געמאכט די מהלך גרינג אז ווער עס האט רוב איז פרעזידענט?
פארוואס זענען זיי אויפגעקומען מיט די מהלך אין פארוואס נוצט מען עס נאך היינט?

די גרינדערס האבן נישט געוואלט מאכן א מדינה געפירט דורך די מערסטע באקומענדיק שטימען קאנדידאט, זיי האבן געוויסט פון זייער אסאך שטודיעס וואס אסאך האבן שוין פארגעסן אדער זיך קיינמאל נישט געלערנט אז די מהלך ארבעט נישט.

דאס איז אויך די סיבה פארוואס מיר האבן דריי אפטיילונגען אין גאווערמענט, עקזעקוטיוו, לעגיסלאטיווע, אין קארט סיסטעם, דעס איז אויך די סיבה פארוואס יעדע סטעיט האט צוויי סענאטארס נישט קיין חילוק וויפיל מענטשן עס האט, אבער האבן רעפרעזענטירן אין קאנגרעס נאר אויף וויפיל מענטשן זיי האבן, עס איז אויך פארוואס עס נעמט א סופער מאריטעט אין קאנגרעס אין דריי פערטל סטעיט צו טוישן די קאנסטיטוציע, אין עס איז אויך פארוואס מיר האבן די עלעטארל קאלעדזש.

די מהלך פון די עלעקשנס איז ווי פאלגענד, די ערשטע דינסטאג אין נאוועמבער קומט פאר די עכטע דעמאקראטישע עלעקשנס ווי מען שטימט פאר א גרופע עלעקטארס, למשל אויב האט איר געוועלט פאר טראמפ אין 2020 אין ניו יארק האט איר געשטימט פאר א גרופע פון 29 עלעקטארס פון די רעפובליקאנער פארטיי אין אויב האט איר געשטימט פאר ביידן האט איר געוועלט פאר די 29 עלעקטארס פון די דעמאקראטישע פארטיי, די צווייטע חלק פון די עלעקשנס איז אין דעצעמבער ווי די סטעיטס האלטן אפ זייער אייגענע עלעקשנס דורך די באשטימטע עלעקטארס אין מען דארף דארט האבן 270 צו געווינען.

פארוואס איז דאס אזוי וויכטיג, ווייל כדי צו געווינען מוז א קאנדידאט האבן שטיצע פון אלע זייטן פונעם לאנד אין עס מאכט די קאנדידאט ארום פארן זיך צוהערן צו אלע סארטן מענטשן, געווינען נאר די דרום סטעיטס אדער נאר די צפון סטעיטס וועט אים נישט ברענגען צו 270, ווען די עלעקשנס וואלט ווען נאר געווען וועגן האבן די מערסטע שטימען וואלטן אלע קאנדידאטן קאמפיינט אין די גרויסע שטעט ווי ניו יארק אין לאס אנזשעלעס, פארוואס זאל פארדעם קאנדידאט אנגיין די פראבלעמען פון פארמערס אין די מיטן סטעיטס פון אמעריקע.

איז די עלעקשנס נישט דעפיציט דרוק די אזוי גערופענע סווינג סטעיטס? ניין, סווינג סטעיטס טוישן זיך כסדר, קאליפארניע פלעגט זיין רויטע סטעיט ביז 1992, טעקסאס פלעגט זיין בלוי, נישט אריזאנע אדער דרום קארעלינא פלעגן זיין סווינג סטעיט.

זייער אסאך מיינען אז בוש 43 האט געווינען אין 2000 וועגן פלארידע, גערעכט אבער וואס מען פארגעסט איז ער האט געפליפט וועסט ווירזשינע, 4 עלעקטארעלס, א סטעיט וואס דעמאקראטן האבן נישט קאמפיינט מיינענדיק אז איז סעיף.

קיין איין פארטיי קען נישט איגנארירן קיין איין סטעיט פאר צו לאנג אן האבן קאנסעקווענצן, יעדע סטעיט מאכט אויס.

די מהלך טוט אויך אפהאלטן פון אוועקכאפן די עלעקשנס, ווייל כדי צו גנבענען מוז מען דאס אויסרעכענען אויף קאמפליצירטע וועג אין מיט אזויפיל סווינג סטעיטס איז נישט גרינג, אבער אן די מהלך יעדע גנבעט שטימע אין די גאנצע לאנד וואלט אויסגעמאכט די עלעקשאן.

דאס איז די מהלך פון א געלונגענע רעפובליק וואס די גרינדערס האבן פארגעברייט:
    עס היט אפ פון א פשוטן מאריטעט
    עס העלפט פאראייניקן דאס לאנד
    אין היט אפ פון פעלשן.

    אויב האט איר הנאה געהאט גוט א לייק.

    אויב האט איר קשיות, שעמט אייך נישט, פרעגט.
    איך טראכט נאך וואס צו שרייבן...

    קומט אין אישי
    רואה חשבונות
    אקטיווער שרייבער
    פאוסטס: 1325
    זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
    x 3589

    Re: עלעקטארעל קאלעדזש

    פאוסט דורך רואה חשבונות »

    זייער שיין און קלאר!
    אוועיטער
    וואוילער
    אקטיווער שרייבער
    פאוסטס: 3260
    זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
    x 4575

    Re: עלעקטארעל קאלעדזש

    פאוסט דורך וואוילער »

    זייער שיין.

    איז נאר די פראגע וויאזוי קען זיין אז 2020 האט מען געקענט פעלשן?
    אקעי, סטאפ, פארדריי נישט די שמועס מיט נער'ישע פאליטיק!
    מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
    אוועיטער
    פופציגער
    אקטיווער שרייבער
    פאוסטס: 2364
    זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
    x 6054

    Re: עלעקטארעל קאלעדזש

    פאוסט דורך פופציגער »

    איך כאפ נאכנישט וואס וואלט שלעכט געווען ווען מקוקט פלעין וואס רוב אמעריקאנער ווילן
    נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

    א פרייליכן תמיד!

    לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
    משה רבינו
    אקטיווער באניצער
    פאוסטס: 383
    זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:57 pm
    x 371

    Re: עלעקטארעל קאלעדזש

    פאוסט דורך משה רבינו »

    פופציגער האט געשריבן: זונטאג מערץ 31, 2024 11:47 am איך כאפ נאכנישט וואס וואלט שלעכט געווען ווען מקוקט פלעין וואס רוב אמעריקאנער ווילן
    זיי האבן נישט געואלט איבער געבן די מאכט פארן טיפישן פעלד ארבעטער און היינט וואס פארשטייט נישט צו גאווערמענט נאר פאר די עליטע עלעקטארל קאלידטש
    אנדערער
    אקטיווער שרייבער
    פאוסטס: 2218
    זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
    x 2355

    Re: עלעקטארעל קאלעדזש

    פאוסט דורך אנדערער »

    פופציגער האט געשריבן: זונטאג מערץ 31, 2024 11:47 am איך כאפ נאכנישט וואס וואלט שלעכט געווען ווען מקוקט פלעין וואס רוב אמעריקאנער ווילן
    די רוב זאל נישט אונטערדרוקן דעם מיעוט

    לאמיר זאגן 40 פראצענט אמעריקע ברויך עפעס אבער 55 פראצענט ברויך עס נישט. זאל די 55 פראצענט נישט קענען טוהן מיט די 40 פראצענט װאס זיי ווילן
    לך לך
    אקטיווער באניצער
    פאוסטס: 285
    זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:17 pm
    Location: בראשית
    x 561

    Re: עלעקטארעל קאלעדזש

    פאוסט דורך לך לך »

    וואוילער האט געשריבן: זונטאג מערץ 31, 2024 9:50 am זייער שיין.

    איז נאר די פראגע וויאזוי קען זיין אז 2020 האט מען געקענט פעלשן?
    אקעי, סטאפ, פארדריי נישט די שמועס מיט נער'ישע פאליטיק!
    אלא מאי, עס איז נישט געווען געפעלשט.

    די טענות וואס די רעפובליקאנער זאגן היינט אז די פראבלעם איז מען האט געטוישט די געזעצן נישט לעגאל וועגן קאוויד.
    איך טראכט נאך וואס צו שרייבן...

    קומט אין אישי
    אוועיטער
    דער תהלים איד
    אקטיווער שרייבער
    פאוסטס: 5215
    זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
    x 9499

    Re: עלעקטארעל קאלעדזש

    פאוסט דורך דער תהלים איד »

    לך לך האט געשריבן: זונטאג מערץ 31, 2024 8:20 am אויב האט איר הנאה געהאט גוט א לייק.
    און אויב מ'האט "שטארק" הנאה געהאט??

    👍
    קיינמאל
    אידטיש שרייבער
    פאוסטס: 621
    זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:57 pm
    x 498

    Re: עלעקטארעל קאלעדזש

    פאוסט דורך קיינמאל »

    פופציגער האט געשריבן: זונטאג מערץ 31, 2024 11:47 am איך כאפ נאכנישט וואס וואלט שלעכט געווען ווען מקוקט פלעין וואס רוב אמעריקאנער ווילן
    אמעריקע איז נישט א לאנד עס איז א פאראיין פון שטאטן
    אוועיטער
    וואוילער
    אקטיווער שרייבער
    פאוסטס: 3260
    זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
    x 4575

    Re: עלעקטארעל קאלעדזש

    פאוסט דורך וואוילער »

    קיינמאל האט געשריבן: זונטאג מערץ 31, 2024 3:50 pm
    פופציגער האט געשריבן: זונטאג מערץ 31, 2024 11:47 am איך כאפ נאכנישט וואס וואלט שלעכט געווען ווען מקוקט פלעין וואס רוב אמעריקאנער ווילן
    אמעריקע איז נישט א לאנד עס איז א פאראיין פון שטאטן
    אשר על כן?
    מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
    אוועיטער
    דער תהלים איד
    אקטיווער שרייבער
    פאוסטס: 5215
    זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
    x 9499

    Re: עלעקטארעל קאלעדזש

    פאוסט דורך דער תהלים איד »

    אשר על כן דארף מען אויך קוקן לויט די מיינונג פון די מער פעסטע לענדער, מ'קען נישט סתם קוקן אויף רוב פארשוינען פון אלע לענדער אינאיינעם.
    רואה חשבונות
    אקטיווער שרייבער
    פאוסטס: 1325
    זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
    x 3589

    Re: עלעקטארעל קאלעדזש

    פאוסט דורך רואה חשבונות »

    דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מערץ 31, 2024 4:40 pm אשר על כן דארף מען אויך קוקן לויט די מיינונג פון די מער פעסטע לענדער, מ'קען נישט סתם קוקן אויף רוב פארשוינען פון אלע לענדער אינאיינעם.
    למעשה שטעלט זיך ארויס אז דווקא די גרעסטע שטעט קוקט מען נישט אויף זייער מיינונג.

    טעקסאס - קיינער קוקט נישט דערויף ווייל ס’איז עניוועיס רויט
    קאליפארניע - קיינער קוקט נישט דערויף ווייל ס’איז עניוועיס בלוי וכו'

    מ'קוקט/מ'רעכענט זיך אינגאנצן אויף 8-9 סטעיטס.
    אוועיטער
    פופציגער
    אקטיווער שרייבער
    פאוסטס: 2364
    זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
    x 6054

    Re: עלעקטארעל קאלעדזש

    פאוסט דורך פופציגער »

    רואה חשבונות האט געשריבן: זונטאג מערץ 31, 2024 5:12 pm
    דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מערץ 31, 2024 4:40 pm אשר על כן דארף מען אויך קוקן לויט די מיינונג פון די מער פעסטע לענדער, מ'קען נישט סתם קוקן אויף רוב פארשוינען פון אלע לענדער אינאיינעם.
    למעשה שטעלט זיך ארויס אז דווקא די גרעסטע שטעט קוקט מען נישט אויף זייער מיינונג.

    טעקסאס - קיינער קוקט נישט דערויף ווייל ס’איז עניוועיס רויט
    קאליפארניע - קיינער קוקט נישט דערויף ווייל ס’איז עניוועיס בלוי וכו'

    מ'קוקט/מ'רעכענט זיך אינגאנצן אויף 8-9 סטעיטס.
    פיין קוקט מען. אויב איז עס רויט איז פשט אז די רויטע פארדינען דערפון. ניין?
    נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

    א פרייליכן תמיד!

    לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
    אנדערער
    אקטיווער שרייבער
    פאוסטס: 2218
    זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
    x 2355

    Re: עלעקטארעל קאלעדזש

    פאוסט דורך אנדערער »

    עס זענען דא פילע פראבלעמען מיט דעם אז קליינע סטעיטס האבן מער פאוער פער קעפיטע ווי גרויסע אבער די אנדערע וועג וואלטן זיי פשוט איגנארירט געווארן
    איך ווייס
    אקטיווער באניצער
    פאוסטס: 195
    זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:26 pm
    x 221

    Re: עלעקטארעל קאלעדזש

    פאוסט דורך איך ווייס »

    די סיבה פארוואס סאיז דא אן עלעקטארל קאללידזש, איז וויבאלד די גרינדער האבן געוואלט לאזן די סטעיטס אליין מחליט זיין וויאזוי צו פארטיילן די עלעקטארס. למשל ניו יארק האט נישט געהאט קיין וואלן פאר פרעזידענט ביז די וואלן פון 1828. ביז דאן האט די סטעיט לעגיסלאטור געוועלט עלעקטארס.
    אנדערער
    אקטיווער שרייבער
    פאוסטס: 2218
    זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
    x 2355

    Re: עלעקטארעל קאלעדזש

    פאוסט דורך אנדערער »

    אמת. אבער די סיבה פארוואס די קלענסטע סטעיט האט 3 עלעקטארס איז ווי פריער גערעדט
    איך ווייס
    אקטיווער באניצער
    פאוסטס: 195
    זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:26 pm
    x 221

    Re: עלעקטארעל קאלעדזש

    פאוסט דורך איך ווייס »

    די סיבה פארוואס די קליינע באקומען 3 איז פשוט א תוצאה פון די גרויסע פשרה. דער פינדער פון אמעריקע האבן זיך געמוזט בייגן צו די קליינע סטעיטס, ווייל טאמער נישט וואלטן די קליינע קיינמאל רעטיפייעד די קאנסטיטוציע.
    לך לך
    אקטיווער באניצער
    פאוסטס: 285
    זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:17 pm
    Location: בראשית
    x 561

    Re: עלעקטארעל קאלעדזש

    פאוסט דורך לך לך »

    רואה חשבונות האט געשריבן: זונטאג מערץ 31, 2024 5:12 pm
    דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מערץ 31, 2024 4:40 pm אשר על כן דארף מען אויך קוקן לויט די מיינונג פון די מער פעסטע לענדער, מ'קען נישט סתם קוקן אויף רוב פארשוינען פון אלע לענדער אינאיינעם.
    למעשה שטעלט זיך ארויס אז דווקא די גרעסטע שטעט קוקט מען נישט אויף זייער מיינונג.

    טעקסאס - קיינער קוקט נישט דערויף ווייל ס’איז עניוועיס רויט
    קאליפארניע - קיינער קוקט נישט דערויף ווייל ס’איז עניוועיס בלוי וכו'

    מ'קוקט/מ'רעכענט זיך אינגאנצן אויף 8-9 סטעיטס.
    דעמאקראטן האלטן אז זיי האבן א טשאנס צו געווינען סעקסאס.
    אין רעפובליקאנער האלטן אז זיי קענען געווינען נעוואדע.

    אונטערשטע שורה, יעדע סטעיט וואס די געווינס איז אנטער 10 פראצענט וועט מען נאכקוקן ביי די קומענדיקע עלעקשנס אויב עס קומט א סופרייז.
    איך טראכט נאך וואס צו שרייבן...

    קומט אין אישי
    קיינמאל
    אידטיש שרייבער
    פאוסטס: 621
    זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:57 pm
    x 498

    Re: עלעקטארעל קאלעדזש

    פאוסט דורך קיינמאל »

    וואוילער האט געשריבן: זונטאג מערץ 31, 2024 4:33 pm
    קיינמאל האט געשריבן: זונטאג מערץ 31, 2024 3:50 pm
    פופציגער האט געשריבן: זונטאג מערץ 31, 2024 11:47 am איך כאפ נאכנישט וואס וואלט שלעכט געווען ווען מקוקט פלעין וואס רוב אמעריקאנער ווילן
    אמעריקע איז נישט א לאנד עס איז א פאראיין פון שטאטן
    אשר על כן?
    איז די עכטע פרעזידענט יעדע גאווארנאר פון זיין סטעיט

    די פרעזידענט פון די פאראייניקטע שטאטן איז אמאל געווען א מער סימבאלישע זאך מיט היבש ווייניג מאכט. מיט די צייט האט זיך די פעדעראלע רעגירונג גענומען איבריגע מאכט וואס האט שטארק געשאדט פארן לאנד. לדוגמא די עף בי איי איז א חרבון אמעריקא איז אנגעגאנגען אן א עף בי איי פאר איבער 130 יאר אן די קורעפטירטע איבריגע ארגעניזאציעס

    אין אנדערע ווערטער די פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן איז בכלל נישט די עכטע פירער פון די לאנד אז די בירגער זאלן קענען וועלן פאר דעם עס איז בערך אזוי ווי די יו ען סעקרעטאר וואס ווערט ערוויילט דורך די לענדער פון די פאראיין נישט דורך די בירגער פון די לענדער
    קיינמאל
    אידטיש שרייבער
    פאוסטס: 621
    זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:57 pm
    x 498

    Re: עלעקטארעל קאלעדזש

    פאוסט דורך קיינמאל »

    אין א לאנד וועלן די בירגער פאר די פירער לדוגמא די גאווערנאר פון יעדע סטעיט

    אין א פאראיין וועלן דעלעגאטן פון יעדע לאנד ווער עס זאל פירן די פאראיין
    קיינמאל
    אידטיש שרייבער
    פאוסטס: 621
    זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:57 pm
    x 498

    Re: עלעקטארעל קאלעדזש

    פאוסט דורך קיינמאל »

    איך ווייס האט געשריבן: זונטאג מערץ 31, 2024 10:30 pm די סיבה פארוואס די קליינע באקומען 3 איז פשוט א תוצאה פון די גרויסע פשרה. דער פינדער פון אמעריקע האבן זיך געמוזט בייגן צו די קליינע סטעיטס, ווייל טאמער נישט וואלטן די קליינע קיינמאל רעטיפייעד די קאנסטיטוציע.
    לינק צו דעס?
    איך ווייס
    אקטיווער באניצער
    פאוסטס: 195
    זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:26 pm
    x 221

    Re: עלעקטארעל קאלעדזש

    פאוסט דורך איך ווייס »

    קיינמאל האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 12:43 am

    לינק צו עניטינג וואס די פותח האט געשריבן? אה עם ווילסטו גלייבן, מוז ער נישט צושטעלן קיין לינק. געב א גוגל the great compromise.
    אנדערער
    אקטיווער שרייבער
    פאוסטס: 2218
    זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
    x 2355

    Re: עלעקטארעל קאלעדזש

    פאוסט דורך אנדערער »

    איך ווייס האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 4:55 am

    די גרעסערע סטעיטס האבן געוואלט די קליינע אינעם פאראיין וואס האבן נאר מסכים געווען אויף דעם אופן.

    ווען נישט דו צאלסט פאר דעם קאשיער וואלט ער דיך נישט געלאזט ארויסטראגן די סחורה. באנדיט וואס ער איז
    איך ווייס
    אקטיווער באניצער
    פאוסטס: 195
    זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:26 pm
    x 221

    Re: עלעקטארעל קאלעדזש

    פאוסט דורך איך ווייס »

    אנדערער האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 9:22 am
    איך ווייס האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 4:55 am
    קיינמאל האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 12:43 am

    לינק צו דעס?
    לינק צו עניטינג וואס די פותח האט געשריבן? אה עם ווילסטו גלייבן, מוז ער נישט צושטעלן קיין לינק. געב א גוגל the great compromise.
    די גרעסערע סטעיטס האבן געוואלט די קליינע אינעם פאראיין וואס האבן נאר מסכים געווען אויף דעם אופן.

    ווען נישט דו צאלסט פאר דעם קאשיער וואלט ער דיך נישט געלאזט ארויסטראגן די סחורה. באנדיט וואס ער איז
    לא הבנתי. דינגסט זיך מיט מיר? ביסט מסכים מיט מיר?
    אנדערער
    אקטיווער שרייבער
    פאוסטס: 2218
    זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
    x 2355

    Re: עלעקטארעל קאלעדזש

    פאוסט דורך אנדערער »

    איך ווייס האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 10:33 pm
    אנדערער האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 9:22 am
    איך ווייס האט געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 4:55 am

    לינק צו עניטינג וואס די פותח האט געשריבן? אה עם ווילסטו גלייבן, מוז ער נישט צושטעלן קיין לינק. געב א גוגל the great compromise.
    די גרעסערע סטעיטס האבן געוואלט די קליינע אינעם פאראיין וואס האבן נאר מסכים געווען אויף דעם אופן.

    ווען נישט דו צאלסט פאר דעם קאשיער וואלט ער דיך נישט געלאזט ארויסטראגן די סחורה. באנדיט וואס ער איז
    לא הבנתי. דינגסט זיך מיט מיר? ביסט מסכים מיט מיר?
    איך דינג זיך אויף דעם אויסדרוק קאמפראמיס כאטש בעצם איז עס נישט אזוי שלעכט אבער ווערט פארטייטשט כאילו די קליינע סטעיטס האבן עפעס באראבעוועט די גרויסע
    שרייב פאוסט