די אמעריקאנער פרעזידענט אין ווייס פרעזידענט ווערן נישט אריינגעוועלט דורך די פאלק, זיי ווערן אריינגעוועלט דורך 538 עלעקטארס, די מהלך איז אויסגעשטעלט אין די אמעריקאנער קאנסטיטוציע.
פארוואס האבן די גרינדערס נישט געמאכט די מהלך גרינג אז ווער עס האט רוב איז פרעזידענט?
פארוואס זענען זיי אויפגעקומען מיט די מהלך אין פארוואס נוצט מען עס נאך היינט?
די גרינדערס האבן נישט געוואלט מאכן א מדינה געפירט דורך די מערסטע באקומענדיק שטימען קאנדידאט, זיי האבן געוויסט פון זייער אסאך שטודיעס וואס אסאך האבן שוין פארגעסן אדער זיך קיינמאל נישט געלערנט אז די מהלך ארבעט נישט.
דאס איז אויך די סיבה פארוואס מיר האבן דריי אפטיילונגען אין גאווערמענט, עקזעקוטיוו, לעגיסלאטיווע, אין קארט סיסטעם, דעס איז אויך די סיבה פארוואס יעדע סטעיט האט צוויי סענאטארס נישט קיין חילוק וויפיל מענטשן עס האט, אבער האבן רעפרעזענטירן אין קאנגרעס נאר אויף וויפיל מענטשן זיי האבן, עס איז אויך פארוואס עס נעמט א סופער מאריטעט אין קאנגרעס אין דריי פערטל סטעיט צו טוישן די קאנסטיטוציע, אין עס איז אויך פארוואס מיר האבן די עלעטארל קאלעדזש.
די מהלך פון די עלעקשנס איז ווי פאלגענד, די ערשטע דינסטאג אין נאוועמבער קומט פאר די עכטע דעמאקראטישע עלעקשנס ווי מען שטימט פאר א גרופע עלעקטארס, למשל אויב האט איר געוועלט פאר טראמפ אין 2020 אין ניו יארק האט איר געשטימט פאר א גרופע פון 29 עלעקטארס פון די רעפובליקאנער פארטיי אין אויב האט איר געשטימט פאר ביידן האט איר געוועלט פאר די 29 עלעקטארס פון די דעמאקראטישע פארטיי, די צווייטע חלק פון די עלעקשנס איז אין דעצעמבער ווי די סטעיטס האלטן אפ זייער אייגענע עלעקשנס דורך די באשטימטע עלעקטארס אין מען דארף דארט האבן 270 צו געווינען.
פארוואס איז דאס אזוי וויכטיג, ווייל כדי צו געווינען מוז א קאנדידאט האבן שטיצע פון אלע זייטן פונעם לאנד אין עס מאכט די קאנדידאט ארום פארן זיך צוהערן צו אלע סארטן מענטשן, געווינען נאר די דרום סטעיטס אדער נאר די צפון סטעיטס וועט אים נישט ברענגען צו 270, ווען די עלעקשנס וואלט ווען נאר געווען וועגן האבן די מערסטע שטימען וואלטן אלע קאנדידאטן קאמפיינט אין די גרויסע שטעט ווי ניו יארק אין לאס אנזשעלעס, פארוואס זאל פארדעם קאנדידאט אנגיין די פראבלעמען פון פארמערס אין די מיטן סטעיטס פון אמעריקע.
איז די עלעקשנס נישט דעפיציט דרוק די אזוי גערופענע סווינג סטעיטס? ניין, סווינג סטעיטס טוישן זיך כסדר, קאליפארניע פלעגט זיין רויטע סטעיט ביז 1992, טעקסאס פלעגט זיין בלוי, נישט אריזאנע אדער דרום קארעלינא פלעגן זיין סווינג סטעיט.
זייער אסאך מיינען אז בוש 43 האט געווינען אין 2000 וועגן פלארידע, גערעכט אבער וואס מען פארגעסט איז ער האט געפליפט וועסט ווירזשינע, 4 עלעקטארעלס, א סטעיט וואס דעמאקראטן האבן נישט קאמפיינט מיינענדיק אז איז סעיף.
קיין איין פארטיי קען נישט איגנארירן קיין איין סטעיט פאר צו לאנג אן האבן קאנסעקווענצן, יעדע סטעיט מאכט אויס.
די מהלך טוט אויך אפהאלטן פון אוועקכאפן די עלעקשנס, ווייל כדי צו גנבענען מוז מען דאס אויסרעכענען אויף קאמפליצירטע וועג אין מיט אזויפיל סווינג סטעיטס איז נישט גרינג, אבער אן די מהלך יעדע גנבעט שטימע אין די גאנצע לאנד וואלט אויסגעמאכט די עלעקשאן.
דאס איז די מהלך פון א געלונגענע רעפובליק וואס די גרינדערס האבן פארגעברייט:
עס העלפט פאראייניקן דאס לאנד
אין היט אפ פון פעלשן.
אויב האט איר הנאה געהאט גוט א לייק.
אויב האט איר קשיות, שעמט אייך נישט, פרעגט.