אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5228
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9596

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

דעת קדשי האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 1:13 am באריכט פונעם היינטיגן טאג אין געריכט
איך האב געהערט אט דעם פרעס רעליס פארגעליינט אויף מערכת סאטמאר. איך האב כמה וויכטיגע הערות:

דעת קדשי האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 1:13 am ריכטערין ריבא האט אנגענומען פערל"ס טענה, אז די סטעיט האט נישט קיין שליטה אויף ישיבות און פריוואטע סקולס.
פעלט עכט נישט אויס צו שרייבן פארפירערישע ווערטער, איך זע נישט וואס די בענעפיט איז.

ריכטערן ריבא האט ליידער 'נישט' אנגענומען קיין איין טענה פון פערלס, נאר אלעס אפגעווארפן. נאר, זי האט געמאכט א אייגענע חידוש אז די מוסדות בלייבן לעגאלע מוסדות (און די עלטערן בלייבן עלטערן וואס שיקן די קינדער אין לעגאלע מוסדות), אפילו אויב מען לערנט נישט אלע פובליק סקול סובדשעקטס, ווארום די עלטערן קענען עס אליינס משלים זיין.

די סטעיט האט אפעלירט איר חידוש, און פערלס וויל דא פארטיידיקן איר רעיון.

דעת קדשי האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 1:13 am ממילא, האט זי ארויסגעשטראכן פון די רעגולעישאנס דער טייל וואס האט געזאגט אז אויב א סקול איז נישט עקוויוועלענט ווערט עס אויס סקול און עלטערן מוז'ן ארויסנעמען די קינדער פון דארט, און אויב נישט דראעט זיי געלט שטראפן און טורמע.
גראדע מוזן די עלטערן לויט די סטעיט 'נישט' ארויסנעמען די קינדער. נאר, עס הייסט פשוט ווי זייערע קינדער גייען נישט אין סקול. און אויב טוען זיי נישט האום סקולינג דאן זענען זיי עלול אויף טורמע לויטן די אלטע געזעצן.

דעת קדשי האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 1:13 am וואס האט דאס מערסטע אינטרעסירט די ריכטער וועלכע האבן געפרעגט פראגעס, איז צי מ'קען שוין קלאגן קעגן די געזעץ, וויבאלד מ'האט נאכנישט געשלאסן קיין ישיבות, און וויבאלד קיין איינער פון די קלעגער קען נאכנישט ווייזן קיין קאנסקווענצן.
די סטעיט האט בעיקר געדרוקט אז דער פאקט אז מ'האט נאכנישט געשלאסן קיין ישיבות, באדייט אז מ'קען נישט קלאגן אויפ'ן געזעץ.
נישט ריכטיג. די סטעיט'ס טענה איז נישט געווען אז מ'האט נישט קיין סטענדינג ווייל "מ'האט נאכנישט געשלאסן", נאר אנדערש: "קיינער איז דערווייל נישט באדראעט (עט ריסק) צו ווערן פארשלאסן".

וההבדל גדול מאוד.

דעת קדשי האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 1:13 am די סטעיט האט אויך געוואלט זאגן אז די פראגע צי עס איז א סקול איז איבער פאנדינג, אויף וואס די ריכטער האבן אנגעוויזן אז עלטערן שטייען אויס קרימינאלע און געלט שטראפן.
א געהעריגע פאבריקאציע.

די ריכטער האבן דאס 'נישט' געזאגט. איך האב געליינט און געסערטשט און נישט געטראפן אזאנס. די סטעיט האט אגאנצן צייט געטרייט צו טענה'ן אז די מוסדות מיינען נאר די פאנדינג, אויף וואב "אבי שיק" האט געענטפערט אז נישט. קען זיין אבי שיק איז געווארן א ריכטער? ווייס איך נישט...

דעת קדשי האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 1:13 am איין פונדאמענטאלע טענה וואס די סטעיט האט אויף ריבא'ס פסק איז אז וויבאלד קיין איין ישיבה איז נאך למעשה נישט געשלאסן געווארן האט מען נישט קיין סטענדינג צו קלאגן קעגן דעם געזעץ.
עכט פאלש.

"למעשה נישט געשלאסן" איז נישט די נושא דא.

די נושא איז צו עני פון די 5 מוסדות זענען 'עלול' צו ווערן בקרוב געשלאסן, אויף וואס די סטעיט זאגט אז נישט, פאר 2 סיבות, איינס, זיי זענען געהעריג כשר לויט די גיידליינס, כדלהלן, צווייטנס, זיי קענען בלייבן אפן צו געבן אנדערע סערוויסעס (נישט סקול עדיוקעישן).

דעת קדשי האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 1:13 am די סטעיט ריכטער האט אנגעוויזן אז פון די פינף פריוואטע סקולס וואס האבן געקלאגט, האבן פיר רידזשענטס, וואס שליסט זיי ארויס פון די אינספעקציעס. די פינפטע קען זיין אויסגעשטעלט צו אינספעקציעס. די סטעיט האט צוגעלייגט אגב, אז מ'האט זיי געזאגט אז די פינפטע איז אינטרעסירט אין די אסעסמענט פעטוועי וועלכע גיבט זיי צייט צו דורכגיין א רעוויו. אבער בכל אופן האט קיינער נישט געוויזן אז זיי זענען שוין אין א סכנה פון ווערן געשלאסן.
די סטעיט האט עטליכע מאל איבערגעזאגט, אז ווילאנג א סקול באקומט נישט א פסק צו ווערן געשלאסן האבן זיי נישט קיין סטענדינג.
ממש פאלש. די סטעיט לויער זאגט אינמיטן זייער קלאר כזה:

ווען א מוסד זאל שוין האלטן ביי א רעוויו (א פאטענציאל ביי די וואס האבן נישט גענומען קיין פעטוועי און רח"ל אריינגעטראסקעט אין פעטוועי 7...), איז די סטעיט מסכים אז יענער האט דאן סטענדינג. אבער דאס איז נישט די קעיס מיט די 5 מוסדות, ווייל 4 זענען עקוויווילענט, און אפילו די 5'טע וואס איז יא עלול פאר א רעוויו האלט נאך זייער ווייט דערפון, בפרט אז ער האט גענומען א פעטוועי פון אסעסמענטס (פעטוועי 6) איז ער אינגאנצן ארויס פון רעוויו און קען זיכער נישט האבן סטענדיג.
Off Topic
Yes. Schools that have been subject to a preliminary determination, and as they're finishing up the collaborative review process, at a certain point, they may have standing to bring a facial challenge to the regulations to be sure. But that's just not this case

נאר וואס דען, קענסט זאגן אז ער לייגט צו צום סוף אז "אבער בכל אופן (כלומר, אפילו ער וואלט נישט גענומען א פעטוועי) איז נאך פרייצייטיג אים צו געבן סטענדינג. כלומר, אמת אז ער וואלט טאקע געהאט א טשענס פאר א רעוויו און באקומען סטענדינג, אבער מ'האלט נאכנישט דארט.

סוי צו זאגן אז די נקודה איז געווען "ווייל די מוסד האט נישט א פסק צו ווערן געשלאסן" איז טאטאל געפעלשט די אינפארמעישן, און איך וועל מיך ערלויבן צוצולייגן, כנהוג.

ער זאגט זייער קלאר אז דאס נעמען פעטוועי 6 מאכט גאר שוואך די סטענדינג פון די מוסדות אין קארט, ווייל זיי זענען דערמיט כשר וישר, זיי נעמען אסעסמענט'ס, און זיי האבן נישט קיין שום שאדן פון די גיידליין'ס.

עד כאן פאר יעצט.
אוועיטער
פ. לאקס
פרישער באניצער
פאוסטס: 87
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
x 190

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פ. לאקס »

א קורצע איבערזיכט אין אידיש אויף די מודליכע ארגומענטן, איך האב דערווייל נאר אנגעיאגט די סטעיט'ס טענות, איך האף נאך שבת אי"ה משלים צו זיין שיק'ס אפענטפער צו די סטעיט

די סטעיט האט געהאט צוויי טענות אויף די ריבא אורטייל:

1) אז זי האט דערקלערט אז די רעגולאציעס ווילן "פארשפארן" די פריוואטע שולעס, וואס דאס איז נישט אמת, און
2) די געריכט האט באשלאסן אז עלטערן קענען געבן א חינוך צעטיילט אין מערערע ערטער

די ריכטער האט אויף דעם געפרעגט אויף חלק 1) אז איך פארשטיי ס'איז נישט געשטאנען די ווארט "פארמאכן" א מוסד וואס שטעלט זיך נישט צו, אבער טעכניש דורכ'ן דערקלערן א סקול אויס סקול באקומען דאך עלטערן א שטראף אויב שיקן זיי ווייטער צו די מוסד, וואס דאס קומט באגלייט מיט הארבע שטראפן, איז עס טעכניש פונקט די זעלבע ווי פארמאכן א שולע.

די סטעיט האט פראבירט צו זאגן אז פארמאכן א שולע איז נישט די זעלבע ווי ווערן דערקלערט נאן-עקוויווילענט, און דער ריכטער האט אים איבערגעהאקט.

דער ריכטער האט געפרעגט צי דאס מיינט אז א סקול וואס ווערט דערקלערט נישט עקוויווילענט גייען די עלטערן נישט באקומען קיין שום שטראף פארן ווייטער שיקן זייערע קינדער אין דעם מוסד? און גייען נישט פארלאנגט ווערן צו טוישן שולע?

האט דער סטעיט אדוואקאט געענטפערט אז די רעגולאציעס באציען זיך בכלל נישט איבער עלטערן צי זיי קומען יא אדער נישט נאך די עדיוקעישאן געזעץ, די יעצטיגע רעגולאציעס באציען זיך בלויז צום פראגע צי די שולע אליינס שטעלט צו די סובסטענטשעלי עקוויווילענט סטאנדארט חינוך.
און אויב די שולע געט נישט אזא חינוך וואס איז אויפן עקוויווילענט סטאנדארט דאן איז די שולע מער נישט פאררעכנט אלץ א מוסד וואס קומט נאך די געזעץ, - און דאס האט ריכטערין ריבא אויסגשטראכן - אבער דאס איז די לאגישע מהלך, זינט די עדיוקעישאן געזעץ פארלאנגט מען זאל זיין עקוויווילענט. אצינד, א מוסד וואס ווערט דערקלערט נישט עקוויווילענט קען טעכניש פארמאכן זייערע טירן און אויפהערן עקזיסטירן, אבער זיי דארפן נישט, און מצד די סטעיט קענען זיי ווייטער מחנך זיין וויאזוי זיי ווילן, אבער זיי קענען נישט באקומען קיין געלט און טראנספארטאציע ווייל זיי זענען נישט קיין סקול (און נישט קלאר ארויס געזאגט, אבער עס קומט אויס אז די עלטערן דארפן אונטערפאלן אונטער די האום סקולינג געזעצן)

האט דער ריכטער תיכף געפרעגט אבער וואס טוט זיך מיט די עלטערן, גייען זיי ליידן קאנסקווענצן פארן ווייטרע שיקן קינדער אין דעם מוסד?

האט דער אדוואקאט צוריק געענטפערט אז עלטערן וועלן נישט קענען נאכקומען די חינוך געזעץ דורכ'ן שיקן אין דעם מוסד, אבער זיי קענען ווייטער באקומען א טייל פון זייער חינוך אין דעם מוסד.
ד.ה. אז למשל אויב א שולע ווערט דערקלערט נישט עקוויווילענט קענען די עלטערן אנהויבן האום סקולינג, און א חלק פון די האום סקולינג קען זיין אז א חלק לימודים לערנט מען אין דעם שולע - אבער דאס ווערט נישט פאררעכנט ווי א שולע, נאר ווי האום סקולינג.
אצינד, פירט דער סטעיט אויס - ריכטערין ריבא איז געגאנגען נאך ווייטער, און דערקלערט אז די שולעס דארפן ווייטער ווערן פאררעכנט אלץ שולעס, און ווייטער באקומען געלט אלץ שולע, נאר די עלטערן בלייבן מיט א חוב פון צולערנען די איבריגע לימודים אין אנדערע צייטן.

(אין קורצן: ניו יארק פארלאנגט נישט אז האום סקולינג מיינט אז די מאמע דארף לערנען מיט די קינד אלעס פון א ביז ת, נאר די מאמע איז אחראי אויפן חינוך, און דארף אויפווייזן אז זי לערנט אלעס אויס, זי קען זאגן אז דער קינד גייט צו סייענס קלאסן יעדע זונטאג, רעכענען לערנט ער זיך יעדע מאנטאג מיטאג אינעם לאקאלער לייברערי, וכדומה. און אזוי אויך קענען די עלטערן נעמען האום סקולינג, און זאגן אז רעכענען און שרייבן לערנט מען אין חדר, אבער די חדר ווערט נישט פאררעכנט אלץ א שולע, נאר אלץ א חלק פונעם האום סקולינג פראגראם, און באקומעט נישט קיין געלט אלץ א סקול.

ריכטערין ריבא האט אבער געאורטיילט אז אויב א שולע איז נישט עקוויווילענט ווערט עס נישט אויס סקול, און עלטערן פאלן נישט אונטער האום סקולינג, נאר די עלטערן קענען ווייטער שיקן אין דעם מוסד, עס פארבלייבט א שולע, און באקומט ווייטער פאנדינג, נאר די עלטערן דארפן צולערנען אינדערהיים דאס וואס מען לערנט נישט אינעם חדר.)

אצינד האט מען אנגעהויבן איבער די פראגע וועגן סטענדינג.

סטענדינג מיינט ווער ביזטו צו קלאגן? איך קען נישט אנקלאגן מיין שכן אז ער האט בארויבט זיין קוזין, נאר זיין קוזין קען קלאגן. איך קען נישט קלאגן די רעגירונג אז ער האט געמאכט א געזעץ קעגן שווארצע, נאר א שווארצער קען דאס טענה'ן, א.א.וו.

האט די סטעיט גע'טענה'ט אז די פינף קלעגער האבן נישט קיין סטענדינג, אויף צוויי שטאפלען.
שטאפל 1) די פינף זענען בכלל נישט אונטער ריזיקע פון פארמאכט ווערן - און דעריבער האבן זיי נישט קיין סטענדינג
שטאפל 2) האט די סטעיט גע'טענה'ט אז אפילו א שולע וואס שטייט יא אויס דערקלערט צו ווערן נישט עקוויווילענט האט נאכאלץ "נאכנישט" קיין סטענדינג, ווילאנג מען פארמאכט זיי נישט.
דאס הייסט שטאפל 1 איז ווי די געווענליכע סטענדיג טענה וואס מיר האבן פריער דערמאנט - אז דו ליידטסט נישט פון די געזעץ קענסטו נישט קלאגן - וואס דאס איז פשוט און אנגענומען איבעראל, נאכדעם שטאפל 2 זאגט אז אפילו עס איז דא די מעגליכקייט אז דו וועסט יא ליידן פונעם געזעץ, קענסטו אבער נישט קלאגן ביז דו ליידסט פאקטיש - דאס הייסט קענסט נישט זאגן אז עס איז דא א געזעץ אז מען טאר נישט ספידן העכער 65 און איך קלאג דאס אן ווייל אפשר גייט מיר א פאליציאנט איין טאג געבן א טיקעט פארן פארן איבער 65, נאר אויב באקומסט א טיקעט פארן פארן העכער 65 דערמאלט קענסטו אנקלאגן די גאנצע עצם ספיד לימיט געזעץ.
דעריבער האט די סטעיט גע'טענה'ט שטאפל 2 אז אפילו אויב אין צוקונפט האסטו די מעגליכקייט צו ליידן פונעם געזעץ, האסטו אבער יעצט נישט קיין סטענדינג ווילאנג דו ליידטסט נישט פאקטיש.

זינט 4 פון די שולעס נעמען רידשענט טעסטס און קומען נאך די יעצטיגע רעגולאציעס, און די פיפטע - וואס ווען זי נעמט נישט קיין פעטוועי קען זי טאקע זיין אויסגעשטעלט צו אינספעקציעס (וואס דאס וואלט זיי געגעבן אביסל שטערקערע סטענדינג) - אבער סייווי נעמען זיי פעטוועי 6 וואס מיינט זיי גייען זיין עקוויווילענט - דעריבער האבן זיי נישט סטענדינג אפילו לויט שטאפל 1, אבער האט די סטעיט צוגעלייגט אז סיי וויאזוי האבן קיינע פון די קלעגער נאכנישט קיין סטענדינג ווייל זיי האבן נישט אויפגעוויזן אז זיי זענען אין סיי וועלכע געפאר פון פארשלאסן ווערן.
האט דער ריכטער געפרעגט וואס טוט זיך אין צוקונפט קענען זיי ליידן דערפון?

האט די סטעיט געענטפערט אז עלטערן קענען ווען קלאגן

די ריכטער האט איבערגעהאקט און געפרעגט אויב אין 5 יאר ארום אויב איינע פון די שולעס וועלכע די סטעיט טענה'ט יעצט אז זיי האבן נישט קיין סטענדינג ווייל זיי פארבלייבן עקוויווילענט - אויב אין 5 יאר ארום פארלירן זיי די עקוויווילענט סטאטוס קענען זיי קלאגן? אדער דעמאלט גייט די רעגירונג טענה'ן אז מען קען נאר קלאגן קעגן א נייע רעגולאציע אין די ערשטע 4 מאנאטן?

(דאס הייסט דו לייגסט אריין די שולעס אין אן אוממעגליכער ספאט.
פון 1 זייט טענה'סטו אז זיי קענען נישט קלאגן ווילאנג זיי ליידן נישט דערפון, אבער פון די צווייטע זייט קען מען נאר קלאגן קעגן א נייע רעגולאציע אין די ערשטע 4 מאנאטן, טא היות זיי גייען נישט ליידן אין די ערשטע 4 מאנאטן קומט אויס לשיטתך אז זיי קענען קיינמאל נישט קלאגן די געזעץ)
אויף דעם האט די סטעיט געענטפערט אז ווען מען טענה'ט זיך ווען איבער די עצם רעגולאציע אז די רעגולאציע איז נישט אויסגעהאלטן וואלט די סטעיט געזאגט אז די מוסדות קענען קלאגן ווען עס וועט זיי זיין נוגע, אבער היות ריכטערין ריבא האט ארויס געווארפן פערלס' טענות קעגן די רעגולאציע (און טאקע אנגענומען אז מען קען עס קלאגן ווען עס וועט זיין נוגע) און פערלס האט דאס בכלל נישט אפעלירט, דעריבער איז דאס בכלל נישט קיין אישו דא און מען האט נישט פארוואס צו זיין פארנומען דערמיט.
(די ריכטער האט געוואלט זאגן אז די מוסדות האבן יא סטענדינג ווייל מען טענה'ט זיך דא צי די רעגולאציעס זענען יא אדער נישט אויסגעהאלטן, און דעריבער היות לויט די מוסדות קענען זיי שוין יעצט קלאגן, אבער לויט די זטעיט קענען זיי נאכנישט קלאגן, דערפאר האבן די מוסדות יא סטענדינג, ווייל זיי טענה'ן דא אין געריכט אז זיי קענען קלאגן שוין יעצט - קומט אויס זיי האבן א שיינע קלאגע קעגן די סטעיט.

אויף דעם האט די סטעיט געענטפערט אז פערלס האט נישט אפעלירט די אורטייל אז מען קען נאכנישט קלאגן די רעגולאציעס, דעריבער איז יעצטיגע קעיס בכלל נישט איבער די רעגולאציעס, דעריבער האבן די מוסדות נישט קיין רעכטן ווייל זיי האבן דאך אנגענומען די אורטייל פון ריבא אז זיי קענען נאכנישט קלאגן קעגן די רעגולציעס, סך הכל טענה'ט מען זיך צי די סטעיט קען דערקלערן א מוסד נישט עקוויווילענט - וואס די מוסדות קענען נאכנישט קלאגן דערקעגן אזוי ווי ריבא האט שוין געאורטיילט, און צי די עלטערן קענען יוצא זיין די חינוך געזעץ אין באזונדערע ערטער אדער דארפן אונטערפאלן אונטער האום סקולינג - וואס דאס האט ווידער נישט מיט די מוסדות זינט עס איז איבער די עלטערן.)

די סטעיט האט צוגעלייגט אז עלטערן און שולעס קענען שפעטער אינעם פראצעדור ברענגען קלאגעס קעגן די רעגולאציעס, און אויב א שולע באקומט אן ענדגילטיגע דעקלעראציע אז זי איז נישט עקוויווילענט דעמאלט קענען זיי קלאגן, און אזוי אויך האט מען אויפגעברענגט קאנסטיטוציעאנעלע טענות, די קלאגעס קענען געברענגט ווערן, אבער אין די ספעציפישע קעיס וואס מען האט נישט געקלאגט אויף די טענות האט שוין ריבא דערקלערט אז מען קען נישט נוצן די טענות (און דעריבער האבן די מוסדות נישט קיין סטענדינג זינט זיי האבן נישט אפעלירט יענע אורטייל).

דער ריכטער האט געפרעגט צי נאר נאכן פארמאכט ווערן קען א שולע קלאגן קעגן די געזעץ

האט די סטעיט געענטפערט אז נישט, נאר אויב עלטערן אדער א שולע זעט אז אינעם נאנטן צוקונפט גייען זיי באקומען אן ענדגילטיגע נישט עקוויווילענט דעקלעראציע קענען זיי שוין קלאגן (אנדערש ווי פריער ווען די סטעיט האט געזאגט אז נאר נאכן עס פאקטיש באקומען קען מען קלאגן)

האט דער ריכטער געפרעגט טא אויב א שולע ווערט דערקלערט אז זיי שטעלן זיך נישט צו און מען הייבט אן די סטעפס זיי יא אריין צו ברענגען אונטער קאמפלייענס קענען זיי שוין קלאגן? (ד.מ. אז די 14 מוסדות וואס האבן שוין יא באקומען בריוון און אנגעהויבן די פראצעדור פון ווערן עקוויווילענט דורכ'ן אריין געבן א טיים פלען וכדומה וויאזוי זיי פלאנירן אין די צוקונפט יא צו ווערן עקוויווילענט קענען יא קלאגן)

האט די סטעיט געענטפערט אז יא - אבער דאס איז נאר ווען זיי קלאגן ווען די עצם רעגולאציע, אבער יענע קלאגע האט ריבא ארויסגעווארפן און זיי קלאגן עס נישט, טא אין דעם געריכט קומט יענע טענה נישט אריין, און די 5 שולעס דא האבן ניטאמאל באקומען אזעלכע בריוון נאר זיי שטעלן זיך פולשטענדיג צו דעריבער האבן זיי נישט קיין סטענדינג.

דאס איז אלעס ביז יעצט געווען איבער די ערשטע טענה פון די סטעיט, אז זיי מעגן יא דערקלערן א שולע נישט עקוויווילענט און דאס באדייט נישט אז זיי פארשפארן די שולעס, אצינד האט די ריכטער געבעטן זיי זאלן אויסברייטערן די צווייטע טענה קעגן ריבא'ס אורטייל - די חלק אז לויט די סטעיט קען מען נישט געבן א חינוך צעטיילט אין מערערע ערטער, נאר אדער איז אלעס אין א שולע, אדער אויב די שולע לערנט נישט אויס "אלעס" פאלט מען אונטער האום סקולינג.

האט די סטעיט אנגעהויבן אז ריבא האט דאס געזאגט מצד עצמה, און די טענה איז נישט דערמאנט געווארן דורך די קלעגער, און דאס אליינס איז גענוג עס אפצואווארפן.
אבער נאכמער האט די סטעיט גע'טענה'ט אז די עגיוקעישאן געזעץ געט נישט די רעכט צו שיקן צו אן א.ג. שולע וואס קומט נישט נאך די געזעץ און באקומט ווייטער פאנדינג און די עלטערן דארפןו נאר צולערנען די איבריגע זאכן אינדערהיים.

די עדיוקאציע דעפט. האט האום סקולינג רעגולאציעס, און אויב די עלטערן גייען דורך האום סקולינג קענען זיי רואיג געבן טייל פון די חינוך אין אזעלכע מוסדות, איינע פון די קעיסעס וועלכע פערלס האט אויפגעברענגט אלץ ראי' אז מען קען צעטיילן חינוך רעדט טאקע פון אזא מעשה, איינער וואס טוט האום סקולינג, און האבן אויך געשיקט צו פארשידענע פלעצער פאר חינוך אין ספעציפישע נושאים, דאס איז אקעי, אבער יעדער פארשטייט אז ווען זיי האבן געשיקט צו אן אפערע שולע ווערט די אפערע שולע נישט אנערקענט אלץ א שולע און באקומט נישט קיין געלט אדער טראנספארטאציע.

דערמיט איז פארענדיגט געווארן די סטעיט'ס טענות, און די סטעיט אדוואקאט האט תיכף אנהויב געבעטן די ריכטער אז ער וויל רעזערווירן 2 מינוט אפצוענטפערן אבי שיק'ס טענות נאך ער ענדיגט (שיק האט נישט פאראויס געבעטן ענליכע רעכטן אפצופרעגן זיין אפפרעג)
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
אוועיטער
Yankel
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 527
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:17 pm
x 542

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך Yankel »

פ. לאקס האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 3:32 pm א קורצע איבערזיכט אין אידיש אויף די מודליכע ארגומענטן, איך האב דערווייל נאר אנגעיאגט די סטעיט'ס טענות, איך האף נאך שבת אי"ה משלים צו זיין שיק'ס אפענטפער צו די סטעיט

האסט א לינק צי די ארגינעלע אין ענגליש? אדער קענסטו עס שיקען אין אישי
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5228
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9596

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1019
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 600

פאוסט דורך צווייזייטיג »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 1:57 pm
פעלט עכט נישט אויס צו שרייבן פארפירערישע ווערטער, איך זע נישט וואס די בענעפיט איז.

ריכטערן ריבא האט ליידער 'נישט' אנגענומען קיין איין טענה פון פערלס, נאר אלעס אפגעווארפן. נאר, זי האט געמאכט א אייגענע חידוש אז די מוסדות בלייבן לעגאלע מוסדות (און די עלטערן בלייבן עלטערן וואס שיקן די קינדער אין לעגאלע מוסדות), אפילו אויב מען לערנט נישט אלע פובליק סקול סובדשעקטס, ווארום די עלטערן קענען עס אליינס משלים זיין.

די סטעיט האט אפעלירט איר חידוש, און פערלס וויל דא פארטיידיקן איר רעיון.

עס איז דא צוויי חלקים אין ריבא'ס פסק, איינס אז די עלטערן זענען די אחראים און נישט די סקולס, און דאס האט פעירלס גע'טענה'ט און זי האט אנגענומען.
צווייטנס, אז מען קען לערנען צוטיילט אין צוויי פלעצער, דאס איז געווען איר אייגענע המצאה.

כדרכם של ריכטער אין א קאנטערוויערסיאלע קעיס גייען זיי ענדערש זוכן א וועג ארויס פון אונטער'ן טיר...
און ווי זינלאז, זענען די צייטונגען וואס זענען פארנומען מיט "ריבא'ס פסק", ווי כאילו עס איז אראפגעפאלן א פסק פון הימל.. קיין איין ריכטער זאגט נישט קיין פסק ווען קיינער קלאגט נישט... און דאס איז זי האט געזוכט א וועג ארויס, ווייזט אז דו טענות זענען געווען פעסט און האבן געדריקט צום וואנט, נאר מחמת איזה סיבה האט זי געזוכט אן אנדער וועג ארויס אן נעמען די דרוק אויף זיך.

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 1:57 pm גראדע מוזן די עלטערן לויט די סטעיט 'נישט' ארויסנעמען די קינדער. נאר, עס הייסט פשוט ווי זייערע קינדער גייען נישט אין סקול. און אויב טוען זיי נישט האום סקולינג דאן זענען זיי עלול אויף טורמע לויטן די אלטע געזעצן.
אין די גיידליינס שטאט קלאר אז מען גייט שיקן בריוו פאר די עלטערן ארויסצונעמען די קינדער פון די שולעס.

נאך די געווינס פון פעירלס האבן זיי געמוזט פארשעמטערהייט מודה זין דערצו, און האבן געטוישט נוסכ, אז זיי לאזן די שולעס זיין אפן. נאר זיי אנערקענען בכלל נישט קיין איינע פון די לימודים.

וואס דאס מיינט אז מ'מוז יעצט אלעס לערנען און האום סקולינג, אויב מ'וויל נישט זיין טרוענט.
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 1:57 pm
ממש פאלש. די סטעיט לויער זאגט אינמיטן זייער קלאר כזה:

ווען א מוסד זאל שוין האלטן ביי א רעוויו (א פאטענציאל ביי די וואס האבן נישט גענומען קיין פעטוועי און רח"ל אריינגעטראסקעט אין פעטוועי 7...), איז די סטעיט מסכים אז יענער האט דאן סטענדינג. אבער דאס איז נישט די קעיס מיט די 5 מוסדות, ווייל 4 זענען עקוויווילענט, און אפילו די 5'טע וואס איז יא עלול פאר א רעוויו האלט נאך זייער ווייט דערפון, בפרט אז ער האט גענומען א פעטוועי פון אסעסמענטס (פעטוועי 6) איז ער אינגאנצן ארויס פון רעוויו און קען זיכער נישט האבן סטענדיג.
Off Topic
Yes. Schools that have been subject to a preliminary determination, and as they're finishing up the collaborative review process, at a certain point, they may have standing to bring a facial challenge to the regulations to be sure. But that's just not this case

נאר וואס דען, קענסט זאגן אז ער לייגט צו צום סוף אז "אבער בכל אופן (כלומר, אפילו ער וואלט נישט גענומען א פעטוועי) איז נאך פרייצייטיג אים צו געבן סטענדינג. כלומר, אמת אז ער וואלט טאקע געהאט א טשענס פאר א רעוויו און באקומען סטענדינג, אבער מ'האלט נאכנישט דארט.

סוי צו זאגן אז די נקודה איז געווען "ווייל די מוסד האט נישט א פסק צו ווערן געשלאסן" איז טאטאל געפעלשט די אינפארמעישן, און איך וועל מיך ערלויבן צוצולייגן, כנהוג.

ער זאגט זייער קלאר אז דאס נעמען פעטוועי 6 מאכט גאר שוואך די סטענדינג פון די מוסדות אין קארט, ווייל זיי זענען דערמיט כשר וישר, זיי נעמען אסעסמענט'ס, און זיי האבן נישט קיין שום שאדן פון די גיידליין'ס.

עד כאן פאר יעצט.
סארי טו דיסעפוטינט יו, אבער ביסט נישט גערעכט.
זיי זאגן אז אפי' אויב מ'האט שוין באקומען א preliminary determination וואס דאס איז גראדע דא א צאל מוסדות אין פעירלס וואס האבן שוין באקומען, און אבי האט עס דערמאנט. איז עס נאכנישט גענועג נאר אז מ'האלט שוין ביים פינישן די גאנצע review process, דעמאלטס ביי א געוויסע פוינט קען מען שוין אנהויבן טשעלענזשן.
דערווייל איז נאכנישט דא קיין איין מוסד וואס האלט דארט.
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1019
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 600

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך צווייזייטיג »

איך פארשטיי נישט איין זאך, לשיטתם אז די לויער האט זיך פארלאזט אויף פעטוועי 6, פארוואס ברענגט ער נישט קיין ראי' דערויף?
האסט שוין אמאל געזען א לויער זאל טענה'ן א טענה אן קיין שום באווייזן?...
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
אוועיטער
פ. לאקס
פרישער באניצער
פאוסטס: 87
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:05 pm
x 190

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך פ. לאקס »

האסט אמאל געזען א לאיער זאל זאגן א גאנצע פאראגראף סתם על לא דבר? פארוואס האט ער געזאגט די פאראגראף אז פיר שולעס נעמען רידשענטס און די פינפטע אסעסמענט? סתם פאר פלעין? פארוואס האט ער נישט דעמאלט פארגעליינט א רעסעפי בוק?

ער האט עס געזאגט ווייל עס מאכט שטערקער זיין טענה אז זיי האבן נישט קיין סטענדינג...
פ. לאקס איז נישט אפיליעטירט מיט סטאוו יא פיטא פון אייוועלט
אוועיטער
Yankel
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 527
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:17 pm
x 542

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך Yankel »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 3:56 pm @Yankel viewtopic.php?p=76550#p76550
א דאנק
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5228
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9596

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

צווייזייטיג האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 4:43 pm עס איז דא צוויי חלקים אין ריבא'ס פסק, איינס אז די עלטערן זענען די אחראים און נישט די סקולס, און דאס האט פעירלס גע'טענה'ט און זי האט אנגענומען.
קענסט מיר אפשר צואווייזן א מראה מקום אז פיערלס האט דאס גע'טענה'ט? ייש"כ.

צווייזייטיג האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 4:43 pm צווייטנס, אז מען קען לערנען צוטיילט אין צוויי פלעצער, דאס איז געווען איר אייגענע המצאה.

כדרכם של ריכטער אין א קאנטערוויערסיאלע קעיס גייען זיי ענדערש זוכן א וועג ארויס פון אונטער'ן טיר...
און ווי זינלאז, זענען די צייטונגען וואס זענען פארנומען מיט "ריבא'ס פסק", ווי כאילו עס איז אראפגעפאלן א פסק פון הימל.. קיין איין ריכטער זאגט נישט קיין פסק ווען קיינער קלאגט נישט... און דאס איז זי האט געזוכט א וועג ארויס, ווייזט אז דו טענות זענען געווען פעסט און האבן געדריקט צום וואנט, נאר מחמת איזה סיבה האט זי געזוכט אן אנדער וועג ארויס אן נעמען די דרוק אויף זיך.
נישט אקוראט. וווען א טענה איז פעסט, נעמט די ריכטער אן די טענה.

ווען א טענה איז 'נישט' פעסט, אבער כע"ז זוכט דער ריכטער א וועג ארויס פשוט ווייל "די נושא" איז עלול צו מאכן אן איבערקערעניש, דאן טרעפט ער אייגענע חידושים.

און טאקע דאס באפעסטיגט די מיינונג פון די וואס האלטן אז 'נישט' נעמען א פעטוועי מאכט דיר שטארקער אין קאורט. ווען קיינער נעמט נישט קיין פעטוועי וועט דער ריכטער מחדש זיין נאך אסאך חידושי תורה...

► Show Spoiler
צווייזייטיג האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 4:43 pm סארי טו דיסעפוטינט יו, אבער ביסט נישט גערעכט.
זיי זאגן אז אפי' אויב מ'האט שוין באקומען א preliminary determination וואס דאס איז גראדע דא א צאל מוסדות אין פעירלס וואס האבן שוין באקומען, און אבי האט עס דערמאנט. איז עס נאכנישט גענועג נאר אז מ'האלט שוין ביים פינישן די גאנצע review process, דעמאלטס ביי א געוויסע פוינט קען מען שוין אנהויבן טשעלענזשן.
דערווייל איז נאכנישט דא קיין איין מוסד וואס האלט דארט.
איך זע נישט זיי זאלן דאס זאגן.

אבער לענין מאכט עס נישט אויס אויך נישט. די נקודה איז אז זיי זאגן קלאר אז וויבאלד מ'האט גענומען פעטוועי 6 ווערט עס א כ"ש אז מ'האט נישט קיין סטענדינג, ווייל מ'איז דאך עקוויווילענט, מ'האט ניטאמאל קיין רעוויו.
אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1019
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 600

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך צווייזייטיג »

פ. לאקס האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 4:53 pm האסט אמאל געזען א לאיער זאל זאגן א גאנצע פאראגראף סתם על לא דבר? פארוואס האט ער געזאגט די פאראגראף אז פיר שולעס נעמען רידשענטס און די פינפטע אסעסמענט? סתם פאר פלעין? פארוואס האט ער נישט דעמאלט פארגעליינט א רעסעפי בוק?

ער האט עס געזאגט ווייל עס מאכט שטערקער זיין טענה אז זיי האבן נישט קיין סטענדינג...
ער זאגט איך בין אינפארמירט געווארן אזוי... - ממילא מאכט עס אביסל שטערקער - אבער סיי וויאזוי וכו'.
ד.ה. אז נישט דאס איז זיין טענה, און ער האט ניטאמאל געלייגט געוויכט דערויף, ער האט עס נאר אויפגעברענגט אלס זאלץ (אויף די וואונדן).

און אגב, האט שיק שפעטער חוזק געמאכט דערפון, אז די טענה וואס ער האט איז געהעריג אויך די רעקארד, און ס'איז שטערקער ווי סתם זאגן אז יענער האט גענומען א פעטוועי... און מען הערט ווי די ריכטער לאכן א גוטס.
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1019
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 600

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך צווייזייטיג »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 5:06 pm איך זע נישט זיי זאלן דאס זאגן.
האסט געליינט וואס האסט געשריבן?

Yes. Schools that have been subject to a preliminary determination, and as they're finishing up the collaborative review process, at a certain point, they may have standing to bring a facial challenge to the regulations to be sure. But that's just not this case
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
היימישע זייגער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 190
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 2:43 am
x 147

פאוסט דורך היימישע זייגער »

unnamed (21).jpg
unnamed (21).jpg (594.61 KiB) געזען געווארן 388 מאל
unnamed (22).jpg
unnamed (22).jpg (596.81 KiB) געזען געווארן 388 מאל
היימישע זייגער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 190
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 2:43 am
x 147

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך היימישע זייגער »

unnamed (23).jpg
unnamed (23).jpg (624.83 KiB) געזען געווארן 388 מאל
unnamed (24).jpg
unnamed (24).jpg (508.93 KiB) געזען געווארן 388 מאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5228
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9596

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@צווייזייטיג קיינער זאגט נישט אז די סטעיט וואלט פארמאכט דאס מויל און געשאנקען סטענדינג ווען מהאט ווען נישט גענומען פעטוועי 6.

מ'זאגט אבער יא אז די פעטוועי 6 מאכט גאר שטארקער די סטעיט מיט זייער טענה. און ס'הערט זיך פאראדאקסיש ווייל ס'געווען וואס האבן געוואלט זאגן אז מען מוז נעמען די פעטוועי פשוט ווייל דאס וועט העלפן אין קאורט... און דא איז עס געווארן פארקערט.
היימישע זייגער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 190
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 2:43 am
x 147

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך היימישע זייגער »

Oral_arguments.01.pdf
(136.66 KiB) דאונלאודעד 22 מאל
אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1019
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 600

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך צווייזייטיג »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 5:06 pm
צווייזייטיג האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 4:43 pm עס איז דא צוויי חלקים אין ריבא'ס פסק, איינס אז די עלטערן זענען די אחראים און נישט די סקולס, און דאס האט פעירלס גע'טענה'ט און זי האט אנגענומען.
קענסט מיר אפשר צואווייזן א מראה מקום אז פיערלס האט דאס גע'טענה'ט? ייש"כ.
image (3).png
image (3).png (269.31 KiB) געזען געווארן 440 מאל
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5228
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9596

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

צווייזייטיג האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 5:10 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 5:06 pm איך זע נישט זיי זאלן דאס זאגן.
האסט געליינט וואס האסט געשריבן?

Yes. Schools that have been subject to a preliminary determination, and as they're finishing up the collaborative review process, at a certain point, they may have standing to bring a facial challenge to the regulations to be sure. But that's just not this case

אקעי, ביסט גערעכט אז כהאב מיך טועה געווען.

אבער נאר מיט'ן לשון, די גאנצע זאל טוישט זיך נישט. אנשטאט מיינע ווערטער "ווען מ'וועט פאדערן א רעוויו", טויש צו "ווען מ'וועט שוין האלטן אינמיטן די רעוויו".

מאכט גארנישט אויס צום פוינט.

צווייזייטיג האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 5:13 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 5:06 pm
צווייזייטיג האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 4:43 pm עס איז דא צוויי חלקים אין ריבא'ס פסק, איינס אז די עלטערן זענען די אחראים און נישט די סקולס, און דאס האט פעירלס גע'טענה'ט און זי האט אנגענומען.
קענסט מיר אפשר צואווייזן א מראה מקום אז פיערלס האט דאס גע'טענה'ט? ייש"כ.

image (3).png
איך קען נישט זען די ווערטער, און אודאי נישט די מלפניו ומלאחריו צו פארשטיין די תוכן צו ס'איז נישט סתם געכאפט א ווארט.

ריבא אין איר פסק באציט זיך נישט צו אבי שיק אז זי גיט אים נאך מיט עני טענה. ריכטיג?
אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1019
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 600

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך צווייזייטיג »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 5:11 pm @צווייזייטיג קיינער זאגט נישט אז די סטעיט וואלט פארמאכט דאס מויל און געשאנקען סטענדינג ווען מהאט ווען נישט גענומען פעטוועי 6.

מ'זאגט אבער יא אז די פעטוועי 6 מאכט גאר שטארקער די סטעיט מיט זייער טענה. און ס'הערט זיך פאראדאקסיש ווייל ס'געווען וואס האבן געוואלט זאגן אז מען מוז נעמען די פעטוועי פשוט ווייל דאס וועט העלפן אין קאורט... און דא איז עס געווארן פארקערט.
אז דו רעדט הייפערטעטיקל, קענסטו דאך פרעגן פארקערט אויך...
וואס וואלטן זיי גע'טענה'ט ווען אלע מוסדות נעמען ווען נישט קיין פעטוועי?

און בכלל רעדט מען נישט דא פון אלע מוסדות פון פעירלס, נאר פון די 5 מוסדות וואס האבן געקלאגט "אויסער" פעירלס. (סאו אפי' ווען די מורים את מוריהם פירן ווען אויס, וואלט עס נאר געווען אויף סאטמאר נישט אויף ר' יעקב יוסף...).
און א חלק פון די ארגומענטן איז טאקע געווען, אז פעירלס איז יא מאן דאמר בשם אלע מוסדות.
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1019
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 600

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך צווייזייטיג »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 5:14 pm
צווייזייטיג האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 5:10 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 5:06 pm איך זע נישט זיי זאלן דאס זאגן.
האסט געליינט וואס האסט געשריבן?

Yes. Schools that have been subject to a preliminary determination, and as they're finishing up the collaborative review process, at a certain point, they may have standing to bring a facial challenge to the regulations to be sure. But that's just not this case

אקעי, ביסט גערעכט אז כהאב מיך טועה געווען.

אבער נאר מיט'ן לשון, די גאנצע זאל טוישט זיך נישט. אנשטאט מיינע ווערטער "ווען מ'וועט פאדערן א רעוויו", טויש צו "ווען מ'וועט שוין האלטן אינמיטן די רעוויו".

מאכט גארנישט אויס צום פוינט.
מאכט יא אויס,
ווייל ס'איז נישטא קיין איין מוסד וואס האלטן שוין דארט. אפגעזען יא פעטוועי נישט פעטוועי.
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
אוועיטער
צווייזייטיג
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1019
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
x 600

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך צווייזייטיג »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 5:17 pm ריבא אין איר פסק באציט זיך נישט צו אבי שיק אז זי גיט אים נאך מיט עני טענה. ריכטיג?
כ'געדענק שוין נישט אויף אויסענווייניג.
ברויף מען עס אפירזוכן.
יעדע שטעקן האט צוויי עקן, מאך זיכער אנצוכאפן ביידע.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5228
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9596

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך דער תהלים איד »

צווייזייטיג האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 5:18 pm
► Show Spoiler
מאכט יא אויס,
ווייל ס'איז נישטא קיין איין מוסד וואס האלטן שוין דארט. אפגעזען יא פעטוועי נישט פעטוועי.

נו, אקוראט דאס האב איך געזאגט:

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 1:57 pm נאר וואס דען, קענסט זאגן אז ער לייגט צו צום סוף אז "אבער בכל אופן (כלומר, אפילו ער וואלט נישט גענומען א פעטוועי) איז נאך פרייצייטיג אים צו געבן סטענדינג. כלומר, אמת אז ער וואלט טאקע געהאט א טשענס פאר א רעוויו און באקומען סטענדינג, אבער מ'האלט נאכנישט דארט.

סוי צו זאגן אז די נקודה איז געווען "ווייל די מוסד האט נישט א פסק צו ווערן געשלאסן" איז טאטאל געפעלשט די אינפארמעישן, און איך וועל מיך ערלויבן צוצולייגן, כנהוג.

ער זאגט זייער קלאר אז דאס נעמען פעטוועי 6 מאכט גאר שוואך די סטענדינג פון די מוסדות אין קארט, ווייל זיי זענען דערמיט כשר וישר, זיי נעמען אסעסמענט'ס, און זיי האבן נישט קיין שום שאדן פון די גיידליין'ס.

עד כאן פאר יעצט.
וואס נישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 150
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:20 am
x 58

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך וואס נישט »

די רעקארדינג און טראנסקריפט פון געריכט סעסיע
טראנסקריפט
Oral_arguments.01.pdf
(136.66 KiB) דאונלאודעד 25 מאל
רעקארדינג
https://www.rev.com/transcript-editor/s ... pLink&ts=0
וואס נישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 150
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:20 am
x 58

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך וואס נישט »

unnamed.jpg
unnamed.jpg (263.01 KiB) געזען געווארן 350 מאל

דא קען מען זיך אויפסיינען אויף די 'דורותינו' פלאטפארמע
צו ערהאלטן וועכנטליך דעם 'גליון' און די 'דאקומענטן' אויף אימעיל

http://eepurl.com/iEaPFw
א טראכטער
פרישער באניצער
פאוסטס: 50
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2024 8:38 pm
x 30

Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

פאוסט דורך א טראכטער »

unnamed (1).jpg
unnamed (1).jpg (263.08 KiB) געזען געווארן 1245 מאל
:!: :idea: :!: :idea: :!: :idea: :!: :idea: :!: :idea: :!: :idea: :!: :idea: :!: :idea: :!: :idea: :!: :idea: :!: :idea: :!: :idea: :!: :idea: :!: :idea:
שרייב פאוסט