בענדזשי דער מבין, הער אויף ווארפן געלט אין מיסט…

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אוועיטער
העלדיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 275
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:10 pm
x 554

בענדזשי דער מבין, הער אויף ווארפן געלט אין מיסט…

פאוסט דורך העלדיש »

שוין חדשים פאר פורים איז שוין בענדזשי געווען פארנומען מיט די וויינען. פורים איז זיין יו''ט. אזוי רופט ער זיך; בענדזשי די וויין עקספערט! יאפ, דאס איז בענדזשי.

האלאו, ס'קומט נעקסט לעוועל משקה האט ער פארציילט גרויסהאלטעריש פאר זיינע נאנטע. דאס איז אבער בלויז געווען די עפענונג'ס סטעיטמענט. נאכגעפאלגט האט א שטורעמישע געשפרעך איבער וויינען און אלקאהאלישע געטראנקען.

בענדזשי האט זיך נישט צוריקגעהאלטן פון מיטיילן פארן ציבור זיינע ברייטע קענטעניסן אין דעם פעלד. די קאליפארניע טרויבן איז די זאך אליין, האט ער געזאגט מיט א זיכערקייט.די ווייעכקייט און געשליפנקייט פון דעם בלענד איז עפעס קרעיזי! בענדזשי האט געעפענט זיינע צוויי גרויזאמע נאז לעכער כדאי צו אילוסטרירן פאר אלעמען זיין שטארקע תשוקה און פארשטאנד צו די לוקסריעזע וויינען. אהה, האט ער ארויסגעלאזט א קרעכץ פול מיט בענקעניש, ווען איך זאל ווען האבן דא א פלאש פון די וויין...

אלע חברים פון די קרעמל זענען געבליבן שטיין שטיל, ווען זיי וואלטן ווען פארשטאנען אזוי ווי בענדזשי. וואס קען מען טון, זיי זענען פשוטע מענטשן און זיי שפירן נישט קיין שטארקע אינטערשייד צווישן די פערציג דאלער'דיגע פלאש און די זיבעציג דאלער'דיגע.

פורים נאכמיטאג:
בענדזשי זיצט זיך ביי זיך אין שטוב און פאר זיינע אויגן ליגט אויסגעשטעלט פולע רייצנדע מאכלים. פיש פלייש און וויין, און מ'גרייט זיך אט אט פארן דרייסטע איבערפאל. סטאטיסטיקס פון די פיערדיגע יארן צייגן אז עס איז בלויז דא א פינעוו פראצענטיגע שאנס פון איבערלעבן פאר די מאכלים אויפן טיש. דאס איז בענדזשי'ס ספיציאליטעט, בענדזשי מאכט אן אנדרלמסיע, ער טיילט נישט אפ צווישן גוט און שלעכט, אלעס מוז גיין!

ס'איז אבער דא איין קליינע פראבלעם. בענדזשי שוויצט.

פארוואס?

ווייל ער איז פארשטעלט! יא, נישט מער און נישט ווייניגער, פון קאפ ביז פיס! א עכטע טאטע איז פארשטעלט! ער האט באצירט זיין געזיכט מיט א פערדן מאסקע (עפעס וואס די זאך קענער האבן באצייכנט אלס העכסט פאסיג) און א דיקע פעל נעמט ארום זיין קערפער. פון אינדערפרי איז ער געווען פארנומען צו ארומלויפן איבער די גאסן און אפנעמען די הילכיגע אפלאדיסטן פון זיינע פריינד. ''האלאו דו קוקסט אויס עכט'' האט אים איינער געזאגט. בענדזשי שפירט זיך גאר גאר גוט... אזאנע קאמפלימענטן, לאו כל יומא איתרחיש.

מיטאמאל געבט זיך די טיר א מאך אויף און זיין חבר סענדי שלעפט זיך אריין, זיינע שלייקעס הענגן אים שוין ביי די זייטן און זיין בארד איז שוין צוקאלישט. ''העי, בענדזשי, פריילעכען פורים'' זינגט ער מיטן באקאנטן ניסוח.

קום זעץ דיר, שרייעט בענדזשי אויס א פריינדליכער, ש'פיר דיר ווי ביי דיר אינדערהיים... ענדליך האט איך געסט, זאל כאטש איינער זען מיין שיינעם אימפעריע וואס איך האב דא צוגעגרייט קלערט בענדזשי צו זיך מיט א פארבארגענע שמייכל...

נו וועלכע וויין זאל איך עפענען פרעגט בענדזשי ווי א געטרייע גאסט געבער. סענדי קוקט זיך אים אויפן ברייטן טיש ביז ער באמערקט א קאליפארינע וויין. אה, יענץ איז די זאך זאגט ער צו בענדזשי ווי א געניטער דיטעקטיוו.

בענדזשי האט גע'עפענט זיינע צוויי אויגן מיט שעצונג, יע יע האסט גוט צוגעטראפן, דאס איז די זאך. כ'האב עס באקומען פון א חבר מיינער, הערסט, א גרויסע פארשטייער, 'הי אנדערסטענדס טא דע גאאד סטאף'. דער פלאש איז 'עט ליעסט' א מאה, זאגט ער שטיעלהייט פאר סענדי ווי איינער וועלכע טיילט מיט געהיימע סודות. סענדי'ס אויגן האבן זיך געוואקלט אין אירע לעכער.

ספאנטאן האט סענדי אויסשטרעקט זיינע ברייטע ארעמעס און א כאפ געטון די וויין פלאש. ביז געציילטע סעקונדעס האט זיך די דעקל אינטערגעגעבן צו סענדי'ס אינוואזיע און האט פריי געמאכט די עפענונג. א ריח פון פרישע משקה האט אנגעפילט די אטמאספערע.

סענדי האט זיך אנגעפילט א פולן כוס און דאן איבער געגעבן די פלאש צו בענדזשי אז ער זאל טון די זעלביגע.

עה, אם, איך, עה, איך דארף נאך דרייוון האט בענדזשי ארויסגעשטאלפערט א דערשראקענער. סענדי כאפט נישט וואס גייט פאר. בענדזשי, קאמאן, זאגט ער גוטמיטיג, אביסל, לאמיר מאכן א לחיים.

פיין, בענדזשי נעמט א גלאז און פילט עס אן מיט א קארגע רביעית. יעצט קען איך נישט ווערן שיכור האט ער זיך פארענטעפערט.

בורא פרי הגפן האט סענדי געזאגט און אויף אמאל איינגעשלינגען דעם גאנצן אינהאלט. א שטיקל שנויץ האט זיך פארמירט ארום זיינע לעפצן.און אזוי אויץ איז זיין העמד באקרוינט געווארן מיט א פרישע מעדאל, אבער דאס אלץ.

ביי בענדזשי איז געווען היפש א צווייטער עקספריענס. דאס טרינקן איז אים נישט אנגעקומען לייכט. ער האט פראבירט צו מכוון זיין די פונקטליכע סעקונדע ווען סענדי האלט אינמיטן טרינקען אזוי אז ער זאל נישט באמערקן, און דאן אויפאמאל האט ער געגעבן א שלוקעץ די גאנצע טייערע משקה האפנדיג אז אויב ער טוט דאס שנעל גענוג וועט ער צומישן די שטן...

א מינע פון גרויל און עקל האט זיך סטאנציאנירט פון אונטער זיין פערדן מאסק און ווילדע סעריע פון שווערע הוסטערייען האבן נאכגעפאלגט. מיט א פייערדיגע פרצוף האט בענדזשי אויסגעשפיגן די גאנצע מעשה און נאך צוגעשטעלט עטליכע צומאלענע שטיקער געפילטע, אזוי פאר א 'טאפינג'... א גרויסע פאדל פון וויין איינגעמאכטץ האט זיך פארמירט אויפן אפגרונד.

וואס גייט פאר? פרעגט סענדי אינגאנצן אלאמירט" זאל איך רופן הצלה? בענדזשי דו ביסט מיט מיר?! איז אלעס אלרייט?

ווייניג האט ער געוויסט אז דאס איז א געווענדליכע ערשיינונג ווען בענדזשי טרינקט וויין...

גארנישט קיין מבין... בענדזשי האט זיך קיינמאל נישט אויסגעלערנט צו טרינקען און די שארפע טעם פון אלקעהאל צעציפט אים דאס גארגל יעדער מאל וואס ער דארף זיך באווייזן. נעבך...


ניין, מ'דארף נישט פארשטיין צו וויין. אבער טוה מיר א טובה. רעד איין א צווייטן. הער אויף צו פארשווענדן שווערע געלטער אויף אזאנע זינלאזע סיבות.

ווייסט אז ווען דו טרינקסט א גלאז פון א הונדערט דאלערדיגע פלאש מאכסטו בעל תשחית אויף א צוואנציגער? פארוואס ? פאר וועם? קיינעם אינטערעסירט עס נישט. ס'פעלט נישט אויס...

האבעך פונקט לעצטנס גערעדט צו עטליכע מענטשן און כמעט אלע האבן מודה געווען אז זיי פארשטייען גארנישט צו וויסקי אדער ברוינפען. אויב אזוי פארוואס ווען די שטייסט ביי א תיקון מוזטו נעמען א טרינק פון די טייערע פלאש? אלד וויליאמסבוג איז פונקט גוט פאר דיר....



א פרייליכן תמיד...
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1928
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 6315

Re: בענדזשי די מבין... הער אויף ווארפן געלט אין מיסט

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

כ'וואלט שוין לאנג געוואלט אז איינער זאל מיר מאכן א בלינדע טעסט פון וויינען אדער ברוינפנס און איך זאל אים טראסטן אז ער געבט מיר נאר די הכשרים וואס איך טרונק...
איך וואלט באשטאנען צו געוואר ווערן מיין עכטע טעיסט...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3523
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5544

Re: בענדזשי די מבין... הער אויף ווארפן געלט אין מיסט

פאוסט דורך וואוילער »

גוטע פוינט, שיין אראפגעלייגט!
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2634
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 7245

Re: בענדזשי די מבין... הער אויף ווארפן געלט אין מיסט

פאוסט דורך פופציגער »

זייער שיין געשריבן!

און וועלקאם בעק @העלדיש . דאכט זיך דיר שוין לאנג נישט געזען דא.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
העלדיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 275
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:10 pm
x 554

Re: בענדזשי די מבין... הער אויף ווארפן געלט אין מיסט

פאוסט דורך העלדיש »

פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 12:31 am זייער שיין געשריבן!

און וועלקאם בעק @העלדיש . דאכט זיך דיר שוין לאנג נישט געזען דא.
ס'איז אן אפעציעלער בליץ באזוך.


איך טשעק אריין מפעם לפעם. רוב מאל טרעף איך נישט וואס צו טון דא...
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2634
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 7245

Re: בענדזשי די מבין... הער אויף ווארפן געלט אין מיסט

פאוסט דורך פופציגער »

העלדיש האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 2:53 pm
פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 12:31 am זייער שיין געשריבן!

און וועלקאם בעק @העלדיש . דאכט זיך דיר שוין לאנג נישט געזען דא.
ס'איז אן אפעציעלער בליץ באזוך.


איך טשעק אריין מפעם לפעם. רוב מאל טרעף איך נישט וואס צו טון דא...
גוט גוט, דו טשעק נאר אריין מיט אזעלכע סחורה...

(ווען יעדער קומט אריין קוקן צי ס'דא וואס צו טון, איז נישט שייך סזאל זיין...)
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4233
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 13111

Re: בענדזשי די מבין... הער אויף ווארפן געלט אין מיסט

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

אנדרלמסיע
פערדן מאסקע
צוקאלישט
אינוואזיע
פרישע מעדאל
ועוד ועוד...
שרייב פאוסט