איך האב היינט געטראפן א חידוש…

בן חיים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 112
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 4:35 pm
x 167

Re: איך האב היינט געטראפן א חידוש…

פאוסט דורך בן חיים »

האב איך געזען אינעם ספר קול יעקב פון הרב אברהם יעקב טייטלבוים ז"ל [ער איז געווען א תלמיד פון ר' מאיר אריק זי"ע]

זיין טאטע האט אים פארציילט אז ר' ר' מענדעלע מרימאנוב זיעוכי"א האט געזאגט פאר זיין פטירה "אויף דעם עולם האב איך געשאקלט מיט אלע עולמות, אויף יענער וועלט בין איך גליקליך אז א איד וועט פאר מיר לערנען א פרק משניות און וועט פאר מיר אנצינדן א ליכטל"

(א שאד אז די ספר איז שוין נישט דא צו באקומען עס איז דא דארט גאר אסאך אינטערעסאנטע זאכן וואס ער האט מקבל געווען פון פריעדיגע גדולי ישראל)
רואה חשבונות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1331
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
x 3636

Re: איך האב היינט געטראפן א חידוש…

פאוסט דורך רואה חשבונות »

בן חיים האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 8:42 am
רואה חשבונות האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 12:13 am הרב בן חיים, גלארייכע חידושים, קיפ איט קאמינג.
מען דארף פלעין עפענען א חת"ס......
עפען דעם חת"ס אפט, וועלן מיר אלע הנאה האבן...
בן חיים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 112
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 4:35 pm
x 167

Re: איך האב היינט געטראפן א חידוש…

פאוסט דורך בן חיים »

רואה חשבונות האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 9:34 am
בן חיים האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 8:42 am
רואה חשבונות האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 12:13 am הרב בן חיים, גלארייכע חידושים, קיפ איט קאמינג.
מען דארף פלעין עפענען א חת"ס......
עפען דעם חת"ס אפט, וועלן מיר אלע הנאה האבן...
גראדע עפען איך דעם חת"ס זייער אפט
איך דארף נאר האבן צייט און נערוון צו איבערשרייבן דא

און אז מען רעדט שוין העל איך שרייבן א מורא'דיגע חת"ס עס איז און דרשות פ' זכור דרוש א' וזלה"ק

יעקב אבינו האט געהאט זייער אסאך צרות און זיין לעבן אבער ער האט אלעס מקבל געווען בשמחה אבער ווען עס איז געקומען די נסיון פון יוסף הצדיק האט ער מתאבל געווען ווייל ער האט געהאט א סימן אז טאמער קיינער פון זיינע קינדער וועלן נישט שטארבן בחייו וועט ער האבן עולם הבא זאגט די הייליגע חת"ס בזה הלשון: מ"מ כיון שלבש השק נגזר לבניו שלא יעצרו חיל לעמוד המלחמה עצומה, וללבוש שק ולהתאבל על צרותיהם. אבל באמת הוה קבל וקיים, שסבלון א' עושה יותר מכמה תפלות,
טייטשט ער מיט דעם די פסוק, רחוק מישועתי דברי שאגתי, כל עוד שאני שואג רחוק הוא יותר מישועתי וכו'
און ער זאגט אז פארדעם האט מען מתקן געווען פורים קודם מקרא מגילה און נאכדעם משתה ושמחה כי התפילות ובקשות שכנגדם נתקן קריאת המגילה לא הועילו כל כך כמו השמחה בד' והבטחון בישועתו

זיעוכי"א

די פאריגע חת"ס איז און דרשות פ' זכור דרוש ב'
שמייכלדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 486
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 670

Re: איך האב היינט געטראפן א חידוש…

פאוסט דורך שמייכלדיג »

אין גליון פון דברי תורה פון מרן גאב"ד ירושלים שליט"א די וואך ברענגט ער א דבר פלא צווישן די עובדות והנהגות וואס דער גאב"ד האט נאכגעזאגט פון רבי יחזקאל לעווינשטיין ז"ל

''ביקש שאם יגיע למצב שיהיה בלי הכרה, ושאר כוחות הגוף כבר יכלו מזקנה, וגופו יתייסר בייסורים, לא יעשו בו פעולות חיצוניות שרק מאריכות את פעילות הלב והנשימה באופן מלאכותי כשאין שום סיכוי כלל שבזה יגיע לחיים בדעת.''

איז דא א חילוק צווישן אויספלאגן, אדער איינפלאגן וואס מען איז נישט מחויב צו טון?
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 615
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 520

Re: איך האב היינט געטראפן א חידוש…

פאוסט דורך תינוק הבורח »

שמייכלדיג האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 4:17 pm אין גליון פון דברי תורה פון מרן גאב"ד ירושלים שליט"א די וואך ברענגט ער א דבר פלא צווישן די עובדות והנהגות וואס דער גאב"ד האט נאכגעזאגט פון רבי יחזקאל לעווינשטיין ז"ל

ביקש שאם יגיע למצב שיהיה בלי הכרה, ושאר כוחות הגוף כבר יכלו מזקנה, וגופו יתייסר בייסורים, לא יעשו בו פעולות חיצוניות שרק מאריכות את פעילות הלב והנשימה באופן מלאכותי כשאין שום סיכוי כלל שבזה יגיע לחיים בדעת.

איז דא א חילוק צווישן אויספלאגן, אדער איינפלאגן וואס מען איז נישט מחויב צו טון?
כן הוא ההוראה הפשוטה.
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2311

Re: איך האב היינט געטראפן א חידוש…

פאוסט דורך מירון »

חידוש

מ'קען שוין ליינען די מגילה אפי' פון א' אדר און יוצא זיין דערציט מקרא מגילה.
בתכתקי
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: זונטאג מערץ 10, 2024 11:21 am
Location: קאנאדע
x 13

Re: איך האב היינט געטראפן א חידוש…

פאוסט דורך בתכתקי »

מירון האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 9:33 am חידוש

מ'קען שוין ליינען די מגילה אפי' פון א' אדר און יוצא זיין דערציט מקרא מגילה.
🤔
מיין ניק איז געטוישט געווארן פון "מיילך" צו "בתכתקי", לחיים!
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2311

Re: איך האב היינט געטראפן א חידוש…

פאוסט דורך מירון »

מיילך האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 10:52 am
מירון האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 9:33 am חידוש

מ'קען שוין ליינען די מגילה אפי' פון א' אדר און יוצא זיין דערציט מקרא מגילה.
🤔
נאר אין געוויסע פעלער, לדוגמא אויב מ'פארט אוועק און מ'וועט נישט האבן א כשרע מגילה צו ליינען דערין.

מירון האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 10:56 am
מיילך האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 10:52 am
מירון האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 9:33 am חידוש

מ'קען שוין ליינען די מגילה אפי' פון א' אדר און יוצא זיין דערציט מקרא מגילה.
🤔
נאר אין געוויסע פעלער, לדוגמא אויב מ'פארט אוועק און מ'וועט נישט האבן א כשרע מגילה צו ליינען דערין.
אזוי האלט די ירושלמי, אין בבלי געפונען מיר נישט אזא היתר. היינט מיינך קען מען נאר ליינען י"ד און מוקף חומה אין ט"ו ותו לא.
רואה חשבונות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1331
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
x 3636

Re: איך האב היינט געטראפן א חידוש…

פאוסט דורך רואה חשבונות »

תענית אסתר קען זיין הארבער ווי אלע אנדערע תעניתים! ווער פון די תלמידי חכמים דא ביים טיש קען מיר זאגן מיט וואס ס’איז הארבער?
דעת קדשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1249
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 2891

Re: איך האב היינט געטראפן א חידוש…

פאוסט דורך דעת קדשי »

רואה חשבונות האט געשריבן: מיטוואך מערץ 20, 2024 1:03 pm תענית אסתר קען זיין הארבער ווי אלע תעניתים! ווער פון די תלמידי חכמים דא ביים טיש קען מיר זאגן מיט וואס ס’איז הארבער?
אבער נאר דאס יאר...
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
רואה חשבונות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1331
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
x 3636

Re: איך האב היינט געטראפן א חידוש…

פאוסט דורך רואה חשבונות »

דעת קדשי האט געשריבן: מיטוואך מערץ 20, 2024 1:04 pm
רואה חשבונות האט געשריבן: מיטוואך מערץ 20, 2024 1:03 pm תענית אסתר קען זיין הארבער ווי אלע תעניתים! ווער פון די תלמידי חכמים דא ביים טיש קען מיר זאגן מיט וואס ס’איז הארבער?
אבער נאר דאס יאר...
ניין, לאו דווקא
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3713
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 6000

Re: איך האב היינט געטראפן א חידוש…

פאוסט דורך וואוילער »

רואה חשבונות האט געשריבן: מיטוואך מערץ 20, 2024 1:03 pm תענית אסתר קען זיין הארבער ווי אלע אנדערע תעניתים! ווער פון די תלמידי חכמים דא ביים טיש קען מיר זאגן מיט וואס ס’איז הארבער?
אז אויב מ'האט נישט געקענט פאסטן דאנערשטאג, דארף מען דאס משלים זיין פרייטאג.

צוגעטראפן?

(דאס איז נאר היי יאר)
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
רואה חשבונות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1331
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
x 3636

Re: איך האב היינט געטראפן א חידוש…

פאוסט דורך רואה חשבונות »

וואוילער האט געשריבן: מיטוואך מערץ 20, 2024 2:17 pm
רואה חשבונות האט געשריבן: מיטוואך מערץ 20, 2024 1:03 pm תענית אסתר קען זיין הארבער ווי אלע אנדערע תעניתים! ווער פון די תלמידי חכמים דא ביים טיש קען מיר זאגן מיט וואס ס’איז הארבער?
אז אויב מ'האט נישט געקענט פאסטן דאנערשטאג, דארף מען דאס משלים זיין פרייטאג.

צוגעטראפן?

(דאס איז נאר היי יאר)
צוגעטראפן, א ער ס’איז נישט נאר היי יאר.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3713
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 6000

Re: איך האב היינט געטראפן א חידוש…

פאוסט דורך וואוילער »

רואה חשבונות האט געשריבן: מיטוואך מערץ 20, 2024 3:31 pm
וואוילער האט געשריבן: מיטוואך מערץ 20, 2024 2:17 pm
רואה חשבונות האט געשריבן: מיטוואך מערץ 20, 2024 1:03 pm תענית אסתר קען זיין הארבער ווי אלע אנדערע תעניתים! ווער פון די תלמידי חכמים דא ביים טיש קען מיר זאגן מיט וואס ס’איז הארבער?
אז אויב מ'האט נישט געקענט פאסטן דאנערשטאג, דארף מען דאס משלים זיין פרייטאג.

צוגעטראפן?

(דאס איז נאר היי יאר)
צוגעטראפן, אבער ס’איז נישט נאר היי יאר.
ברוך שכיוונתי.

נישט נאר היי יאר, אבער נאר אין א יאר וואס תענית אסתר איז מוקדם.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
באקאנטע ידען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 246
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 11:53 am
x 387

Re: איך האב היינט געטראפן א חידוש…

פאוסט דורך באקאנטע ידען »

נישט ממש א חידוש, נאר א אינטערעסאנטע שטיקל בספר קדשי יהושע מהרה"ג ר' אלי' יושע געלדצהעילער,
Screenshot 2024-05-23 232145.jpg
Screenshot 2024-05-23 232145.jpg (107.53 KiB) געזען געווארן 663 מאל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4885
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14594

Re: איך האב היינט געטראפן א חידוש…

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

באקאנטע ידען האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 11:23 pm נישט ממש א חידוש, נאר א אינטערעסאנטע שטיקל בספר קדשי יהושע מהרה"ג ר' אלי' יושע געלדצהעילער,
Screenshot 2024-05-23 232145.jpg
אינטערסאנט. וואס איז מיט די אלע מירע וכו' בחורים וואס זענען געראטעוועט געווארן אין יאפאן?
אוועיטער
אהבת עולם
פרישער באניצער
פאוסטס: 70
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 10:25 am
Location: אין קלויז
x 126

Re: איך האב היינט געטראפן א חידוש…

פאוסט דורך אהבת עולם »

א דבר מחודש האב איך געזען אין שו"ת חתם סופר, ער זאגט אז דאס וואס עס ווערט געברענגט אין חז"ל אז ביז די צוואנציג איז מען נישט קיין בר עונשין כלפי שמיא, איז נאר געזאגט געווארן ביי חטאים המחודשים לדור, כדוגמת חטא דור המדבר וכדו', אבער אויף די איסורים וואס שטייען ארויס אין די תורה, איז ער א געהעריגע בר עונשין ביים בי"ד של מעלה.

ער איז מסביר דאס וואס רש"י זאגט אויף שרה אמינו "בת ק' כבת כ' לחטא מה בת כ' לא חטאה שהרי אינה בת עונשין אף בת ק' בלא חטא" איז דווקא פאר מתן תורה ווען די מצוות זענען נאר געווען מחויב ע"פ שכל, אבער נאך מתן תורה גייט עס מער נישט אריין אין דעם כלל.

דאס איז א מחודש'דיגע שיטה, און איך האב טאקע געזען אין די שפעטערדיגע פרעגן גאר האבע קושיות דערויף, אבער עכ"פ דאס זאגט דער חת"ס.
וְהָאֵר עֵינֵינוּ בְּתורָתֶךָ. וְדַבֵּק לִבֵּנוּ בְּמִצְותֶיךָ. וְיַחֵד לְבָבֵנוּ לְאַהֲבָה וּלְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ.
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1751
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 6540

Re: איך האב היינט געטראפן א חידוש…

פאוסט דורך שינאווער »

נקודות טובות האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 3:16 am עס איז באקאנט אז ווען מען רעכענט גמטריאות קען מען רעכענען אויך די כולל. וואו איז דער ערשטער מקור פאר דעם?

אין פרשת ואתחנן אויפן פסוק כי תוליד בנים ובני בנים ונושנתם בארץ. ברענגט רש''י די גמרא אז ונושנתם איז גמטריא 852, נאר דער אויבערשטער האט מקדים געווען די גלות מיט צוויי יאר, כדי עס זאל נישט דארפן מקיום ווערן דעם סוף הפסוק פון אבד תאבדון.

איז שווער לכאורה, פארוואס האט דער אויבערשטער געדארפט מקדים זיין צוויי יאר, איז איין יאר נישט גענוג?
אויף דעם איז דער תירץ, אז ווען ער איז מקדים מיט איין יאר (דהיינו נאך 851 יאר), וואלט מען געקענט צולייגען נאך א יאר. ממילא האט דער אויבערשטער געמוזט מקדים זיין צוויי יאר! (לקט יושר בהקדמתו בשם רבו התרומת הדשן)
האסט מיר אויסגעקלארט א גמרא אין גיטין!

יישר כח!!
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1054
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 1740

Re: איך האב היינט געטראפן א חידוש…

פאוסט דורך הדסים »

שינאווער האט געשריבן: זונטאג מערץ 09, 2025 3:16 pm
נקודות טובות האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 3:16 am עס איז באקאנט אז ווען מען רעכענט גמטריאות קען מען רעכענען אויך די כולל. וואו איז דער ערשטער מקור פאר דעם?

אין פרשת ואתחנן אויפן פסוק כי תוליד בנים ובני בנים ונושנתם בארץ. ברענגט רש''י די גמרא אז ונושנתם איז גמטריא 852, נאר דער אויבערשטער האט מקדים געווען די גלות מיט צוויי יאר, כדי עס זאל נישט דארפן מקיום ווערן דעם סוף הפסוק פון אבד תאבדון.

איז שווער לכאורה, פארוואס האט דער אויבערשטער געדארפט מקדים זיין צוויי יאר, איז איין יאר נישט גענוג?
אויף דעם איז דער תירץ, אז ווען ער איז מקדים מיט איין יאר (דהיינו נאך 851 יאר), וואלט מען געקענט צולייגען נאך א יאר. ממילא האט דער אויבערשטער געמוזט מקדים זיין צוויי יאר! (לקט יושר בהקדמתו בשם רבו התרומת הדשן)
האסט מיר אויסגעקלארט א גמרא אין גיטין!

יישר כח!!
נאך א מקור דערצו איז דער בעה"ט אין ויחי ברענגט א גי' אויפן פסוק אפרים ומנשה כראובן ושמעון יהיו לי,
אז ראובן שמעון איז בגי' אפרים מנשה מיטן כולל.
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1936
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 5364

Re: איך האב היינט געטראפן א חידוש…

פאוסט דורך נקודות טובות »

נקודות טובות האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 3:16 am עס איז באקאנט אז ווען מען רעכענט גמטריאות קען מען רעכענען אויך די כולל. וואו איז דער ערשטער מקור פאר דעם?

אין פרשת ואתחנן אויפן פסוק כי תוליד בנים ובני בנים ונושנתם בארץ. ברענגט רש''י די גמרא אז ונושנתם איז גמטריא 852, נאר דער אויבערשטער האט מקדים געווען די גלות מיט צוויי יאר, כדי עס זאל נישט דארפן מקיום ווערן דעם סוף הפסוק פון אבד תאבדון.

איז שווער לכאורה, פארוואס האט דער אויבערשטער געדארפט מקדים זיין צוויי יאר, איז איין יאר נישט גענוג?
אויף דעם איז דער תירץ, אז ווען ער איז מקדים מיט איין יאר (דהיינו נאך 851 יאר), וואלט מען געקענט צולייגען נאך א יאר. ממילא האט דער אויבערשטער געמוזט מקדים זיין צוויי יאר! (לקט יושר בהקדמתו בשם רבו התרומת הדשן)
מענין לענין זעהט מען אז די תורה האט נישט מקפיד געווען צו שרייבן די עכטע ציפער, און ענדערש געשריבן א גלייכע ציפער. לדוגמה ביי ספירה שטייט תספרו חמישים יום, באמת איז דאס 49. ביי מלקות שטייט ארבעים יכנו, און באמת איז דאס 39. די שבעים נפש מיט וואס יעקב אבינו איז אראפגעגאנגען קיין מצרים איז אויך נאר געווען 69.

וז"ל הרא"ש פסחים פרק י' סימן מ'. יש מקשין כיון דקרא קאמר תספרו חמשים יום למה אין אנו מונין אלא תשע וארבעים יום? ודוחקין לפרש הפסוק עד ממחרת השבת שהוא יום חמשים תספרו, אי נמי חמשים יום אוהקרבתם דבתרי' קאי והכי קאמר. עד ממחרת השבת תספרו ולא עד בכלל, חמשים יום והקרבתם מנחה חדשה לד'. ולי נראה שאין אנו צריכין לדחוקות הללו, כיון דכתב ביה בהדיא שבעה שבועות תספר לך אין לספור יותר משבעה שבועות. ומתספרו חמשים יום לא קשיא מידי, שכן דרך המקרא כשמגיע המנין לסכום עשירית פחות אחת מונה אותו בחשבון עשירית ואינו משגיח על חסרון האחד. כיוצא בו כל הנפש לבית יעקב הבאה מצרימה שבעים בראשית מו וכן ארבעים יכנו דברים כה.
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 615
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 520

Re: איך האב היינט געטראפן א חידוש…

פאוסט דורך תינוק הבורח »

נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 5:25 pm

פאסט נישט פאר הרב @נקודות טובות אז דער באקאנטער רא"ש זאל אים זיין א חידוש.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3713
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 6000

Re: איך האב היינט געטראפן א חידוש…

פאוסט דורך וואוילער »

נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 5:25 pm
► Show Spoiler
די שבעים נפש מיט וואס יעקב אבינו איז אראפגעגאנגען קיין מצרים איז אויך נאר געווען 69.
► Show Spoiler
כיוצא בו כל הנפש לבית יעקב הבאה מצרימה שבעים בראשית מו
► Show Spoiler
דאס איז מיין חידוש פון היינט!
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1936
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 5364

Re: איך האב היינט געטראפן א חידוש…

פאוסט דורך נקודות טובות »

תינוק הבורח האט געשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 6:00 pm
נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג יוני 08, 2025 5:25 pm
נקודות טובות האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 3:16 am עס איז באקאנט אז ווען מען רעכענט גמטריאות קען מען רעכענען אויך די כולל. וואו איז דער ערשטער מקור פאר דעם?

אין פרשת ואתחנן אויפן פסוק כי תוליד בנים ובני בנים ונושנתם בארץ. ברענגט רש''י די גמרא אז ונושנתם איז גמטריא 852, נאר דער אויבערשטער האט מקדים געווען די גלות מיט צוויי יאר, כדי עס זאל נישט דארפן מקיום ווערן דעם סוף הפסוק פון אבד תאבדון.

איז שווער לכאורה, פארוואס האט דער אויבערשטער געדארפט מקדים זיין צוויי יאר, איז איין יאר נישט גענוג?
אויף דעם איז דער תירץ, אז ווען ער איז מקדים מיט איין יאר (דהיינו נאך 851 יאר), וואלט מען געקענט צולייגען נאך א יאר. ממילא האט דער אויבערשטער געמוזט מקדים זיין צוויי יאר! (לקט יושר בהקדמתו בשם רבו התרומת הדשן)
מענין לענין זעהט מען אז די תורה האט נישט מקפיד געווען צו שרייבן די עכטע ציפער, און ענדערש געשריבן א גלייכע ציפער. לדוגמה ביי ספירה שטייט תספרו חמישים יום, באמת איז דאס 49. ביי מלקות שטייט ארבעים יכנו, און באמת איז דאס 39. די שבעים נפש מיט וואס יעקב אבינו איז אראפגעגאנגען קיין מצרים איז אויך נאר געווען 69.

וז"ל הרא"ש פסחים פרק י' סימן מ'. יש מקשין כיון דקרא קאמר תספרו חמשים יום למה אין אנו מונין אלא תשע וארבעים יום? ודוחקין לפרש הפסוק עד ממחרת השבת שהוא יום חמשים תספרו, אי נמי חמשים יום אוהקרבתם דבתרי' קאי והכי קאמר. עד ממחרת השבת תספרו ולא עד בכלל, חמשים יום והקרבתם מנחה חדשה לד'. ולי נראה שאין אנו צריכין לדחוקות הללו, כיון דכתב ביה בהדיא שבעה שבועות תספר לך אין לספור יותר משבעה שבועות. ומתספרו חמשים יום לא קשיא מידי, שכן דרך המקרא כשמגיע המנין לסכום עשירית פחות אחת מונה אותו בחשבון עשירית ואינו משגיח על חסרון האחד. כיוצא בו כל הנפש לבית יעקב הבאה מצרימה שבעים בראשית מו וכן ארבעים יכנו דברים כה.
פאסט נישט פאר הרב @נקודות טובות אז דער באקאנטער רא"ש זאל אים זיין א חידוש.
איך האב פונקט נעכטן געלערנט דעם רא"ש (נישט צום ערשטען מאל... יא, סקומט מיר א מזל טוב איך האב מסיים געווען פסחים) און היינט האב איך געליינט אפאר טעמעס וואס איז מיר נאכנישט אויסגעקומען צו ליינען ביז אהער, אריינגערעכנט די טעמע, האב איך עס געגעבן א ווארף אריין.

סתם אזוי איז שווער מגדיר צו זיין וואס הייסט א חידוש. ווי רבי חיים האט געזאגט פאר יענעם, דער תוס' איז נישט פארשטיפט, דו ביסט פארשטיפט!... א טריקענע רא"ש וואס ווערט געברענגט אין בית יוסף איז זיכער נישט קיין חידוש. אבער מצד אחר איז דא זאכן וואס איז ביי דיר א פשטות און איך האב דערפון קיינמאל נישט געהערט, און זאכן וואס איך קוק אן פאר א פשטות וואס דו האסט נאך קיינמאל נישט געהערט. איך קען קיינמאל נישט וויסן וואס איינער וועט טרעפן אינטערעסאנט. (פארדעם האלט איך נישט די טעמע אקטיוו...)
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
טלית
פרישער באניצער
פאוסטס: 27
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אפריל 28, 2025 9:14 am
x 45

Re: איך האב היינט געטראפן א חידוש…

פאוסט דורך טלית »

רואה חשבונות האט געשריבן: מיטוואך מערץ 20, 2024 1:03 pm תענית אסתר קען זיין הארבער ווי אלע אנדערע תעניתים! ווער פון די תלמידי חכמים דא ביים טיש קען מיר זאגן מיט וואס ס’איז הארבער?
ב"ח סימן תרפ"ו
פיילס
Screenshot 2025-06-16 130245.png
שרייב פאוסט