איך האב היינט געטראפן א חידוש…

אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1794
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4801

איך האב היינט געטראפן א חידוש…

פאוסט דורך נקודות טובות »

ומה שאמרו רבותינו כמין גאם ולא אמרו כמין דל"ת שלא רצו לתאר לאותיות הקדש שום דבר של חול וזה מהפלגת הגדולים קדושת התורה וכבודה. (רבינו מנוח על רמב''ם הלכות סוכה פרק ד')
אוועיטער
farshlufen
ניי צום טיש
פאוסטס: 14
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 7:04 pm
x 28

Re: איך האב היינט געטראפען א חידוש

פאוסט דורך farshlufen »

נקודת טובות האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 5:33 pm ומה שאמרו רבותינו כמין גאם ולא אמרו כמין דל"ת שלא רצו לתאר לאותיות הקדש שום דבר של חול וזה מהפלגת הגדולים קדושת התורה וכבודה. (רבינו מנוח על רמב''ם הלכות סוכה פרק ד')
זייער אינטערסאנט, און ליבי אומר לי אז ס'איז טאקע א חידוש פונעם רבינו מנוח וחלוקין עליו חבריו הפשטנים (לכאו' איז די אות יוונית געווען מער באקאנט ווי די אות אשורית).
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1794
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4801

Re: איך האב היינט געטראפן א חידוש…

פאוסט דורך נקודות טובות »

עס איז באקאנט אז ווען מען רעכענט גמטריאות קען מען רעכענען אויך די כולל. וואו איז דער ערשטער מקור פאר דעם?

אין פרשת ואתחנן אויפן פסוק כי תוליד בנים ובני בנים ונושנתם בארץ. ברענגט רש''י די גמרא אז ונושנתם איז גמטריא 852, נאר דער אויבערשטער האט מקדים געווען די גלות מיט צוויי יאר, כדי עס זאל נישט דארפן מקיום ווערן דעם סוף הפסוק פון אבד תאבדון.

איז שווער לכאורה, פארוואס האט דער אויבערשטער געדארפט מקדים זיין צוויי יאר, איז איין יאר נישט גענוג?
אויף דעם איז דער תירץ, אז ווען ער איז מקדים מיט איין יאר (דהיינו נאך 851 יאר), וואלט מען געקענט צולייגען נאך א יאר. ממילא האט דער אויבערשטער געמוזט מקדים זיין צוויי יאר! (לקט יושר בהקדמתו בשם רבו התרומת הדשן)
yiddishkind
פרישער באניצער
פאוסטס: 20
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 10:32 am
x 10

Re: איך האב היינט געטראפן א חידוש…

פאוסט דורך yiddishkind »

אך מרגלא בפומי' דאינשי ואני מצאתיו במדרש דלפעמים מתרבים בני אדם ע"פ האדמה עד כי לא תוכל הארץ שאת אותם אזי מתגרים השרים שלמעלה ומזה נולד גירוי בפמליא שלמטה עד שיהרגו סך מה
פיילס
IMG_20231030_114311.jpg
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3528
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5570

Re: איך האב היינט געטראפן א חידוש…

פאוסט דורך וואוילער »

כ'האב נישט געטראפן א חידוש, ס'איז מער בתורת שאלה, אבער כ'האב נישט געטראפן בעסער וואו עס צו שרייבן.

לערנענדיג די חומש האב'ך באמערקט אן אינטערעסאנטע זאך וואס איז מיר געוועהן א חידוש אז כ'האב עס קיינמאל נישט אויפגעמערקט.

ביי כלל ישראל איז דא 3 אבות און 4 אמהות, אבער די צוויי זאכן זענען נישט גלייך, דהיינו יעדער איד איז אן אייניקל פון אלע 3 אבות (אויסער גרים), אבער א קען זיין אז נאר פון איינס פון די אמהות, און די בני השפחות זענען בכלל נישט קיין אייניקל פון קיין איינס פון די אמהות.
אויסער אויב מ'רעכנט אז מ'האט זיך שוין זיכער משדך געוועהן און מ'איז אן אייניקל פון איין זייט, אבער גראדערהייט קען זיין אז מ'איז נישט קיין אייניקל פון די אמהות.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1794
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4801

Re: איך האב היינט געטראפן א חידוש…

פאוסט דורך נקודות טובות »

וואוילער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 5:07 pm כ'האב נישט געטראפן א חידוש, ס'איז מער בתורת שאלה, אבער כ'האב נישט געטראפן בעסער וואו עס צו שרייבן.

גמרא ברכות ט''ז:
ת"ר אין קורין אבות אלא לשלשה ואין קורין אמהות אלא לארבע אבות מאי טעמא אילימא משום דלא ידעינן אי מראובן קא אתינן אי משמעון קא אתינן אי הכי אמהות נמי לא ידעינן אי מרחל קא אתינן אי מלאה קא אתינן אלא עד הכא חשיבי טפי לא חשיבי תניא
בקי ביחוס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 123
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 6:29 pm
Location: אין באבל....
x 76

Re: איך האב היינט געטראפן א חידוש…

פאוסט דורך בקי ביחוס »

וואוילער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 5:07 pm כ'האב נישט געטראפן א חידוש, ס'איז מער בתורת שאלה, אבער כ'האב נישט געטראפן בעסער וואו עס צו שרייבן.

לערנענדיג די חומש האב'ך באמערקט אן אינטערעסאנטע זאך וואס איז מיר געוועהן א חידוש אז כ'האב עס קיינמאל נישט אויפגעמערקט.

ביי כלל ישראל איז דא 3 אבות און 4 אמהות, אבער די צוויי זאכן זענען נישט גלייך, דהיינו יעדער איד איז אן אייניקל פון אלע 3 אבות (אויסער גרים), אבער א קען זיין אז נאר פון איינס פון די אמהות, און די בני השפחות זענען בכלל נישט קיין אייניקל פון קיין איינס פון די אמהות.
אויסער אויב מ'רעכנט אז מ'האט זיך שוין זיכער משדך געוועהן און מ'איז אן אייניקל פון איין זייט, אבער גראדערהייט קען זיין אז מ'איז נישט קיין אייניקל פון די אמהות.
יעדער איז אן אייניקעל עטליסט פון צוויי אמהות שרה און רבקה אריינגערעכנט די בני השפחות, סא האבעך נישט קיינאנונג וואס דו זאגסט.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1794
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4801

Re: איך האב היינט געטראפן א חידוש…

פאוסט דורך נקודות טובות »

בקי ביחוס האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 9:01 pm

לפום ריהטא האט ער געשריבען פיר אמהות אויף רחל לאה בלהה זלפה. אבער ווי אזוי ס'זאל נאר זיין איז עס א גמרא מפורשת, קוק איין תגובה פאר דיינס.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3528
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5570

Re: איך האב היינט געטראפן א חידוש…

פאוסט דורך וואוילער »

נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 6:22 pm
וואוילער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 5:07 pm כ'האב נישט געטראפן א חידוש, ס'איז מער בתורת שאלה, אבער כ'האב נישט געטראפן בעסער וואו עס צו שרייבן.

לערנענדיג די חומש האב'ך באמערקט אן אינטערעסאנטע זאך וואס איז מיר געוועהן א חידוש אז כ'האב עס קיינמאל נישט אויפגעמערקט.

ביי כלל ישראל איז דא 3 אבות און 4 אמהות, אבער די צוויי זאכן זענען נישט גלייך, דהיינו יעדער איד איז אן אייניקל פון אלע 3 אבות (אויסער גרים), אבער א קען זיין אז נאר פון איינס פון די אמהות, און די בני השפחות זענען בכלל נישט קיין אייניקל פון קיין איינס פון די אמהות.
אויסער אויב מ'רעכנט אז מ'האט זיך שוין זיכער משדך געוועהן און מ'איז אן אייניקל פון איין זייט, אבער גראדערהייט קען זיין אז מ'איז נישט קיין אייניקל פון די אמהות.
גמרא ברכות ט''ז:
ת"ר אין קורין אבות אלא לשלשה ואין קורין אמהות אלא לארבע אבות מאי טעמא אילימא משום דלא ידעינן אי מראובן קא אתינן אי משמעון קא אתינן אי הכי אמהות נמי לא ידעינן אי מרחל קא אתינן אי מלאה קא אתינן אלא עד הכא חשיבי טפי לא חשיבי תניא
פשי, ש'כח. שוין עטליכע מאל געלערנט די גמרא (ס'דאך מסכת ברכות) און נישט געדענקט דערפון.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3528
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5570

Re: איך האב היינט געטראפן א חידוש…

פאוסט דורך וואוילער »

נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 9:30 pm
בקי ביחוס האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 9:01 pm
וואוילער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 5:07 pm כ'האב נישט געטראפן א חידוש, ס'איז מער בתורת שאלה, אבער כ'האב נישט געטראפן בעסער וואו עס צו שרייבן.

לערנענדיג די חומש האב'ך באמערקט אן אינטערעסאנטע זאך וואס איז מיר געוועהן א חידוש אז כ'האב עס קיינמאל נישט אויפגעמערקט.

ביי כלל ישראל איז דא 3 אבות און 4 אמהות, אבער די צוויי זאכן זענען נישט גלייך, דהיינו יעדער איד איז אן אייניקל פון אלע 3 אבות (אויסער גרים), אבער א קען זיין אז נאר פון איינס פון די אמהות, און די בני השפחות זענען בכלל נישט קיין אייניקל פון קיין איינס פון די אמהות.
אויסער אויב מ'רעכנט אז מ'האט זיך שוין זיכער משדך געוועהן און מ'איז אן אייניקל פון איין זייט, אבער גראדערהייט קען זיין אז מ'איז נישט קיין אייניקל פון די אמהות.
יעדער איז אן אייניקעל עטליסט פון צוויי אמהות שרה און רבקה אריינגערעכנט די בני השפחות, סא האבעך נישט קיינאנונג וואס דו זאגסט.
לפום ריהטא האט ער געשריבען פיר אמהות אויף רחל לאה בלהה זלפה. אבער ווי אזוי ס'זאל נאר זיין איז עס א גמרא מפורשת, קוק איין תגובה פאר דיינס.
ריכטיג, כ'האב מיך טועה געוועהן מיטן לשון.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
איד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 595
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 667

Re: איך האב היינט געטראפן א חידוש…

פאוסט דורך איד »

נקודות טובות האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 3:16 am עס איז באקאנט אז ווען מען רעכענט גמטריאות קען מען רעכענען אויך די כולל. וואו איז דער ערשטער מקור פאר דעם?

אין פרשת ואתחנן אויפן פסוק כי תוליד בנים ובני בנים ונושנתם בארץ. ברענגט רש''י די גמרא אז ונושנתם איז גמטריא 852, נאר דער אויבערשטער האט מקדים געווען די גלות מיט צוויי יאר, כדי עס זאל נישט דארפן מקיום ווערן דעם סוף הפסוק פון אבד תאבדון.

איז שווער לכאורה, פארוואס האט דער אויבערשטער געדארפט מקדים זיין צוויי יאר, איז איין יאר נישט גענוג?
אויף דעם איז דער תירץ, אז ווען ער איז מקדים מיט איין יאר (דהיינו נאך 851 יאר), וואלט מען געקענט צולייגען נאך א יאר. ממילא האט דער אויבערשטער געמוזט מקדים זיין צוויי יאר! (לקט יושר בהקדמתו בשם רבו התרומת הדשן)
ס'איז אונטערסאנט אז ס'איז דא א ראי' פון חז''ל אז מ'קען נישט נוצן קיין כולל

די גמ' זאגט (איך ווייס נישט ווי) אז די שטן קען נישט מקטרג זיין יום כיפור ווייל השטן איז בגמטרי' שס''ד און אין א יאר איז דא שס''ה טעג, איין טאג קען ער נישט מקטרג זיין
אבער אויב קען מען רעכענען די כולל איז השטן מיט די כולל גמטרי' שס''ה
איך נעם נישט קיין טייל אין די פלוגתא צווישן די ערליכע קהילות אין מאנסי
בנוגע די בראוער פייער דעפארטמענט - מצילי אש ד'ראקלאנד פרשה
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1794
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4801

Re: איך האב היינט געטראפן א חידוש…

פאוסט דורך נקודות טובות »

איד האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 10:21 pm
נקודות טובות האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 3:16 am עס איז באקאנט אז ווען מען רעכענט גמטריאות קען מען רעכענען אויך די כולל. וואו איז דער ערשטער מקור פאר דעם?

אין פרשת ואתחנן אויפן פסוק כי תוליד בנים ובני בנים ונושנתם בארץ. ברענגט רש''י די גמרא אז ונושנתם איז גמטריא 852, נאר דער אויבערשטער האט מקדים געווען די גלות מיט צוויי יאר, כדי עס זאל נישט דארפן מקיום ווערן דעם סוף הפסוק פון אבד תאבדון.

איז שווער לכאורה, פארוואס האט דער אויבערשטער געדארפט מקדים זיין צוויי יאר, איז איין יאר נישט גענוג?
אויף דעם איז דער תירץ, אז ווען ער איז מקדים מיט איין יאר (דהיינו נאך 851 יאר), וואלט מען געקענט צולייגען נאך א יאר. ממילא האט דער אויבערשטער געמוזט מקדים זיין צוויי יאר! (לקט יושר בהקדמתו בשם רבו התרומת הדשן)
ס'איז אונטערסאנט אז ס'איז דא א ראי' פון חז''ל אז מ'קען נישט נוצן קיין כולל

די גמ' זאגט (איך ווייס נישט ווי) אז די שטן קען נישט מקטרג זיין יום כיפור ווייל השטן איז בגמטרי' שס''ד און אין א יאר איז דא שס''ה טעג, איין טאג קען ער נישט מקטרג זיין
אבער אויב קען מען רעכענען די כולל איז השטן מיט די כולל גמטרי' שס''ה
זייער זייער שיין!
די גמרא איז אין יומא און אין נדרים.

עס איז כדי צוצולייגען אז דער מהרש''א אויפן פלאץ (יומא אדער נדרים) פרעגט אז לכאורה איז שטן נאר שנ''ט, און נישט שס''ד? און ער איז מחדש אז מען לייגט צו די ה''א נאר כדי די גמטריא זאל שטימען, ווי צו זאגן אז די באקאנטע שטן האט נישט קיין כח!
לויט דעם קען מען שוין בלייבען אז די כולל העלפט יא, נאר דוקא דא העלפט עס נישט, והבן.
אוועיטער
חוט של חסד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 279
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 1:52 pm
x 496

Re: איך האב היינט געטראפן א חידוש…

פאוסט דורך חוט של חסד »

די וואך אין די פרשה שטייט די מעשה וויאזוי לבן האט אריינגענארט יעקב אבינו מיט לאה אנשטאטס רחל, און ווען יעקב אבינו האט אים פארגעהאלטן האט ער געענטפערט מיט פאטאס: לא ייעשה כן במקומנו לתת הבכירה לפני הצעירה

לכאורה איז דאך לבן הייליג גערעכט! הישמע כזאת מ'זאל סקיפן א קינד?

נאר וואס דען? דער פאפער לבן האט דא אויך ארומגעפאפט! ווייל ווען אליעזר איז געפארן אנ'שדכנ'ען רבקה פאר יצחק איז איר עלטערער ברודער לבן שוין געווען אן אלטער בחור, און מען האט אים געסקיפט און חתונה געמאכט רבקה בעפאר אים!
בנין נערים סתירה וסתירת זקנים בנין:
יונגע בויען זיך דורכ'ן פרובירן צו צעברעכן יענעם. אלטע צעברעכן יענעם דורכ'ן פרובירן זיך צו בויען!
אביסל טיפער
פרישער באניצער
פאוסטס: 42
זיך איינגעשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 8:40 pm
x 88

Re: איך האב היינט געטראפן א חידוש…

פאוסט דורך אביסל טיפער »

שוין לאנג געזיכט א התיר, און אז מען זיכט טרעפט מען !!

חתם סופר פרשת ויצא

ויקח לו יעקב מקל לבנה לח ולוז וערמון. יראה כיון שגם לבן הודה שבאה הברכה לביתו לרגלי יעקב, ויעקב חלה פניו שיניחהו לעשות גם לביתו ולא הניחו לבן, אלא גם החליף משכורתו, ע"כ הותר ליעקב לעשות כל הצטדקאות להוציא בלעו מפיו של לבן שהרי הכל שלו שהברכה באתה לרגלי יעקב ,
וכן אירע לבני יעקב בגלות החל שהאומות ניזונים בשבילם והם מקפחים את פרנסתם של ישראל, ועניי צאן אדם צריכים להמציא פרנסת עצמם ע"י עקבה ורמיה ובאמת משלהם הכל, ואח"כ אומרים עליהם כמאמר בני לבן מאשר לאבינו עשה את כל הכבוד הזה, ולא יתנו לב להבין כי כל אשר לאביהם מברכתו של יעקב הוא.
כי אנחנו לא נביט בכל זה אל "הטוענים" אלא על "הטענות" (רמח"ל בספר דרך תבונות סוף פרק א' )
אביסל טיפער
פרישער באניצער
פאוסטס: 42
זיך איינגעשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 8:40 pm
x 88

Re: איך האב היינט געטראפן א חידוש…

פאוסט דורך אביסל טיפער »

נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 10:56 pm
איד האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 10:21 pm
נקודות טובות האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 3:16 am עס איז באקאנט אז ווען מען רעכענט גמטריאות קען מען רעכענען אויך די כולל. וואו איז דער ערשטער מקור פאר דעם?

אין פרשת ואתחנן אויפן פסוק כי תוליד בנים ובני בנים ונושנתם בארץ. ברענגט רש''י די גמרא אז ונושנתם איז גמטריא 852, נאר דער אויבערשטער האט מקדים געווען די גלות מיט צוויי יאר, כדי עס זאל נישט דארפן מקיום ווערן דעם סוף הפסוק פון אבד תאבדון.

איז שווער לכאורה, פארוואס האט דער אויבערשטער געדארפט מקדים זיין צוויי יאר, איז איין יאר נישט גענוג?
אויף דעם איז דער תירץ, אז ווען ער איז מקדים מיט איין יאר (דהיינו נאך 851 יאר), וואלט מען געקענט צולייגען נאך א יאר. ממילא האט דער אויבערשטער געמוזט מקדים זיין צוויי יאר! (לקט יושר בהקדמתו בשם רבו התרומת הדשן)
ס'איז אונטערסאנט אז ס'איז דא א ראי' פון חז''ל אז מ'קען נישט נוצן קיין כולל

די גמ' זאגט (איך ווייס נישט ווי) אז די שטן קען נישט מקטרג זיין יום כיפור ווייל השטן איז בגמטרי' שס''ד און אין א יאר איז דא שס''ה טעג, איין טאג קען ער נישט מקטרג זיין
אבער אויב קען מען רעכענען די כולל איז השטן מיט די כולל גמטרי' שס''ה
זייער זייער שיין!
די גמרא איז אין יומא און אין נדרים.

עס איז כדי צוצולייגען אז דער מהרש''א אויפן פלאץ (יומא אדער נדרים) פרעגט אז לכאורה איז שטן נאר שנ''ט, און נישט שס''ד? און ער איז מחדש אז מען לייגט צו די ה''א נאר כדי די גמטריא זאל שטימען, ווי צו זאגן אז די באקאנטע שטן האט נישט קיין כח!
לויט דעם קען מען שוין בלייבען אז די כולל העלפט יא, נאר דוקא דא העלפט עס נישט, והבן.
בני יששכר מאמר ב לחנוכה

והנה מה שהמקובלים נוהגין להוסיף הכולל במקום המצטרך מקובל היא בידם בסמיכה על המקרא שבתורה אפרים ומנשה כראובן ושמעון יהיו לי (בראשית מח, ה), והנה ראוב"ן ושמעו"ן בגימ' אפרי"ם מנש"ה כשתוסיף הכולל על ראובן שמעון, ממילא נפקא לן מן התורה דבר זה מן אפרים מנשה,

עי' דעת זקנים מבעלי התוספות בראשית מח ה פירוש הראש ובעל הטורים שם וע"ע בספר דבש לפי להרב חיד"א ז"ל מערכת ג אות יד בשם מדרש תלפיות אות א-ג
כי אנחנו לא נביט בכל זה אל "הטוענים" אלא על "הטענות" (רמח"ל בספר דרך תבונות סוף פרק א' )
ענותן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 483
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 4:02 pm
x 430

Re: איך האב היינט געטראפן א חידוש…

פאוסט דורך ענותן »

געזעהן היינט אין מועדים וזמנים אז חנוכה זאל מען נישט זאגן ביי די שיר של יום שבו היו הלוים אומרים (געבויט אויף א חת"ס אין ביצה וואס זאגט די זעלבע לגבי יו"ט)
גיב אכטונג! די צונג ליגט אין נאסקייט
דעריבער קען זי זיך שנעל גליטשן... (די בלעטל)
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1794
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4801

Re: איך האב היינט געטראפן א חידוש…

פאוסט דורך נקודות טובות »

ענותן האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 11:35 am געזעהן היינט אין מועדים וזמנים אז חנוכה זאל מען נישט זאגן ביי די שיר של יום שבו היו הלוים אומרים (געבויט אויף א חת"ס אין ביצה וואס זאגט די זעלבע לגבי יו"ט)
חנוכה??? פארוואס זאל מען נישט זאגן, האבן די לויים געזאגט אן אנדערע שיר חנוכה? וואו איז די מועדים וזמנים?

אביסל טיפער האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 10:04 am
נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 10:56 pm
► Show Spoiler
בני יששכר מאמר ב לחנוכה

והנה מה שהמקובלים נוהגין להוסיף הכולל במקום המצטרך מקובל היא בידם בסמיכה על המקרא שבתורה אפרים ומנשה כראובן ושמעון יהיו לי (בראשית מח, ה), והנה ראוב"ן ושמעו"ן בגימ' אפרי"ם מנש"ה כשתוסיף הכולל על ראובן שמעון, ממילא נפקא לן מן התורה דבר זה מן אפרים מנשה,

עי' דעת זקנים מבעלי התוספות בראשית מח ה פירוש הראש ובעל הטורים שם וע"ע בספר דבש לפי להרב חיד"א ז"ל מערכת ג אות יד בשם מדרש תלפיות אות א-ג
יא יא, אבער דאס אז אפרים ומנשה איז גמטריא ראובן ושמעון איז נישט קיין גמרא,משא''כ דאס וואס איך האב געברענגט פון תרומת הדשן איז ממש א דרשות חז''ל, און ווי אויך איז עס באמת שווער פארוואס דארף מען מקדים זיין צוויי יאר...
ענותן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 483
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 4:02 pm
x 430

Re: איך האב היינט געטראפן א חידוש…

פאוסט דורך ענותן »

נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 1:05 pm
ענותן האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 11:35 am געזעהן היינט אין מועדים וזמנים אז חנוכה זאל מען נישט זאגן ביי די שיר של יום שבו היו הלוים אומרים (געבויט אויף א חת"ס אין ביצה וואס זאגט די זעלבע לגבי יו"ט)
חנוכה??? פארוואס זאל מען נישט זאגן, האבן די לויים געזאגט אן אנדערע שיר חנוכה? וואו איז די מועדים וזמנים?
זזי האבן געזאגט מזמור שיר חנוכת
גיב אכטונג! די צונג ליגט אין נאסקייט
דעריבער קען זי זיך שנעל גליטשן... (די בלעטל)
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1794
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4801

Re: איך האב היינט געטראפן א חידוש…

פאוסט דורך נקודות טובות »

ענותן האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 5:22 pm
נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 1:05 pm
ענותן האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 11:35 am געזעהן היינט אין מועדים וזמנים אז חנוכה זאל מען נישט זאגן ביי די שיר של יום שבו היו הלוים אומרים (געבויט אויף א חת"ס אין ביצה וואס זאגט די זעלבע לגבי יו"ט)
חנוכה??? פארוואס זאל מען נישט זאגן, האבן די לויים געזאגט אן אנדערע שיר חנוכה? וואו איז די מועדים וזמנים?
זזי האבן געזאגט מזמור שיר חנוכת
האב איך נאכגעקוקט, נישט געזעהן ער זאל רעדן וועגן חנוכה. די שאלה איז אויב דאס וואס שטייט אין מסכת סופרים מיינט אז די לויים האבן דאס געזאגט, אדער איז דאס א תקנת הגאונים.
די חשק שלמה שרייבט אז עס איז נאר א תקנת הגאונים, און זיין ראיה איז פון תשעה באב וואס קומט זיכער פון נאכן חרבן. און אזוי אויך רבי משה שטערנבוך גופא זאגט אזוי איבער די מזמורים פון מעשה רב. בסך הכל באציט ער זיך אויף ווען די לויים האבן געטוישט די שיר. אבער ער שרייבט נישט דארט חנוכה וואס איז משמע פון דעם אז חנוכה האט מען נישט געטוישט די שיר. אבער דער תפארת ישראל אין חומר בקודש שרייבט יא אז סיי חנוכה און סיי ביי די מצוה פון בכורים האט מען געזאגט ארוממך.

אדרבה, איר האט א קלארקייט אין דעם?
Programming
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 237
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 1:26 am
x 325

Re: איך האב היינט געטראפן א חידוש…

פאוסט דורך Programming »

חוט של חסד האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 12:14 am די וואך אין די פרשה שטייט די מעשה וויאזוי לבן האט אריינגענארט יעקב אבינו מיט לאה אנשטאטס רחל, און ווען יעקב אבינו האט אים פארגעהאלטן האט ער געענטפערט מיט פאטאס: לא ייעשה כן במקומנו לתת הבכירה לפני הצעירה

לכאורה איז דאך לבן הייליג גערעכט! הישמע כזאת מ'זאל סקיפן א קינד?

נאר וואס דען? דער פאפער לבן האט דא אויך ארומגעפאפט! ווייל ווען אליעזר איז געפארן אנ'שדכנ'ען רבקה פאר יצחק איז איר עלטערער ברודער לבן שוין געווען אן אלטער בחור, און מען האט אים געסקיפט און חתונה געמאכט רבקה בעפאר אים!
יתכן אז לבן איז שוין געווען פארהייראט דעמאלט
בן חיים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 4:35 pm
x 165

Re: איך האב היינט געטראפן א חידוש…

פאוסט דורך בן חיים »

המהרש"א הקשה דאם הקבה ממלא שנותיהם של צדיקים מיום ליום היה ראוי שימות משה יום ו' אדר שאז מלאו ימיו כי בז' שנולד בו כבר נכנס לשנה אחרת ותי' בספר שערי חיים לתהלים בשם החת"ס דיום אחד חסר דאין אדם צדיק בארץ וגו' ואותו יום לא נפקד במספר שני חייו ודפח"ח
בן חיים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 4:35 pm
x 165

Re: איך האב היינט געטראפן א חידוש…

פאוסט דורך בן חיים »

בן חיים האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 8:05 pm המהרש"א הקשה דאם הקבה ממלא שנותיהם של צדיקים מיום ליום היה ראוי שימות משה יום ו' אדר שאז מלאו ימיו כי בז' שנולד בו כבר נכנס לשנה אחרת ותי' בספר שערי חיים לתהלים בשם החת"ס דיום אחד חסר דאין אדם צדיק בארץ וגו' ואותו יום לא נפקד במספר שני חייו ודפח"ח
אגב העל איך צולייגן די חת"ס האט א אריכות פארוואס המן האט אויסגעוועלט פונקט י"ג אדר ער הייבט אהן אז המן האט געוואלט חודש אדר וועגן ער האט געהאלטן אז זיין מזל וועט זיין גוט דעמאלטס און ר"ח האט ער נישט געוואלט ווייל ער האט געוואלט ווארטן אויף ז' יום מיתת משה רבינו און ז' אליינס האט ער אויך נישט געוואלט ווייל משה רבינו איז אוועק נאך מנחה און א טאג נאכדעם האט ער אויך נישט געוואלט ווייל ער האט זיך טועה געווען און די קשיא פונעם מהרש"א און ער האט געהאלטן אז משה רבינו איז געבוירן ח' ווייל ער איז אוועק ז' וכו' וכו'
עיי"ש שהאריך טובא בזה
רואה חשבונות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1330
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
x 3630

Re: איך האב היינט געטראפן א חידוש…

פאוסט דורך רואה חשבונות »

הרב בן חיים, גלארייכע חידושים, קיפ איט קאמינג.
בן חיים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 4:35 pm
x 165

Re: איך האב היינט געטראפן א חידוש…

פאוסט דורך בן חיים »

רואה חשבונות האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 12:13 am הרב בן חיים, גלארייכע חידושים, קיפ איט קאמינג.
מען דארף פלעין עפענען א חת"ס......
שרייב פאוסט