אידישע נייעס אין ארץ ישראל

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3248
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3752

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך שמח »

וואוילער האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 3:58 pm
שמח האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 1:15 pm
(זענען די ציונים נישט עלול אויף רציחה און ''בטעות'' איבערטרעטן איינעם?)
די סארט פראטעסטן איז דאך א טעגליכע ערשיינונג
איז די שאלה נאך שטערקער...
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5271
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9744

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

זדים קמו עלי.jpg
זדים קמו עלי.jpg (310.56 KiB) געזען געווארן 1227 מאל
אוועיטער
רעגענדיגע זונטאג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 677
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:17 pm
x 1236

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך רעגענדיגע זונטאג »

צו הגאון רבי צבי קושעלעווסקי שליט"א ר"י היכל התורה איז געבוירן בנו בכורו למז"ט, נאך וואס בזיווג ראשון האט ער נישט זוכה געווען צו זרע של קיימא.

די ראש ישיבה האט חתונה געהאט בזיווג שני פאר זעקס איר צוריק, און יעצט שוין זייענדיג אין טיפן עלטער פון 88 יאר האט ער זוכה געווען צום בן זקונים.
פיילס
688179_tumb_800X480.jpeg
688179_tumb_800X480.jpeg (38.57 KiB) געזען געווארן 1187 מאל
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3248
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3752

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך שמח »

רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: זונטאג מערץ 10, 2024 1:19 pm צו הגאון רבי צבי קושעלעווסקי שליט"א ר"י היכל התורה איז געבוירן בנו בכורו למז"ט, נאך וואס בזיווג ראשון האט ער נישט זוכה געווען צו זרע של קיימא.

די ראש ישיבה האט חתונה געהאט בזיווג שני פאר זעקס איר צוריק, און יעצט שוין זייענדיג אין טיפן עלטער פון 88 יאר האט ער זוכה געווען צום בן זקונים.


ירושלים - עטליכע שעה נאכן געבורט איז דער ר"י הגאון רבי צבי קאשלעווסקי שליט"א וואס האט היינט זוכה געווען צו האלזן א בן זכור ביי די 88 יאר בליעה”ר אריבער צום שטוב פון פוסק הדור הגאון רבי משה שטערנבוך שליט"א וואס האט אים צו געשטופט צום שידוך פאר 6 יאר צוריק און געווען די מסדר קידושין ביים חופה צו נעמען א ברכה.

אזוי אויך איז באקאנט געווארן אז דער פוסק הדור האט אים אנגעווינטשען ביים חתונה אז ער וועט נאך אי"ה זוכה זיין צו זש”ק וואס איז טאקע ב”ה היינט נתקיים געווארן.
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
שרגא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 206
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 2:21 am
Location: New York
x 742

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך שרגא »

ר' אלימלך בידערמאן האט געפירט ראש חודש אדר טיש אין דושינסקיא אין ירושלים, און כמנהגו געווארפן זיין שטריימל.

און דאס מאל איז עס געלונגען, און שטעקן געבליבן אין די שענדעליער/ טשילאר
פיילס
22388.jpeg
22388.jpeg (250.59 KiB) געזען געווארן 1108 מאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5271
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9744

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

שמח האט געשריבן: זונטאג מערץ 10, 2024 7:44 pm
רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: זונטאג מערץ 10, 2024 1:19 pm צו הגאון רבי צבי קושעלעווסקי שליט"א ר"י היכל התורה איז געבוירן בנו בכורו למז"ט, נאך וואס בזיווג ראשון האט ער נישט זוכה געווען צו זרע של קיימא.

די ראש ישיבה האט חתונה געהאט בזיווג שני פאר זעקס איר צוריק, און יעצט שוין זייענדיג אין טיפן עלטער פון 88 יאר האט ער זוכה געווען צום בן זקונים.


ירושלים - עטליכע שעה נאכן געבורט איז דער ר"י הגאון רבי צבי קאשלעווסקי שליט"א וואס האט היינט זוכה געווען צו האלזן א בן זכור ביי די 88 יאר בליעה”ר אריבער צום שטוב פון פוסק הדור הגאון רבי משה שטערנבוך שליט"א וואס האט אים צו געשטופט צום שידוך פאר 6 יאר צוריק און געווען די מסדר קידושין ביים חופה צו נעמען א ברכה.

אזוי אויך איז באקאנט געווארן אז דער פוסק הדור האט אים אנגעווינטשען ביים חתונה אז ער וועט נאך אי"ה זוכה זיין צו זש”ק וואס איז טאקע ב”ה היינט נתקיים געווארן.
WOW

איך בין טאקע א 'פתי', אבער זייער ווייט פון א 'יאמין לכל דבר'. עכ"ז, לעצטנס האב איך געהערט צו פיל אויסטערלישע מעשיות מיט ברכות פון רבי משה! ס'איז נישט פשוט.
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1581
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1695

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך שבת קודש »

וויפיל יאר איז די אשת חיל פון הגאון רבי צבי קאשלעווסקי שליט"א?
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3677
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 10692

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך פליט »

שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג מערץ 11, 2024 2:04 pm וויפיל יאר איז די אשת חיל פון הגאון רבי צבי קאשלעווסקי שליט"א?
56
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1581
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1695

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך שבת קודש »

ביי דאס קינד'ס בר מצוה גייט ער זיין 101 יאר
צופרידענער
פרישער באניצער
פאוסטס: 22
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מערץ 06, 2024 10:51 pm
Location: ברוקלינער
x 13

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך צופרידענער »

די ר''י די בעל שמחה העכער 50 יאר צוריק אינאיינעם מיטן מנחת יצחק זצ"ל

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 5#p2504125
אוועיטער
Spa 42
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 1278
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:56 pm
Location: 42Maple Ave Monroe NY 10950
x 5012

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך Spa 42 »

רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: זונטאג מערץ 10, 2024 1:19 pm צו הגאון רבי צבי קושעלעווסקי שליט"א ר"י היכל התורה איז געבוירן בנו בכורו למז"ט, נאך וואס בזיווג ראשון האט ער נישט זוכה געווען צו זרע של קיימא.

די ראש ישיבה האט חתונה געהאט בזיווג שני פאר זעקס איר צוריק, און יעצט שוין זייענדיג אין טיפן עלטער פון 88 יאר האט ער זוכה געווען צום בן זקונים.
פולע ווידיאו פונעם ברית היינט אינדערפרי.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5271
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9744

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

דער בעל הנס האט לעצטע וואך מכבד געווען דעם רב רבי משה שטערנבוך שליט"א מיט סנדקאות.

דער רב האט אים געענטפערט אז ער זאל אליינס זיין סנדק. האט ער געגעבן פאר'ן רב די ברכות וקריאת השם.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5271
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9744

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אין א היסטארישע ווידער אויפבלי פונעם "עדה החרדית" איז היינט פארגעקומען א גרויסער מושב בי"ד בהרכב מלא, א זאך וואס פלעגט זיין יעדן חודש אבער איז שוין כמעט נישט פארגעקומען די לעצטע 2 יאר צוליב שוואכקייטן אין די כוחות וועלכע ווערן בס"ד ווידער געשטארקט.

דער היינטיגער מושב אין שפיץ פון כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א ובית דינו הצדק, איז געווען צוערשט איבער עניני כשרות מיט'ן אנוועזנהיינט פונעם ועד הכשרות, סיי איבער גאנץ יאריגע שאלות און סיי איבער געוויסע ענמינים וואס זענען יעצט עומד על הפרק אויף פסח.

דערנאך איז געווען א דיון מיט א משלחת פון א חשוב'ע מוסד על טהרת הקודש (לא קיבלתי פרטים), און דערנאך האט מען פארגעשטעלט פאר בי"ד די געוואלדיגע אויפוואכונג מיט די "קרן תמכין דאורייתא" פונעם שוין-באקאנטער "ועד הפעולה של העדה החרדית", און מ'האט אויך געשמועסט איבער א באנקעט פון נגידים וואס קומט םאר אין די טעג אין ניו יארק פאר'ן קרן.

ס'איז ב"ה א שמחה צו זען אזא מחזה הוד וויאזוי דער בי"ד איז ב"ה אויפגעלעבט מיט אזא כח גדול ואדיר וואס שטייט אין שפיץ, אשרי הדור שלו ככה.
פיילס
DSC_7987.jpg
DSC_7987.jpg (254.52 KiB) געזען געווארן 878 מאל
DSC_7973.jpg
DSC_7973.jpg (292.32 KiB) געזען געווארן 878 מאל
DSC_7971.jpg
DSC_7971.jpg (206.47 KiB) געזען געווארן 878 מאל
DSC_7969.jpg
DSC_7969.jpg (282.97 KiB) געזען געווארן 878 מאל
DSC_7957.jpg
DSC_7957.jpg (244.99 KiB) געזען געווארן 878 מאל
אוועיטער
ס'קען זיין אז..
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1489
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 1:06 pm
x 2870

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך ס'קען זיין אז.. »

משה קליינערמאן'ס יונגערער ברידער ברוך השם געטראפן!!

יעצט קומט אריין די בררעכנדיגע נייעס אז די ברידער פון משה קליינערמאן וואס איז געווען פארלוירן פאר איבער 3 שעה איז געטראפן געווארן ברוך השם!

ברייטער גערעדט - ר'מענדל אונגאר
ד' צו פ״ד
https://www.yiddish24.com/analysis/176/103274
לייבל פריש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 345
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:13 pm
x 388

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך לייבל פריש »

טבריה - מיט עטליכע וואכן צוריק איז פארגעקומען די שטאטישע וואלן אין מדינת ישראל ווי אין דער שטאט טבריה איז אריינגעוועלט געווארן יוסי נבעה אלס מעיאר מיט די שטיצע פון די פרומע אידן אין שטאט, דער מקובל הגאון רבי דב קוק שליט"א האט אריינגעלייגט אסאך כוחות אין די וואל פארמעסט מיטן ציל אז דער קעגנער פון נבעה דער באקאנטער שונא ישראל רון קובי זאל נישט אריינגעוועלט ווערן. קובי וואס אויסער זיין שנאה צו פרומע אידן איז אויך א קוראיזער פארשוין האט אריינגעגעבן א קלאגע אין געריכט ווי ער האט גע'טענה'ט אז דער מקובל האט פארארבעט מעשים מיט קמיעות און שמות הקדושים און אזוי ארום באוויזן צו אריינוועלן נבעה ווען אין פאקט האבן מער געשטיצט זיין קאנדידאטור. די געריכט האט ארויסגעווארפן די קלאגעס זאגענדיג אז עס איז נישט געשטויגן און געפלויגן און געצווינגען קובי צו באצאלן 3,000 שקל פארן מקובל אויף די געריכט קאסטן.

JD MEDIA
דערמאנונג: אדר א’ נישט שבט ב’...
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5271
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9744

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

נעכטן האבן די פאליציי אין ירושלים געטראפן א קינד אן קיין עלטערן, ס'איז געווארן א בהלה, און זיי האבן געוואלט אנהייבן א קעיס אויף די עלטערן.

דער עסקן רבי שמעון שישא האט זיך אריינגעמישט, באשאפן פרישע סיפורי צדיקים... און ב"ה מסדר געווען די זאך, דאס קינד איז אהיים בשלום.
unnamed.jpg
unnamed.jpg (231.31 KiB) געזען געווארן 675 מאל
אוועיטער
Spa 42
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 1278
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:56 pm
Location: 42Maple Ave Monroe NY 10950
x 5012

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך Spa 42 »

באס דרייווער וואס זיין באס האט אנגעהויבן פארן בארג אראפ בשעת די דרייווער האט עפעס פאראכטן אינדרויסן פון די באס און נישט זיכער געמאכט אז די באס קען נישט אנהייבן פארן אליינס, איז געווארן אנגעקלאגט.

די מעשה האט פאסירט ארום 18 חדשים צוריק, און ליידער איז א אידישע פרוי גע'הרג'עט געווארן צוזאמען מיט אירע צוויי טעכטער.


ווידיאו פונעם סצענע זומער תשפ"ב

אוועיטער
Spa 42
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 1278
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:56 pm
Location: 42Maple Ave Monroe NY 10950
x 5012

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך Spa 42 »

היינט האבן די לינקע אין מדינת ישראל פראטעסטירט פארנט פונעם שטוב פון הגאון ר' דוב לאנדא שליט"א, די פראטעסטירער האבן געווארט אז די ר"י זאל ארויסקומען, און אזוי אים קענען באפאלן, ה"י.

למעשה האט די ר"י געדארפט ארויסגיין פון שטוב, וואס טוט מען דא??

האבן די בחורים גענומען דעם קעכער פון ישיבה ר' יוסי ראזענפעלד, און אים פארשטעלט ווי די ר"י, און ער איז ארויס צו די גאס מיט באגלייטונג פון בחורים און פאליציי, און איז אריין אין א קאר און אוועק געפארן, איינמאל ער איז אוועק געפארן, זענען די פראטעסטירער זיך צוגאנגען, און די ר"י האט מיט א רואיגקייט געקענט ארויסגיין.
https://video.twimg.com/ext_tw_video/17 ... mp4?tag=12
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5271
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9744

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

👍👍👍
אוועיטער
Spa 42
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 1278
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:56 pm
Location: 42Maple Ave Monroe NY 10950
x 5012

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך Spa 42 »

א שטעכעריי טעראר אטאקע איז געווארן פארמיטן נאך וואס פאליציי האבן באמערקט א 17 יעריגע פאלעסטינער זיך ארומדרייען פארדעכטיגט נעבן די פאליציי סטאנציע אין דער שכם.

די פאליציי האט אים ארעסטירט און געטראפן א מעסער.
פיילס
1151726-768x432.jpg
1151726-768x432.jpg (32.16 KiB) געזען געווארן 553 מאל
אוועיטער
Spa 42
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 1278
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 12:56 pm
Location: 42Maple Ave Monroe NY 10950
x 5012

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך Spa 42 »

דער טעראריסט האט געשריבן בעפאר אויף סאציאלע מידיע:

עס איז מיר א חשובע זאך צו ענדיגן מיין לעבן מיט סיפוק, און דערנאך אנקומען אין גן עדן.
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1226
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 1637

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך טיפע טאשן »

א ארעסטירטער היינט ביי א פראטעסט האט געוויזען זיין תעודת זהות...
פיילס
unnamed (56).jpg
unnamed (56).jpg (218.78 KiB) געזען געווארן 454 מאל
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1226
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 1637

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך טיפע טאשן »

טיפע טאשן האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 3:25 pm א ארעסטירטער היינט ביי א פראטעסט האט געוויזען זיין תעודת זהות...
די משטרה זענען געווען פארשטעלט פאר היימישע אידן...
פיילס
unnamed (57).jpg
unnamed (57).jpg (136.5 KiB) געזען געווארן 373 מאל
unnamed (59).jpg
unnamed (59).jpg (257.29 KiB) געזען געווארן 373 מאל
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3314
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4769

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך וואוילער »

טיפע טאשן האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 3:46 pm
די משטרה זענען געווען פארשטעלט פאר היימישע אידן...
ווער זאגט פארשטעלט?
ליידער זענען דא דארט היימישע אידן...
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3801
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 10176

Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

וואוילער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 4:02 pm
טיפע טאשן האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 3:46 pm
די משטרה זענען געווען פארשטעלט פאר היימישע אידן...
ווער זאגט פארשטעלט?
ליידער זענען דא דארט היימישע אידן...
אבער זיי דארפן אויך גיין מיט די יוניפארם
שרייב פאוסט