סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

נייעס און אנטוויקלונגען אין רבי'שע הויפן
דער רבי איז געזונט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:16 pm
x 305

Re: נייעס און באריכטן פון קהלת ומוסדות סאטמאר (מהר"א) בארא פארק

פאוסט דורך דער רבי איז געזונט »

בית ישראל האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 10:29 am
דער רבי איז געזונט האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 7:22 pm
בית ישראל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 10:09 am וואס צייגט ער פארן רבין? זיינע ספעציעל טייערע פרייזן?!

אגב וואס האט די בוטשער מיט סאטמאר חוץ אז ער פארקויפט קרית יואל פלייש, סבאלאנגט פאר ר' יואל אדער אויך פאר די מוסד נאר א עקסטערע מענעדזשמענט?
פארוואס פרעגסטו נישט די זעלבע זאך אויף די מצה בעקעריי??

ס'איז בנשיאות דעם רבי'ן, די רבי האלט מיט אלע אנטוויקלונגען פונעם געשעפט, און יעצט האט די רבי אפגעשטאט א בליץ באזוך.
ס'מאכט נישט אויס פונקטליך וויפיל עס גייט פאר די מוסדות.
עכ''פ דאס איז נישט דער עיקר.
וואס די צושטעל בכלל??
די מצה בעקערי באלאנגט פאר קהל און די פראפיט איז זייערס
מיט דעם ביסטו גערעכט, און דאס איז נישט געווען מיין פוינט, מיין פוינט איז אז ס'מאכט נישט אויס פונקטליך וויפיל עס גייט פאר די מוסדות.
ס'איז בנשיאות דעם רבי'ן, און די רבי האלט מיט אלע אנטוויקלונגען פונעם געשעפט, און וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין פארוואס די רבי האט אפגעשטאט א באזוך, אוודאי באלאנגט עס פאר סאטמאר.
בית ישראל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 222
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 1:54 pm
x 95

Re: נייעס און באריכטן פון קהלת ומוסדות סאטמאר (מהר"א) בארא פארק

פאוסט דורך בית ישראל »

דער רבי איז געזונט האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 2:17 pm
בית ישראל האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 10:29 am
דער רבי איז געזונט האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 7:22 pm

פארוואס פרעגסטו נישט די זעלבע זאך אויף די מצה בעקעריי??

ס'איז בנשיאות דעם רבי'ן, די רבי האלט מיט אלע אנטוויקלונגען פונעם געשעפט, און יעצט האט די רבי אפגעשטאט א בליץ באזוך.
ס'מאכט נישט אויס פונקטליך וויפיל עס גייט פאר די מוסדות.
עכ''פ דאס איז נישט דער עיקר.
וואס די צושטעל בכלל??
די מצה בעקערי באלאנגט פאר קהל און די פראפיט איז זייערס
מיט דעם ביסטו גערעכט, און דאס איז נישט געווען מיין פוינט, מיין פוינט איז אז ס'מאכט נישט אויס פונקטליך וויפיל עס גייט פאר די מוסדות.
ס'איז בנשיאות דעם רבי'ן, און די רבי האלט מיט אלע אנטוויקלונגען פונעם געשעפט, און וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין פארוואס די רבי האט אפגעשטאט א באזוך, אוודאי באלאנגט עס פאר סאטמאר.
מיין שאלה איז נישט געווען איבערן רביןס באזוך, ליין איבער

כהאב עס געפרעגט אלץ אן אגב צו סאיז א סאטמארע געשעפט אדער ר' יואל אונט עס און סהייסט סאטמאר פשוט ווייל ער פארקויפט סאטמארע פלייש
דער רבי איז געזונט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:16 pm
x 305

Re: נייעס און באריכטן פון קהלת ומוסדות סאטמאר (מהר"א) בארא פארק

פאוסט דורך דער רבי איז געזונט »

בית ישראל האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 3:34 pm
דער רבי איז געזונט האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 2:17 pm
בית ישראל האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 10:29 am

וואס די צושטעל בכלל??
די מצה בעקערי באלאנגט פאר קהל און די פראפיט איז זייערס
מיט דעם ביסטו גערעכט, און דאס איז נישט געווען מיין פוינט, מיין פוינט איז אז ס'מאכט נישט אויס פונקטליך וויפיל עס גייט פאר די מוסדות.
ס'איז בנשיאות דעם רבי'ן, און די רבי האלט מיט אלע אנטוויקלונגען פונעם געשעפט, און וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין פארוואס די רבי האט אפגעשטאט א באזוך, אוודאי באלאנגט עס פאר סאטמאר.
מיין שאלה איז נישט געווען איבערן רביןס באזוך, ליין איבער

כהאב עס געפרעגט אלץ אן אגב צו סאיז א סאטמארע געשעפט אדער ר' יואל אונט עס און סהייסט סאטמאר פשוט ווייל ער פארקויפט סאטמארע פלייש
סא וואס איז געבליבן? איא?
פרייזן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 200
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 9:22 am
x 228

Re: נייעס און באריכטן פון קהלת סאטמאר (מהר"א) קרית יואל

פאוסט דורך פרייזן »

Screenshot 2024-02-29 170426.png
Screenshot 2024-02-29 170426.png (195.31 KiB) געזען געווארן 807 מאל
דער רבי איז געזונט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:16 pm
x 305

Re: נייעס און באריכטן פון קהלת סאטמאר (מהר"א) קרית יואל

פאוסט דורך דער רבי איז געזונט »

פרייזן האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 5:05 pm Screenshot 2024-02-29 170426.png
איינער מיט מער אינפא?
אוועיטער
רעגענדיגע זונטאג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 677
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:17 pm
x 1233

Re: נייעס און באריכטן פון קהלת ומוסדות סאטמאר (מהר"א) בארא פארק

פאוסט דורך רעגענדיגע זונטאג »

דער רבי איז געזונט האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 3:42 pm
בית ישראל האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 3:34 pm
דער רבי איז געזונט האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 2:17 pm

מיט דעם ביסטו גערעכט, און דאס איז נישט געווען מיין פוינט, מיין פוינט איז אז ס'מאכט נישט אויס פונקטליך וויפיל עס גייט פאר די מוסדות.
ס'איז בנשיאות דעם רבי'ן, און די רבי האלט מיט אלע אנטוויקלונגען פונעם געשעפט, און וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין פארוואס די רבי האט אפגעשטאט א באזוך, אוודאי באלאנגט עס פאר סאטמאר.
מיין שאלה איז נישט געווען איבערן רביןס באזוך, ליין איבער

כהאב עס געפרעגט אלץ אן אגב צו סאיז א סאטמארע געשעפט אדער ר' יואל אונט עס און סהייסט סאטמאר פשוט ווייל ער פארקויפט סאטמארע פלייש
סא וואס איז געבליבן? איא?
ס' איז געבליבן אז בית ישראל האט נישט באקומען אן ענטפער אויף זיינע פראגעס.
בית ישראל האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 10:09 am וואס צייגט ער פארן רבין? זיינע ספעציעל טייערע פרייזן?!

אגב וואס האט די בוטשער מיט סאטמאר חוץ אז ער פארקויפט קרית יואל פלייש, סבאלאנגט פאר ר' יואל אדער אויך פאר די מוסד נאר א עקסטערע מענעדזשמענט?
אוועיטער
סאטמאר מאנסי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 441
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:42 am
Location: 13 Monsey Blvd.
x 781
פארבינד זיך:

Re: מהנעשה והנשמע בקהילת ובמוסדות סאטמאר (מהר"א) מאנסי

פאוסט דורך סאטמאר מאנסי »

.
פיילס
IMG_20240229_180724_551.jpg
IMG_20240229_180724_551.jpg (239.06 KiB) געזען געווארן 1296 מאל
IMG_20240229_180723_874.jpg
IMG_20240229_180723_874.jpg (99.04 KiB) געזען געווארן 1296 מאל
אוועיטער
משה רבינו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 384
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:57 pm
x 372

Re: נייעס און באריכטן פון קהלת סאטמאר (מהר"א) קרית יואל

פאוסט דורך משה רבינו »

קוקט אויס סתם מאלן וואסער...
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3210
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3707

Re: נייעס און באריכטן פון קהלת סאטמאר (מהר"א) קרית יואל

פאוסט דורך שמח »

משה רבינו האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 6:22 pm קוקט אויס סתם מאלן וואסער...
פארוואס עפעס?
סבאדערט דיר אז אידן ווערן נתעורר?
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אויגעלעך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 283
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 1:38 pm
x 432

Re: נייעס און באריכטן פון קהלת סאטמאר (מהר"א) קרית יואל

פאוסט דורך אויגעלעך »

משה רבינו האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 6:22 pm קוקט אויס סתם מאלן וואסער...
די זאך גייט שוין אן פאר א גוטע פאר יאר אין ארץ ישראל און אין פארשידענע קהילות איבער די וועלט ממילא זעה איך נישט וואס עס זאל זיין די פראבלעם דערמיט
אוועיטער
סאטמאר מאנסי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 441
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:42 am
Location: 13 Monsey Blvd.
x 781
פארבינד זיך:

Re: מהנעשה והנשמע בקהילת ובמוסדות סאטמאר (מהר"א) מאנסי

פאוסט דורך סאטמאר מאנסי »

*🌴 סאטמאר מאנסי 🌴*

*מיט געהויבענע געמיטער און שפּאַנענדע געפילן אויפגהייטערט בשבח והודאה למלך קל ח"י וקיים, גרייט מען זיך אַקטיוו און העפטיגאויף אַלע פראָנטן אָפּצורעכטן די גרויסאַרטיגע יערליכע כינוס אנ"ש רבתי מעמד אדיר ח"י וקיים, די מעמד וועלכע ווערט יאָר-יערליך פאַרוואַנדלט אַלס זמן קהלה לכל, ווען דער גאַנצער ציבור חברי ק"ק סאַטמאַר מאָנסי קומען זיך צוזאַם לפּונדק אחד, און שעפּן זיך אָן מיט חיזוק און אינספּיראַציע לויבנדיג השי"ת על כל אינון ניסין וגבורין אויף די פרישע נאָכאַנאַנדע הרחבת גבולי הקדושה ימה קדמה צפונה ונגבה איבער אַלע זייטן פון די שטאָט לתפארת קהלתינו הקדושה.*



היי-יאָר תשפ"ד איז דער גרויסאַרטיגע יערליכע כינוס פול מער
זאָגנדיג און באַדייטפול, ווען ברוב רחמיו וחסדיו פון הייליגן באַשעפער גרייט מען זיך אָפּצוצייכענען דעם היסטאָרישן ציפער פון יאָרן, אַכצן גאַנצע יאָר זינט ווען די לעכטיגע אור האָט אויפגעשיינט אין מאָנסי מיט'ן התחדשות פון די הייליגע סאַטמאַרער קהלה דורך כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק שליט"א אויף די אָריגינעלע יסודות האדירים וועלכע איז געוואָרן אַראָפּגעשטעלט דורך מרן רביה"ק זי"ע אין מאָנסי בשארית כוחותיו בשנת תשל"ט באחרית ימיו עלי אדמות.


*פון אַ קליין שטיבל צו אַ ריזן אימפּעריע!*
והיה ראשיתך מצער ואחריתך ישגה מאוד! נישטאָ קיין בעסערע אויסדרוק ווי אַזוי אַראָפּצוגעבן דאָס וואָס די הייליגע קהלה איז אַריבער אין לויף פון די פאַרגאַנגענע אַכצן יאָר, עס לאָזט זיך נישט גלייבן ווען מ'זעהט היינט צוטאָגס די מאַסיווע בליענדע אימפּעריע פון ק"ק סאַטמאַר מאָנסי מיט אירע פילפאַרביגע פּעולות און פיליאַלעס וועלכע פונקציאָנירן לשם ולתפארת ולתהלה, מיט הערליכע בתי מדרשים מפוארים, אַ ציבור עצום פון העכער 1,000 חברי הקהלה בליעה"ר כ"י, אַ הויכע פּאָפּולאַציע פון אַריבער 100 פרישע חברי הקהלה וועלכע קומען צו אין אַ יאָר פון פרישע יונגעלייט און פרישע תושבים וועלכע ציען זיך אַרויס קיין מאָנסי און שליסן זיך להנהו קהלתא קדישתא.
אָבער פאַר די ערשטע הייפעלע פונעם ציבור וועלכע האָבן דעמאָלטס מיט די אייגענע צען פינגער געעפענט דאָס ביהמ"ד וועלכע איז דאַן באַשטאַנען פון אַ קליינע אָפּגעדינגענע צימער אויף 13 מאָנסי בלווד, ווי עס געפינט זיך היינט צוטאָגס די צענטראַלע צענטער און פעסטונג פון סאַטמאַר-מאָנסי, אָט די אידן קענען זיך נישט גענוג אָפּוואונדערן ווי אַזוי פון אַזאַ קומץ קטן תלמידי וחסידי סאַטמאַר וועלכע האָבן זיך געהאַלטן געטריי צו מרן רביה"ק הברך משה זי"ע ויבלחט"א בנו בכורו וחביבו כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א איז אויסגעשטיגן אַזאַ ריזן אימפּעריע.


*אַ פייערונג פאר די גאַנצע שטאָט מאָנסי*
און עס לאָזט זיך זאָגן זייער קלאָר אַז די היסטאָרישע אָפּצייכענונג פון אַכצן יאָר פון קהלתינו הק' אין מאָנסי איז ווייט נישט עפּעס אַ שמחה און חגיגה וועלכע איז אויסשליסליך פאר די סאַטמאַרער קהלה, נאר עס איז עפּעס וואָס איז ווערד פאר די גאַנצע שטאָט מאָנסי בכלליות פון אַלע שיכטן און קרייזן אָפּצוצייכענען מיט גרויס פייערליכקייט, נאָכדעם וואָס די התייסדות און התחדשות פון קהלתינו הק' אויף די ריכטיגע יסודות, ובפרט מיט'ן התמנות פונעם איש על העדה הגה"צ
אבד"ק ור"מ שליט"א.


*18 יאָר אַ נייע מאָנסי!*
עס האָט דאַן אָנגעהויבן בלאָזן נייע ווינטען אין מאָנסי, עס האָט
אָנגעהויבן אַריינקומען פרישע באַדייטן אין אידישקייט און חסידישקייט, ווען עס איז כסדר ניתוסף געוואָרן פרישע וואַרימע יונגעלייט יוצאי ישיבתו של רבי פון די מתיבתא הקדושה דסאַטמאַר אין קרית יואל, וועלכע זענען אויפגעוואַקסן מיט'ן אָריגינעלע הייליגע פּשרה'לאָזע קאמפ, וועלכע האָבן דאָס ווייטער פאָרגעזעצט מיט'ן פולן אייפער, אויך אין די דאַן קאַלטע מאָנסי, און דאָס האָט אַוועקגעשטעלט אַ הייליגע באַזע פונעם מחנה אלקים אויך אין די שטאָט מאָנסי וועלכע איז אַ עיר רבתי עם בדעות. דעריבער ווען מ'גרייט זיך עקסטאַזליך אָפּצוצייכענען אַזאַ מאורע כבירה, צו לויבן השי"ת אויפ'ן לעכטיגן עבר פון אַכצן אַזעלכע בליענדע יאָרן, און מיט אַ בליק אויפ'ן עתיד אַוועקשטעלן אַ שטאַרקע באַפעסטיגטע יסוד וקיום אדיר פאר די הייליגע קהלה, איז די שמחה און התרגשות ביי אַלעמען גאָר שטאַרק.


*גייסטרייכע מעמד אדיר דעם מוצש"ק!*
מטעם הנהלת הקהלה און די ספּעציעלע קאָמיטע ווערט אַהערגעשטעלט אַ גאָר רייכע אינהאַלטספולע סדר המעמד פונעם "כינוס אנ"ש רבתי" מעמד ח"י וקיים דעם קומענדיגן מוצש"ק כי תשא הבעל"ט וועלכע אַנטשפּרעכט צו זיין אַ העכסט רייכע דערהויבענע אינספּירירנדע נאַכט פאר אנשי שלומינו חברי ק"ק סאַטמאַר מאָנסי

*צענטראַלע הדרכה כללית פון הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א*
לשמוע את דבר ה': אַ ספּעציעלע אַרויסקוק הערשט ביים מאַסן ציבור זקנים עם נערים צו הערן במקהלות עם קודש די צענטראַלע "הדרכה כללית" און משא הכינוס דורכ'ן מרא דאתרא הגה"צ אבד"ק ור"מ שליט"א, וואָס טראָגט אַ ספּעציעלע באַדייט זייענדיג בהקהל את הקהל ווען אַלע חברי ק"ק סאַטמאַר-מאָנסי קומען זיך צוזאַם צום יערליכן כינוס אנ"ש רבתי און דער רב שליט"א איז משמיע שטאַרקע יסודות'דיגע דיבורים לכל חברי הקהלה.

*סיום מסכת חולין בחבורת תורתך שעשועי*
שישו ושמחו בשמחת התורה: אין די זעלבע צייט ווען מיט אַ שמחת התורה אָפּגעראָכטן ווערן די יומא טבא לרבנן מיט'ן סיום מסכת חולין בחבורת תורתך שעשועי דקהלתינו הק' וואָס וועט פייערליך זיין קאָמבינירט בשמחת התורה ביים מעמד האדיר ח"י וקיים, זייענדיג אַ דבר בעתו מה טוב נאָכדעם וואָס די הנהלת הקהלה איז די צענטראַלע רוקן-ביין פאר אַלע פּעולות אדירות להרמת קרן התורה בתוככי קהלתינו הק'

*שבח שירתא בתוקף קהילתא*
בשבח ובתוקף הקהלה וועט אויפטרעטן מיט אַ דינאַמישער סאַטמאַרער עסקן וועלכע האָט שוין אין לויף פון די יאָרן גאָר אַסאַך געלייסטעט פאר ק"ק ומוסדות סאַטמאַר אומעטום הרה"ח ר' מרדכי אלעזר הירש הי"ו חבר הנהלת מוסדות סאַטמאַר-וויליאַמסבורג, וועלכע וועט במיטב לשונו אַרויסברענגען וואָספאַראַ דימאַנט שטיין די סאַטמאַרער קהלה אין מאַנסי איז אינעם פּרעכטיגן קרוין פון ממלכת סאַטמאַר האדירה.


*ערשטהאַנטיג: אויפ'ן פראָנט פונעם גזירת החינוך!*
מיט אַ ספּעציעלע שפּאַנונג ערוואַרט דער ציבור די גאָר אינפאָרמאַטיווע אינפאָרמאַציע איבער וואָס עס טוט זיך אויפ'ן פראָנט אַקעגן די שווערע גזירת החינוך וועלכע באַדראָעט די חינוך פונעם יהדות ניו יאָרק אויף אַ שוידערליכע פאַרנעם, און איבער די מערכת הקודש וועלכע ווערט געפירט דורך די ריכטיגע אחריות'דיגע גדולי ומאורי ישראל שליט"א ובראשם דער שר צבא ה' כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אַקעגן די שווערע גזירת החינוך. עס וועט אויפטרעטן דער באַרימטער גאון און ראש הישיבה הרה"ג רבי משה שוואב שליט"א ראש ישיבת דגל התורה ומתיבתא מאמר מרדכי, וועלכע איז ברייט באַקאַנט מיט זיינע פולע לייסטונגען איבער'ן גזירות החינוך, וואָס דער ראש הישיבה שליט"א וועט שילדערן די סכנת גזירת החינוך בתוקפה און איבער די זיסע פּירות וועלכע קומען אַרויס פון אַלע היימישע מוסדות התורה.

דערנאָך וועט מען הערן אַ רעפעראַט מהנעשה והנשמע במצב גזירת החינוך דורכ'ן באַרימטער עסקן למען גזירת החינוך מוה"ר שלמה מנשה פאלקאוויטש הי"ו מגדולי עסקני ק"ק סאַטמאַר וועלכע וועט פאַרציילן און אויסקלאָרן פולע אינטערעסאַנטע אויפדעקונגען אַלעס אַרום די גזירת החינוך.

די מעמד האדיר וועט מייסטערהאַפטיג ווערן אָנגעפירט און באגלייט מיט'ן בלשון לימודים בטוב טעם ודעת, דורכ'ן מחנך הדגול מעמיד תלמידים הגונים הר"ר שלמה זלמן גראס שליט״א מנה"ר במוסדותינו הק'.

*גאָר רייכע מוזיקאַלישע קאָמבינאַציע*
מלא שיר ושבח ווערט אַהערגעשטעלט אַ גאָר רייכע מוזיקאַלישע פּראָדוקציע ביים מעמד ח"י וקיים וועלכע וועט דערהייבן דעם ריזן- פאַרזאַמלטע ציבור אין אַ העכערע נגינה אַטמאָספערע בשיר ושבח למלך קל ח"י וקיים, מיט די קאָמבינאַציע פון היימישע פידל שפּילער אינאיינעם מיט די ליכטיגע נגינה-שטראַלן פונעם משורר וחזן הנפלא מוה"ר שלמה זלמן הורוויץ הי"ו, אַהערגעשטעלט דורך די מאָטי מיללער פרודאקשן.


*באַערונג פאר גבאי בתי מדרשים איבער די שטאָט*
בקהל עם נשירה עוזם: די געטרייע הויכגעשעצטע גבאים אינערהאַלב אַלע בתי מדרשים דקהלתינו הק' וועלן בתוך קהל ועדה פּאַסיג באַערט ווערן אויף זייערע פילפאַרביגע פּעולות אדירות להרמת קרן הקהלה האָבנדיג אַזאַ חלק אדיר וניכר אין די 18 יעריגע אימפּעריע לתורה עבודה וגמילת חסדים, וואָס וועט זיין אַ געלעגנהייט פאַר די מתפּללים אין די בתי מדרשים דקהלתינו הק' אַרויסצוצייגן די פּאַסיגע פאַרדינטע הכרת הטוב פאר די חשובע עוסקים בצרכי ציבור באמונה וועלכע אַרבייטן תמיד בכל עת ובכל זמן לטובת הקהל הקודש.


*דער ציבור קויפט מאַסנווייז אַ "יום ישועתי"*
זה היום כולו שלי: אין די זעלבע צייט ווערן די עסקני הקהלה
אויפגענומען מיט אויסטערלישע וואַרעמקייט ביים ציבור אנשי שלומינו מיט הייסע שטיצע פאַר'ן ריזן מבצר הקהלה וועלכע טוט פאַרקערפּערן אונטער זיך צענדליגער פּעולות אדירות לטובת כל חברי הקהלה, און הונדערטער אנשי שלומינו באַנייען ווידעראַמאָל די סגולת "יום ישועתי" אַ טאָג אין ביהמ"ד – אַ טאָג פון מיין ישועה, אין צוזאַמהאַנג מיט'ן מעמד האדיר ח"י וקיים, צו צעמענטירן די ווייטערדיגע בליה און וואוקס פון די הייליגע קהלה בכל פּינות העיר.

*זמן קהלה לכל דעם מוצש"ק כי תשא*
*כל הקהל הקודש חברי קהלתינו הק' זקנים עם נערים וועלן שטראָמען אין די מאַסן דעם מוצש"ק כי תשא צום גאָר רייכן גראַנדיעזע "כינוס אנ"ש רבתי" ומעמד אדיר ונשגב "ח"י וקיים"*

*כל הקהל הקודש מתאספין ומתכנסין בהמוניהם להודות ולהלל למלך ח"י וקיים!*
אוועיטער
סאטמאר מאנסי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 441
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:42 am
Location: 13 Monsey Blvd.
x 781
פארבינד זיך:

Re: מהנעשה והנשמע בקהילת ובמוסדות סאטמאר (מהר"א) מאנסי

פאוסט דורך סאטמאר מאנסי »

🌴 סאטמאר מאנסי 🌴

שב”ק פרשת כי תשא בקרב קהלתינו הק’
פיילס
IMG_20240301_113832_292.jpg
IMG_20240301_113832_292.jpg (197.54 KiB) געזען געווארן 1233 מאל
אוועיטער
סאטמאר מאנסי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 441
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:42 am
Location: 13 Monsey Blvd.
x 781
פארבינד זיך:

Re: מהנעשה והנשמע בקהילת ובמוסדות סאטמאר (מהר"א) מאנסי

פאוסט דורך סאטמאר מאנסי »

🌴 סאטמאר מאנסי 🌴

מודעה ובקשה מטעם הנהלת כוללינו ”כולל ברך משה” זיך צו באטייליגן בגוף ובממון ביים כינוס אנ"ש ומסיבת מלוה מלכה רבתי ”ח”י וקיים” וואס קומט פאר דעם מוצש"ק כי תשא בהיכל הגדול אינעם בנין הת"ת בנין גאלדשטיין שעל יד בית מדרשינו הגדול לטובת קהילתנו הק'
פיילס
IMG_20240301_113816_459.jpg
IMG_20240301_113816_459.jpg (126.8 KiB) געזען געווארן 1233 מאל
אוועיטער
סאטמאר מאנסי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 441
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:42 am
Location: 13 Monsey Blvd.
x 781
פארבינד זיך:

Re: מהנעשה והנשמע בקהילת ובמוסדות סאטמאר (מהר"א) מאנסי

פאוסט דורך סאטמאר מאנסי »

🌴 סאטמאר מאנסי 🌴

אין די יעצטיגע טעג איז געעפענט געווארן א ”השבת אבידה שטיבל” ווי אלע חפצים וואס ווערן פארלוירן בבית מדרשינו הגדול וועלן ליגן דארט אויסגעלייגט מסודר כדי די בעלי בתים זאלן עס קענען אפנעמען אויף א גרינגע אופן
פיילס
IMG_20240301_113826_888.jpg
IMG_20240301_113826_888.jpg (145.03 KiB) געזען געווארן 1233 מאל
אוועיטער
סאטמאר מאנסי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 441
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:42 am
Location: 13 Monsey Blvd.
x 781
פארבינד זיך:

Re: מהנעשה והנשמע בקהילת ובמוסדות סאטמאר (מהר"א) מאנסי

פאוסט דורך סאטמאר מאנסי »

🌴 סאטמאר מאנסי 🌴

ספעציעלע גליון ”נועם שבת” לרגל כינוס אנ"ש ומסיבת מלוה מלכה רבתי ”ח”י וקיים” וואס קומט פאר דעם מוצש"ק כי תשא בהיכל הגדול אינעם בנין הת"ת בנין גאלדשטיין שעל יד בית מדרשינו הגדול לטובת קהילתנו הק' ערשינען בנדבת הרבני הנגיד ר’ רפאל פערלמוטער מראשי קהילתינו הק’ לרגל המעמד
פיילס
IMG_20240301_113829_731.jpg
IMG_20240301_113829_731.jpg (168.39 KiB) געזען געווארן 1234 מאל
פשוטער איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 247
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 2:19 pm
x 260

Re: נייעס און באריכטן פון קהלת ומוסדות סאטמאר (מהר"א) וויליאמסבורג

פאוסט דורך פשוטער איד »

יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 9:43 am
איך האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 5:15 pm
חבר לחבר האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 5:08 pm וואס איז פשט אז אויף די אינוועטעישן שטייט רב דבהמ"ד סיגוט און נישט אבד"ק סיגוט ווס"ב?
ווייל די סיגוטע רבנות באלאנגט נישט פאר אים כידוע
אז די ווייסט אויפצופאסן פארוואס פרעגסטו
אויף די לעדערהעט פון רבינו שליט"א אלס סיגוטע רב איז אויך געשטאנען רב דבהמ"ד עצי חיים סיגוט
ווייל ווען ער איז געווארן רב אין ביהמ"ד איז זיין טאטע נאך געווען סיגעטער רב, ווען זיין טאטע איז געווארן סאטמאר רבי האט ער אויך באקומען א שענערע טיטל ראש הישיבה, און די טיטל סיגעטער רב איז געבליבן ביי מהרז"ל ובניו
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3601
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 9430

Re: נייעס און באריכטן פון קהלת סאטמאר (מהר"א) קרית יואל

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

משה רבינו האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 6:22 pm קוקט אויס סתם מאלן וואסער...
יעדע התעוררות טוט אויף
אוועיטער
סאטמאר מאנסי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 441
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:42 am
Location: 13 Monsey Blvd.
x 781
פארבינד זיך:

Re: מהנעשה והנשמע בקהילת ובמוסדות סאטמאר (מהר"א) מאנסי

פאוסט דורך סאטמאר מאנסי »

[b]🌴 סאטמאר מאנסי 🌴

היכל הגדול והמפואר אינעם בנין הת"ת בנין גאלדשטיין שעל יד בית מדרשינו הגדול מלכות'דיג צוגעגרייט צום מעמד הגדול כינוס אנ"ש ומסיבת מלוה מלכה רבתי ”ח”י וקיים” וואס קומט פאר דעם מוצש"ק לטובת קהילתנו הק'[/b]
פיילס
IMG-20240301-WA0022.jpg
IMG-20240301-WA0022.jpg (221.45 KiB) געזען געווארן 1191 מאל
IMG-20240301-WA0023.jpg
IMG-20240301-WA0023.jpg (240.2 KiB) געזען געווארן 1191 מאל
IMG-20240301-WA0020.jpg
IMG-20240301-WA0020.jpg (220.92 KiB) געזען געווארן 1191 מאל
אוועיטער
רעגענדיגע זונטאג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 677
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:17 pm
x 1233

Re: מהנעשה והנשמע בקהילת ובמוסדות סאטמאר (מהר"א) מאנסי

פאוסט דורך רעגענדיגע זונטאג »

סאטמאר מאנסי האט געשריבן: פרייטאג מערץ 01, 2024 4:50 pm 🌴 סאטמאר מאנסי 🌴

היכל הגדול והמפואר אינעם בנין הת"ת בנין גאלדשטיין שעל יד בית מדרשינו הגדול מלכות'דיג צוגעגרייט צום מעמד הגדול כינוס אנ"ש ומסיבת מלוה מלכה רבתי ”ח”י וקיים” וואס קומט פאר דעם מוצש"ק לטובת קהילתנו הק'
כ'האף אז ס' זאל נישט זיין אזא צעמישעניש צווישן דעם עולם און צווישן די בעלי דרשנים אויף די באדייט פונעם מעמד, אזוי ווי עס איז געווען ביים דינער קהלא קדישא אין קרית יואל.
לא ימושו מפיך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 724
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 11:44 pm
x 1186

Re: נייעס און באריכטן פון קהלת סאטמאר (מהר"א) קרית יואל

פאוסט דורך לא ימושו מפיך »

שבע ברכות דורך בית המדרש דקהלתינו ''בית אלעזר'' לכבוד כ''ק מרן אדמו''ר שליט''א ובנו הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א
פיילס
unnamed (22) (28).jpg
unnamed (22) (28).jpg (423.34 KiB) געזען געווארן 486 מאל
לא ימושו מפיך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 724
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 11:44 pm
x 1186

Re: נייעס און באריכטן פון קהלת סאטמאר (מהר"א) קרית יואל

פאוסט דורך לא ימושו מפיך »

מלוה מלכה ''יסודתינו'' להחזקת בית המדרש דקהלתינו ''קול אליהו''
פיילס
unnamed (22) (25).jpg
unnamed (22) (25).jpg (210.24 KiB) געזען געווארן 1347 מאל
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3210
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3707

Re: נייעס און באריכטן פון קהלת סאטמאר (מהר"א) קרית יואל

פאוסט דורך שמח »

לא ימושו מפיך האט געשריבן: מוצש"ק מערץ 02, 2024 11:17 pm מלוה מלכה ''יסודתינו'' להחזקת בית המדרש דקהלתינו ''קול אליהו''
נאך אין די סעריע
בילד

בילד

בילד

בילד
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
אוועיטער
סאטמאר מאנסי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 441
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:42 am
Location: 13 Monsey Blvd.
x 781
פארבינד זיך:

Re: מהנעשה והנשמע בקהילת ובמוסדות סאטמאר (מהר"א) מאנסי

פאוסט דורך סאטמאר מאנסי »

🌴 סאטמאר מאנסי 🌴

הונדערטער אנשי שלומינו חברי קהלתינו הק' האבן זיך פארזאמלט דעם מוצש"ק כי תשא צום חגיגה הרוממה כינוס אנ"ש ומסיבת מלוה מלכה רבתי מעמד ח"י וקיים לטובת קהלתינו הק' וואס איז פארגעקומען אויף א רייכע פארנעם בהיכל הגדול והמפואר אינעם בנין הת"ת בנין גאלדשטיין שעל יד בית מדרשינו הגדול אויף מאנסי בלווד


דער היכל הגדול איז מייסטערהאפטיג אויסגעשטעלט געווארן צו קענען אקאמאדירן די הונדערטער אנ''ש חברי קהלתינו הק' ווי יעדער איז פלאצירט געווארן איש על מחנהו ואיש על דגלו דורך די חשובע עסקנים

דורכאויס דעם מעמד האבן מהנה געווען בפרקי שירה וזמרה דער בעל מנגן נפלא מו"ה ר' שלמה זלמן הורוויץ הי''ו באגלייט דורך די בארימטע מנצח על כלי שיר ר' מאטי מיללער הי''ו.

אלס יו''ר המעמד האט געדינט הרב הגאון ר' שלמה זלמן גראס שליט"א מנה"ר במוסדותינו הק'. וואס האט געפענט דעם מעמד ארום 9:50 און ארויסגעברענגט ווי מ'זעהט בליעה"ר די בלי און וואוקס פון קהלתינו הק' און וויאזוי סאיז אויסגעשטיגן פון א קליינער שטיבל צו א ריזן אימפעריע אין בלוז 18 יאר
ארום 10:05 איז הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א ערשינען איז זאל
די יו"ר האט ווייטער ממשיך געווען און ארויסגעברענגט די שיינקייט פון די קהילה ווי מ'זעהט א געוואלדיגע אחדות און ווי איין משפחה העלפט מען זיך ארויס איינער דעם צווייטן, און דאס קומט נאר אדאנק די געטרייע קהילה וואס שטעלט צו בכל עת ובכל זמן וואס עס פעלט אויס, די בתי מדרשים, שיעורי תורה, פילע סערוויסעס פאר די ימים טובים, ועוד ועוד און צו דעם דארף מען האבן די שטיצע פון חברי קהלתינו

דערנאך האט ר' שלמה זלמן הורוויץ מהנה געווען בפרקי שיר

ארום 10:15 האט דער יו"ר מכבד געווען הרה"ג ר' ראובן אליעזר קרויס שליט"א מרבני מכון להוראה זאל מאכן די סיום מסכת חולין בחבורת תורתך שעשועי שע"י קהילתינו הק'
הרה"ג ר' ראובן אליעזר האט קודם ארויסגעברענגט די געוואלדיגע חשיבות פון זיין אנגעשלאסן אין אט די הייליגע חבורה תורתך שעשועי און ווי מזעהט אינגעלייט הארעווען על התורה נאך א שווערע טאג ארבעט און לאזן זיך פארהערן אויף דעם בע"פ דערנאך האט הרה"ג ר' ראובן אליעזר געמאכט די סיום און געזאגט קדיש און דערנאך האט זיך די גאנצע ציבור ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין לכבוד התורה

נאכדעם איז פארגעקומען די מעמד הכרת הטוב ווי מען האט באערט די 11 גבאי בתי מדרשינו פון איבער די שטאט ה"ה
בית מדרש הגדול - מו"ה ר' יעקב יחזקי מארקאוויטש הי"ו, מו"ה ר' יואל געלב הי"ו, מו"ה ר' מרדכי דוב נייהויזער הי"ו
בית מדרשינו שכונת רעמסען - מו"ה ר' יואל סטרולאוויטש הי"ו, מו"ה ר' יוסף מאיר שמידמאן הי"ו
בית מדרשינו ישמח משה שכונת טשעסנאט רידזש - מו"ה ר' אליעזר זוסיא גאלדענבערג הי"ו, מו"ה ר' פישל פייערוועקער הי"ו
בית מדרשינו שכונת דזשיל - מו"ה ר' שמחה בונם ברוין הי"ו, מו"ה ר' שלמה מנשה גליק הי"ו
בית מדרשינו ברך משה שכונת טווין - מו"ה ר' נפתלי יואל פאכמאן הי"ו, מו"ה ר' יואל שמואל גאטליב הי"ו

ארום 10:45 האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' מרדכי אלעזר הירש הי"ו חבר הנהלת מוסדותינו הק' אין וויליאמסבורג וועלכע האט ארומגערעדט איבער די בלי און וואוקס פון קהלתינו הק' וואס פארברייטערט זיך מיט יעדן פארבייענדיגן טאג און איז א כבוד און א פראכט פאר סאטמאר

דערנאך האט די יו"ר ממשיך געווען און זיך באדאנקט פאר די חשובע הנהלת מוסדותינו הק' מו"ה ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו מנהל המוסדות און מו"ה ר' משה שמואל ראטטענבערג הי"ו אדמיניסטראטאר וואס האבן אוועקגעגעבן דער היכל הגדול אינעם ת"ת אלץ דער אכסניא פארן מעמד האדיר,
דערנאך האט די יו"ר ארויסגעברענגט די געוואלדיגע הכרת הטוב וואס חברי קהילתינו הק' האבן צום געטרייען משמש דקהלתינו הק' הרה"ח ר' יואל פריעדמאן הי"ו וואס גיבט אוועק טעג און נעכט אז אלעס זאל זיין מסודר על צד היותר טוב און בשם כל הקהל זענען די ראשי הקהילה הרבני הנגיד ר' רפאל פערלמוטער הי"ו, הרבני הנגיד ר' ישראל שיף הי"ו, הרבני הנגיד ר' הערשל ווערטהיימער הי"ו ארויפגעקומען און איבערגעגעבן א הערליכן וויין פלאש פארן חשובען משמש אלץ אות הכרת הטוב פאר זיינע פולע פעולות לטובת קהילתינו הק'

דערנאך האט דער יו"ר ארומגערעדט איבער די הרחבת גבולי הקדושה וואס ווערט בעזר השם געפלאנט זיך צו אנהייבן אין די קומענדיגע חדשים אנגעהויבן מיטן בית המדרש החדש והמפואר בשכונת רעמסען נדבת לבו הרבני הנגיד ר' ישראל שיף הי"ו מראשי קהילתינו וואס האלט שוין ביים גמר און וועט בעז''ה זיך עפענען דעם קומענדיגן יו"ט פסח הבעל"ט לשמחת לב כל תושבי השכונה

אזוי אויך די נייע בית המדרש וואס ווערט געבויעט פארן ביהמ"ד ברך משה בשכונת טווין
דערנאך האט די יו"ר געמאלדן די פרייליכע בשורה איבער פלענער צו עפענען נאך צוויי נייע בתי מדרשים איבער די שטאט איינס בשכונת רידזש און די צווייטע בשכונת וועסט מעיפל
אזוי אויך איז געמאלדן געווארן אז אין די קומענדיגע חדשים וועלן אי"ה פארטיג ווערן די פלענער צו פארגרעסערן און פארשענערן בית מדרשינו הגדול וואס איז שוין לאנג אויסגעוואקסן די געברויך פונעם ציבור

ארום 11:30 האט מען געהאט די זכיה צו הערן די דב''ק והדרכת השנה פון הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א, צום ערשט האט דער רב גערעדט בשבח הקהילה, און די חיוב שטיצן די הייליגע קהילה, און דערנאך ממשיך געווען איבער לימוד התורה בחבורת תורתך שעשועי וועלכע האט יעצט געענדיגט מס' חולין, און מסיים געווען בברכת קודש

ארום 11:55 האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' שלמה מנשה פאלקאוויטש הי"ו מגדולי עסקני למען החינוך און האט פארציילט פארן ציבור די גאנצע השתדלות פונעם אנהייב פון די ביטערע גזירה ביז ווי מען שטייט היינט און ארויסגעברענגט די הייליגע מהלך פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א זיך נישט צו לאזן פון די רעגירונג אויף קיין שום אופן און נישט מאכן קיין שום פשרות וואס דאס לאזט די רעגירונג קאנטראלירן אונזער חינוך, דערנאך האט ר' שלמה מנשה ארויפגערופן דער ספעציעלער גאסט ר' משה קארקאלסקי א געלערנטע עדזשוקעיזשען פראפעסאר וואס האט אראפגעלייגט די שיינקייט פון אונזער חינוך און אז מען טאר זיך ח"ו נישט לאזן און נאר אזוי וועט מען בעז"ה געווינען
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' משה שוואב שליט"א ראש ישיבת דגל התורה ומתיבתא מאמר מרדכי וואס איז שטארק עוסק אין די שתדלנות למען החינוך און אראפגעלייגט וויאזוי די רעגירונג באמטע קוקן אן די גאנצע נושא און ווי רבינו שליט"א שטייט בראש פונעם הייליגן מערכה ווי מזעהט קלאר אז די איינציגסטע וועג איז זיך נישט צו לאזן און ח"ו נישט נעמען קיין פשרות ווען עס קומט צו אזא האקעלע נושא ווי די חינוך פון אונזערע קינדער

מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן הרה"ג ר' דוד שלמה לאוב שליט"א מגי"ש בקהילתינו הק'

אום 1:05 האט זיך געשלאסן די הערליכע מעמד ח"י וקיים
אוועיטער
סאטמאר מאנסי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 441
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:42 am
Location: 13 Monsey Blvd.
x 781
פארבינד זיך:

Re: מהנעשה והנשמע בקהילת ובמוסדות סאטמאר (מהר"א) מאנסי

פאוסט דורך סאטמאר מאנסי »

רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: פרייטאג מערץ 01, 2024 5:32 pm
סאטמאר מאנסי האט געשריבן: פרייטאג מערץ 01, 2024 4:50 pm 🌴 סאטמאר מאנסי 🌴

היכל הגדול והמפואר אינעם בנין הת"ת בנין גאלדשטיין שעל יד בית מדרשינו הגדול מלכות'דיג צוגעגרייט צום מעמד הגדול כינוס אנ"ש ומסיבת מלוה מלכה רבתי ”ח”י וקיים” וואס קומט פאר דעם מוצש"ק לטובת קהילתנו הק'
כ'האף אז ס' זאל נישט זיין אזא צעמישעניש צווישן דעם עולם און צווישן די בעלי דרשנים אויף די באדייט פונעם מעמד, אזוי ווי עס איז געווען ביים דינער קהלא קדישא אין קרית יואל.
קהלה קדישא איז געווען א איינמאליגע זאך, דער כינוס איז א יערליכע זאך און געווענדליך א זאך וואס קומט פאר יעדע יאר איז נישטא קיין צומעשעניש וואס עס איז....
אוועיטער
איך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 783
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 3:35 pm
x 634

Re: נייעס און באריכטן פון קהלת ומוסדות סאטמאר (מהר"א) וויליאמסבורג

פאוסט דורך איך »

פשוטער איד האט געשריבן: פרייטאג מערץ 01, 2024 1:57 pm
יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 9:43 am
איך האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 5:15 pm

ווייל די סיגוטע רבנות באלאנגט נישט פאר אים כידוע
אז די ווייסט אויפצופאסן פארוואס פרעגסטו
אויף די לעדערהעט פון רבינו שליט"א אלס סיגוטע רב איז אויך געשטאנען רב דבהמ"ד עצי חיים סיגוט
ווייל ווען ער איז געווארן רב אין ביהמ"ד איז זיין טאטע נאך געווען סיגעטער רב, ווען זיין טאטע איז געווארן סאטמאר רבי האט ער אויך באקומען א שענערע טיטל ראש הישיבה, און די טיטל סיגעטער רב איז געבליבן ביי מהרז"ל ובניו
דעיס איז אין ב"פ
און וויליאמסבורג באלאנגט עס פאר הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א,, ובניו וועלעכע זאגן טאקע דארט של"ש תורה יעדע וואך
די רב האט נאך דארטן א שטענדער מיט א סידור וכו'
שרייב פאוסט