סאטמאר מאנסי
הונדערטער אנשי שלומינו חברי קהלתינו הק' האבן זיך פארזאמלט דעם מוצש"ק כי תשא צום חגיגה הרוממה כינוס אנ"ש ומסיבת מלוה מלכה רבתי מעמד ח"י וקיים לטובת קהלתינו הק' וואס איז פארגעקומען אויף א רייכע פארנעם בהיכל הגדול והמפואר אינעם בנין הת"ת בנין גאלדשטיין שעל יד בית מדרשינו הגדול אויף מאנסי בלווד
דער היכל הגדול איז מייסטערהאפטיג אויסגעשטעלט געווארן צו קענען אקאמאדירן די הונדערטער אנ''ש חברי קהלתינו הק' ווי יעדער איז פלאצירט געווארן איש על מחנהו ואיש על דגלו דורך די חשובע עסקנים
דורכאויס דעם מעמד האבן מהנה געווען בפרקי שירה וזמרה דער בעל מנגן נפלא מו"ה ר' שלמה זלמן הורוויץ הי''ו באגלייט דורך די בארימטע מנצח על כלי שיר ר' מאטי מיללער הי''ו.
אלס יו''ר המעמד האט געדינט הרב הגאון ר' שלמה זלמן גראס שליט"א מנה"ר במוסדותינו הק'. וואס האט געפענט דעם מעמד ארום 9:50 און ארויסגעברענגט ווי מ'זעהט בליעה"ר די בלי און וואוקס פון קהלתינו הק' און וויאזוי סאיז אויסגעשטיגן פון א קליינער שטיבל צו א ריזן אימפעריע אין בלוז 18 יאר
ארום 10:05 איז הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א ערשינען איז זאל
די יו"ר האט ווייטער ממשיך געווען און ארויסגעברענגט די שיינקייט פון די קהילה ווי מ'זעהט א געוואלדיגע אחדות און ווי איין משפחה העלפט מען זיך ארויס איינער דעם צווייטן, און דאס קומט נאר אדאנק די געטרייע קהילה וואס שטעלט צו בכל עת ובכל זמן וואס עס פעלט אויס, די בתי מדרשים, שיעורי תורה, פילע סערוויסעס פאר די ימים טובים, ועוד ועוד און צו דעם דארף מען האבן די שטיצע פון חברי קהלתינו
דערנאך האט ר' שלמה זלמן הורוויץ מהנה געווען בפרקי שיר
ארום 10:15 האט דער יו"ר מכבד געווען הרה"ג ר' ראובן אליעזר קרויס שליט"א מרבני מכון להוראה זאל מאכן די סיום מסכת חולין בחבורת תורתך שעשועי שע"י קהילתינו הק'
הרה"ג ר' ראובן אליעזר האט קודם ארויסגעברענגט די געוואלדיגע חשיבות פון זיין אנגעשלאסן אין אט די הייליגע חבורה תורתך שעשועי און ווי מזעהט אינגעלייט הארעווען על התורה נאך א שווערע טאג ארבעט און לאזן זיך פארהערן אויף דעם בע"פ דערנאך האט הרה"ג ר' ראובן אליעזר געמאכט די סיום און געזאגט קדיש און דערנאך האט זיך די גאנצע ציבור ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין לכבוד התורה
נאכדעם איז פארגעקומען די מעמד הכרת הטוב ווי מען האט באערט די 11 גבאי בתי מדרשינו פון איבער די שטאט ה"ה
בית מדרש הגדול - מו"ה ר' יעקב יחזקי מארקאוויטש הי"ו, מו"ה ר' יואל געלב הי"ו, מו"ה ר' מרדכי דוב נייהויזער הי"ו
בית מדרשינו שכונת רעמסען - מו"ה ר' יואל סטרולאוויטש הי"ו, מו"ה ר' יוסף מאיר שמידמאן הי"ו
בית מדרשינו ישמח משה שכונת טשעסנאט רידזש - מו"ה ר' אליעזר זוסיא גאלדענבערג הי"ו, מו"ה ר' פישל פייערוועקער הי"ו
בית מדרשינו שכונת דזשיל - מו"ה ר' שמחה בונם ברוין הי"ו, מו"ה ר' שלמה מנשה גליק הי"ו
בית מדרשינו ברך משה שכונת טווין - מו"ה ר' נפתלי יואל פאכמאן הי"ו, מו"ה ר' יואל שמואל גאטליב הי"ו
ארום 10:45 האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' מרדכי אלעזר הירש הי"ו חבר הנהלת מוסדותינו הק' אין וויליאמסבורג וועלכע האט ארומגערעדט איבער די בלי און וואוקס פון קהלתינו הק' וואס פארברייטערט זיך מיט יעדן פארבייענדיגן טאג און איז א כבוד און א פראכט פאר סאטמאר
דערנאך האט די יו"ר ממשיך געווען און זיך באדאנקט פאר די חשובע הנהלת מוסדותינו הק' מו"ה ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו מנהל המוסדות און מו"ה ר' משה שמואל ראטטענבערג הי"ו אדמיניסטראטאר וואס האבן אוועקגעגעבן דער היכל הגדול אינעם ת"ת אלץ דער אכסניא פארן מעמד האדיר,
דערנאך האט די יו"ר ארויסגעברענגט די געוואלדיגע הכרת הטוב וואס חברי קהילתינו הק' האבן צום געטרייען משמש דקהלתינו הק' הרה"ח ר' יואל פריעדמאן הי"ו וואס גיבט אוועק טעג און נעכט אז אלעס זאל זיין מסודר על צד היותר טוב און בשם כל הקהל זענען די ראשי הקהילה הרבני הנגיד ר' רפאל פערלמוטער הי"ו, הרבני הנגיד ר' ישראל שיף הי"ו, הרבני הנגיד ר' הערשל ווערטהיימער הי"ו ארויפגעקומען און איבערגעגעבן א הערליכן וויין פלאש פארן חשובען משמש אלץ אות הכרת הטוב פאר זיינע פולע פעולות לטובת קהילתינו הק'
דערנאך האט דער יו"ר ארומגערעדט איבער די הרחבת גבולי הקדושה וואס ווערט בעזר השם געפלאנט זיך צו אנהייבן אין די קומענדיגע חדשים אנגעהויבן מיטן בית המדרש החדש והמפואר בשכונת רעמסען נדבת לבו הרבני הנגיד ר' ישראל שיף הי"ו מראשי קהילתינו וואס האלט שוין ביים גמר און וועט בעז''ה זיך עפענען דעם קומענדיגן יו"ט פסח הבעל"ט לשמחת לב כל תושבי השכונה
אזוי אויך די נייע בית המדרש וואס ווערט געבויעט פארן ביהמ"ד ברך משה בשכונת טווין
דערנאך האט די יו"ר געמאלדן די פרייליכע בשורה איבער פלענער צו עפענען נאך צוויי נייע בתי מדרשים איבער די שטאט איינס בשכונת רידזש און די צווייטע בשכונת וועסט מעיפל
אזוי אויך איז געמאלדן געווארן אז אין די קומענדיגע חדשים וועלן אי"ה פארטיג ווערן די פלענער צו פארגרעסערן און פארשענערן בית מדרשינו הגדול וואס איז שוין לאנג אויסגעוואקסן די געברויך פונעם ציבור
ארום 11:30 האט מען געהאט די זכיה צו הערן די דב''ק והדרכת השנה פון הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א, צום ערשט האט דער רב גערעדט בשבח הקהילה, און די חיוב שטיצן די הייליגע קהילה, און דערנאך ממשיך געווען איבער לימוד התורה בחבורת תורתך שעשועי וועלכע האט יעצט געענדיגט מס' חולין, און מסיים געווען בברכת קודש
ארום 11:55 האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' שלמה מנשה פאלקאוויטש הי"ו מגדולי עסקני למען החינוך און האט פארציילט פארן ציבור די גאנצע השתדלות פונעם אנהייב פון די ביטערע גזירה ביז ווי מען שטייט היינט און ארויסגעברענגט די הייליגע מהלך פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א זיך נישט צו לאזן פון די רעגירונג אויף קיין שום אופן און נישט מאכן קיין שום פשרות וואס דאס לאזט די רעגירונג קאנטראלירן אונזער חינוך, דערנאך האט ר' שלמה מנשה ארויפגערופן דער ספעציעלער גאסט ר' משה קארקאלסקי א געלערנטע עדזשוקעיזשען פראפעסאר וואס האט אראפגעלייגט די שיינקייט פון אונזער חינוך און אז מען טאר זיך ח"ו נישט לאזן און נאר אזוי וועט מען בעז"ה געווינען
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' משה שוואב שליט"א ראש ישיבת דגל התורה ומתיבתא מאמר מרדכי וואס איז שטארק עוסק אין די שתדלנות למען החינוך און אראפגעלייגט וויאזוי די רעגירונג באמטע קוקן אן די גאנצע נושא און ווי רבינו שליט"א שטייט בראש פונעם הייליגן מערכה ווי מזעהט קלאר אז די איינציגסטע וועג איז זיך נישט צו לאזן און ח"ו נישט נעמען קיין פשרות ווען עס קומט צו אזא האקעלע נושא ווי די חינוך פון אונזערע קינדער
מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן הרה"ג ר' דוד שלמה לאוב שליט"א מגי"ש בקהילתינו הק'
אום 1:05 האט זיך געשלאסן די הערליכע מעמד ח"י וקיים