מנהל, איך האב אייך געשיקט א פריוואטן מעסעדזש…

אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1546
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3455

מנהל, איך האב אייך געשיקט א פריוואטן מעסעדזש…

פאוסט דורך נקודות טובות »

פאר באקוועמליכע סיבות ווילן מנהלים אפטיילן זייער פירערשאפט פון זייער אנוועזענהייט דא אויפן פארום. און פאר דעם צוועק מאכן זיי זיך (לכה''פ) נאך א ניק, חוץ פון זייער שרעקווארפענדע רויטע/גרינע ניק. און מיט די ספער ניק שפאצירן זיי ארום צווישען די טישן ווי ציווילע בירגער, אן דעם וואס איינער זאל זיי פארדעכטיגען.

מאכט זיך אמאל אז א ציווילע ניק שיקט א מעסעדזש פאר א מנהל, אבער דער מנהל איז בשעת מעשה אקטיוו מיט זיין ציווילע ניק, און ווייסט בכלל נישט אז איינער זוכט אים. דאס איז שוין אביסעל קאמפליקעיטעד. אויב לאגט ער אריין יעדע פאר שעה צו זיין רויטע ניק, איז עס טאקע נישט געפערליך. אפאר שעה סבלנות מעג מען דאך האבן. אבער די פראבלעם איז אז דאס קען אסאך מאל געדורען עטליכע טעג ביז ער לאגירט צוריק אריין מיט זיין רויטע/גרינע ניק. וואס איז די עצה? זאלן די מנהלים פאבלעצירן זייער צווייטע ניק? דאס זיכער נישט! סא וואס יא?

@ווירקליך איך האב אייך געשיקט אן אישי, ביטע ליין עס ווען דו האסט א שאנס. יישר כח!
און BTW יעצט הויב איך הערשט אן כאפן די עמקות פון דיין אינטערשריפט...
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 708
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1028

Re: מנהל איך האב אייך געשיקט א פריוואטע מעסעדזש

פאוסט דורך ווירקליך »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1546
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3455

Re: מנהל, איך האב אייך געשיקט א פריוואטן מעסעדזש…

פאוסט דורך נקודות טובות »

מיינטס אז איך פארשטיי דיר נישט?

דאנערשטאג הייבט זיך שוין אן ביי דיר די הכנות צום שבת קודש. ליל שישי הייבט זיך אן די נאכט מיט די טעגליכע תורתך שעשועי שיעור, עס פארט אריבער צו חומש רש"י מיט רמב"ן און אור החיים הק'. די נאכט ענדיגט זיך מיט צוויי שעה זוהר הק', איר גייט אין מקוה, און זאגט דעם יום שישי פון תהלים, דערנאך גייט איר דאווענען.

שיחות חולין פרייטאג מאן דכר שמיה, די מינומעם שבמינומעם, און זעלבסט פארשטענדליך נאר בלשון הקודש. איר שפאצירט אהיים פון בהמ"ד מיט א שיעור פון רבי צבי מאיר וואס איר הערט מיט די אלטע שווארצע איר פאונס (וואס די ספאנדזשעס זענען שוין אראפגעפאלן) וואס איז מחובר צום אפענעם פליפ פאון. ווען די קינדער קומען אהיים פון חדר גייט מען אין גראסערי מאכן די שבת ארדער, און ביי יעדע פראדוקט וואס איר ווארפט אריין אינעם וואגען מורמעלט איר זיך אונטער פרייליכערהייט לכבוד שבת קודש לכבוד שבת קודש. ווען דער דריי יעריגס ווייזט אויף די קאלעי וואס ער וויל קויפן זאגסט אים, מי שיאכל בצים וכבד שבת בבוקר כמסורתינו מדור דור, אתן לו הרבה ממתקים לכבוד שבת קודש. דערנאך גייסטו אין מקוה לכבוד שבת קודש, אונטערזינגענדיג דערביי דעם סקולענער ישמחו במלכותך. נאך די מקוה קויפט מען געווענליך א געלע פארברענגען וויין ביים משמש, אבער די וואך איז דאך שבת מברכים האט איר זיך ערלויבט א קרים מאלאגע. א באטעל אויל מיט א פעקל קנויטן, מיט א באקס זעקס שעה'דיגע ליכט פון נר מצוה. פאר'ן באצאלען דערמאנט איר זיך אז דער פיר יעריגס ווערט פינף די וואך, און ער דארף שוין אויך א וואלענע טלית קטן לכבוד שבת, לייגט איר דאס אויך צו צום ארדער. פארשטייט זיך די אידישע באר הפרשה פון הגה"צ המשפיע רבי אלימלך בידערמאן פאר די בני בית.

איר מאכט א קאווע, נעמט צוויי קאצקע ציקערלעך מיט א שנים מקרא ואחד תרגום. איר זעצט זיך אראפ און נאך א שהכל פארבייסט איר זיך געמיטלעך אויפן קאצקע צוקער'ל זיך פארטיפט אין א לשון קדשו. איר זענט מעביר סדרה מיט די טראפען הויעך אויפן קול, און ווען איר ענדיגט נעמט איר א חתם סופר צו קענען עפעס נאכזאגן פאר די קינדער. מען גייט אהיים און מען גרייט צו די ליכט, פארשטייט זיך מיט א ווארימע וויזניצע רחם בחסדך. דערנאך לייגט איר זיך צו פאר א שעה, צו זיין אויסגערוהט לכבוד שבת. איר שטייט אויף עסט איר א סלייס פאטעיטע קוגעל, מיט א זויער פיקעל איבערגעבויגען איבער א סדרו של שבת. איר גרייט צו די בלעך, איר מאכט זיכער אז עס איז דא גרעיפ דזשאוס און סעלצער אין די פרידזש. איר מאכט זיכער אז אלע טעלעפאון רינגערס זענען אויסגעלאשען. און איר זענט גרייט צו גיין אין ביהמ"ד.

מוצאי שבת אנגעהויבען פון א האלבע שעה נאכן זמן, ביז ארום האלב פינף פארטאגס, זענט איר פארנומען צו זיך ספראווענען מיט'ן מלוה זיין די מלכא ווי עס באדארף צו זיין. און פארשטייט זיך אז נאך אזעלכע געהויבענע טעג, קומט זיך אייך א דרימעל ביז קרוב לחצות היום. ממילא איז נישט דא קיין צייט צו ליינען מעסעדזשעס.
אבער יעצט האלט מען שוין ביי חצות היום, און @ווירקליך דו קענסט שוין ליינען דיין פריוואטע מעסעדזש וואס איך האב דיר געשיקט דאנערשטאג.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
להגדיל הטראסק
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 959
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 3126

Re: מנהל, איך האב אייך געשיקט א פריוואטן מעסעדזש…

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

ר' @נקודות טובות
שוין לאנג נישט געהאט פון דיר אזא זאפטיגע קרעטשמע ארטיקל...(סארי: איך ווייס נישט ווי אזוי עס הייסט אויף אידטיש...)
געווענליך ביסטו תוכן צו די זאך
יעצט איז עס א געשמאקס אויפן אנדערן פארנעם...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 708
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1028

Re: מנהל, איך האב אייך געשיקט א פריוואטן מעסעדזש…

פאוסט דורך ווירקליך »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

למעשה האט נקודות געטראפן דעם וועג צו רופן...
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1546
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3455

Re: מנהל, איך האב אייך געשיקט א פריוואטן מעסעדזש…

פאוסט דורך נקודות טובות »

ווירקליך האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2024 1:39 pm :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

למעשה האט נקודות געטראפן דעם וועג צו רופן...
איך האב געטראפען די וועג צו רופן, אדער איך האב געטראפען א וועג דו זאלסט ענדליך אויסהערן דיינע וואוימעילס און צוריק רופען?
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
מסתמא
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 866
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2372

Re: מנהל, איך האב אייך געשיקט א פריוואטן מעסעדזש…

פאוסט דורך מסתמא »

נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2024 12:41 pm

דאנערשטאג הייבט זיך שוין אן ביי דיר די הכנות צום שבת קודש. ליל שישי הייבט זיך אן די נאכט מיט די טעגליכע תורתך שעשועי שיעור, עס פארט אריבער צו חומש רש"י מיט רמב"ן און אור החיים הק'. די נאכט ענדיגט זיך מיט צוויי שעה זוהר הק', איר גייט אין מקוה, און זאגט דעם יום שישי פון תהלים, דערנאך גייט איר דאווענען וכו’
:lol: :lol: :lol: :lol:
שעפער איינציגער!! נאכאמזל כהאב עס געליינט נאך בעפאר ראש חודש, יאויש! כקעניש! :lol:
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
בן תורה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 475
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 773

Re: מנהל, איך האב אייך געשיקט א פריוואטן מעסעדזש…

פאוסט דורך בן תורה »

@נקודות טובות ביים נעקסטן אישי וואס דו שיקסט זאלסטו ממשיך זיין וויאזוי די שבת זעלבסט איז פארריבער ביי @ווירקליך
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 708
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1028

Re: מנהל, איך האב אייך געשיקט א פריוואטן מעסעדזש…

פאוסט דורך ווירקליך »

נאך איידער כבין אריינגעקומען אין דעם אשכול... געזען ס'דא א נייע תגובה, בינעך געלאפן קוקן מיין אישי...

ליידיג...

פליז, @נקודות טובות , קענסט מיר פליז שיקן אן אישי?.. מאך מיך פילן וויכטיג...
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
Think and Thank
פרישער באניצער
פאוסטס: 63
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 160

Re: מנהל, איך האב אייך געשיקט א פריוואטן מעסעדזש…

פאוסט דורך Think and Thank »

איך קען זיך ב"ה מצרף זיין צו די בקשה פונ'ם פותח האשכול: כבוד הרב @ווירקליך, איך האב אייך געשיקט א פריוואטע מעסעדזש...
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 708
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1028

Re: מנהל, איך האב אייך געשיקט א פריוואטן מעסעדזש…

פאוסט דורך ווירקליך »

Think and Thank האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 11:18 pm איך קען זיך ב"ה מצרף זיין צו די בקשה פונ'ם פותח האשכול: כבוד הרב @ווירקליך, איך האב אייך געשיקט א פריוואטע מעסעדזש...
יא יא, כשטים צו...
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
שרייב פאוסט