מנהל, איך האב אייך געשיקט א פריוואטן מעסעדזש…

אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2303
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 7624

מנהל, איך האב אייך געשיקט א פריוואטן מעסעדזש…

פאוסט דורך נקודות טובות »

פאר באקוועמליכע סיבות ווילן מנהלים אפטיילן זייער פירערשאפט פון זייער אנוועזענהייט דא אויפן פארום. און פאר דעם צוועק מאכן זיי זיך (לכה''פ) נאך א ניק, חוץ פון זייער שרעקווארפענדע רויטע/גרינע ניק. און מיט די ספער ניק שפאצירן זיי ארום צווישען די טישן ווי ציווילע בירגער, אן דעם וואס איינער זאל זיי פארדעכטיגען.

מאכט זיך אמאל אז א ציווילע ניק שיקט א מעסעדזש פאר א מנהל, אבער דער מנהל איז בשעת מעשה אקטיוו מיט זיין ציווילע ניק, און ווייסט בכלל נישט אז איינער זוכט אים. דאס איז שוין אביסעל קאמפליקעיטעד. אויב לאגט ער אריין יעדע פאר שעה צו זיין רויטע ניק, איז עס טאקע נישט געפערליך. אפאר שעה סבלנות מעג מען דאך האבן. אבער די פראבלעם איז אז דאס קען אסאך מאל געדורען עטליכע טעג ביז ער לאגירט צוריק אריין מיט זיין רויטע/גרינע ניק. וואס איז די עצה? זאלן די מנהלים פאבלעצירן זייער צווייטע ניק? דאס זיכער נישט! סא וואס יא?

@ווירקליך איך האב אייך געשיקט אן אישי, ביטע ליין עס ווען דו האסט א שאנס. יישר כח!
און BTW יעצט הויב איך הערשט אן כאפן די עמקות פון דיין אינטערשריפט...
פיגער עס אויס!
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 768
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1543

Re: מנהל איך האב אייך געשיקט א פריוואטע מעסעדזש

פאוסט דורך ווירקליך »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2303
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 7624

Re: מנהל, איך האב אייך געשיקט א פריוואטן מעסעדזש…

פאוסט דורך נקודות טובות »

מיינטס אז איך פארשטיי דיר נישט?

דאנערשטאג הייבט זיך שוין אן ביי דיר די הכנות צום שבת קודש. ליל שישי הייבט זיך אן די נאכט מיט די טעגליכע תורתך שעשועי שיעור, עס פארט אריבער צו חומש רש"י מיט רמב"ן און אור החיים הק'. די נאכט ענדיגט זיך מיט צוויי שעה זוהר הק', איר גייט אין מקוה, און זאגט דעם יום שישי פון תהלים, דערנאך גייט איר דאווענען.

שיחות חולין פרייטאג מאן דכר שמיה, די מינומעם שבמינומעם, און זעלבסט פארשטענדליך נאר בלשון הקודש. איר שפאצירט אהיים פון בהמ"ד מיט א שיעור פון רבי צבי מאיר וואס איר הערט מיט די אלטע שווארצע איר פאונס (וואס די ספאנדזשעס זענען שוין אראפגעפאלן) וואס איז מחובר צום אפענעם פליפ פאון. ווען די קינדער קומען אהיים פון חדר גייט מען אין גראסערי מאכן די שבת ארדער, און ביי יעדע פראדוקט וואס איר ווארפט אריין אינעם וואגען מורמעלט איר זיך אונטער פרייליכערהייט לכבוד שבת קודש לכבוד שבת קודש. ווען דער דריי יעריגס ווייזט אויף די קאלעי וואס ער וויל קויפן זאגסט אים, מי שיאכל בצים וכבד שבת בבוקר כמסורתינו מדור דור, אתן לו הרבה ממתקים לכבוד שבת קודש. דערנאך גייסטו אין מקוה לכבוד שבת קודש, אונטערזינגענדיג דערביי דעם סקולענער ישמחו במלכותך. נאך די מקוה קויפט מען געווענליך א געלע פארברענגען וויין ביים משמש, אבער די וואך איז דאך שבת מברכים האט איר זיך ערלויבט א קרים מאלאגע. א באטעל אויל מיט א פעקל קנויטן, מיט א באקס זעקס שעה'דיגע ליכט פון נר מצוה. פאר'ן באצאלען דערמאנט איר זיך אז דער פיר יעריגס ווערט פינף די וואך, און ער דארף שוין אויך א וואלענע טלית קטן לכבוד שבת, לייגט איר דאס אויך צו צום ארדער. פארשטייט זיך די אידישע באר הפרשה פון הגה"צ המשפיע רבי אלימלך בידערמאן פאר די בני בית.

איר מאכט א קאווע, נעמט צוויי קאצקע ציקערלעך מיט א שנים מקרא ואחד תרגום. איר זעצט זיך אראפ און נאך א שהכל פארבייסט איר זיך געמיטלעך אויפן קאצקע צוקער'ל זיך פארטיפט אין א לשון קדשו. איר זענט מעביר סדרה מיט די טראפען הויעך אויפן קול, און ווען איר ענדיגט נעמט איר א חתם סופר צו קענען עפעס נאכזאגן פאר די קינדער. מען גייט אהיים און מען גרייט צו די ליכט, פארשטייט זיך מיט א ווארימע וויזניצע רחם בחסדך. דערנאך לייגט איר זיך צו פאר א שעה, צו זיין אויסגערוהט לכבוד שבת. איר שטייט אויף עסט איר א סלייס פאטעיטע קוגעל, מיט א זויער פיקעל איבערגעבויגען איבער א סדרו של שבת. איר גרייט צו די בלעך, איר מאכט זיכער אז עס איז דא גרעיפ דזשאוס און סעלצער אין די פרידזש. איר מאכט זיכער אז אלע טעלעפאון רינגערס זענען אויסגעלאשען. און איר זענט גרייט צו גיין אין ביהמ"ד.

מוצאי שבת אנגעהויבען פון א האלבע שעה נאכן זמן, ביז ארום האלב פינף פארטאגס, זענט איר פארנומען צו זיך ספראווענען מיט'ן מלוה זיין די מלכא ווי עס באדארף צו זיין. און פארשטייט זיך אז נאך אזעלכע געהויבענע טעג, קומט זיך אייך א דרימעל ביז קרוב לחצות היום. ממילא איז נישט דא קיין צייט צו ליינען מעסעדזשעס.
אבער יעצט האלט מען שוין ביי חצות היום, און @ווירקליך דו קענסט שוין ליינען דיין פריוואטע מעסעדזש וואס איך האב דיר געשיקט דאנערשטאג.
פיגער עס אויס!
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2976
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 9253

Re: מנהל, איך האב אייך געשיקט א פריוואטן מעסעדזש…

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

ר' @נקודות טובות
שוין לאנג נישט געהאט פון דיר אזא זאפטיגע קרעטשמע ארטיקל...(סארי: איך ווייס נישט ווי אזוי עס הייסט אויף אידטיש...)
געווענליך ביסטו תוכן צו די זאך
יעצט איז עס א געשמאקס אויפן אנדערן פארנעם...
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 768
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1543

Re: מנהל, איך האב אייך געשיקט א פריוואטן מעסעדזש…

פאוסט דורך ווירקליך »

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

למעשה האט נקודות געטראפן דעם וועג צו רופן...
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2303
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 7624

Re: מנהל, איך האב אייך געשיקט א פריוואטן מעסעדזש…

פאוסט דורך נקודות טובות »

ווירקליך האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2024 1:39 pm :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

למעשה האט נקודות געטראפן דעם וועג צו רופן...
איך האב געטראפען די וועג צו רופן, אדער איך האב געטראפען א וועג דו זאלסט ענדליך אויסהערן דיינע וואוימעילס און צוריק רופען?
פיגער עס אויס!
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2247
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 7911

Re: מנהל, איך האב אייך געשיקט א פריוואטן מעסעדזש…

פאוסט דורך מסתמא »

נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2024 12:41 pm

דאנערשטאג הייבט זיך שוין אן ביי דיר די הכנות צום שבת קודש. ליל שישי הייבט זיך אן די נאכט מיט די טעגליכע תורתך שעשועי שיעור, עס פארט אריבער צו חומש רש"י מיט רמב"ן און אור החיים הק'. די נאכט ענדיגט זיך מיט צוויי שעה זוהר הק', איר גייט אין מקוה, און זאגט דעם יום שישי פון תהלים, דערנאך גייט איר דאווענען וכו’
:lol: :lol: :lol: :lol:
שעפער איינציגער!! נאכאמזל כהאב עס געליינט נאך בעפאר ראש חודש, יאויש! כקעניש! :lol:
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 903
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1868

Re: מנהל, איך האב אייך געשיקט א פריוואטן מעסעדזש…

פאוסט דורך בן תורה »

@נקודות טובות ביים נעקסטן אישי וואס דו שיקסט זאלסטו ממשיך זיין וויאזוי די שבת זעלבסט איז פארריבער ביי @ווירקליך
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 768
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1543

Re: מנהל, איך האב אייך געשיקט א פריוואטן מעסעדזש…

פאוסט דורך ווירקליך »

נאך איידער כבין אריינגעקומען אין דעם אשכול... געזען ס'דא א נייע תגובה, בינעך געלאפן קוקן מיין אישי...

ליידיג...

פליז, @נקודות טובות , קענסט מיר פליז שיקן אן אישי?.. מאך מיך פילן וויכטיג...
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1734
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 5935

Re: מנהל, איך האב אייך געשיקט א פריוואטן מעסעדזש…

פאוסט דורך Think and Thank »

איך קען זיך ב"ה מצרף זיין צו די בקשה פונ'ם פותח האשכול: כבוד הרב @ווירקליך, איך האב אייך געשיקט א פריוואטע מעסעדזש...
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 768
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1543

Re: מנהל, איך האב אייך געשיקט א פריוואטן מעסעדזש…

פאוסט דורך ווירקליך »

Think and Thank האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 11:18 pm איך קען זיך ב"ה מצרף זיין צו די בקשה פונ'ם פותח האשכול: כבוד הרב @ווירקליך, איך האב אייך געשיקט א פריוואטע מעסעדזש...
יא יא, כשטים צו...
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2303
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 7624

Re: מנהל, איך האב אייך געשיקט א פריוואטן מעסעדזש…

פאוסט דורך נקודות טובות »

כדי שלא לבייש זאג איך נישט וועלכע מנהל, אבער יעדע מנהל זאל קוקן ביי זיך אין אינבאקס אויב האט ער פון מיר א מעסעדזש. טאמער ביי היינט נאכט ליינט ער נישט מיין מעסעדזש גיי איך נישט האבן קיין ברירה נאר זאגן נעמען.
פיגער עס אויס!
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3581
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4348

Re: מנהל, איך האב אייך געשיקט א פריוואטן מעסעדזש…

פאוסט דורך אנדערער »

נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 12:20 pm כדי שלא לבייש זאג איך נישט וועלכע מנהל, אבער יעדע מנהל זאל קוקן ביי זיך אין אינבאקס אויב האט ער פון מיר א מעסעדזש. טאמער ביי היינט נאכט ליינט ער נישט מיין מעסעדזש גיי איך נישט האבן קיין ברירה נאר זאגן נעמען.
שוין געקוקט?
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2303
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 7624

Re: מנהל, איך האב אייך געשיקט א פריוואטן מעסעדזש…

פאוסט דורך נקודות טובות »

נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג מערץ 09, 2025 3:00 pm .
אוי וויי, די פאוסט איז געווען א טעות. @אסמכתא בעלמא ביטע מעקן.

ווייסטו וואס? אז דו לאגסט שוין אריין צו מעקן, ביטע ליין שוין אויך מיין אישי.
פיגער עס אויס!
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2397
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 7906

Re: מנהל, איך האב אייך געשיקט א פריוואטן מעסעדזש…

פאוסט דורך שינאווער »

נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג מערץ 09, 2025 3:00 pm
נקודות טובות האט געשריבן: זונטאג מערץ 09, 2025 3:00 pm .
אוי וויי, די פאוסט איז געווען א טעות. @אסמכתא בעלמא ביטע מעקן.

ווייסטו וואס? אז דו לאגסט שוין אריין צו מעקן, ביטע ליין שוין אויך מיין אישי.
דו ביסט פיין...
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2303
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 7624

Re: מנהל, איך האב אייך געשיקט א פריוואטן מעסעדזש…

פאוסט דורך נקודות טובות »

@ווירקליך דו האסט מזל, איך זאג דיר דו האסט מזל. בעליוו מי אז דו האסט מזל!

איך האב דיר געשיקט א מעסעדזש מאנטאג נאכמיטאג, און ווי מאדנע עס הערט זיך איז עס נישט לאנג דערויף געליינט געווארן. אבער... אין קול ואין עונה, דער ענטפערט נישט... כאילו נישט אים מיינט מען...

איך שטיי און איך ווארט, און איך ווארט, און גארנישט... דער מאכט זיך נישט וויסענדיג. ער ענטפערט נישט. די בלוט איז מיר ארויף אין קאפ!

נו שוין, נעכטן איז מיר נישט אויסגעקומען צו זיין דא, אבער יעצט אריינלאגענדיג האב איך געקלערט צו מיר אז אויב זעה איך נישט פון דיר א ריפליי, גייט דא קומען אן ארטיקל וואס אפילו דיין בלויע ניק וועט ווערן רויט פאר בושות. דו וועסט זיך שעמען צו גיין אין די גאס פאר צוויי טעג.

אבער, לדאבונינו זעה איך אז דו האסט יא גענטפערט נאך מאנטאג נאכט. נו שוין. האסט דיר געשפארט די בזיונות.

ביסט LUCKY.
פיגער עס אויס!
הדסים
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2566
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 04, 2025 9:23 pm
x 5799

Re: מנהל, איך האב אייך געשיקט א פריוואטן מעסעדזש…

פאוסט דורך הדסים »

ווירקליך דו גייסט כאפן פון מיר
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
אוועיטער
לאקאלער רב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 409
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 4:47 pm
x 840

Re: מנהל, איך האב אייך געשיקט א פריוואטן מעסעדזש…

פאוסט דורך לאקאלער רב »

נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך מערץ 11, 2026 8:41 pm @ווירקליך דו האסט מזל, איך זאג דיר דו האסט מזל. בעליוו מי אז דו האסט מזל!

איך האב דיר געשיקט א מעסעדזש מאנטאג נאכמיטאג, און ווי מאדנע עס הערט זיך איז עס נישט לאנג דערויף געליינט געווארן. אבער... אין קול ואין עונה, דער ענטפערט נישט... כאילו נישט אים מיינט מען...

איך שטיי און איך ווארט, און איך ווארט, און גארנישט... דער מאכט זיך נישט וויסענדיג. ער ענטפערט נישט. די בלוט איז מיר ארויף אין קאפ!

נו שוין, נעכטן איז מיר נישט אויסגעקומען צו זיין דא, אבער יעצט אריינלאגענדיג האב איך געקלערט צו מיר אז אויב זעה איך נישט פון דיר א ריפליי, גייט דא קומען אן ארטיקל וואס אפילו דיין בלויע ניק וועט ווערן רויט פאר בושות. דו וועסט זיך שעמען צו גיין אין די גאס פאר צוויי טעג.

אבער, לדאבונינו זעה איך אז דו האסט יא גענטפערט נאך מאנטאג נאכט. נו שוין. האסט דיר געשפארט די בזיונות.

ביסט LUCKY.
זיין בלויע ניק איז עניוועי רויט..
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2303
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 7624

Re: מנהל, איך האב אייך געשיקט א פריוואטן מעסעדזש…

פאוסט דורך נקודות טובות »

הדסים האט געשריבן: מיטוואך מערץ 11, 2026 9:22 pm ווירקליך דו גייסט כאפן פון מיר
😠😠😠
מען רעדט נישט אזוי צו א מנהל! ער איז נישט דיין פרענד!

@ווירקליך, געדענק אז איך האב מיך אנגענומען פאר דיך. איך בין דיר אלעמאל געשטאנען צו די רעכטע הענט, אפילו נאך פאר ביסט געווען סוקסעספול...
פיגער עס אויס!
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 768
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1543

Re: מנהל, איך האב אייך געשיקט א פריוואטן מעסעדזש…

פאוסט דורך ווירקליך »

נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך מערץ 11, 2026 10:34 pm
הדסים האט געשריבן: מיטוואך מערץ 11, 2026 9:22 pm ווירקליך דו גייסט כאפן פון מיר
😠😠😠
מען רעדט נישט אזוי צו א מנהל! ער איז נישט דיין פרענד!

@ווירקליך, געדענק אז איך האב מיך אנגענומען פאר דיך. איך בין דיר אלעמאל געשטאנען צו די רעכטע הענט, אפילו נאך פאר ביסט געווען סוקסעספול...
דו ביסט דער כתה ט' בולי וואס האט געטשעפעט מיין בלויע ניק?...
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
שרייב פאוסט