מאנטאג פרשת תצוה
ארום 2:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד קהל חסידים אין נארט מיאמי פלארידא, נאך מנחה האבן זיך אנשי שלומינו געזעגנט פון רבין,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג צום פארט לאדערדעיל לופטפעלד, און ארום 3:00 אזייגער האט זיך די פריוואטע פליגער געהויבן אויפן וועג קיין ניו יארק.
"ברוך הבא בשם השם"
ארום 5:55 האט די פליגער געלאנדעט אינעם וועסטשעסטער לופטפעלד, און דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין וויליאמסבורג.
אום 8:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בעל תפילה איז געווען הב׳ הירצקא זופניק ני״ו, נאך מעריב איז די ציבור אדורך שלום נעמען.
זמני כניסה איז געווען פון ארום 8:30 ביז 11:30 אויפדערנאכט.
בין הנכנסים איז אריין אל הקודש פנימה הגה״צ ר׳ שלמה רובין שליט״א אב״ד ציעשינוב - ק״י חתן גיסו הגה״צ אב״ד קהלתינו מאנטריאל שליט״א, מקבל זיין ברכת הקודש לקראת די חתונה פון א קינד, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אנגעוואונטשען ברכת קדשו.
דינסטאג פרשת תצוה
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים
בן הרה״ג ר' זושא אויש שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק׳
בן הרה״ג ר׳ שלום יעקב ווייס שליט"א ר"מ בישיבתינו הק׳
בן הרה"ח ר' יואל שמילאוויטש הי"ו
בן הרה"ח ר' יואל דערשאוויץ הי"ו
בן הרה"ח ר' יואל וואלטער הי"ו
בן הרה"ח ר' משה קרויס הי"ו
בן הרה"ח ר' יעקב יצחק וויינבערגער הי"ו
בן הרה"ח ר' יואל שטערן הי"ו
בן הרה"ח ר' חיים לייב געלב הי"ו
בן הרה״ג ר׳ יעקב יצחק אשכנזי שליט״א
בן הרב אהרן ישעי פאללאק שליט״א
בן הר״ר יואל שווארץ שליט״א
בן הרה"ח ר' זלמן לייב יאקאבאוויטש הי"ו
בן הרה״ח ר׳ רפאל ראבינאוויטש הי"ו
בן הרה"ח ר' יואל ברי״מ שפירא הי"ו
בן הרה"ח ר' יצחק שלמה לויפער הי"ו
בן הרה"ח ר' אברהם נחום שווארץ הי"ו
בן הרה"ח ר' אייזיק קליינמאן הי"ו
בן הרה"ח ר' יהושע בלום הי"ו
בן הרה"ח ר' יצחק זילבערשטיין הי"ו
בן הרה"ח ר' קלמן אליעזר קופטשיק הי"ו
בן הרה"ח ר' אברהם וואלף טירנויער הי"ו
ארום 9:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ״ד הגדול בעל תפילה איז געווען מו״ה יעקב פריעדמאן הי״ו.
נאכן דאווענען איז די ציבור אדורך שלום נעמען, דערנאך זענען די בר מצוה בחורים אריין אל הקודש פנימה, דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש בעניני קדושת תפילין און פארטיילט במתנה ספה״ק ויואל משה בחתימת יד קדשו.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך אינעם בית האופה דקהלתינו הק׳, דער רבי איז ארומגעגאנגען אין אלע אפטיילונגען פונעם בעקעריי און זיך אומגעקוקט פאר א לענגערע צייט און באקומען א באריכט פון גיסו הגה״צ אב״ד רענדיק שליט״א משגיח כשרות פונעם בעקעריי.
ארום 2:20 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ״ד הגדול דשיכון סקווירא ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען האדמו״ר מסקווירא ובניו הרבנים הגוה״צ שליט״א וואס זיצן שבעה ע״פ הרבנית מסקווירא ע״ה, עס איז אויך אנוועזנט געווען הגה״צ אב״ד זענטא שליט״א און הגה״צ אב״ד קהלתינו ירושלים - קרית יואל שליט״א, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס סיפורים ועובדות פון הרה״ק מ׳שינאווא זי״ע און הרה״ק ר׳ מאטעלע מ׳האראנסטייפלער זי״ע און זכרונות פון רביה״ק בעל ברך משה זי״ע, דערנאך האט דער רבי געוואונטשען ברכת תנחומין.
דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת ניימאן וואס זיצן שבעה ע״פ בתם ע״ה.
ארום 3:40 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש.
אום 5:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בעל תפילה איז געווען מו״ה חיים ארי פירטה הי״ו.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון החתן בן הרה״ח ר׳ יואל ברב״י רייך הי״ו עב״ג בת הרה״ח ר׳ יואל בר״י טירנוער הי״ו אין די פרדס פיגא זאל.
אום 8:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בעל תפילה איז געווען הב׳ הירצקא זופניק ני״ו.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 11:00 אזייגער אויפדערנאכט.
נאכן געזעגענען האט דער רבי מנחם אבל געווען האחים הרה״ח ר׳ בערל ור׳ נח קליין הי״ו וואס זיצן שבעה ע״פ אחותם ע״ה.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין די נזר יהודא זאל צום שמחת השבע ברכות פון החתן יעקב קליין ני״ו שזכה לשרת בבית רבינו שליט״א, זוהן פון הרה״ח ר׳ אשר ישעי קליין הי״ו עב״ג בת הרה״ח ר׳ זלמן לייב גפן הי״ו פון מאנסי,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די מחותנים, דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו, מען האט געבענטשט, דער רבי האט געזאגט די שבע ברכות און דערנאך זיך אויפגעשטעלט אין א ריקוד מיט די חתן, מחותנים און די זיידעס.
ארום 11:30 איז דער צוריק אהיים לביתו נאוה קודש.
~
~