מדינת ישראל געריכט רעפארם - נייעס שמועסן און געפעכטן

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
ראטשילד
פרישער באניצער
פאוסטס: 30
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 5:47 pm
x 37

מדינת ישראל געריכט רעפארם - נייעס שמועסן און געפעכטן

פאוסט דורך ראטשילד »

דאס איז א געוועזענע שמועס גענומען פון א צווייטע פארום.

די אשכול וועט קלאר מאכן פאר אסאך אירע וואס עס גייט פאר אין די מאדנע לאנד דמתקריא מדינת ישראל.
אויב איז דאס ציונות ביטע פארמעקן.

ראטשילד האט געשריבן: מאנטאג מערץ 27, 2023 4:50 pm היות איך האב באקריגן עטליכע בקשות צו איבער שרייבן די אנאליז ככתבו וכלשונו אן קיין משלים אלזא נאדיר אייך:

[align=center]מדינת ישראל בחורבנה -רופן דעם הינט ביים נאמען.[/align]

יאפ, לאפיד האט מיאוס פארלוירן! דאס איז עס! די פארלאפענע ז' חשוון, די 1'טע אין נאוועמבער 2023 האט נישט געברענגט די ערווארטעטע ערזולטאטן און לפיד וחבר מרעיו פון די לינקע פארטייען האבן געכאפט א שווערע קלאפ און לויט ווי עס קוקט אויס איז קיין האפענונג נישט פאראן.
אזוי ווי געשריבן אין די מדינת ישראל קאנסטיטוציע (נישטא אזא זאך, קאנסטוציע),כוונתי לספר החוקים. ספר החוקים. יעצט דארפן זיי אפשימלען 4 גאנצע יארן אויף די אפאזיציע בענקלעך, דא און דארטן קענען זיי שעלטן ביים כנסת אבער המלוכה והממשלה איז פון זיי און ווייטער.

בעני גאנץ פון די מחנה הממלכתי צוזאמען מיט ידידיו זענען אויך צוקלאפט, גוט צוזעצט! איצטער האבן זיי צווי פליכטן, סיי צו לוחם זיין מיט די רעכטע לאגער בראשות ביבי נתניהו, און סיי האט ער לאפיד וואס ער טענה'ט צו זיין די לינקע מנהיג וואס פירט זיין עדה קעדוישע אין די אפאזיציע טראץ די שווערן פארלאפענער דורכפאל, א מלך אביון טיטול איז אויך עפעס ווערד…

די צווי שלאגן זיך קאץ און מויז, לאפיד שיקט ארויס זיינע טיק טאקס און בעני גאנץ שיקט ארום זיינע טוויטס, אלע פראבירן צו כאפן די דעת הקהל, און פראבירן צו פארהייטערן די לינקע ציבור אין מדינת ישראל זיך אקעגן שטעלן און פראבירן צו שווערער מאכן פאר ביבי נתניהו וחבריו.

אבער מיט וואס גייט מען אויפהייטערן דעם ציבור? לא קשה.
אונז האבן מיר דאך די שרעקליכע לעגאלע רעפארעם וואס אין ענגליש ווערט דאס אנגערופן "הרפורמה המשפטית" - א רעפארמע וואס אן אריין צו גיין אין פרטיה והדיקע דקדוקיה וואס עס ענטהאלט, די 'לעגאלע רעפארעם' איז געווען פון די הויפט וואלן צוזאג'נגען [עלעקשען פראמיס] (דאס איז גראדע נישט אינגאנצן אמת - נישט אז ס'מאכט צופיל אויס - א ודאי האבן די רעכטע גערעדט וועגן דעם, אבער ס'זיכער נישט געווען הויפט וואלן צוזאג'נגען, און נאכמער די רעכטע שרייען שוין יארן אז מ'דארף מאכן א רעפארם אין די יוסטיץ סיסטעם, אבער ביז יעצט האבן זיי כמעט נישט געטון (חוץ א. שקד וואס האט אויפגעטון אסאך שטילערהייט אן איבערדרייען די לאנד, און ג. סער וואס האט אנגעפאנגען אבער נישט גענדיגט ווייל די רעגירונג איז צאמגעפאלן), אלזא סתם אזוי האט מען נישט געדארפט וויסן צו ס'גייט עפעס געשען מיט די צוזאג פון די יוסטיץ סיסטעם רעפארם, מיר געדענקען ווי סמאטריטש וחברו ראטמאן האבן פארגעשטעלט בשעת די וואלן א רעפארם אין יוסטיץ מיטן נאמען "תכנית חוק וצדק לתיקון מערכת המשפט", און ביבי האט עס אוועקגעשטופט, און שטילערהייט געזאגט אז ס'דא מענטשן וואס ווילן מיר העלפן אבער בפועל שטערן זיי מיר (עפעס אזוי...), אונז אלע געדענקען מיר ווי מ'האט נישט געוואוסט שוין נאכן נצחון פונעם רעכטן לאגער צו זיי גייען טאקע גיין אויף א רעפארם צו נישט, און מ'האט דעמאלטס געוואוסט אז אויב ביבי גייט געבן די פאזיציע פון יוסטיץ מיניסטער פאר לוין אדער אמסלם איז א סימן אז ס'גייט זיין א רעפארם אויב נישט ווייסט מען אז ס'איז סתם געווען דיבורי סרק), איך קען נישט אראפ ברענגען דא אלע אינטערוויאס פון אלע רעכטע פאליטיקאנטן צוליב תקנות המקום, אבער אלע האבן קלאר געמאכט פאר די בחירות אז דא גייט קומען א מהפכה. אז איהר ווילט לייקענען פאקטן - געזונטערהייט. די לעגאל רעפארם דארף צו ברענגען אן היסטארישע טויש אין די מהלך וויאזוי די יוסטיץ/געריכט סיסטעם ארבעט אין מדינ"י.

אין צווי דריי פאראגראפן וועל איך פארבירן אראפ צו לייגן וויאזוי עס האט געארבעט ביז היינט, און פארוואס ווילן די רעכטע עס טוישן.

די וועג וויאזוי זאכן זענען געגאנגען עד היום איז געווען אז די רעכטע האבן כסדר געהאט די רעגירונג ביי זיי, זיי האבן געהאט די פרעזידענטשאפט אבער די מאכט איז געווען ווייט פון זיי! די מאכט ליגט אין די הענט פון די הועכגעשעצטע סופרעם קאורט ריכטער. [בג"ץ]

די ריכטער וואס זענען רובם ככולם לינק גענויגט זיי זענען אין פאקט געווען די מושלים בכיפה.

ווי אזוי? פראסט און פשוט.

צב"ש, ביבי נתניהו דינט שוין אלס פריים מיניסטער לאנגע יארן [עקסלאדינג די אנדערטהאלבן יאר וואס בענעט לאפיד האבן באוויזן צו פארכאפן די רעגירונג פאר א קורצע וויילע]
ביבי נתניהו האט געהאט 12 יאר ברציפות צו אדורך פירן אלע זיינע רעכטע רעדיקאלע געזעצן, אבער דא עקא ער האט די בג"ץ א שווערע ביינדל אין האלדז! ער האט פראבירט צו טוישן די אימיגראציע געזעצן און פארבאטן הונדערטע טויזענטע - אויב נישט מיליאנע - אימיגראנטן צו פארפלייצן מדינת ישראל אין די מאסן, אבער בג"ץ ערלויבט דאס נישט! זיי לאזן אים שפילן ראש ממשלה, מוטשע דיך און שלאג דיך וואכן און מאנאטן מיט די וועדות הכנסת, הצבעה טרומית, קריאה ראשונה שניה ושלישית... ענדליך האסטו שוין באוויזן צו באשטעטיגן די געזעץ און דעמאלטס אופס!!!!!!! אונז האלטן אז די געזעץ שטימט נישט מיט די מדינת ישראל א"ג קאנסטיטוציע. יעצט גיי קראכן!

[יא! אין 2013, 2014, 2015 האבן די רעכטע אין מדינ"י פראבירט אדורך צו פירן די חוק נגד הגירת מסתננים, צו ראטעווען די תל אביב [?] איינוואוינער פון די אימיגראנטן פארפלייצונג אבער בג"ץ האט אלעס אראפ געווארפן.]

און אזוי האבן די בג"ץ ריכטער באוויזן צו אראפ ווארפן רובא דרובא געזעצן במחילה מכבודך, שקר! א פלעינע גראבע שקר! (נאכאמאל מחילה מכבודך, כ'מיין ח"ו גארנישט פערזענליך דיר, כ'רעד וועגן די פאקט וואס דו האסט אראפגעלייגט - מסתם נאכגעשריבן פון די רעכטע פראפעגאנדע - איז א שקר גס גמור!) אדרבה לאמיר זען די פאקטן זייט ברק'ס מהפיכה אין 99' (פארדעם האט בג"ץ גארנישט געפסל'ט), האט בג"ץ געפסל'ט 22 געזעצן ווי געברענגט דא די מכון הישראלי לדמוקרטיה איז א רעדליקאלע לינקע ארגעניזאציע, אה"נ אז זיי האבן מבטל געווען נאר 22 אבער די אנדערע צענדליגע געזעצן האבן זיי גוט מסרס געווען און אויסגעליידיגט מכל תוכן.(קען זיין יעצט האלט עס שוין ביי 23), לאמיר עס איבערזאגן פאר ווער ס'האט נישט געכאפט 22 געזעצן, נישט מער און נישט ווייניגער (דאס איז לויט מיינע ידיעות, אז דו ווייסט אנדערש אדרבה קום אריין מיט מקורות), יעצט פארשטייט זיך אז ס'איז ווייט נישט רובא דרובא געזעצן ווי הרב ראטשילד פראבירט עס אראפ צולייגן, אין פאקט איז עס אין געגנט פון 0.8 פראצענט פון די געזעצן א יאר, ווען אין אמעריקע למשל פסל'ט די סופרים קאורט 2.3 פראמענט געזעצן א יאר ר' יונה, איך ווער נישט געטשעפעט ווען איינער דעבאטירט די פאליטישע נושאים אלזא גיי איך נישט שרייבן במחילה מכבודך, און יעצט צום עניין, כאפ א בליק אין מיין אינטערשריפט, דארט קענט איהר זען פונקטליך וויפיל געזעצן בג"ץ האט גע'פסל'ט, אמת שגיתי בלשוני און איך האב נישט געדארפט שרייבן "רובא דרובא" - כוונתי הייתה וועגן רובא דרובא פון די רעכט גענויגטע/זיכערהייט געזעצן, סתם נארישע געזעצן וואס די אופוזיציה קען אויך אדורך פירן לא על זה הקצף. און דאס איז כאמור נאר די געזעצן וואס זיי האבן גענצליך אראפגעווארפן, תקצר היריעה מלהכיל אלע אנדערע פסיקות בג"ץ בנוגע צוווארפן טעראריסט'נס הייזער און אנדערע אידעאלאגישע נאציאנאלע סוגיותוואס ביבי נתניהו וחבר מרעיו האבן פראבירט אדורך צופירן אבער אן ערפאלג.

אין די פריערדיגע וואלן נפל דבר במדינת ישראל!

אן אריין צו גיין אין די טראגישע 2021 וואלן ווי בנט-לפיד האבן באוויזן צו פארכאפן די רעגירונג און דעמאלטס האט מען געזען כליפ און קלאר ווי די בג"ץ ארבעט היינט ביי האנט מיט זיי [עקסקלודינג עטליכע געפערליכע (וואס איז אזוי געפערליך פון די געזעצן?) די זיסע טרינקען געזעץ, די חד פעמי, חוק המעונות, רפורמת הסלולר, דאס זענען געזעצן אדורך געפירט בלויז צו פייניגן די חרדישע ציבור, טאקע אינטער די שלייער פון זיך זארגן פאר די 'געזונט' און פאר די קלימאט,... דא מיר עי פעיווער...געזעצן וואס די בג"ץ האט יא אפגעשטיפט, אויך נישט אראפגעווארפן, ווי חוק המעונות און די רפורמת הסלולר] די אטוירני דזשענערל וואס איז געשטעלט געווארן דורך זיי האט מיטגעארבעט מיט זיי, אדורך געלאזט וואס נישט, ניטאמאל ביי די צודרייטע ווייסער אפמאך מיט לבנון [די אפמאך וואס מדינת ישראל האט דערלאנגט פאר לבנון עטליכע מיילן אין די וואסער טערעטאריע וואס באלאנגט פאר מדינת ישראל.] און אויך האט זי אדורך געלאזט צו שטעלן א נייע רמטכ"ל- די טשיף אוו סטעיט אוו די ארמיי הרצי הלוי, און דאס אלעס בלויז געציילטע טעג פאר די וואלן!! [א זאך וואס ביי די פריערדיגע רעכטע ממשלות האט מען זיי די גאל געוויזן] און אזוי ווייטער און ווייטער, די אטוירני דזשענערל האט אדורך געלאזט די צודרייטע איבערבויען פון בענעט'ס פריוואטע וואוין ארט אין רעננה, ער האט פארוואנדלט זיין אפארטמענט צו א פאלאץ, שיינע סמאד בליטשקעדיגע צעמענטענע פלאר האט דער בחור ערלעדיגט פאר זיך… און אלעס מיט אן עפראוול פון די אטוירני דזשענערל. אגב: בנט האט נישט געקענט וואוינען אין בלפור וויבאלד מ'האט דארט איבערגעבויעט - אזוי ווי ביבי וואוינט יעצט נישט דארט - האט מען געדארפט בויען נעבן זיין הויז אין רעננה סעקיוריטי, ווי ארום א פרעמיער'ס הויז, און אלעס צוזאמען האט געקאסט - לפי די רעגירונגס מענטשן זאגן, די אפאזיציע צו בנט צוזאמען מיט זייערע צייטונג'ס שרייבער האבן געזאגט אז ס'קאסט א האלבע מיליאן שקל - 160,000 שקל, און ס'פשטות נישט געווען קיין שיינע סמאד בליטשקעדיגע צעמענטענע פלאר נאר זיין קעלער, און כ'קלער אז ס'איז געווען צו מאכן א וועג צו קענען אנטלויפן אין פאל פון א איבערפאל אזוי ווי אין בלפור אדער א בונקער איך האב באזירט מיין אנאליז אויף פאקטן וואס איך האב גענאשט פון די איזרעלי מידיע קאנאלן הן די רעכטע און הן די לינקע, איך האב נישט באשולדיגט בענעט פארן איבערבויען זיין הויז, דאס האט מען אוודאי געדארפט טוהן ווייל עס איז נישט מעגליך צו וואוינען אין בלפור, מיין טענה איז היתכן די אטוירני דזשענערל האט ניטאמאל אריין געקוקט אין די קעיס, וואס אפילו את"ל איילה חסון פון ערוץ 13 האט אביסל מגזם געווען, גיא זוהר פון מהצד השני [כאן11] האט חוקר ודורש געווען און ער איז אנגעקומען צו 15 מיליאן, און יא, עס איז געווען בטון מוחלק אין א צייט וואס מ'האט געקענט מאכן אסאך א ביליגערער ארבעט, און דאס איז אין א צייט וואס די פריערדיגע אטוירני האט גע'רודף'ט משפחת נתניהו וועגן די תריסים אין קיסריה [ווינדאו שעידס] זע דא מער באריכות [אויב דיין פילטער ערלויבט]

נחזור לעניינינו.
ערב ז' חשוון תשפ"ג, די נאציאנאלע וואל טאג אין מדינת ישראל, אנגעהויבנדיג שוין א שיינע תקופה פארדעם, האבן די מנהיגי הרעכטע פארטייען אין מדינת ישראל בראשות ביבי נתניהו אויסגערופן בראש כל חוצות "עד כאן"!!!!! האומר לים עד פה תבוא - להבדיל אין אזא נוסח האבן די רעכטע פירער אויסגעשריגן און האבן צוגעזאגט פאר זייערע וויילער אז אין די קומענדיגע קאאליציע וואס ווערט צוזאמגעשטעלט, אויב גייט טאקע געלונגען פאר די רעכטע צו צוזאמשטעלן און איינשווערן א רעכטע ממשלה על מלא, דאן וועט מען קעיר נעמען פון די אלטע זעצערס פון די בג"ץ וואס מיינען אז די לאנד איז נחלת אבות אבותיהם. שוין פריער געשריבן אז נישט ממש אזוי, די עיקר צוזאגן זענען געווען, סעקיוריטי - בנגביר, די טייערע פרייזן יוקר המחי' - ש"ס און פארשטייט זיך די אנדערע רעכטע אגענדעס ווי שטחים וכו' מסורת און אויך די קאורט סיסטעםא. די יוקר המחיה איז געווען בלויז לצורך פראפעגאנדע, און אה"נ די פרומע פארטייען זענען בכלל נישט די גרויסע רעפארמע שטיצער. ב. די פסקת ההתגברות דאס איז געווען א בפירושע פארלאנג פון די מועצת, דאס איז געווען איינע פון די ערנסטע טעמעס פאר די וואלן. ג. דו"ק און איר קענט יעצט צוריק גיין און אויסהערן אלע פאליטישע אינטערוויאס בתקופת טרם הוואלן און הער אויס ווי כולם חוזרים ושונים אז די אלע זאכן וואס מ'וויל אויספירן, כולם תלויים בהגעריכט רעפארם, אן דעם קען מען גארנישט אדורך פירן בענייני זיכערהייט וכו' מה שכתבת "און אויך" קאורט סיסטעם, איינער וואס איז באקאנט אין די לעצטע פאר יאר די הלוך ילך אין מדינ"י ווייסט אז די רפורמה המשפטית איז נישט קיין טפל נאר דאס איז עיקר העיקרים פון די יעצטיגע ממשלת הכופרים, הגע בעצמך קוק ווי הונגעריג זיי זענען געווען אז זיי האבן פראבירט צו כאפן אזוינע הייסע לאקשן זיי האבן זיך געפירט ממש ווי די בר מצווה בחורים מוצאי יום הקדוש...

און די רעכטע? זענען אריין געטאנצן אין די מערכה בחרב ובחנית, מיט די שווערד צווישן די ציין, זיי האבן ארום געטראגן דעם ביבי אין אזא מין "ביביבאס" - א געפאנצערטע באס וואס האט ארום שפאצירט לארכה ולרחבה פון מדינ"י, פון עפולה ביז די ווייטע נתיבות, די רעכטע זענען געווען אויפגעהייטערט און צוגעזאגט בכל לבם ונפשם אז דאס איז עס!! פון היינט און ווייטער וועלן זיי זיך לערנען צו געוועלטיגן און זיך נישט לאזן פון די לינקע עליטע וואס מיינט אז מדינת ישראל באלאנגט פאר זיי.

און די לינקע? לפיד און אזוי אויך גאנץ, זיי האבן אויך געארבעט, אבער זיי זענען געווען אביסל צו קאנפעדענט אין זייער כח, זיי זענען געווען כמנהג הלינקע צוריבן און צוקריגט צווישן זיך, גראדע איז עס נארמאל די רעכטע אזוי, און נישט די לינקעדי רעכטע קריגן זיך טאקע ארום אבער ברגע האמת [שקר] ווייסן זיי צו ארבעטן צוזאמען, משא"כ די לינקע זענען צוקריגט אין צוטיילט, די אנגעצויגענקייט צווישן לפיד/גאנץ דאס איז ממש קלאר און אפן, וכן ע"ע מרץ/העבודה, דאס וואס מרץ איז נישט אדורך די אחוז החסימה [פינג מנהלים] דאס איז אדאנק זייער מורא'דיגע 'אחדות' וכן הלאה, ליבערמאן וויל נישט רעדן מיט טיבי/עודה, וגו' זיי האבן זיכער געמאכט צו באשמיצען איינער דעם צווייטן, און לא ארכה השעה, נאך די לאנגע וואלן נאכט, די קול הציבור רעדנערס האבן שוין געעניגט ארויס צו געבן זייערע שפעקולאציעס, אט אט ענדיגט מען ציילן די לעצטע בילעטן, און יאפ! עס אשר יגורו בא להם, די לינקע האבן געהאט א מיאוסע מפלה, ולעומתם די רעכטע האבן באזיגט און מיט אן הילעכיגן סוקסעס האבן זיי באוויזן צו דערגרייכן גאנצע 64 מאנדאטן טראץ די אלע אנקעטעס וואס האבן קוים געגעבן 60-59, יזכרו לטוב ערוץ 14- דיירקט פולס וואס האבן יא געגעבן 63 מאנדאטן, דאכט זיך מיר זיי האבן געגעבן 61-62 אבער נישט'א חילוק און אזוי אויך די רעכטע צהלה האט זיך פיין אנגעשפירט אויף די איזרעלי גאסן.

שוין, נאך לאנגע וואכן פון פאליטישע פארהאנדלונגען, די גאנצע אפעטיט איז שוין שיהר פארגאנגען, אבער סוכ"ס מ'האט באוויזן צו באשווערן א רעגירונג, ביבי נתניהו גייט אריין אין זיין אלטע געוועזענע באליבטער אפיס, די לינקע שוימען און רעגן זיך, די רעכטע עיני העם נשואות און האפן, אט יעצט וועט אנקומען די גאולה [הכאילו] השלימה, מ'גייט קעיר נעמען פון די לינקע דיקטאטארן, און דא פאנגט זיך אונזער געשיכטע אן.

עס איז פאראן א רעכטע הויעכגעשעצטער פאליטיקאנט מיטן נאמען אריה דרעי, ער איז פון די געטרייע'סטע מענטשן צו ביבי געווען אלעמאל, ער האט באקומען די משנה לראשות הממשלה אמט, [אזוי אויך איז ער געווארן די געזונט מיניסטאר און נאך עפעס וואס כ'געדענק נישט יעצט אויפן מינוט… אינערן מיניסטעראיך האב יא געדענקט אבער איך האב נישט געהאט די ריכטיגע איבערטייטש אויף שר הפנים :wink: ] ומדינת ישראל צהלה ושמחה.
אונז האמיר א רעכטע ממשלה כדבעי! אלעס פיין און וואויל אבער יעצט דארף מען אנהייבן צו דעליווערן!

די פריש געשאפענע רעגירונג באאמטע האבן ניטאמאל געהאט א מינוט צו דעכען, קפצה עליהם רוגזו של בג"ץ.
די 'קוואלעטי אוו גאווערמענט מובמענט" - תנועה לאיכות השלטון ארגעניזאציע, האט אריין געגעבן א קלאגע אין בג"ץ אקעגן די התמנות פון אריה דרעי צו דינען אלס מיניסטאר, מיטן טענה אז ער איז א געוועזענר קרימינאל מאכט עס נישט קיין סענס אז ער זאל דינען אויף אזא הויכעכע פאציע!
טישן און בענק! באלאגאנען שלימים אבער נפל דבר און די אורטייל איז באשטעטיגט - נתניהו האט געדארפט אפזעגן אריה'נען, און מיטן גאנצן ווייטאג האט ער ניט געהאט קיין צווי ברירות.

איז געקומען דער יוסטיץ מיניסטאר יריב לעווין און באותו היום פון די סקאנדאלישער בג"ץ אורטייל האט ער צוזאמגערופן אלע זשורנאליסטן, און געלאזט וויסן אז אין דער אווענט וועט ער ארויס קומען מיט א דראמאטישער סטעיטמענט! נישט אמת, נישט אמת, נישט אמת, נישט אמת, (ר' יו"ט ערליך) די דערמאנטע געשעעניש איז געווען א נאכט פאר די קאורט פון דרעי, און איבער א וואך פאר די פסק פונעם בג"ץ (וואס'א חילוק? ס'איז א חילוק פאר א אנדערע נושא, וואס? א שמועס פאר זיך, אפשר אין אנדערע געלעגנהייט)גערעכט, בחפזון קולמוסי האב איך פארטוישט עטליכע פרטים, יא, לעווינ'ס סטעיטמענט איז פארגעקומען בליל משפט דרעי, פארוואס האב איך עס אנגערומען די טאג פון די אורטייל, דאס איז לכאורה צוליב דעם וואס ס'איז געווען גלוי וידוע לכל וואס די אורטייל וועט זיין... די גאנצע קאורט איז געווען א שיינעם שאו.

נו, די פרעסע וואס זיי זענען ניט די מערסטע רעכטע ליבהאבער זיי זענען צוזאמגעלאפן ששים אלי קרב, דא קומט עפעס סכוירע, יא אלע האבן געוואוסט וואס ער גייט לאזן וויסן.

און יא! אזוי ווי ערווארטעט, לעווין איז ארויס בחרב ובחנית אקעגן די קארופטירטע בג"ץ וואס אינאיינעם מיט די יוסטיץ דעפארטמענט על פראקוראריהם וחוקריהם טוהן זיי לייגן די לאנד אין גרונד, ער האט אויסגערופן בריש גלי אז ער גייט ארויס אויף א לאנגע וועג צו סטאבילעזירן די לעגאלע סיסטעם און צו אדורך פירן א ברייטע רעפארם בכל הנוגע ליוסטיץ וגעריכט.

וואוו וואוו וואוו!! אויף די מינוט האבן די לינקע מנהיגים געווארט! לפיד און גאנץ ביידע אייניג [אבער אין באזונדערע מעסעדזשעס צו פאלק] זענען ארויס בחרב ובחנית אקעגן די שרעקליכע רעפארם.

וואס איז זייערע טענה? - זייער פשוט, די לינקע טענה'ן אז אויב וועט מען צורירן די בג"ץ וואס איז מכלומרשט ניטראל און דארף צו אכטונג געבן אז די לאנד פארוואנדלט זיך נישט אין קיין דיקטאטארשאפט, די בג"ץ דארף זיך אננעמען פאר די מינאריטעיט, פאר די שוואכע וואס קענען בארויבט ווערן דורך די שטארקע/די רעגירונג, און אז די קאאליציע/די רעגירונג גייט זיך נעמען איבער זיי דעמאלטס חסל סדר דעמאקראטיע.

איז לאמיר אריין גיין אביסל טיפער כדי צו פארשטיין אביסל די סוגיא:
די גאנצע געריכט רעפארם איז ווי פאלגאנד:

עילת הסבירות:
ביז היינט פלעגט זיין א סעיף מיטן נאמען ''עילת הסבירות'' עילה איז טייטש טענה און סבירות איז טייטש מסתבר, סבר, מסביר, - א זאך דארף מאכן סענס.
צוליב דעם וואס אין מדינ"י איז נישט פאראן קיין געהעריגע קאנסטיטוציע וואס זאגן על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון, דאס פאראורזאכט א מצב אז די ריכטער קענען פסק'ענען כפי ראות עיניהם און צו פסל'ענען וויכטיגע געזעצן מיטן אמתלא אז "עס מאכט נישט קיין סענס.
די עילת הסבירות גייט בטל ווערן כעפרא דארעא.
מסכים!א דאנק אייך ערעב יונה! :lol:
שינוי שיטת מינוי שופטים: [טוישן די וועג פון אויפנעמען נייע ריכטער.]
די מצב היינט:
עס איז פאראן א ספעציעלע קאמיטע וואס נעמט אויף נייע ריכטער צו דינען אין די סופרעם קאורט. עס איז צוזאמגעשטעלט פון עטליכע פארטרעטער. היינט צו טאגס פארמאגט די קאמיטע א מערהייט פון פארטרעטער וועלכע ווערן נישט אויסגעוועלט דורכן ציבור [כגון לויערס און אנדערע ריכטער פון בג"ץ] און זיי האבן א מערהייט אינעם קאמיטעט. 5 פון די 9 פארשטייערס זענען ריכטער פון ס"ק נישט אמת כדלהלן, און כדי צו נאָמינירן א ריכטער איז פארלאנגט אַ מערהייט פון 7 פון 9, דאס פאראורזאכט א מערהייט פאר די ריכטער און די אנדערע חברה פון לשכת עורכי הדין [א פליגל פון די ס"ק] נישט אמת כדלהלן און דאס ברענגט צו א מצב אז די ריכטער קענען וועטא'אירן א יעדע שטעלע וואס שמעקט זיי נישט, [כגון מזרח אפשטאמיגע און רעכט גענויגטע ריכעטער קאנדידאטן] אמת, אבער די קאאליציע האט פונקט אזוי א וועטא כדלהלן
דאס פאראורזאכט א שרעקליכע קארופציע אינערהאלב די ס"ק וואס די ריכטער נעמען אויף זייערע נאנטע צו דינען אין די הויכע פאזיציעס, און ווי דערמאנט זיי פירן די גאנצע לאנד.

און איצטערט וועט זיין די "להלן".
דאס איז אמת אז די קאמיטע פארמאגט א מערהייט וואס זענען נישט אויסגעוועלט פונעם ציבור, אבער נישט 5 פון די 9 זענן ריכטער נאר 3, און נאך 2 לאיערס (פון לשכת עורכי הדין, וואס האט אגב גארנישט צוטון מיט בג"ץ, נישט ווי הרב ראטשילד זאגט), האלט מען ביי 5, פון די אנדערע זייט איז דא 4 ערוועלטע, 1 יוסטיץ מיניטער נאך 1 מיניסטער וואס דער יוסטיץ מיניסטער וועלט אויס און נאך 2 פארלאמענט מיטגלידער וואס די ממשלה (די מיניסטערס) וועלן אויס (פארשטייט זיך פון די קאאליציע), האלט מען 5 קעגן 4.
אבער און דאס איז א וויכטיגע אבער מ'מוז האבן 7 צו קענען נאמינירן א ריכטער (ווי הרב ראטשילד שרייבט שוין), וואס מיינט דאס? זייער זייער פשוט, קיין איין זייט קען נישט אליין אויסוועלן קיין ריכטער! מ'וועט אייביג מוזן צוקומען צו די אנדערע זייט, וואס דאס ברענגט א שטארקן באלאנס, וויבאלד אדער נאמינירט מען ריכטער וואס ביידע זענען מסכים ד"ה סענטראל ריכטער, אדער מאכט מען א אפמאך איין שופט באקומסטו און איין שופט איך וכו', און ס'אמת אז די ליבעראלע האבן נאכאלץ מער מאכט אין בג"ץ, אבער ס'דא שטארק רעכטע אין בג"ץ ווי נ.ס. וואס איז א מתנחל (- עקסטרעם רעכט) און חוץ פון דעם ווייס איך פון כאטש נאך 3 רעכטע שופטים (און אגב כאטש 2 רעכטע ריכטער זענען געווען אין די משפט פון דרעי אנפאנג יאר, און זיי האבן אויך געפסל'ט דרעי) עכ"פ זאגן כאילו די גאנצע קאורט איז איין שטיק לינק, און קארופציע פון נאנטע און משפחה, איז... נו, נישט ממש...
נישט ממש? כאפ א בליק ביטע...
NEWS1Y-484890162944794.jpg
NEWS1Y-938167750835419.jpg
מ'קען זיך דינגען צו די ערוועלטע דארפן האבן מער צו נישט, ס'דא וואס האלטן אז יא און דא וואס האלטן אז נישט, אבער מ'קען זיכער נישט זאגן אז די ריכטער קענען וועטאירן וכו' און דאס פאראורזאכט א שרעקליכע קארופציע, ווייל די ערוועלטע קענען פונקט אזוי וועטאירן ווייל מ'דארף דאך צוקומען צו כאטש 2 פון זיי.
און בכלל דו לייגסט עס אראפ כאילו ס'איז א עולה אז די קאמיטע האט א מערהייט וואס זענען נישט ערוועלטע, נו, ווער זאגט אז ס'איז א חסרון, ס'דא וואס האלטן אז אדרבה דאס איז א מעלה, אזוי גייען נישט ריכטער בשעת'ן משפט'ן דארפן טראכטן צו די פסק זייערע וועט שטימען פאליטיש מיט די פארטיי וואס איז יעצט אין קאנטראל, כדי צו באקומען זייער נאמינאציע צום סופרים קאורט (אז דו קענסטעך דינגען דארפעך אפילו נישט זאגן, אבער איך ברענג אלס ארויס אז ס'איז דא א צווייטע צד, און איגנאריר עס נישט, פארמעק עס נישט, פארוויש עס נישט, פיר דיך נישט אויף כאילו ס'נישטא בכלל קיין צווייטע צד, ס'יא דא! [/color]זייער פיין ארויס געברענגט ר' יונה! עס איז טאקע פאראן נאך א צד וואס איך האב זילטש נערווען צו אראפברענגען אלע זייערע טענות, ב"ה אכשר דרא אז אונז האמיר דא ר' יונה וואס זאל אונז קלאר מאכן די צווייטע צד.
ב. די לשכת עורכי הדין איז טאקע נישט קיין פליגל פון בג"ץ איך האב עס אזוי אנגערופן צוליב די שטארקע קרבה און נאנטע שייכות וואס זיי האבן צו בג"ץ, אן אריין צו גיין אין די וועג וויאזוי זיי נעמען אויף איינער די צווייטע בשיטת חבר מביא חבר, די אומאויסגעהאלטענע וועגן וואס די עורכי הדין מאכן די קשרים ואכמ"ל.
ג. איך האב נישט פארווישט זייער טענה, עיין לקמן ביי די שטיקל שמועס'ל מיט א לינקער דארט ברענגט ער ארויס זיין טענה אקעגן מינוי שופטים ע"י פאליטיקאנטן.


די נייע פאשלאג לויטן רעפארם:
די קאמיטע וועט פארברייטערט ווערן פון 9 צו 11 פארשטייער, און א יעדע פארטי וועט באקומען א אייניגע כח, ד"מ אז די סופרעם קאורט וועט באקומען 3 זיצן, 3 חכי"ם- 2 פון די קאאליציע און איינער פון די אפאזיציע, און 3 מיניסטארן. ביזדערווייל האלט איך ביי 9, 3 סופרים קאורט, 3 חכי"ם, 3 מיניסטארן, ווי קומסטו אן צו 11? גערעכט! איך האב בשגגה אויסגעלאזט די נייע 2 נציגי ציבור וואס גייען ווערן אויפגענומען דורכן יוסטיץ מיניסטאר, - נציגי ציבור! און נישט אומערוויילטע פארשוינען.
דאס וועט פאראורזאכן א באלאנס אינערהאלב די וועג פון אויפענעמען נייע ריכטער.
פארשטייט זיך נישט אמת
קודם לייגסטו עס דא אראפ כאילו ס'דא 3 פארטייען און יעצט גייען אלע 3 האבן א אייניגע ווארט (א זאך וואס איז פריער נישט געווען? קוק אין די פריערדיגע שטיקל), דאס איז א ודאי א שקר, וויבאלד כיום איז דא אין די מדינה נאר 2 רשויות די ממשלה און בג"ץ, ס'אמת אז בשעת קום המדינה בשנת שח"ת עמך בעוה"ר, האבן די טאטעס פון די מדינה אפיציעל איינגעטיילט אין 3, כנסת - מאכן געזעצן, ממשלה - אויספירן געזעצן, בג"ץ, אבער די מציאות איז די ממשלה איז היינטיגע צייטן בעה"ב אויף די כנסת ווייל זי האט (ווי פארשטענדליך) רוב אין כנסת, איז סה"כ יעצט נאר דא 2 רשויות, יעצט, אפי' לפי דבריך, געבט מען 5 פאר די קאאליציע און 1 פאר די אפאזיציע און 3 פאר בג"ץ, און מ'וועט דארפן נאר א געווענליכן רוב, פארשטייט זיך אז די קאאליציע גייט בקיצור אפמאכן ווער ס'איז שופט (דו קענסט טענה'ן אז אזוי קומט עס, אבער לייג עס זיכער נישט אראפ כאילו ס'איז דא א באלאנס, א באלאנס? א קלארע רוב פאר די קאאליציע).
און נאך אז זאך וואס דו האסט פארגעסן צו צוצייכענען (מסתם בטעות...) אז 2 פון די שופטים גייט דער יוסטיץ מיניסטער האבן א וועטא ווער ס'קען זיין, האלט מען שוין ביי 7 (פון 9, ביזדערווייל) וואס די קאאליציע גייט האבן א ווארט (5 פון די קאאליציע און נאך 2 וואס זיי האבן א ווארט)
יעצט קומען מיר צו צו די 2 פארלוירענע אנצוקומען צו 11, שטייט אין די רעפארם "און נאך 2 נציגי ציבור וואס דער יוסטיץ מיניסטער וועט אוועקשטעלן" פונקטליך וואס מיינט דא 2 "נציגי ציבור" ווייסעך נישט אבער וואס כ'ווייס יא, אז מיר האבן נאך 2 פאר די קאאליציע, האלט מען ביי 9 פון 11 וואס די קאאליציע האט א ווארט (5 פון די קאאליציע ממש - 3 מיניסטארן 2 חכי"ם פון די קאאליציע, נאך 2 נציגי ציבור וואס דער יוסטיץ מיניסטער וועט אויסוועלן, און 2 שופטים וואס דער יוסטיץ מיניסטער מוז מסכים זיין) אקעגן 2 (1 שופט (דער פרעזידענט), און 1 ח"כ פון די אפאזיציע - און אפי' דו וועסט צורעכענען די 2 שופטים וואס דער יוסטיץ מיניסטער מוז מסכים זיין צו די אנדערע זייט, האלט מען אויך 7 קעגן 4) ממש א באלאנס!
ס'דא נאך חלקים אין די רעפארם בנוגע וועלן ריכטער, ווי ס'זאל זיין פאבליק הירינגס בנוגע די ריכטער וכדו', וואס דאס דארף נישט זיין קיינע פראבלעמען
אבער נאך א חלק אין די רעפארם (וואס דו האסט נישט צוגעצייכנט) איז בנוגע דער פרעזידענט פונעם סופרים קאורט (וואס האט א גרויסן כח אינעם בג"ץ, וויבאלד ער שטעלט אוועק ביי יעדע קעיס וויפיל ריכטער דארפן זיין אויף די קעיס און ווער, וואס דאס געבט עם א כח אויסצומאכן אויפן אויסגאנג פונעם קעיס, און אויך אז ער איז אין די א"ד קאמיטע פון אויסוועלן די ריכטער), ביז יעצט איז געווען די סדר אז דער ריכטער וואס איז די לענגסטע אין סופרים קאורט ווערט פרעזידענט פאר זיבן יאר (גערופן סעניאריטי)
איצט ווילן זיי טוישן אז ס'האט גארנישט צוטון ווי לאנג ער איז שוין אין קאורט, צו ער איז בכלל אין קאורט, נאר די א"ד קאמיטע (וואס איז אין קאנטראל פון... פירטס אליינס אויס) זאל אויסוועלן דעם פרעזידענט, דאס איז מסתם אויך א חלק פונעם "באלאנס" וואס די באלאנסירטע קאאליציע וויל אריינברענגען...
א. האסט טאקע זייער פיין ארויס געברענגט די צד המתנגד, און ביזט גערעכט אז די פארשלאג איז בכלל נישט באלאנסירט, אבער עס איז נאך אזוי גוט באלאנסירט אזוי ווי היינט צו טאגס, נישט ערגער, נאר פשוט צו א צווייטע זייט.
ב. דאס איז זיכער אז ווען די ריכטער וואלטן גע'פסק'נט לויט די געזעץ און נישט לויט זייערע אגענדעס וואלט פאר קיינעם נישט געבאדערט ווער שטעלט וועם, למעשה היינט צו טאגס זענען די לינקע שולט ברוב מוסדות השלטון [נישט די כנסת און ממשלה, מ'רעדט פון די הויכע פאזיציעס צו איז עס אין צבא הציוני אדער די פאליציי וכו'] און דאס ווילן די רעכטע טוישן.
ג. דאס איז פשוט אז עס איז נישט אזוי גוט די פארשלאג לויט ווי עס קוקט אויס יעצט און לכאורה יעצט מיטן מו"ו ההידברות וועט זיך לכאורה עפעס אויסקאכן.
ד. מש"כ בנוגע השופטים במשפט אריה דרעי, אינו נכון כלל ועיקר ואיני חפץ להרחיב בענין איך בין נישט קיין ש"ס שטיצער און אויך נישט קיין אגודה שטיצער....


דאס איז אלס געווען פאר די "תיקון" וואס די קאאליציע האט געמאכט אנפאנג לעצטע וואך, וואס דארט האבן זיי געטוישט אז נאר די ערשטע צוויי ריכטער (פון יעדע ממשלה - וואס ווי מיר אלע ווייסן טוישט זיך שנעלער ווי "סענדער" טוישט זיינע זאקן...) וועט זיין ווי געשריבן ביז אהער, און דער דריטער ריכטער וועט מוזן זיין כאטשיג איינער פונעם אפאזיציע וואס איז מסכים - ד"ה א זכות וועטא, און פון דער פערדער ריכטער און ווייטער וועט מען אויך מוזן צוקומען צו איין ריכטער (אזוי געדענק איך יעצט, ואם טעיתי, תעמידני על האמת), דאס איז פארשטייט זיך אסאך בעסער ווי ביז יעצט,
די מתנגדים האבן אבער געטענה'ט אז ממשלות טוישן זיך כסדר ווי געשריבן, און נאכמער אז נאך 2 ריכטער וועט די ממשלה מער נישט אויפנעמען נאר ווארטן אויף די נעקסטע ממשלה, וכו', פארשטייט זיך ס'שוין נישט קיין שטארקע טענות בכלל,
אבער... נאכן פארשטיין פון די רעפארם ביז יעצט, אז זיי גייען דא צו א פילע דיקטאטארשאפט, קען מען פארשטיין מענטשן ווען זיי רוקן ארויס אזעלכע שוואכע טענות
ריכטיג! שמחה ראטמאנ'ס תיקון האט טאקע אביסל מער סטאבילעזירט די רעפארם, אבער אזוי ווי דו ברענגסט ארויס, די רעכטע לוזערס האבן נישט גוט מסביר געווען די רעפארעם מהלך ודבר זה עמד ועדנו עומד בעוכריהם.
ב. בכלל דארף מען קלאר ארויסברענגען, במשך די אלע לינקע פראטעסטן וואס זענען מכלומרשט געווידמעט זיך צו אננעמען פאר בג"ץ, רוב מנהיגי המחאה שרייען קלאר אז נישט די געריכט רעפארעם באדערט זיי, זיי ווילן זען ביבי אאוט! זיי ווילן בכלל צוווארפן די ממשלת הרעכטע כופרים, און דאס איז די שמוציגע אמת.

פסקת ההתגברות: [די רעגירונג קען זיך שטארקן אויף די ס"ק]
די מצב היינט:
די בג"ץ האט שוין אראפגעווארפן מער ווי 22 געזעצן (מיינסט צו זאגן אז אלע געזעצן וואס די בג"ץ האט נאר אמאל אראפגעווארפן, ווי דערמאנט) אן קיין געהעריגע געזעצליכע קלארע הסבר וואס געבט צו פארשטיין די אורטייל. וואס עפעס אן קיין הסבר? יעדע זאך האט א הסבר, אז דו ווילסט, דינג זיך, טויש די געזעץ כבוד האדם וחירותו וואס אויף דעם איז ע"פ רוב געבעיסד אראפגעווארפענע געזעצן, אבער אן קיין הסבר?
און אגב וויל איך מיך באציען צו א מעסעדזש וואס איינער האט געשריבן
ערמיהיפולווא האט געשריבן: מאנטאג מערץ 20, 2023 11:20 am און די טוישונגען וואס אהרן ברק האט געמאכט 30 יאר צוריק זייענדיג בלויז א ריכטער איז נישט ''טוישונגען וואס גייען טוישן די סיסטעם פון די לאנד און דו טוסט עס וויבאלד דו האסט יעצט כרגע power אן זיך רעכענען מיטן מיעוט וואס קען ווערן צוקלאפט דורכדעם, און מסכן זיין דעם דעמאקראטיע''?
ס'אמת אז ברק האט געמאכט א מהפיכה, און ס'קלאר אז ס'געגאנגען צו ווייט, און אלע זענען שוין מודה צו דעם,
אבער, די "טוישונגען" פון וואס דו רעדסט, די א"ד געזעץ (וואס איז א פלעינע חוק יסוד וואס מ'קען מבטל זיין מיט א פשוט'ע רוב, מ'דארף אפי' נישט קיין 61, און דאך האט עס נאך קיינער נישט מבטל געווען), איז עס א געזעץ וואס מ'האט גערעדט פון אנפאנג די מדינה אז מ'דארף עס אדורכפירן, און ס'געזעצן יארן (2-3 יאר, דאכט זיך, אויב נישט מער) אין די קאמיטעען אין כנסת פארן עס אדורכפירן, און ס'אדורך מיט א רוב אין פארלאמענט,
די אמת'ע צושטעל צו די יעצטיגע מצב וואלט געדארפט זיין, אז שטעל דיך פאר אז די בג"ץ איז אליין מחליט אז פון היינט און ווייטער דארפן זיי נישט צוקומען צו די קאאליציע ביים אויסוועלן א ריכטער, אבער נישט צו זאכן וואס בג"ץ האט דורכגעפירט אין כנסת מיט א רוב (קענסטעך טענה'ן און זאגן - ווי אסאך פון די מתנגדים - אז מ'האט נישט געכאפט בשעתו, ס'געווען אינמיטן נאכט, פאר וואלן וכדו', אבער במציאות איז עס אדורך מיט רוב פון די אנדערע רשות)
עכ"פ נחזור לעניננו

נישט נאר דאס, נאר די ס"ק ריכטער האבן שוין אנגעהויבן אין געוויסע פעלער אריין צו רעדן אין גאר קריטישע געזעצן [חוקי יסוד אין מדינ"י] וואס דאס האט מורא'דיג שווער געמאכט דאס פירן א דעמאקראטישער לאנד. וואס'א חילוק נארמאלע געזעצן אדער חוקי יסוד? ווייסעך נישט
איך ווייס אויך נישט... אבער בל תשכח אז די גאנצע "כבוד האדם וחירותו" איז אויך א חוק יסוד....
ב. ברק'ס מהפכה השיפוטית - דאס איז טאקע א גרויסע גורם צו די סאמעטוכע, און אזוי ווי דו האסט שוין ארויס געברענגט, דאס איז א מחטף שנעשה באישון ליל און אזא פנים האט עס...
ג. איך זע אז דו האסט ארויס קלארער ווי מיר די אלע משפטים פלפולים, אדרבה! טוהט אייך אן די משפטים הויזן און שרייב א קלארע אנאליז און לייג אראפ שיינערהייט אלע ביידע צדדים, מיין ארטיקל איז מער נוגע די סייפא ווי די רישא, איך האב געוואלט ארויס ברענגען די נגע הסרבנות און צו זען מדינת ישראל בחורבנה.


די נייע פאשלאג לויטן רעפארם:
חוקי יסוד: די ס"ק וועט נישט קענען אריין רעדן און דן זיין אינערהאלב די חוקי יסוד וואס גייט ווערן אריינגעקריצט אלס א קאנסטיטוציע. נישט געהערט פון דעם אז זיי פלאנען א קאנסטוציע
אפווארפן געזעצן: די ס"ק ריכטער וועלן קענען אפווארפן א געזעץ נאר אויב שטימט עס נישט מיטן קאנסטיטוציע און אויך נאר מיט א מערהייט פון 12 ריכטער פון אן הרכב מלא וואס ענטהאלט 15 ריכטער.
פסקת ההתגברות: די רעגירונג וועט אין א מערהייט פון 61 חכי"ם קענען באשטעטיגן א געזעצן וואס איז גע'פסל'ט געווארן דורך די ס"ק, אבער די געזעץ וועט זיין גילטיג פאר בלויז 4 יאר אדער ביז די קומענדיגע רעגירונג איינשווערונג.
בקיצור סוף פסוק: די כח וועט זיין כמעט אבסאלוט אין די הענט פון איין רשות - די כנסת
בלויז פאר א קנאפע 4 יאר, און טאקע אויסגעשטעלט אזוי אז אויב למשל גייט מען אדורך פירן די אזויגערופענע דזשינדזשי געזעץ - א געזעץ וואס פאראורטיילט אלע דזשינדזשי'ס למיתה, לאמיר זאגן אז די געזעץ וועט אדורך פעסן די 61 פסקת ההתגברות, אבער אדהכי והכי וועט שוין די בחירות אנקומען און די נייע רעגירונג וועט אלעס אראפ ווארפן, איי וועט איר פרעגן וואס טוהט מען ווען רוב לאנד וועט האלטן אז מ'דארף אויסהרגענען די ג'ינג'יס און די ממשלה וועט באקומען א רוב צום צווייטן מאל? אויף דעם וועל איך ענטפערן אידיש מיט א צווייטע שאלה:
און וואס וועט זיין אויב פאר בג"ץ וועט איין שיינע טאג איינפאלן אז די דזשינדזשי'ס לעבן איז ווערד כקליפת השום? מ'מעג זיי הרגענען און באראבעווען?
א קורצע דערמאנונג - די גוש קטיף איינוואוינער זענען אויך געווען דזשינדזשיס... און דעמאלטס האט זיך בג"ץ נישט אנגענומען פאר זיי....


די אטוירני דזשענערל:

די אטוירני דזשענערל איז דער וואס איז געשטעלט געווארן צו געבן עצות פאר די רעגירונג וויאזוי צו אראפ לייגן און אדורך פירן די געזעצן אז עס זאל שטימען מיט די געזעץ.
אזוי אויך דינט ער אלס די פארטרעטער פון די רעגירונג באאמטע צו איז עס מיניסטארן אדער דער פריים מיניסטער אליינס - ער פארטרעט זיי אין די ס"ק ווען עס פעלט אויס.

די מצב היינט:
די אטוירני דזשענערל ווערט אויפגענומען אחת לכמה שנים דורך א ספעציעלע קאמיטע וואס דארט האבן אויך די ס"ק ריכטער א וועטא קראפט. די אטוירני איז געווארן א מושל פאר זיך, ברצותו מאשר וברצותו לא מאשר, עס איז געווארן א מצב אז אויב פאר אים שמעקט עפעס נישט קען מען זיך נישט רוקן פאראויס מיט קיין שום געזעץ אדער שטעלע,
די אבסורד פון די זאך: אנשטאט צו ארויס העלפן די רעגירונג טוהן זיי דאס פארקערטע! זיי לייגן אינטער פיסלעך ווי אימער זיי קענען און די רעגירונג דארף זיל ספאראווענען מיט א קאפ ווייטאג מבית ומבחוץ. [א בחינה פון עזר כנגדו..]
ווי כ'האב שוין געשריבן
יונה פויגל האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 23, 2023 5:49 pm ואני בער ולא אדע
יועץ משפטי איז טייטש אז ער איז מייעץ לפי די געזעץ
דער יועמ"ש זאגט פאר די פארלאמענט דאס איז יא אויסגעהאלטן ע"פ די געזעץ און דאס נישט, דאס הייסט געפירט די מדינה? ס'פונקט ווי דו וועסט זאגן אז די נארישע בוק וואס הייסט "ספר החוקים" דאס פירט די גאנצע מדינה ביי די נאז...
ער זאגט סה"כ דאס וועט אדורכגיין די בג"ץ ווייל ס'איז געזעצליך און דאס נישט ווייל ס'איז נישט געזעצליך, אז דו ווילסט זיך אנפייפן אויפן געזעץ גאו עהעד, קיינער האלט דיך נישט אפ, והא ראי' כמה פעמים וואס מ'טוט אנדערש ווי די יועמ"ש (דארפסט נישט מער ווי די יעצטיגע רעפארם וואס זי האט געזאגט אז ס'איז נישט געזעצליך און מ'גייט ווייטער, די זעלבע זאך חוק דרעי 1), סאו מיט וואס איז זי מושל?
באמת, איך קען עס נישט פארשטיין,
זייער דזשאב איז צו מייעץ זיין די ממשלה וואס איז געזעצליך און וואס נישט, און דאס טוט זי

נישט פונקטליך ועיין בההשמטה לקמן, זי איז היינטצוטאגס אסאך מער ווי אן עצות געבער, זי רעדט צו די מידיע און שיקט ארויס סטעיטמענט אן צו רעדן בכלל מיט די רעגירונג באאמטע...
[השמטה: אין די פארלאפענע שטורמישע מאנטאג וואס עס איז אויסגערופן געווארן א יום השיתוק, א סטרייק דורך עטליכע גרויסע לינקע שישיקעס וואס האבן די מארקעט אין זייערע הענט, כדוג' ארנון בן דוד יו"ר הסתדרות העובדים [די יוניאן] און נאך עטליכע רייכע לינקע בעלי שאפינג מאללס וכו', זיי זענען ארויס געקומען מיט א טרייק פון איין מינוט צום צווייטן, אזוי אויך פנחס עידן [גראדע א ליכוד'ניק אבער ממתנגדי הרפורמה א חוצפה'ניאק א חבר פון דוד ביטן] די יושב ראש ועד העובדים פון רשות שדות התעופה די בן גוריון לופטפעלד, ער האט געהייסן אלע ארבעטער אהיים צוגיין איבערלאזנדיג הונדערטע טויזענטע רייזענדער געשטראנדעט, - לויטן מדינת ישראל געזעץ איז דאס נישט ערלויבט! כדי צו ארויס גיין מיט א ברייטע סטרייק דארף מען פאראויס אפפמאן מיט די בית הדין לעבודה, און דא האבן די חברה גארנישט אפפגעשמועסט, פאר אזא זאך קען מען שטרענג באשטראפט ווערן [עיי' בספר החוקים שלהם] בצלאל ספאטריטש די ציוניסטישער פינאנץ מיניסטאר, ער בחמת זעם האט ער פראבירט צו ריעטשן עטליכע פראקוארן פון די פרקטליטות כדי צו אנקלאגן די אנארכיסטן און בלאקירן די סטרייק וואס האט אנגעמאכט א ערנסטע חורבן אין די לאנד, אבער ער טרעפט זיך טאפן א וואנט, די פרקליטות זענען אויך אויף סטרייק.
בצר לו פראבירט ער צו ריעטשן די אטוירני דזשענערל רעבעצין מיארה, ער האט געוואלט באקומען פון איר אן עפראוול צו נוצן אייגענע לויער וואס זאלן אים פארטרעטן אין בג"ץ, לויטן געזעץ איז די אטוירני דזשענערל דיע איינציגסטע וואס קען פארטרעטן די מיניסטארן אחוץ אויב זי געבט א ספעציעלע אויסנאם עפראוול, - למעשה ער פראבירט איר צו רופן, טעקסטן, וואטסאפן, שיקט צענדליגע אימעילס, אבער די רעבעצין איז ניט צום האבן! זי סטרייקט אויך....]


פארזעצונג מערצעשעם
די רעכטע ציונים - נבילה.
די לינקע ציונים - טריפה.
די שאלה איז ''ווער האט פאראורזאכט מער אידישע פאטאליטעטן''??
ראטשילד
פרישער באניצער
פאוסטס: 30
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 5:47 pm
x 37

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם - שמועסן און געפעכטן

פאוסט דורך ראטשילד »

די ארטיקל לעיל איז געשריבן געווארן א שיינע שטיק צייט צוריק, אי"ה אין די קומענדיגע טעג וועט ערשיינען נאך א קאפיטל וואס וועט קלארער מאכן די בילד לויט די לעצטע אנטוויקלונגען.
די רעכטע ציונים - נבילה.
די לינקע ציונים - טריפה.
די שאלה איז ''ווער האט פאראורזאכט מער אידישע פאטאליטעטן''??
אוועיטער
דיעל שפיל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 129
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:30 pm
x 150

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם - שמועסן און געפעכטן

פאוסט דורך דיעל שפיל »

@ראטשילד ש'כח
ראטשילד
פרישער באניצער
פאוסטס: 30
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 5:47 pm
x 37

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם - שמועסן און געפעכטן

פאוסט דורך ראטשילד »

אין קורצן:
פון די גאנצע געריכט רעפארם האט זיך אויסגעלאזט א גרויסע כמעט גארנישט, בלויז די חוק לביטול עילת הסבירות דאס איז אריבער ברוב 64-0 און על זה המהומה.
די רעכטע ציונים - נבילה.
די לינקע ציונים - טריפה.
די שאלה איז ''ווער האט פאראורזאכט מער אידישע פאטאליטעטן''??
אהרן זאב
פרישער באניצער
פאוסטס: 64
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 7:58 am
x 23

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם - שמועסן און געפעכטן

פאוסט דורך אהרן זאב »

זעהט אויס גוטע ווארע.

וואלט געווען מעגליך צו מאכן א PDF פון דעם, כזאל עס קענען ליינער רואיגער?

מיט דאנק פון פארויס.
אוועיטער
העלדיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 260
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:10 pm
x 488

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם - שמועסן און געפעכטן

פאוסט דורך העלדיש »

ראטשילד האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 1:25 pm אין קורצן:
פון די גאנצע געריכט רעפארם האט זיך אויסגעלאזט א גרויסע כמעט גארנישט, בלויז די חוק לביטול עילת הסבירות דאס איז אריבער ברוב 64-0 און על זה המהומה.
וואס הייסט אויסגעלאזט גארנישט?
עס איז בלויז די אנהייב. זיי פלאנען צו גיין ווייטער שטאפל ביי שטאפל.
ראטשילד
פרישער באניצער
פאוסטס: 30
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 5:47 pm
x 37

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם - שמועסן און געפעכטן

פאוסט דורך ראטשילד »

העלדיש האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 1:35 pm
ראטשילד האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 1:25 pm אין קורצן:
פון די גאנצע געריכט רעפארם האט זיך אויסגעלאזט א גרויסע כמעט גארנישט, בלויז די חוק לביטול עילת הסבירות דאס איז אריבער ברוב 64-0 און על זה המהומה.
וואס הייסט אויסגעלאזט גארנישט?
עס איז בלויז די אנהייב. זיי פלאנען צו גיין ווייטער שטאפל ביי שטאפל.
פאר ווער עס איז באקאנט אין די מדינת ישראל געזעץ אדורכפירן מהלך ווייסט אז עס דויערט וואכן און חדשים אדורך צופירן א יעדע געזעץ, די פלאן לכתחילה איז געווען צו אדורכפירן איין ברייטע געזעץ וואס האט געזאלט פאררעכטן די גאנצע קארופטירטע איצטיגע געריכט סיסטעם [לשיטתם פון די רעכטע לאגער]
די באלאגאן וואס איז פארגעגאנגען די לעצטע פאר חדשים האט געצוויגען די רעכטע צו צוטיילן די גאנצע רעפארם אין עקסטערע באזונדערע געזעצן און נישט אלעס גייט אדורך גענוי ווי געפלאנט מעיקרא, און אזוי אויך עס וועט געדויערן לענגער ווי געפלאנט.
די רעכטע ציונים - נבילה.
די לינקע ציונים - טריפה.
די שאלה איז ''ווער האט פאראורזאכט מער אידישע פאטאליטעטן''??
ראטשילד
פרישער באניצער
פאוסטס: 30
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 5:47 pm
x 37

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם - נייעס שמועסן און געפעכטן

פאוסט דורך ראטשילד »

בעני גאנץ יו"ר המחנה הממלכתי:
די געזעץ וואס איז נארוואס אדורך געפירט אין כנסת וועט בטל ווערן אין די קומענדיגע כנסת [המינים]
-----
@ראטשילד :
אויב קענט איר מבטל זיין די 'שרעקליכע' געזעץ דאן פארוואס שרייט איר אז מדינת ישראל איז מער נישט קיין דעמאקראטיע?
דעמאקראטיע איז טייטש אז דער וואס האט די רוב זיי פירן אדורך געזעצן, און אין אונזער פאל האבן יעצט די רעכטע די מערהייט און דערפאר פירן זיי אדורך געזעצן, ווען די לינקע וועלן האבן די רוב וועלן זיי מבטל זיין כאוות נפשם.
די רעכטע ציונים - נבילה.
די לינקע ציונים - טריפה.
די שאלה איז ''ווער האט פאראורזאכט מער אידישע פאטאליטעטן''??
ראטשילד
פרישער באניצער
פאוסטס: 30
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 5:47 pm
x 37

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם - נייעס שמועסן און געפעכטן

פאוסט דורך ראטשילד »

חברונער האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 1:22 pm א קליינע דערמאנונג, אלעס וואס די רעפארם וויל טון איז צוריקדרייען די מצב צו 30 יאר צוריק.

וואס איין פראפעסער האט איבערגעדרייט פאר בערך 30 יאר צוריק אין באהאלטענע צומער'ן טוט א מאסיווע דעמאקראטישע רוב וואס האט נארוואס געוואנען מיט א נאקאוט צוריקדרייען בריש גלי.

עילת הסבירות, פסל'ן געזעצען, די מאסיוע כח פון די יועמשי''ם, דאס איז אלעס פרי בטנו פון איין אינטיליגענטע פראפעסער מיט'ן נאמען אהרן ברק, ''קיינער פון די זאכען זענען נישט געווען פארדעם און קיינער האט נישט געהאלטען אז ס'איז א דיקטאטורשאפט'', וואס יא ? נאכדעם וואס ברק האט דורכגעפירט זיינע פארברעכען'ס האבען צוביסלעך מער און מער מענטשען איינגעזעהן אז דער ברק האט פשוט אייגעפירט א דיקטאטורשאפט מ'האט אנגעהויבען קריטיקירען מער און מער ביז 30 יאר שפעטער ווען רוב פאלק האט געשטימט יא פאר א תיקון און דאס איז געווען ז' חשון דאס יאר.

די איינציגסטע זאך וואס איז נישט א דירעקטע שולד פון ברק איז די מינוי שופטים (הגם ער האט עס שארפער געמאכט ע''ע רות גביזון) און דאס איז א אנדערע מעשה און לוין איז שוין מסכים אויף 50 50.
די רעכטע ציונים - נבילה.
די לינקע ציונים - טריפה.
די שאלה איז ''ווער האט פאראורזאכט מער אידישע פאטאליטעטן''??
גמילות חסדים
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:04 pm
x 12

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם - נייעס שמועסן און געפעכטן

פאוסט דורך גמילות חסדים »

ס'איז נישט פונקטליך אזוי.

עילת הסבירות (RULE OF REASON) איז אן אור-אלטער געזעץ אין די בריטישע "קאמאן לאו" סיסטעם, וואס מדינת ישראל האט גע'ירש'עט פון די בריטישע מאנדאט. זייער אסאך לענדער האבן געוויסע פארעמס פון אזא סארט געזעץ, און אויך אין איזראעל איז דאס אלץ געווען אויף די ביכער.

נאר ביז אהרן ברק איז עס גענוצט געווארן אין בלויז עקסטרעמע פעלער. ברק, אלס חלק פון זיין 'הפיכה משפטית' - וואס איז געווען דער וועג וויאזוי די לינקע האבן געזוכט צוריק צו כאפן די מאכט נאכ'ן פארלירן די רעגירונג אין בעגין'ס 'מהפך' פון 77' - איינצושטעלן "יורידישער אקטיוויזם", האט תיכף גענומען שטופן די רעכט פאר'ן געריכט צו פסל'ען געזעצן אדער באשלוסן פון א 'עובד ציבור' אויב דער ריכטער האלט אז ס'איז נישט 'סביר' (שכל'דיג).

ברק האט קלאר געזאגט אז ער האלט אנדערש ווי זיינע פארגייער אין בג"ץ, וואס מערערע פון זיי האבן שטארק געצוימט די עילת הסבירות צו בלויז עקסטרעמע פעלער. ער האט עס גענומען נוצן רעכטס און לינקס.
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 791
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 844

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם - נייעס שמועסן און געפעכטן

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

טיפיקל די צייטונג צו בלוטיגן און ווייטאגן אויף די געריכט רעפארם....
פיילס
Screenshot 2023-07-26 141911 copy.jpg
Screenshot 2023-07-26 141911 copy.jpg (241.79 KiB) געזען געווארן 339 מאל
אוועיטער
בערל דער פייפער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 780
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 881

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם - שמועסן און געפעכטן

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

ראטשילד האט געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2023 1:25 pm אין קורצן:
פון די גאנצע געריכט רעפארם האט זיך אויסגעלאזט א גרויסע כמעט גארנישט, בלויז די חוק לביטול עילת הסבירות דאס איז אריבער ברוב 64-0 און על זה המהומה.
בג"ץ פסל את החוק לביטול עילת הסבירות
איך וועל אייך באפייפען
שרייב פאוסט