ביסטו אינטערעסירט אין פאליטיק? טו עפעס!

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
צפנת פענח
פרישער באניצער
פאוסטס: 71
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 4:10 am
x 77

ביסטו אינטערעסירט אין פאליטיק? טו עפעס!

פאוסט דורך צפנת פענח »

פאלגענד איז א פאוסט וואס מיר האבן געשריבן אין אן אנדערע טעמע, לגבי מענטשן וואס וואס זענען אינטרעסירט אין פאליטיק, אבער זענען נישט צופרידן וואס זיי זעהן אז די רעפאבליקאנער פארטיי טוט אדער בעסער געזאגט טוט נישט, זיי ווייסן אבער נישט אז עס זענען יא דא געוויסע וואס טוען למעשה אין די קאנסערוואטיווע סירקן און נעמען איבער גרויסע חלקים וואס די רעפאבליקאנער פארטיי ביז יעצט טוען נישט אדער האלטן נישט ביים טוהן, זאכן וואס די דעמאקראטן האבן שוין לאנג צוריק זיך אויסגעלערנט און אנגהויבן עכט טוהן דערצו (פארשטייט זיך מיט די ביליאנען דאלערס וואס ווערן אריינגעגאסן פון ריזיגע דאנערס איבער די וועלט) און דערפאר געווינען זיי עלעקשען'ס (און נישט וויאזוי געוויסע ניקס אויף א געוויסע וועבסייט פרובירן צו איינרעדן זיך און יעדן איינעם אנדערש אז דער סיבה איז ווייל רוב אמעריקאנער זענען מער ליבעראל היות דער פאולינג און פאקטן איז נישט אויף זייער זייט).

וזאת למודעי: אויב ווילט איר עקטן אויף איינע פון די זאכן וואס איך שרייב דא און וואס איך גיי שרייבן, ביטע ריטשט אוט צו מיר אין טישי און מיר וועלן פרובירן צו ארבעטן מיט אייך אדער ארויסהעלפן מיט וואס איך קען, אזוי אויך אויב ווילט איר איבער לייגן חלקים פון וואס איך גיי שרייבן אויף אנדערע פלעצער דאס איז פיין אבער ביטע מאכט זיכער אז איר גיט קרעדיט (פשוט אז אויב איינער דארט וועט וועלן אוטריטשן זאלן זיי וויסן צו וועם, יישר כח).

דער ערשטע פאוסט וואס איך לייג איז וואס מיר האבן שוין געלייגט און איז מער איבער זאכן וואס מיר האלטן אז מען קען טוען אין די אידישע גאס:
צפנת פענח האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 1:31 am
גראז האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 5:52 pm לאמיר הערן, אויף וואספארא פראיעקטן ווילסטו ארבייטן...?
אה, אסאך געדאנקן, געוויסע זענען גוטע און געוויסע זענען דאון רייט סטופיד.

האבן א 501c4 וואס זאל ארבעטן אויף רעגיסטרירן היימישע אידן צו וואוטן, ארויסקומען וואוטן אין די מאסן, אינפארמירן מענטשן איבער די שיטות פון די קאנדידאטן, האלטן דעם עולם אינפארמירט וואס טוט זיך אין אלבעני וכדומה.

מאכן זיכער אז אלע אידן וואס מופן קיין אפסטעיט אדער ניו דזשערסי רעגיסטרירן זיך צו וואוטן און גייען ארויס שטימען (לינדען איז א סווינג דיסטריקט).

ארבעטן צו רעגיסטרירן בחורים און מיידלעך העכער 18 און זיי ארויסצוברענגן שטימען.

עדזשוקעיטן מענטשן איבער אבסענטי וואוטינג.

רעגיסטרירן די צענדליגע בחורים וואס לערנען אין ארץ ישראל וכדומה און זיי העלפן מיט אבסענטי (זיי זענען דאך אינדערהיים אויף סוכות).

ווילסט נאך?

מאכן קאנטאקט מיט גרופעס אין די גוישע גאס וואס קענען העלפן פליפן זיצן (בעיקר אין פריימעריס, כגון די גרופע קיפ מקגינעס מאווינג וואס האט ארויסגעשטעלט איינעם אקעגן גאלעגער).

ארבעטן אויף רעגיסטרירן די טויזענטער אמעריקאנע בירגער (היימישע אידן וכדומה) וואס וואוינען אין ארץ ישראל, איירופה וכדומה.

זעהן אז די ישובים פון חרדישע אידן רעגיסטרירן זיך און גייען ארויס וואוטן (בעיקר אין סווינג סטעיטס ווי פענסילוועניע ווי עס איז דא א נייע גרויסע חב"ד קהילה אין קינגסטאן וואס איז אין א סווינג קאונטי).

איך בין שוין אינגאנצן משוגע?

זעהן אז די אלע אידן וואס זענען אזוי פארנומען אויף א..וו...ט ווי שטארק די רעפאבליקאנער טוען גארנישט און האלטן נישט ביים ארבעטן, זאלן וויסן אז עס איז דא וועגן וויאזוי זיי קענען יא טוהן עפעס, ווי מאכן קאלס פון זייערע פאונס, שיקן טעקסטס, וואס קאסט נישט קיין געלט, אדער למשל איך ווייס אז הרב @שפיצער גיבט אמאל געלט פאר קאמפיין'ס, עס וואלט געווען אסאך ענדישער לכאורה (לשיטתי, איך זאג אים נישט וואס צו טוהן) ווען ער גוט די געלט פאר אידן צו קויפן פאסט קארטלעך און סטעמפס און עקטשועלי ארויסברענגן וואוטס אין וויכטיגע סטעיטס און דיסטריקטס.

אקעי איך בין שוין אינגאנצן אראפגעגאנגען פון די רעילס.

די עיקר איז צו וויסן, אויב זענט איר אבסעסד מיט פאליטיקס (איך מיין נישט אייך איך רעד אין דזשענערעל) איז עס באמת א שאד נישט צו עקטן דערויף ווייל מען קען באמת מאכן א חילוק, און אויב האלסטו באמת אז אמעריקע וואלט אויסגעזעהן בעסער פאר מיר, דיר און דער גאנצע וועלט (און די פארשטייסט די געדאנק פון ראביי מיללער אז אידן דארפן זיך זארגן אז די וועלט זאל זיין א נארמאלערער ריינערער פלאץ) איז דא וואס צו טוהן.

און צום שלוס, זענט איר רעגיסטרירט אויף אייער יעצטיגע אדרעסס? זענען אלע אייערע גוטע פריינט, פאמיליע רעגיסטרירט.

נ.ב. אויב זענט איר אינטרעסירט אין די סארט זאכן ביטע קאנטאקט מיר אין אישי, אפשר קען מען טאקע עפעס מאכן.
פינג: פאליטישע קאמפיין'ס
אמעריקע האט צוויי פארטייען 1) גלאבאליסטן 2) פאפעליסטן, ווען איר פארשטייט דאס וועלן אסאך קשיות פארענטפערט ווערן

(די בעסטע פלאץ זיך צו רעד פילן PragerU.com - מאך זיכער אז איר האט א גוטע פילטער נישט נכשל צו ווערן מיט ראיות אסורות)
צפנת פענח
פרישער באניצער
פאוסטס: 71
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 4:10 am
x 77

Re: ביסט אינטרעסירט אין פאליטיק? טו עפעס!

פאוסט דורך צפנת פענח »

נאך א פאוסט וואס מיר האבן שוין געלייגט אין א צווייטן טעמע אבער איז שטארק נוגע יעצט:
צפנת פענח האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 09, 2024 2:29 pm מודעה לכל הקהל הקודש!

אויב קענט איר איינער וואס וואוינט אין דעם דיסטריקט (דיסטריקט 3 - לאנג איילענד), זיי אזוי גוט און דערמאנט אים ארויסצוגיין שטימען, מען קען נוצן נאך א רעפאבליקאנער אין קאנגרעס.

(פרעדיקשען: איך זעה נישט די רעפאבליקאנער געווינען באט איי האופ טו בי ווראנג - און טאקע דערפאר געשריבן דעם אויבערדערמאנטן מעסעדזש).
פאר ווער עס ווייסט נישט, עס איז דא א ריזיגע אידישע באפעלקערונג אין דעם דיסטריקט, דאס נעמט אריין א חלק פון די פייוו טאונס און נאך געגנטער ארום (אפשר קען טאקע איינער אריינקומען מיט די אידישע ליסטע פון געגנטער).

די עלעקשען איז מארגן, דינסטאג פרשת תרומה.
אמעריקע האט צוויי פארטייען 1) גלאבאליסטן 2) פאפעליסטן, ווען איר פארשטייט דאס וועלן אסאך קשיות פארענטפערט ווערן

(די בעסטע פלאץ זיך צו רעד פילן PragerU.com - מאך זיכער אז איר האט א גוטע פילטער נישט נכשל צו ווערן מיט ראיות אסורות)
שרייב פאוסט