גראז האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 5:52 pm
צפנת פענח האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 31, 2024 11:51 pm
עס איז נישטא קיינער וואס איך וואלט געוואלט קענען פערזענליך, בעיקר ווייל עס איז דא א סיבה פארוואס מען קומט דאהי מיט א ניק, נישט צו קענען די מענטשן מיט וועם מען רעדט און דערמיט קענען שרייבן באמת וואס מען וויל און וואס מען טראכט.
אבער עס זענען יא דא עטליכע ניקס וואס איך וואלט געוואלט האבן קאנטאקט מיט, בעיקר ווייל איך האלט אז איך וואלט געקענט אויפטועם געוויסע זאכן ווען מיר וואלטן געארבעט צוזאמען, איך רעד אין די נושא וואס איך בין אינטרעסירט וואס איז גראז-שרשים פאליטיק.
@גראז
@שפיצער
@קיינמאל
איך קען נישט די אנדערע אבער עס איז לכאורה דא נאך.
איך וואלט אויך הנאה געהאט צו רעדן מיט @OJPAC און נאך.
לאמיר הערן, אויף וואספארא פראיעקטן ווילסטו ארבייטן...?
אה, אסאך געדאנקן, געוויסע זענען גוטע און געוויסע זענען דאון רייט סטופיד.
האבן א 501c4 וואס זאל ארבעטן אויף רעגיסטרירן היימישע אידן צו וואוטן, ארויסקומען וואוטן אין די מאסן, אינפארמירן מענטשן איבער די שיטות פון די קאנדידאטן, האלטן דעם עולם אינפארמירט וואס טוט זיך אין אלבעני וכדומה.
מאכן זיכער אז אלע אידן וואס מופן קיין אפסטעיט אדער ניו דזשערסי רעגיסטרירן זיך צו וואוטן און גייען ארויס שטימען (לינדען איז א סווינג דיסטריקט).
ארבעטן צו רעגיסטרירן בחורים און מיידלעך העכער 18 און זיי ארויסצוברענגן שטימען.
עדזשוקעיטן מענטשן איבער אבסענטי וואוטינג.
רעגיסטרירן די צענדליגע בחורים וואס לערנען אין ארץ ישראל וכדומה און זיי העלפן מיט אבסענטי (זיי זענען דאך אינדערהיים אויף סוכות).
ווילסט נאך?
מאכן קאנטאקט מיט גרופעס אין די גוישע גאס וואס קענען העלפן פליפן זיצן (בעיקר אין פריימעריס, כגון די גרופע קיפ מקגינעס מאווינג וואס האט ארויסגעשטעלט איינעם אקעגן גאלעגער).
ארבעטן אויף רעגיסטרירן די טויזענטער אמעריקאנע בירגער (היימישע אידן וכדומה) וואס וואוינען אין ארץ ישראל, איירופה וכדומה.
זעהן אז די ישובים פון חרדישע אידן רעגיסטרירן זיך און גייען ארויס וואוטן (בעיקר אין סווינג סטעיטס ווי פענסילוועניע ווי עס איז דא א נייע גרויסע חב"ד קהילה אין קינגסטאן וואס איז אין א סווינג קאונטי).
איך בין שוין אינגאנצן משוגע?
זעהן אז די אלע אידן וואס זענען אזוי פארנומען אויף א..וו...ט ווי שטארק די רעפאבליקאנער טוען גארנישט און האלטן נישט ביים ארבעטן, זאלן וויסן אז עס איז דא וועגן וויאזוי זיי קענען יא טוהן עפעס, ווי מאכן קאלס פון זייערע פאונס, שיקן טעקסטס, וואס קאסט נישט קיין געלט, אדער למשל איך ווייס אז הרב
@שפיצער גיבט אמאל געלט פאר קאמפיין'ס, עס וואלט געווען אסאך ענדישער לכאורה (לשיטתי, איך זאג אים נישט וואס צו טוהן) ווען ער גוט די געלט פאר אידן צו קויפן פאסט קארטלעך און סטעמפס און עקטשועלי ארויסברענגן וואוטס אין וויכטיגע סטעיטס און דיסטריקטס.
אקעי איך בין שוין אינגאנצן אראפגעגאנגען פון די רעילס.
די עיקר איז צו וויסן, אויב זענט איר אבסעסד מיט פאליטיקס (איך מיין נישט אייך איך רעד אין דזשענערעל) איז עס באמת א שאד נישט צו עקטן דערויף ווייל מען קען באמת מאכן א חילוק, און אויב האלסטו באמת אז אמעריקע וואלט אויסגעזעהן בעסער פאר מיר, דיר און דער גאנצע וועלט (און די פארשטייסט די געדאנק פון ראביי מיללער אז אידן דארפן זיך זארגן אז די וועלט זאל זיין א נארמאלערער ריינערער פלאץ) איז דא וואס צו טוהן.
און צום שלוס, זענט איר רעגיסטרירט אויף אייער יעצטיגע אדרעסס? זענען אלע אייערע גוטע פריינט, פאמיליע רעגיסטרירט.
נ.ב. אויב זענט איר אינטרעסירט אין די סארט זאכן ביטע קאנטאקט מיר אין אישי, אפשר קען מען טאקע עפעס מאכן.
פינג: פאליטישע קאמפיין'ס