אויב געווינסטו היינט די לאטערי…

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
farshlufen
ניי צום טיש
פאוסטס: 14
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 7:04 pm
x 31

Re: "אויב איר געווינט ווען די לאטערי היינט - וואס איז די ערשטע דריי זאכן וואס איר וועט טון דערמיט?"

פאוסט דורך farshlufen »

1. געעפנט א ביזנעס פאר טויזנט בני-תורה ארבעטער
2. געעפנט א ביזנעס פאר טויזנט בני-תורה ארבעטער
3. געעפנט א ביזנעס פאר טויזנט בני-תורה ארבעטער
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4982
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 6927

Re: "אויב איר געווינט ווען די לאטערי היינט - וואס איז די ערשטע דריי זאכן וואס איר וועט טון דערמיט?"

פאוסט דורך שמח »

farshlufen האט געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 6:07 pm 1. געעפנט א ביזנעס פאר טויזנט בני-תורה ארבעטער
2. געעפנט א ביזנעס פאר טויזנט בני-תורה ארבעטער
3. געעפנט א ביזנעס פאר טויזנט בני-תורה ארבעטער
דהיינו?
כשר ישר
פרישער באניצער
פאוסטס: 20
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 1:45 pm
Location: Montreal
x 12

Re: "אויב איר געווינט ווען די לאטערי היינט - וואס איז די ערשטע דריי זאכן וואס איר וועט טון דערמיט?"

פאוסט דורך כשר ישר »

געבן א חומש פאר צדקה
ארויסגעבן א אלבום פון מיינע ניגונים
געשפילט נגיד (זאגן פאר יעדעם ס'איז טייט יעצט איך קען נישט געבן).
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 670
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 944

Re: אויב געווינסטו היינט די לאטערי…

פאוסט דורך מאטאווירט »

צק

בינעך סטאק.

ווייל כ’דארף נאך ענדיגן אוועקרוימען דעל פסח, און כאניש פונקט קיין צייט זיך אפצוגעבן מיט א לאטערי געווינס יעצט.
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
אוועיטער
דריידל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 320
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 1:43 pm
x 584

Re: אויב געווינסטו היינט די לאטערי…

פאוסט דורך דריידל »

ארויף
ביטע טיילט מיט אייער טרוים.
שטותים איז נישט דער אלטערנאטיוו פון שכל (קרעדיט: @הדסים)
חכם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 226
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:59 pm
x 170

Re: אויב געווינסטו היינט די לאטערי…

פאוסט דורך חכם »

איך וואלט געוואלט...

צום ערשט אראפ נעמען מעשר...

קויפן א פאלאץ'ל...

קויפן א בנין לעבן מיין טאטע און שווער צו בויען הכנסת אורחים פאר בני משפחה וואס קומען צו די עלטערן...

אנהאלטן מיין יעצטיגע פרנסה פאר א האבי, נישט פאר באצאלט...

האבן אסאך שעות קבלות משולחים, און זײ משמח זיין...

האבן עטליכע פאלעצער ארום די וועלט פאר מקומות הקדושים און נופש...

און נאך...
חכם הוא להטב!

וזאת למיודעי, אלע איבעריגע פינטלעך אין מיינע פאוסטס איז לאוו דווקא, עס האט זיך אויסגעגאסן א שאכטל פינטלעך אויף מיין שרייב טישן, און שוין...

אה דו האסט אויך באמעטדי מיסטעיקס אין מיין אינטערשריפט? גיי ווייטער.
ירא השם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 277
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 6:21 pm
x 509

Re: אויב געווינסטו היינט די לאטערי…

פאוסט דורך ירא השם »

שכינה מה הוא אומרות

פון די אלע האב איך שוין גענוג פון די אלע זאכן

גענוג האבן שוין געזאגט אז זיי גייען דאס טון


יעצט לאמיר זען עכטע זאכן

ווער וועט זיין דער שליח צו העלפן די אמתע נצרכים
זבולון שטיינקלאץ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 141
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 3:17 pm
x 391

Re: אויב געווינסטו היינט די לאטערי…

פאוסט דורך זבולון שטיינקלאץ »

ירא השם האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 10:48 am שכינה מה הוא אומרות

פון די אלע האב איך שוין גענוג פון די אלע זאכן

גענוג האבן שוין געזאגט אז זיי גייען דאס טון


יעצט לאמיר זען עכטע זאכן

ווער וועט זיין דער שליח צו העלפן די אמתע נצרכים
אז קיינער נעמט עס נישט, בין איך גרייט צו זיין דער שליח...
עומד על תלת
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 240
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 5:15 pm
Location: Ny
x 415

Re: אויב געווינסטו היינט די לאטערי…

פאוסט דורך עומד על תלת »

איך גיי באצאלן די חובות,
אין די איבריגע?
וועלן דארפן ווארטן ביז איך געווין נאכאמאל.....
קרעדיט יענקל מילער.....
פשוט און גראד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3020
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 6729

Re: אויב געווינסטו היינט די לאטערי…

פאוסט דורך פשוט און גראד »

ששש..

איך וויל עס נישט!!!

ס'איז פאטאל
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2246
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 7242

Re: אויב געווינסטו היינט די לאטערי…

פאוסט דורך נקודות טובות »

הםםם, לאמיר פראבירן טראכטן. (כאילו האסט נאך ביז היינט קיינמאל נישט גע'חלומ'ט פון געווינען. וועמען פאפסטו?...)

פארשטייט זיך אז וואס איך שרייב איז בלויז חלומות, וויבאלד איינמאל מען האט דאס געלט פארגעסט מען פון אלע גוטע קבלות. און אויך וויבאלד איך האב בכלל נישט געקויפט קיין טיקעט...

איך טראכט פון א געדאנק פון אינוועסטירן אין ריעל עסטעיט. אז איך טרעף מיך מיט 4-5 הונדערט מיליאן דאלער אין קעש, קען איך בויען וויפיל איך וויל און איך דארף נישט קיין שום לאון. דאס רוקט שוין אראפ די קאסטן פון מיט ריזיגע פראצענטן. אלעס גייט מיט קעש! די זעלבע קען איך באצאלן פאר סופלייערס אפ פראנט מיט קעש, און מיט דעם צווינגן צו מיר געבן א בעסערע פרייז. און די זעלבע מיט אלע סאבס וואס וועלן מיר גרייט זיין צו געבן א ביליגערע פרייז, אויב ווייסן זיי אז דאס געלט ווערט באצאלט בכסף מלא אן קיין שום שפעטיגונגן. וכו' וכו'.

איך ווייס נישט צו איך זאל בויען טויזענט דירות אין א נייע ישוב ערגעץ אין אפסטעיט, אדער איך זאל עס טוהן אין מאנסי מאנראו. אבער די געדאנק געפעלט מיר, איך מיין איך גיי טאקע קויפן א לאטערי. איך וועל קענען צושטעלן דירות פאר 250 א סקווער פיס (אדער אפשר ווייניגער) אין הארץ פון מאנסי/מאנראו.
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3391
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3932

Re: אויב געווינסטו היינט די לאטערי…

פאוסט דורך אנדערער »

נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 24, 2025 9:23 pm הםםם, לאמיר פראבירן טראכטן. (כאילו האסט נאך ביז היינט קיינמאל נישט גע'חלומ'ט פון געווינען. וועמען פאפסטו?...)

פארשטייט זיך אז וואס איך שרייב איז בלויז חלומות, וויבאלד איינמאל מען האט דאס געלט פארגעסט מען פון אלע גוטע קבלות. און אויך וויבאלד איך האב בכלל נישט געקויפט קיין טיקעט...

איך טראכט פון א געדאנק פון אינוועסטירן אין ריעל עסטעיט. אז איך טרעף מיך מיט 4-5 הונדערט מיליאן דאלער אין קעש, קען איך בויען וויפיל איך וויל און איך דארף נישט קיין שום לאון. דאס רוקט שוין אראפ די קאסטן פון מיט ריזיגע פראצענטן. אלעס גייט מיט קעש! די זעלבע קען איך באצאלן פאר סופלייערס אפ פראנט מיט קעש, און מיט דעם צווינגן צו מיר געבן א בעסערע פרייז. און די זעלבע מיט אלע סאבס וואס וועלן מיר גרייט זיין צו געבן א ביליגערע פרייז, אויב ווייסן זיי אז דאס געלט ווערט באצאלט בכסף מלא אן קיין שום שפעטיגונגן. וכו' וכו'.

איך ווייס נישט צו איך זאל בויען טויזענט דירות אין א נייע ישוב ערגעץ אין אפסטעיט, אדער איך זאל עס טוהן אין מאנסי מאנראו. אבער די געדאנק געפעלט מיר, איך מיין איך גיי טאקע קויפן א לאטערי. איך וועל קענען צושטעלן דירות פאר 250 א סקווער פיס (אדער אפשר ווייניגער) אין הארץ פון מאנסי/מאנראו.
נו האסט געקויפט?
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
נהוראי
פרישער באניצער
פאוסטס: 47
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2025 4:58 pm
x 35

Re: אויב געווינסטו היינט די לאטערי…

פאוסט דורך נהוראי »

צ/ק איך הער אויף שרייבן אויף אידטיש
נאסע שמאטעס
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 683
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 16, 2025 1:14 pm
x 1603

Re: אויב געווינסטו היינט די לאטערי…

פאוסט דורך נאסע שמאטעס »

איך וואלט אריינגעלייגט רוב אין א סי.די. אקאנט און געלעבט דערויף. א קליין חלק וואלט איך געלייגט אין קליינע אינוועסטמענטס וואס קאסט מיך נישט קיין סאך קאפ און ארבעט.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2246
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 7242

Re: אויב געווינסטו היינט די לאטערי…

פאוסט דורך נקודות טובות »

נאסע שמאטעס האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 28, 2025 1:58 pm איך וואלט אריינגעלייגט רוב אין א סי.די. אקאנט און געלעבט דערויף. א קליין חלק וואלט איך געלייגט אין קליינע אינוועסטמענטס וואס קאסט מיך נישט קיין סאך קאפ און ארבעט.
מיט די געלט ווייס איך שוין וואס דו וואלסט געטוהן, אבער וואס וואלסטו געטוהן מיטן טאג? דו מיינטס טאקע אז בזיעת אפך תאכל לחם איז א קללה?

איך האב ניטאמאל געקויפט א טיקעט פאר די לאטערי. פשוט איך זוך נישט די ריזיגע געווינס (אפילו אז די ספק איז איינס פון א ביליאן...) צו געווינען פופציג מיליאן דאלער איז מער ווי גענוג.

א חומש לצדקה, 20 מיליאן גייט גלייך אריין אין א רייטייערמענט פלען צו קענען אויסלעבן די עלטערע יארן מיט ישוב הדעת, און קענען מאכן שבע ברכות, חנוכה פארטיס, פראווענען גרויסע סעודות יו"ט וכדו' אן דעם וואס מיין ווייב זאל זיך דארפן צופליקן אדער זיך אנלייגן אויף די קינדער. מען קען באצאלן פאר די היימישע פרויען וואס קומען אראפ אין שטוב קאכן, מען נעמט וועיטערס, גויטע העלפ האט מען וויפיל מען וויל, און מען קען זיצן און פראווענען מלוה מלכות יעדע וואך אן קיין דאגה פון ווער וועט אויפקלינען וכדו', אדער ווער וועט צושטעלן די עסן פאר די חנוכה פארטי...

ווידער מיט 10 מיליאן קויפט מען א הויז אין ירושלים, א הויז אין צפת, און להבדיל א הויז אין פלארידע. די איבריגע 10 מיליאן גייט פאר די הייזער פון די קינדער, יעדער באקומט א 1.2 הויז אין מאנסי וואס ברענגט נאך אריין אביסעל ריוח אין די זייט פון א טענענט. און דעטס איט. די 50 מיליאן איז גענדיגט.

פאר די בעיסיק הוצאות פון גראסערי, שכר לימוד, און חתונה מאכן, וויל איך בלייבן ארבעטן. איך בין נאך צו אינג צו ריטייערן. (פארגעס נישט, מיינע הייזער זענען שוין אויסגעצאלט, סא מארטגעדזש האב איך נישט)

די איינציגע זאך וואס איך טראכט איז, אז אויב געווין איך אפאר הונדערט מיליאן דאלער וועל איך נעמען @Think and Thank אלץ מיין שיתוף, און ער וועט אונטערברענגן די מענאפול פון קעי קא. איך בין גרייט צו זיצן מיט הונדערטער מיליאנען פאר 10 יאר אן זעהן א פעני ריוח, אויב קען ער מיר ברענגען תכלית אין די ליין.

די איינציגע סיבה פארוואס איך וויל אבער בעסער בויען אין קרית יואל, איז ווייל דעמאלטס וועל איך וויסן אויב @דער תהלים איד ברענגט טאקע קראנטע אינפארמאציע. איך וועל זיצן דא אויף אידטיש און ליינען ווי דער עולם רייסט זיך ביי די ציין איבער די פרישע ריזיגע דיוועלאפמענט, דער זאגט אזוי און דער זאגט אזוי. און שפעטער ווען דער תהלים איד וועט קומען מיט ערשטהאנטיגע אינפארמאציע פון איינער פון די דיוועלאפערס, וועל איך וויסן אויב דער תהלים איד איז קראנט.
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
חלום חלמתי
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4566
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 1:29 pm
x 32143

Re: אויב געווינסטו היינט די לאטערי…

פאוסט דורך חלום חלמתי »

נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 10:11 pm
די איינציגע סיבה פארוואס איך וויל אבער בעסער בויען אין קרית יואל, איז ווייל דעמאלטס וועל איך וויסן אויב @דער תהלים איד ברענגט טאקע קראנטע אינפארמאציע. איך וועל זיצן דא אויף אידטיש און ליינען ווי דער עולם רייסט זיך ביי די ציין איבער די פרישע ריזיגע דיוועלאפמענט, דער זאגט אזוי און דער זאגט אזוי. און שפעטער ווען דער תהלים איד וועט קומען מיט ערשטהאנטיגע אינפארמאציע פון איינער פון די דיוועלאפערס, וועל איך וויסן אויב דער תהלים איד איז קראנט.
:lol: :lol: :lol:

נקדי עס יוסשעל...
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8714
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21697

Re: אויב געווינסטו היינט די לאטערי…

פאוסט דורך דער תהלים איד »

נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 10:11 pm די איינציגע סיבה פארוואס איך וויל אבער בעסער בויען אין קרית יואל, איז ווייל דעמאלטס וועל איך וויסן אויב @דער תהלים איד ברענגט טאקע קראנטע אינפארמאציע. איך וועל זיצן דא אויף אידטיש און ליינען ווי דער עולם רייסט זיך ביי די ציין איבער די פרישע ריזיגע דיוועלאפמענט, דער זאגט אזוי און דער זאגט אזוי. און שפעטער ווען דער תהלים איד וועט קומען מיט ערשטהאנטיגע אינפארמאציע פון איינער פון די דיוועלאפערס, וועל איך וויסן אויב דער תהלים איד איז קראנט.
:lol:

קענט וועיט :lol:
די וועלט איז לעכטיג (פונדערווייט זע איך 3 פיצעלע רויטע פלעקן: 1) קארופציע, 2) ליגנט זאגער, 3) טפשים)
שרייב פאוסט