איז די היינטיגע טעראפיע א סתירה מיט אונזער מסורה פון בחירה?

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1555
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3485

איז די היינטיגע טעראפיע א סתירה מיט אונזער מסורה פון בחירה?

פאוסט דורך נקודות טובות »

און א שכינות'דיגע אשכול האט איינער געשריבען איבער שיטות ביל געיטס וחבריו. איך האב נישט דורך געליינט די גאנצע ארטיקעל אבער לפום ריהטא מיין איך אז איך האב פארשטאנען וואס דער כותב'ס פראבלעם איז, יעצט לאמיר גיין אזוי.

בנוגע ביל געיטס. איך בין גאנץ א קליינער חסיד פון קאנספעראציע טעאריעס. נישט וויבאלד איך האלט אז קאנספיראציעס קענען זיך קיינמאל נישט ארויסשטעלן צו זיין אמת. נאר וויבאלד די וואס לויפן נאך איין קאנספיראציע זענען געווענליך די וואס לויפן נאך אלע!
איך גיי נישט דא גיין מחשיב זיין כרוכלא. אבער יעדער קען דאס אליינס מברר זיין אז קאנספיראצע'ס איז א מחלה המדבקת, פון וואס מען זעהט זיך שווערליך ארויס. אשע''כ, ווי לאנג עס זאל נישט זיין קיין פרוף אז דאס איז טאקע די ציל פון ביל געיטס מיט זיינע קאלעגעס, קויף איך בכלל נישט אזא קאנספיראצע.

יעצט ווען מען קומט צום ענין פון דילען מיט פראבלעמען. מיר אידן האבן א תורה וואס אינפארמירט אונז עטליכע מאל איבער די כח הבחירה וואס מיר פארמאגן. און די פליכט אונזערע איז ''ובחרת בחיים''.

ווען מיר אידן טרעפן זיך אין א סטראגעל (בלשון הקודש נקרא נסיון) ווייסען מיר אז די רשות פון בוחר זיין ליגט ביי אונז אין די הענט. און קיינער קען דאס נישט פון אונז אוועקנעמען, אפי' דער אויבערשטער וועט דאס נישט טוהן און די גזירות עליון איז נישט קיין סתירה מיט די בחירה וואס ליגט ביי א מענטש.

ממילא, ווען עס קומט צו א נושא פון טעראפי, וואס די חכמי אומות העולם נישט פון היינט נאר שוין טויזענטער יאר לייקענען זיי אין די עקזיסטענץ פון בחירה בכלל. איז דאס גאר ווייט פון אונזער אמונה. די גאנצע ענין פון טעראפי דהיינו, דאס וואס מען לערנט אויס פאר א מענטש זיך צו עקסעפטען. איז היפך פון דאס וואס די תורה זאגט אונז מערערע מאל. און די שיטה און מהלך איז ביי אונז אפעגפרעגט מכל וכל!
אין די טעראפי וועלט וועלן טעראפיסטן מסביר זיין פאר א מענטש אז נישט יעדע מענטש איז גלייך, נאר מען דארף זיך אליינס קענען אויפבויען אויף די אייגענארטיגע מהלך. אין די תורה איז אויך דא אזא מהלך, אבער נישט לגבי מצוות ועבירות.

איך וויל נישט אריינגיין אין דעטאלן ממש משום כבוד הפארום, ומשום טעמים המובנים. אבער אין די תורה איז דא געוויסע אזהרות וואס די עונש אויף דעם איז כרת אויב מען איז עובר אויף דעם. איז פשט אז ''יעדע מענטש'' האט א בחירה אין ''יעדע הינזיכט''. און טאמער איז מען עובר אויף דעם ווערט מען חלילה נכרת.

די גוי'שע טריפה'נע וועלט פארשטייט אז עס זענען דא ''געוויסע מענטשען'' וואס ביי זיי איז די כלל נישט גילטיג, נאר זענען בטעות אידענטעפעצירט געווארן אומריכטיג. און ביי זיי איז בכלל נישט געוויסע זאכן א פראבלעם אדער אומ-מאראליש.

די מחלוקה פון די אונזערע חכמים ''חכמי התורה'' מיט די פארשאלטענע גוי'שע חכמים, גייט שוין צוריק לאנגע יארן. מיר זעהן שוין ווי דער הייליגער רמב''ם שלאגט אפ זייער טענות מערערע מאל. דאס איז נישט קיין נייע טענה פון ביל גיעטס וחבריו, נאר דאס איז שוין טענות פון אפלטון, אריסטו, אפיקורס, וחבריהם בדומה להם.

אין די טעראפי וועלט זענען דא אסאך זאכן וואס מען לייגט אן אויף געוויסע טראמע וואס די מאמע איז אריבער קודם שבא לעולם. דערנאך איז מען כסדר פארנומען מיט'ן יוגענט. מען לערנט אויס די מענטש צו אקצעפטירן די שלעכטע געוואוינהייטן, און זיך מיט דעם נישט שלאגען, וויל מיט דעם צוברעכט מען זיך די אייגענע נאטורען. אונזער תורה זאגט פארקערט! די גאנצע טראמע וכדו' איז די נסיון וואס דער אויבערשטער האט דיר געגעבן און די טארסט דאס נישט אקצעפטירן!

לאמיר ציטערן איין קליינע ציטאט וואס דער הייליגער רמב''ם שרייבט.
וְאָמְנָם בֵּאַרְתִּי לְךָ זֶה, שֶּׁלֹא תַחְשֹׁב הַשִּׁגְעוֹנוֹת אֲשֶׁר יְשַׁקְּרוּ בָהֶם חַכְמֵי הַכּוֹכָבִים - אֲמִתִּיּוֹת. כִּי יַחְשְׁבוּ שֶׁמּוֹלַד הָאָדָם יְשִׂימֵהוּ בַּעַל מַעֲלָה, אוֹ בַעַל חֶסְרוֹן; וְשֶׁהָאִישׁ מֻכְרָח עַל הַמַּעֲשִׂים הָהֵם בְּהֶכְרֵחַ. אָמְנָם אֲנִי יוֹדֵעַ, שֶׁהַדָּבָר הַמֻּסְכָּם עָלָיו מִתּוֹרָתֵנוּ וּמִפִּילוֹסוֹפֵי יָוָן, כְּמוֹ שֶׁאִמְּתוּהוּ טַעֲנוֹת הָאֱמֶת: שֶׁפְּעֻלּוֹת הָאָדָם כֻּלָּן מְסוּרוֹת לוֹ אֵין מַכְרִיחַ אוֹתוֹ בָּהֶן, וְלֹא מֵבִיא אוֹתוֹ זוּלַת עַצְמוֹ כְּלָל, שֶׁיַּטֵּהוּ לְצַד מַעֲלָה, אוֹ לְצַד חֶסְרוֹן
די היילגע רמב''ם שרייבט זייער קלארע ווערטער, און ער קריגט שטארק מיט אלע כחמי הגוים. נישטא אזא מין זאך אז א מענטש איז געבוירען מיט געוויסע נאטורען וואס מען קען אים נישט בלעימען אויף דעם!

די הייליגע תורה זאגט אונז ראה נתתי לפניך היום את החיים ואת הטוב ואת המות ואת הרע. טוב מיינט מען דעם הייליגען רמב''ם, און רע מיינט מען די טמא'נע גוי'שע טעראפיסטען! עס איז פארשטייט זיך נישט קיין כלל, אבער זייער אסאך פון די היימישע טעראפיסטען זענען מלא השקפות הגוים, וואס איז היפך אמונתינו ותורתינו!
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
דעת קדשי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 617
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 964

Re: די נושא פון טעראפי

פאוסט דורך דעת קדשי »

שווערע סוגיא
די גמ' אין שבת רעכנט אויס די טבע פון מענטשן וואס זענען געבוירן אין די 7 מזלות
און אויף דעם זאגט רש''י אין מזל לישראל ווייל ער קען מתפלל זיין אבער אן תפילה קען די מענטש גארנישט טוען בפשטות האט ער אפי' נישט קיין בחירה
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2018
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 4899

Re: איז טעראפי א סתירה מיט אונזער מסורה פון בחירה?

פאוסט דורך פופציגער »

פון וועלכע סארט טעראפי רעדסטו?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
פתח לנו שער
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:13 pm
x 4

Re: איז טעראפי א סתירה מיט אונזער מסורה פון בחירה?

פאוסט דורך פתח לנו שער »

ביסט נישט גערעכט , די תורה איז וחי בהם
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1555
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3485

Re: איז טעראפי א סתירה מיט אונזער מסורה פון בחירה?

פאוסט דורך נקודות טובות »

פופציגער האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 06, 2024 1:07 pm פון וועלכע סארט טעראפי רעדסטו?
פיזיקעל טעראפי.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1555
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3485

Re: איז טעראפי א סתירה מיט אונזער מסורה פון בחירה?

פאוסט דורך נקודות טובות »

פתח לנו שער האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 06, 2024 1:14 pm ביסט נישט גערעכט , די תורה איז וחי בהם
דהיינו?
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1978

Re: איז טעראפי א סתירה מיט אונזער מסורה פון בחירה?

פאוסט דורך יום טוב »

:lol:
נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 06, 2024 2:46 pm
פופציגער האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 06, 2024 1:07 pm פון וועלכע סארט טעראפי רעדסטו?
פיזיקעל טעראפי.
:lol: :lol:
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2018
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 4899

Re: איז טעראפי א סתירה מיט אונזער מסורה פון בחירה?

פאוסט דורך פופציגער »

טוט מיר וויי אז איך קען נישט לייקן א תגובה פון @נקודות טובות
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
צווייטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 339
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 447

Re: איז טעראפי א סתירה מיט אונזער מסורה פון בחירה?

פאוסט דורך צווייטער »

יישר כח @נקודות טובות פארן אויפברענגן אזא שיינע נושא.

למעשה כ'האב שוין געלערנט דעם רמב''ם זייער לאנג צוריק, און איך מוטשע זיך שטארק צו פארשטיין דעם רמב''ם. מיין שוועריקייט איז געבויעט אויף וואס כ'האב געזען אין אסאך אנדערע ספרים אביסל אנדערש, לדוגמא וואס עס שטייט אין תניא פרק ל' וז''ל, כי מקומו גורם לו לחטוא להיות פרנסתו לילך בשוק כל היום ולהיות מיושבי קרנות ועיניו רואות כל התאוות והעין רואה והלב חומד ויצרו בוער כתנור בוערה וכו', משא''כ מי שהולך בשוק מעט ורוב היום יושב בביתו ''וגם אם הולך כל היום בשוק יכול להיות שאינו מחומם כ''כ בטבעו כי אין היצר שוה בכל נפש'' ע''כ.

פארשטייט זיך אז די מסקנא פונעם הייליגן תניא איז אז באמת גם מי שהוא מחומם מאד בטבעו וכו' אין לו שום התנצלות על חטאיו ומקרי רשע גמור וכו' כי היה לו להתאפק ולמשול על רוח תאוותו.

אבער פון דא איז משמע אז די נקודת הבחירה איז נישט שוה בכל, און ס'איז דא אזא מציאות אז מקומו ותכונתו גרמו לו לחטוא.

איך בין נישט דא צו פארענטפערן גוי'אישע מהלכים ח''ו, אבער די נושא דארף א בירור וצל''ע.
שמייכלדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 478
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 644

Re: איז טעראפי א סתירה מיט אונזער מסורה פון בחירה?

פאוסט דורך שמייכלדיג »

צווייטער האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 06, 2024 9:15 pm יישר כח @נקודות טובות פארן אויפברענגן אזא שיינע נושא.

למעשה כ'האב שוין געלערנט דעם רמב''ם זייער לאנג צוריק, און איך מוטשע זיך שטארק צו פארשטיין דעם רמב''ם. מיין שוועריקייט איז געבויעט אויף וואס כ'האב געזען אין אסאך אנדערע ספרים אביסל אנדערש, לדוגמא וואס עס שטייט אין תניא פרק ל' וז''ל, כי מקומו גורם לו לחטוא להיות פרנסתו לילך בשוק כל היום ולהיות מיושבי קרנות ועיניו רואות כל התאוות והעין רואה והלב חומד ויצרו בוער כתנור בוערה וכו', משא''כ מי שהולך בשוק מעט ורוב היום יושב בביתו ''וגם אם הולך כל היום בשוק יכול להיות שאינו מחומם כ''כ בטבעו כי אין היצר שוה בכל נפש'' ע''כ.

פארשטייט זיך אז די מסקנא פונעם הייליגן תניא איז אז באמת גם מי שהוא מחומם מאד בטבעו וכו' אין לו שום התנצלות על חטאיו ומקרי רשע גמור וכו' כי היה לו להתאפק ולמשול על רוח תאוותו.

אבער פון דא איז משמע אז די נקודת הבחירה איז נישט שוה בכל, און ס'איז דא אזא מציאות אז מקומו ותכונתו גרמו לו לחטוא.

איך בין נישט דא צו פארענטפערן גוי'אישע מהלכים ח''ו, אבער די נושא דארף א בירור וצל''ע.
וועל מיר לאזן @נקודות ענטפערן געהעריג

אבער אני כשלעצמי זעה נישט פון דא קיין שום קשיא, וואס דא שטייט איז אז די נסיון איז נישט שוה בכל, אבער א בחירה בעצם איז יא שוה בכל
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3289
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 8398

Re: איז טעראפי א סתירה מיט אונזער מסורה פון בחירה?

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

צווייטער האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 06, 2024 9:15 pm יישר כח @נקודות טובות פארן אויפברענגן אזא שיינע נושא.

למעשה כ'האב שוין געלערנט דעם רמב''ם זייער לאנג צוריק, און איך מוטשע זיך שטארק צו פארשטיין דעם רמב''ם. מיין שוועריקייט איז געבויעט אויף וואס כ'האב געזען אין אסאך אנדערע ספרים אביסל אנדערש, לדוגמא וואס עס שטייט אין תניא פרק ל' וז''ל, כי מקומו גורם לו לחטוא להיות פרנסתו לילך בשוק כל היום ולהיות מיושבי קרנות ועיניו רואות כל התאוות והעין רואה והלב חומד ויצרו בוער כתנור בוערה וכו', משא''כ מי שהולך בשוק מעט ורוב היום יושב בביתו ''וגם אם הולך כל היום בשוק יכול להיות שאינו מחומם כ''כ בטבעו כי אין היצר שוה בכל נפש'' ע''כ.

פארשטייט זיך אז די מסקנא פונעם הייליגן תניא איז אז באמת גם מי שהוא מחומם מאד בטבעו וכו' אין לו שום התנצלות על חטאיו ומקרי רשע גמור וכו' כי היה לו להתאפק ולמשול על רוח תאוותו.

אבער פון דא איז משמע אז די נקודת הבחירה איז נישט שוה בכל, און ס'איז דא אזא מציאות אז מקומו ותכונתו גרמו לו לחטוא.

איך בין נישט דא צו פארענטפערן גוי'אישע מהלכים ח''ו, אבער די נושא דארף א בירור וצל''ע.
די קשיא קען מען האבן אין יעדע אספעקט פון לעבן. אויב איינער הייבט אן א קריגעריי מיט מיר, האב איך א גרעסערע נסיון ווי דיר אויף מחלוקת. אויב א חבר רע טשעפעט זיך צו צי מיר רח"ל, האב איך א גרעסערע נסיון אין קדושה. אויב מיין חברותא איז א זאפטיגע שמועסער, האב איך א גרעסערע נסיון אין ביטול תורה, וכהנה רבות.

די תירוץ דארף לכאו' זיין פוקט פארקערט ווי דער גוי זאגט, דהיינו, ער זאגט אז אויב ס'איז דיר שווערער ביסטו דאך שוואכער, ממילא האסטו א תירוץ, אבער אונז ווייסמער אז "אין הקב"ה בא בטרוניא וכו', און אויב איז דיר שווערער ביסטו אסאך שטערקער, און למעשה גלייכט זיך די בחירה אויס. אויב איז דיין נפש הבהמית שוואכער, איז דיין נפש אלקות שטערקער. איך האפ אז ס'איז גענוג קלאר.
א כתיבה וחתימה טובה. צום ווידערזען בעז"ה נאך יו"ט.

בן מלך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 156
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:56 am
x 140

Re: איז טעראפי א סתירה מיט אונזער מסורה פון בחירה?

פאוסט דורך בן מלך »

פופציגער האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 06, 2024 2:56 pm טוט מיר וויי אז איך קען נישט לייקן א תגובה פון @נקודות טובות
גא״מ

סטראנגלי דיסאגרי. קודם כל ס׳איז קלאר דא מצבים ווי א מענטש האט נישט קיין בחירה אין געוויסע נקודות. צווייטענס, טעראפי איז נישט קיין שום סתירה מיט בחירה.
תינוק הבורח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 395
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 283

Re: איז טעראפי א סתירה מיט אונזער מסורה פון בחירה?

פאוסט דורך תינוק הבורח »

מען ווייסט נישט וואס טעראפיע איז, און מען שרייט שוין אז עס איז א סתירה צו בחירה?

@נקודות טובות עס פאסט נישט פאר אייך.

חוץ פון דעם וואס חוסר בחירה איז נישט דווקא קיין סתירה צו אידישקייט, וכבר נחלקו בו ראשונים
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3289
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 8398

Re: איז טעראפי א סתירה מיט אונזער מסורה פון בחירה?

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

בן מלך האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 06, 2024 11:51 pm
פופציגער האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 06, 2024 2:56 pm טוט מיר וויי אז איך קען נישט לייקן א תגובה פון @נקודות טובות
גא״מ

סטראנגלי דיסאגרי. קודם כל ס׳איז קלאר דא מצבים ווי א מענטש האט נישט קיין בחירה אין געוויסע נקודות. צווייטענס, טעראפי איז נישט קיין שום סתירה מיט בחירה.
מקורות ביטע.
א כתיבה וחתימה טובה. צום ווידערזען בעז"ה נאך יו"ט.

קלוגער חכם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 119
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 10:15 pm
x 16

Re: איז טעראפי א סתירה מיט אונזער מסורה פון בחירה?

פאוסט דורך קלוגער חכם »

עס זענען אפשר פארהאן געוויסע סארט טעראפיס אדער טעראפיסטן, וואס זענען א סתירה.
אבער טעראפי אין דזשענעראל איז אוודאי נישט קיין סתירה מיט בחירה.
אוועיטער
עשבים
ניי צום טיש
פאוסטס: 12
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:37 pm
Location: usa
x 46

Re: איז טעראפי א סתירה מיט אונזער מסורה פון בחירה?

פאוסט דורך עשבים »

ה"י וואס די ווערטער קענען האבן א השפעה פארן נישט ריכטיגן מענטש און ליידער איז דא אזאליכע וואס וועלן סטראגלן און עובר זיין אויף געוויסע אזהרות וואס די עונש אויף דעם איז כרת אלעס ווייל זיי האלטן נאך אז זיי גייען בדרך התורה און ווילן נישט גיין און הערן פון טעראפי

פאר אונז אידן וואס טרעפן זיך מיט אזאליכע סטראגעל'ס ווי עס ליגט שוין נישט און דיינע הענט די בחירה און מיטן בעסטן ווילן קען ער שוין נישט בוחר זיין בטוב און ער זעהט זיך טיהן זאכן וואס איז אנטקעגן די תורה
זאל ער ביטע נישט לערנען און די צייט קיין רמב''ם אדער הערן האטליינס וואס רעדן איבער די חרבן פון די טעראפיסטען און טעראפי
נאר ער זאל זיך גיין היילן און ראטעווען זיך און זיין שטוב

די הייליגע תורה זאגט אונז ראה נתתי לפניך היום את החיים ואת הטוב ואת המות ואת הרע
טוב מיינט מען א גוטע לעבן ריין און סויבער
און רע שלעכט מיינט מען די פארקערטע פון דעם
ובחרת בחיים
אויב האט איר א ניגון הארציג מיט תוכן וואס איז געאייגענט מיין קאלעקציע, ביטע מיר עס שיקן asuvim64@gmail.com
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 2930
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 8107

Re: איז טעראפי א סתירה מיט אונזער מסורה פון בחירה?

פאוסט דורך פליט »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 10:15 am
בן מלך האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 06, 2024 11:51 pm
פופציגער האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 06, 2024 2:56 pm טוט מיר וויי אז איך קען נישט לייקן א תגובה פון @נקודות טובות
גא״מ

סטראנגלי דיסאגרי. קודם כל ס׳איז קלאר דא מצבים ווי א מענטש האט נישט קיין בחירה אין געוויסע נקודות. צווייטענס, טעראפי איז נישט קיין שום סתירה מיט בחירה.
מקורות ביטע.
די עקידות יצחק רעדט פון דעם, ער זאגט אז בחירה מיינט עפעס אנדערש אינגאנצן.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1555
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3485

Re: איז טעראפי א סתירה מיט אונזער מסורה פון בחירה?

פאוסט דורך נקודות טובות »

אחת לאחת.

@צווייטער @שמייכלדיג @שאינו יודע לשאול די שאלות זענען זייער שטארקע, און אויף אלעם זענען דא תירוצים קלאר מבואר בספרים הקדושים. אבער ירחם המרחם, פארוואס אין דעם אשכול? די אשכול איז בנוגע די חלק החירה אין די עולם הטעראפי. איך האב נעכטען ג'עפענט אן אנדערע אשכול וואו מיר וועלן בעזר השם ארומרעדן איבער די אלע נושאים כפי שידנו מגעת. און האפענטלעך וועט דער עולם אריינקומען מיט ידיעת.
בדרך אגב, שלום עליכם הרב @שאינו יודע לשאול יהא בואכם לברכה!

------------------

@תינוק הבורח פארוואס האלט איר אז איך ווייס נישט וואס טעראפי איז? ובדרך אגב, פאר @נקודות טובות פאסט אלעס! איך בין א ציווילער בירגער פונקט ווי יעדע ניק דא, און האב וויל איך א קלארקייט אין א נושא עפען איך אן אשכול און איך בעט הילף פונעם ציבור. די רגע איך זעה אז עפעס הערט מיר אויף פאסן עפען איך מיר א @נקודות טובות ניק און איך שרייב דא פאר צוויי חדשים!

יעצט לענין. בנוגע מיין משל איז קלאר אז די דעת הגוים איז זייער ווייט פון דעת תורה. די שאלה איז נאר אויף ווי ווייט אפעקטירט די טעראפיסטען זענען פון השקפות העכו''ם. וואס ווי באקאנט איז א גרויס חלק פון וואס מען לערנט אין קאלידזש געשטעלט אויף צו פארשטיין און רעספעקטירן געוויסע מענטשען פון די ראשי תיבות גרופע. אדרבה, פרעג סיי וועלכע טעראפיסט.

און בדרך אגב וועלכע ספרי הראשונים מיינט איר מיט דעם אז בחירה איז נישט קיין סתירה מיט אידישקייט? דהיינו אז די בחירה אויף מצוות און עבירות, נישט עניני דעלמא.

----------------

@קלוגער חכם איך האב מיך טאקע נישט קלאר ארויסגעברענט. איך האב נישט גערעדט פון טעראפי אין דזשאנארעל, בסך הכל איז דא א נקודה אין טעראפי וואס ווען מען ליינט דאס וואס אפילו די היימישע טעראפיסטען שרייבען און רעדן קוקט עס אויס ווי היפך דעת תורה. פארשטייט זיך אז אין אסאך פעלער איז גייסטישע טעראפי מיט גארנישט אנדערש ווי פיזיקעל טעראפי. און מיט'ן נישט גיין און זיך העלפן, מאכט מען זיך אליינס חרוב. ואין אדם רשאי לחבול בעצמו.

-----------------

@בן מלך אט פון דעם רעד איך. איז דען דא אזא זאך תורה'דיג אז א מענטש פארלירט די בחירה? איך רעד נישט ווען א מענטש איז שוין עבר ושנה ונעשית לו כהיתר. און ער ווערט גייסטיש אפעקטירט פון זיינע עוונות. מען רעדט מתחילת הדבים וואס לויט ווי גוים קוקען עס אן איז עס מתחילה נישט קיין גייסטישע פראבלעם. ובדרך אגב, איך רעד נישט דוקה איבער די נושא, נאר די נושא איז א גוטע עקזעמפעל וואו מען קען זעהן ווי ווייט די גרועים שבעומות זענען פון די קלארע דעת תורה.

-----------------

@עשבים קודם כל שלום עליכם!
אייערע ווערטער זענען צו שארף. אודאי איז מיין ציל נישט געווען אוועקצומאכען די ענין פון טעראפי. און דערפאר האב איך מיך אפגעהאלטען פון שרייבען אין די אשכול. הגם איך האב שטארקע מיינונגען אין די נושא, און ווי אויך האב איך געהאט געשריבען א שטיקעל לענגערע תגובה וואס איך האב לבסוף נישט געשיקט ווייל איך האב געהאלטען אז סאיז בגדר הדברים שהשתיקה יפה להם. איך בין אן עמך איד פונקט ווי דיר, און איך האב נישט געוואלט אז אפי' איינער וואס ליינט דא און דארף אנקומען צו טעראפי זאל זיך חלילה אפהאלטען וועגן מיר. אבער דא רעדט מען בכלל נישט פון דעם.

ובדרך אגב, רמב''ם דארף מען אלעמאל לערנען, און די רמב''ם איז אלעמאל גערעכט. משה אמת ותורתו אמת און קיין איין טעראפיסט קען זיך מיט אים נישט דינגען אין קיין שום הינזיכט! און ווי אויך וויל איך אייך זאגן אז איך הער צוויי האטליינס. 1) קול מבשר. 2) די טרענספאטעישען האטליין פון מיינע קינדערס מוסד. אדער דען דעט הער איך גארנישט!
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1555
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3485

Re: איז טעראפי א סתירה מיט אונזער מסורה פון בחירה?

פאוסט דורך נקודות טובות »

פליט האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 12:14 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 10:15 am
בן מלך האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 06, 2024 11:51 pm

גא״מ

סטראנגלי דיסאגרי. קודם כל ס׳איז קלאר דא מצבים ווי א מענטש האט נישט קיין בחירה אין געוויסע נקודות. צווייטענס, טעראפי איז נישט קיין שום סתירה מיט בחירה.
מקורות ביטע.
די עקידות יצחק רעדט פון דעם, ער זאגט אז בחירה מיינט עפעס אנדערש אינגאנצן.
איר מיינט שער י''ט, אדער שער כ''ח, שער ל''ו? סתם עקידת יצחק איז נישט קיין מראה מקום. אין די דריי שערים לערנט ער אפ בחירה ווי די רמב''ם, נאר ער איז מחולק מיט די ענין פון הכבדת לב פרעה וכדו'.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
בן מלך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 156
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:56 am
x 140

Re: איז טעראפי א סתירה מיט אונזער מסורה פון בחירה?

פאוסט דורך בן מלך »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 10:15 am
בן מלך האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 06, 2024 11:51 pm
פופציגער האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 06, 2024 2:56 pm טוט מיר וויי אז איך קען נישט לייקן א תגובה פון @נקודות טובות
גא״מ

סטראנגלי דיסאגרי. קודם כל ס׳איז קלאר דא מצבים ווי א מענטש האט נישט קיין בחירה אין געוויסע נקודות. צווייטענס, טעראפי איז נישט קיין שום סתירה מיט בחירה.
מקורות ביטע.
אור החיים הקדוש (ווי ער איז מסביר די חילוק פון שאול המלך און דוד המלך)
צבי לצדיק אויף עטליכע פלעצער
פרי הארץ
תפארת שלמה
לשם שבו ואחלמה


דאס איז וואס איך געדענק אויפן מינוט. מ׳רעדט אוודאי נישט פון פארלירן לגמרי, נאר אויף געוויסע ענינים מפני כמה סיבות דורך די מסבב כל הסיבות
אוועיטער
בינת הלב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 125
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:59 pm
x 136

Re: איז די היינטיגע טעראפי א סתירה מיט אונזער מסורה פון בחירה?

פאוסט דורך בינת הלב »

דאס אז עס איז דא חילוקים אין די נאטורן פון מענטשן לויט זייער מיזוג הנפש - דאס איז דאך קלאר ווי די דער טאג, דער רמב"ם אליינס שרייבט עס.

און דאס אז ווען מען האט שוועריגקייטן און גרינגקייטן געוואנדן לויטן מיזוג הנפש איז ווייטער קלאר ווי דער טאג - כנ"ל.

עס איז קלאר אז מענטשן ווערן נישט געבוירן אייניג כאבן גולם ווי ראובאטן און הייבן אן בוחר זיין - און פון דארט און ווייטער איז ווי עס טוט זיך פונאדערשיידן די דיפרענצן צווישן איין מענטש אין די צווייטע. עס איז קלאר אז עס זענען פארהאן יסודות'דיגע נפשיות'דיגע פיזישע דיפרענצן צווישן איין מענטש און די צווייטע וועלעכע זענען נישט תלוי אין דעם מענטש כלל וכלל, דאס איז פון די מ' יום קודם יצירת הוולד.


דאס וואס דער רמב"ם ברענגט פון די חכמי הגוים איז נישט צו עס מאכט יא אדער נישט אויס יסודות'דיגע מיזוג פונעם מענטש לגבי וואס די בחירות פונעם מענטש זאל זיין, קלאר אז דער רמב"ם און יעדער בר נש קאן דאס זעהן מיט די אייגענע אויגן אז עס מאכט אויס. נאר וואס דער רמב"ם זאגט איז אז סוף כל סוף קומט אלעס אראפ צו די בחירה פונעם מענטש, און אפילו אויב דער מענטש האט יסודות'דיגע אדער חינוך'דיגע שוועריגקייטן בלייבט ער נאכאלץ איבער מיט די עביליטי צו מאכן החלטות צוליב די כח השכל וואס ער פארמאגט ביסודו און ווערט קיינמאל פון אים נישט אוועקגענומען.


די בליק פונעם רמב"ם אויף דיזן נושא קומט בעצם אראפ צו די היקף פון בכלל ווי אזוי דער רמב"ם האט אנגעקוקט די מושג פון די כוח השכל און תוקף פון די מענטשליכע טבע אז דאס איז אבסעלוט, ווי מען קען זעהן דעם רמב"ם'ס בליק אויף אסאך יסודת'דיגע נושאים ווי בטחון כשפים רפואה וכו'.


איך וואלט געארגיוט אז דער רמב"ם האלט אויך אז לעיתים אז פארהאן אזא מין זאך אז א מענטש זאל פארלירן זיין כוח השכל זינט א געוויסע כוח אין זיין נפש האט באגוועלטיגט דעם מענטש און פארטונקלט זיין כוח האדם זיין כוח השכל פון קענען שולט. אבער עכ"פ פון שפעטערדיגע גדולים און בעיקר טאקע גדולי החסידים זעהט מען זייער זייער קלאר דיזע מושג אז די כוח השכל פונעם מענטש קענען צומאהל פארטונקלט ווערן און דאן ווען זיין כוח הבהמי שולט זיין אן קיינע גבולים.

אבער ווי געזאגט - דאס איז לעיתים, און עס איז אייביג פארהאן די מעגליכקייט פאר מענטש ארויסצוקומען זינט ער פארמאגט ווייטער זיין כוח השכל וואס ליגט מושרש אין יעדע איינציג בר נש, ממילא איז נישט שייך צו זאגן אז מען זאל קענען זאגן אזוינע ווערטער: דער מענטש אין דיזע נושא קען ער קיין בחירה מער נישט מאכן. די כוח השכל פארבלייבט אייביג אינעם מענטש, עס איז נישט עפעס וואס קען פשוט אוועקפליען פונעם מענטש. און אויב קומט איינער א חכם בתורת הנפשות און זאגט אזאנס זיי וויסן אז ער זאגט דיר ליגנט, בסך הכל באדייט עס אז דער ספעציפישער חכם ורופא ווייסט נישט ווי אזוי צו זאגן און מדריך זיין דעם מענטש צו קענען צוריק משליט זיין זיין כוח השכל, ממילא זאגט ער אים ענדערש אז ער קאן שוין מער נישט - דו ליידסט פון גאר א טיפע שווערע מחלה וואס נאר מעדיצין און יארן לאנגע סעשאנ'ס ביי מיר (פאר גוט באצאלט שטייצעך) קען דיך האלטן אין די ראמען, אבער מצד דיין כוח השכל קאנסטו נישט זיך מיט איר משתמש זיין. זאלסט פארשטיין אז דער חכם זאגט אייך דאס נאר ווייל 'ער' האט פאר אייך נישט קיין עצה - נישט ווייל 'איר' האט נישט קיין עצה, ממילא איז פאר אים בעסער דיך צו האלטן אראפ אז דו זאלסט קאנסטענטלי דארפן צוקומען צו אים.


דערמאנט מיר פון א קרוב מיינער וואס האט זיך געמוטשעט מיט געפילן און געגאנגען צו עפעס א רופא שהכל רצין, און יענע האט סובסקרייבד מעדיצין, און צו די אנפראגע פון מיין קרוב ווי לאנג דארף די מעדיצין גענומען ווערן אין ארדער צו ווערן געהאלפן, האט די רופא ער אנגעבליקט מיט אזוינע גרינע אויגן: דיס איז פאר לייף מיי דיער, דאס איז וואס גייט דיך פון היינט און ווייטער העלפן, דו האסט א פראבלעם און דו ברויכסט צוקומען צו מעדיצין צו בלייבן אן טרעק.


און דא קומען מיר צו וואס די חכמי אומות העולם האבן געהאלטן און האלטן היינט.

די חכמי אומות העולם האבן געהאלטן אז עס זענען פארהאן מצבים וואס דער מענטש מצד א שורש'דיגע נקודה אין זיין נפש - צו מצד זיין מיזוג פון געבורט צו מצד זיין חינוך וואס ער איז אויפגעוואקסן, האבן זיי געהאלטן אז דער מענטש אין יענע עריע פארמאגט מער נישט קיין בחירה, ער איז קראנק אויף א מחלה שאין עליה רפואה.

און יא, די היינטיגע טעראפי וועלט איז פיל פיל מיט דיזע מיינדסעט. ניין, נישט אלע טעראפיסטן און נישט אלע טעראפי תחומים, אבער דאס איז א יסודות'דיגע ברייטפארשפרייטע בליק אין עולם הנפש כהיום, און לויט ווי מען זעהט פונעם רמב"ם שוין דאן אויך.

די חילוקים פון דאן און היינט איז נאר זענען אין די אפראוטש, בעת וואס אמאהל און ביז נישט אזוי לאנג צוריק בכלל האט מען געזאגט: דער מענטש האט נישט קיין בחירה ממילא זאל מען אים לייגן אין משוגעים הויז אדער טורמע, און דער הייליגער רמב"ם האט אויף דעם געשריגן געוואלד - א מענטש פארלירט נישט קיינמאל זיין כוח הבחירה, מיר גלייבן דאך אין תשובה - נישט נאר אין תשובה אז בוכ"ע נעמט עס אן, נאר די עצם געדאנק אז א מענטש איז ביכולת צו מאכן א טויש, דאס איז דאך די מושג פון תשובה, א בעל חי קאן נישט תשובה טאהן - ער איז כגולם וועלעכע איז געצווינגען צו זיינע וועגן מעשים.

און היינט איז די אפראוטש (און דא קומט מען צו די ביל געיטס נושא פון וועלעכע דער פותח האשכול וויל נישט רעדן...) אז אויב האסטו נישט קיין בחירה אין א ענין וועט מען עס פון דיר מער נישט פארלאנגען און דו ביסט נישט מחוייב צו פרובירן צו טוישן, און קיינער אויף די וועלט איז נישט בארעכטיג פון דיר דאס צו פארלאנגען אדער דיך האלטן אלץ נישט גוט דערפאר, און אויב יא וועט מען זיי מאכן דאס גיהנום פארן זיין א אפרעסאר פאר דעם מענטש וואס קאן זיך נישט העלפן.

דאס קומט בעצם פון א מורא'דיגע טיפע בעליוו אז דאס שלעכטץ פון די וועלט איז זייער אבסעלוט, און דער מענטש איז נישט ביכולת פטור צו ווערן דערפון, דער מענטש איז נישט ביכולת דאס צו באקעמפן, און וויפיל מען האט פרובירט אין די היסטאריע צו אויסרייסן דאס נאטורליכע שלעכטץ פון די וועלט'ס נאטור איז עס אייביג צוריקגעקומען אויף אנדערע פארמען ביתר שאת וביתר עוז, שזאת אומרת אז דאס נאטור איז נישט עפעס וועלעכע איז באקעמפבאר.


דא איז ווי די שיטה פון ליבעראליזם מיט קומינזם קומען זיך צונויף, ווייל ביידע גלויבן אין דאס אומגלויבליכקייט און אומטראסט אין די יכולת פון דעם אינדערווידאולן פערזאהן צו טאן גוט'ס און בוחר זיין בטוב, ממילא זאגט דיזע נייע שידוך שיטה אז דער מענטש קען זיך נישט באהערשן און ממילא וועלמיר אים דאס נישט פארלאנגען מער - ככל אשר אות נפש תעשה, און פון די אנדערע זייט צו זיכער מאכן אז עס הערשט למעשה א וועלטס ארדענונג וועט מען אהערשטעלן א גאווערמענט על יסודי הצדק והיושר אין וועלעכע אלע מענטשן וועלעכע קענען גארנישט טוהן אליינס גלויבן מיט אן אמת אז דיזן רעגירונג וועט זיי העלפן ראטעווען און סורווייוון, א רעגירונג וועלעכע וועט דינען במקום גאט ח"ו, אזוי ווי מיר ווייסן אז ווען מיר ווילן עפעס איז עינינות תליות לשמים - צו די הייער פאוער זאל אונז העלפן, אזוי וועלן די אלע אומבאהאלפענע מענטשן וואס גייען נאך אלע זייערע נטיות הלב ווייל זיי קענען נישט פארקערט ארויסקוקן צו די טייערע גאווערמענט זאל זיי אונטערבעטן און סעיוו.


ווער עס קוקט זיך גוט איין וואס גייט פאר אין די וועלט - פאליטיקל און קולטוראל - באמערקט ווי אזוי די אלע זאכן גייען אין דירעקציע און טראגן דעם זעלבן מעסעדזש.


אגב, איך ווייס נישט וועגן ביל געיטס בכלל, אבער אנדערע גרויסע חברה און ארגענעזאציעס און קאמפעני'ס זיכער.


אגב דאגב, איינער קען מיר ביטע צולינקען צו די ביל געיטס אשכול פון וואס מען רעדט דא? איך האב עס נישט באמערקט. ישר כוח.


אגב דאגב דאגב... איך בין א גרויסע חסיד פון טוהן אין נפש און ארויסהאבן די נפש און זיך אליינס, אבער אלעס מיט די כוונה און טיפע גלויבונג אז דער מענטש פארמאגט למעשה די כוח אלקי צו קענען טוישן - אנע מעדיצין און אנע לעבנסלענגליכע טעראפי. אונטערוועגנ'ס קענען זיין אסאך זאכן און אסאך מצבים, אבער די טיפע און סוף דבר גלויבונג דארף זיין אז איך בין בעצם ביכלות צו טוהן זאכן כפי בחירתי.

----

די נושא פון בחירה און אמונה וואס אסאך לייגן אן אויף איזביצא - אבער עס איז באמת לאו דוקא נאר איזביצא האט געמאכט דערפון א גרעסערן עיקר - קומט בעצם שטארק אריין דא, אבער היות מען ברויך עס באזונדער גוט בייארבייטן העלמיר עס לאזן אינדרויסן היצט.
כך צריך לחפור ביגיעה עצומה, לגלות אוצר של יראת שמים, הצפון ומסתר בבינת הלב של כל אדם מישראל
צווייטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 339
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 447

Re: איז טעראפי א סתירה מיט אונזער מסורה פון בחירה?

פאוסט דורך צווייטער »

בן מלך האט געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 12:55 am
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 10:15 am
בן מלך האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 06, 2024 11:51 pm

גא״מ

סטראנגלי דיסאגרי. קודם כל ס׳איז קלאר דא מצבים ווי א מענטש האט נישט קיין בחירה אין געוויסע נקודות. צווייטענס, טעראפי איז נישט קיין שום סתירה מיט בחירה.
מקורות ביטע.
אור החיים הקדוש (ווי ער איז מסביר די חילוק פון שאול המלך און דוד המלך)
צבי לצדיק אויף עטליכע פלעצער
פרי הארץ
תפארת שלמה
לשם שבו ואחלמה


דאס איז וואס איך געדענק אויפן מינוט. מ׳רעדט אוודאי נישט פון פארלירן לגמרי, נאר אויף געוויסע ענינים מפני כמה סיבות דורך די מסבב כל הסיבות
ממש פארדרייט ספרים, כ'האב נישט קיין כח מאריך צו זיין, אבער ס'איז פונקט ווי דו וועסט זאגן אז ס'איז נישט דא קיין בחירה ווייל ס'איז דא ידיעה.
קלוגער חכם
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 119
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 10:15 pm
x 16

Re: איז די היינטיגע טעראפי א סתירה מיט אונזער מסורה פון בחירה?

פאוסט דורך קלוגער חכם »

בינת הלב האט געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 3:52 am דאס אז עס איז דא נאטורן פון א מענטש לויט זיין מיזוג הנפש דאס איז דאך קלאר ווי די דער טאג, דער רמב"ם אליינס שרייבט עס.

דאס אז ווען מען האט שוועריגקייטן און גרינגקייט געוואנדן לויטן מיזוג הנפש איז ווייטער קלאר ווי דער טאג - כנ"ל.

דאס איז קלאר אז מענטשן ווערן נישט געבוירן אייניג כאבן גולם ווי א רובוט און הייבן אן בוחר זיין - און פון דארט און ווייטער איז ווי עס טוט זיך פונאדערשיידן די דיפרענצן צווישן איין מענטש אין די צווייטע. עס איז קלאר אז עס זענען פארהאן יסודות'דיגע נפשיות'דיגע פיזישע דיפרענצן צווישן איין מענטש און די צווייטע וועלעכע זענען נישט תלוי אין דעם מענטש כלל וכלל, דאס איז פון די מ' יום קודם יצירת הוולד.

דאס וואס דער רמב"ם ברענגט פון די חכמי הגוים איז נישט צו עס מאכט יא אדער נישט אויס יסודות'דיגע מיזוג פונעם מענטש לגבי וואס די בחירות פונעם מענטש זאל זיין, קלאר אז דער רמב"ם און יעדער בר נש קאן דאס זעהן מיט די אייגענע אויגן אז עס מאכט אויס. נאר וואס דער רמב"ם זאגט איז סוף כל סוף קומט אלעס אראפ צו די בחירה פונעם מענטש, און אפילו אויב דער מענטש האט יסודות'דיגע אדער חינוך'דיגע שוועריגקייטן בלייבט ער נאכאלץ איבער מיט די עביליטי צו מאכן החלטות צוליב די כח השכל וואס ער פארמאגט.

די בליק פונעם רמב"ם אויף דיזן נושא קומט בעצם אראפ צו די היקף פון בכלל ווי אזוי דער רמב"ם האט אנגעקוקט די מושג פון די כוח השכל און תוקף פון די מענטשליכע טבע אז דאס איז אבסעלוט, ווי מען קען זעהן דעם רמב"ם'ס בליק אויף אסאך יסודת'דיגע נושאים ווי בטחון כשפים רפואה וכו'.

איך וואלט געארגיוט אז דער רמב"ם האלט אויך אז לעיתים אז פארהאן אזא מין זאך אז א מענטש זאל פארלירן זיין כוח השכל זינט א געוויסע כוח אין זיין נפש האט באגוועלטיגט דעם מענטש און פארטונקלט זיין כוח האדם זיין כוח השכל פון קענען שולט. אבער עכ"פ פון שפעטערדיגע גדולים און בעיקר טאקע גדולי החסידים זעהט מען זייער זייער קלאר דיזע מושג אז די כוח השכל פונעם מענטש קענען צומאהל פארטונקלט ווערן און דאן ווען זיין כוח הבהמי שולט זיין אן קיינע גבולים.

אבער ווי געזאגט - דאס איז לעיתים, און עס איז אייביג פארהאן די מעגליכקייט פאר מענטש ארויסצוקומען זינט ער פארמאגט ווייטער זיין כוח השכל וואס ליגט מושרש אין יעדע איינציג בר נש, ממילא איז נישט שייך צו זאגן אז מען זאל קענען זאגן אזוינע ווערטער: דער מענטש אין דיזע נושא קען ער קיין בחירה מער נישט מאכן. די כוח השכל פארבלייבט אייביג אינעם מענטש, עס איז נישט עפעס וואס קען פשוט אוועקפליען פונעם מענטש. און אויב קומט איינער א חכם בתורת הנפשות און זאגט אזאנס זיי וויסן אז ער זאגט דיר ליגנט, בסך הכל באדייט עס אז דער ספעציפישער חכם ורופא ווייסט נישט ווי אזוי צו זאגן און מדריך זיין דעם מענטש צו קענען צוריק משליט זיין זיין כוח השכל, ממילא זאגט ער אים ענדערש אז ער קאן שוין מער נישט - דו ליידסט פון גאר א טיפע שווערע מחלה וואס נאר מעדיצין און יארן לאנגע סעשאנ'ס ביי מיר (פאר גוט באצאלט שטייצעך) קען דיך האלטן אין די ראמען, אבער מצד דיין כוח השכל קאנסטו נישט זיך מיט איר משתמש זיין. זאלסט פארשטיין אז דער חכם זאגט אייך דאס נאר ווייל 'ער' האט פאר אייך נישט קיין עצה - נישט ווייל 'איר' האט נישט קיין עצה, ממילא איז פאר אים בעסער דיך צו האלטן אראפ אז דו זאלסט קאנסטענטלי דארפן צוקומען צו אים.

דערמאנט מיר פון א קרוב מיינער וואס האט זיך געמוטשעט מיט געפילן און געגאנגען צו עפעס א רופא שהכל רצין, און יענע האט סובסקרייבד מעדיצין, און צו די אנפראגע פון מיין קרוב ווי לאנג דארף די מעדיצין גענומען ווערן אין ארדער צו ווערן געהאלפן, האט די רופא ער אנגעבליקט מיט אזוינע גרינע אויגן: דיס איז פאר לייף מיי דיער, דאס איז וואס גייט דיך פון היינט און ווייטער העלפן, דו האסט א פראבלעם און דו ברויכסט צוקומען צו מעדיצין.

און דא קומען מיר צו וואס די חכמי אומות העולם האבן געהאלטן און האלטן היינט.

די חכמי אומות העולם האבן געהאלטן אז עס זענען פארהאן מצבים וואס דער מענטש מצד א שורש'דיגע נקודה אין זיין נפש - צו מצד זיין מיזוג פון געבורט צו מצד זיין חינוך וואס ער איז אויפגעוואקסן, האבן זיי געהאלטן אז דער מענטש אין יענע עריע פארמאגט מער נישט קיין בחירה, ער איז קראנק אויף א מחלה שאין עליה רפואה.

און יא, די היינטיגע טעראפי וועלט איז פיל פיל מיט דיזע מיינדסעט. ניין, נישט אלע טעראפיסטן און נישט אלע טעראפי תחומים, אבער דאס א איז א יסודות'דיגע ברייטפארשפרייטע בליק אין עולם הנפש כהיום, און לויט ווי מען זעהט פונעם רמב"ם שוין דאן אויך.

די חילוקים נאר זענען אין די אפראוטש, בעת וואס אמאהל און ביז נישט אזוי לאנג צוריק בכלל האט מען געזאגט: דער מענטש האט נישט קיין בחירה ממילא זאל מען אים לייגן אין משוגעים הויז אדער טורמע, און דער הייליגער רמב"ם האט אויף דעם געשריגן געוואלד - א מענטש פארלירט נישט קיינמאל זיין כוח הבחירה, מיר גלייבן דאך אין תשובה - נישט נאר אין תשובה אז בוכ"ע נעמט עס אן, נאר די עצם געדאנק אז א מענטש איז ביכולת צו מאכן א טויש, דאס איז דאך די מושג פון תשובה, א בעל חי קאן נישט תשובה טאהן - ער איז כגולם וועלעכע איז געצווינגען צו זיינע וועגן מעשים.

און היינט איז די אפראוטש - און דא קומט מען צו די ביל געיטס נושא פון וועלעכע דער פותח האשכול וויל נישט רעדן... - אז אויב האסטו נישט קיין בחירה אין א ענין וועט מען עס פון דיר מער נישט פארלאנגען און דו ביסט נישט מחוייב צו פרובירן צו טוישן, און קיינער אויף די וועלט איז נישט בארעכטיג פון דיר דאס צו פארלאנגען אדער דיך האלטן אלץ נישט גוט דערפאר, און אויב יא וועט מען זיי מאכן דאס גיהנום פארן זיין א אפרעסאר פאר דעם מענטש וואס קאן זיך נישט העלפן.

דאס קומט בעצם פון א מורא'דיגע טיפע בעליוו אז דאס שלעכטץ פון די וועלט איז זייער אבסעלוט, און דער מענטש איז נישט ביכולת פטור צו ווערן דערפון, דער מענטש איז נישט ביכולת דאס צו באקעמפן, און וויפיל מען האט פרובירט אין די היסטאריע צו אויסרייסן דאס נאטורליכע שלעכטץ פון די וועלט'ס נאטור איז עס אייביג צוריקגעקומען אויף אנדערע פארמען ביתר שאת וביתר עוז, שזאת אומרת אז דאס נאטור איז נישט עפעס וועלעכע איז באקעמפבאר.

דא איז ווי די שיטה פון ליבעראליזם מיט קומינזם קומען זיך צונויף, ווייל ביידע גלויבן אין דאס אומגלויבליכקייט און אומטראסט אין די יכולת פון דעם אינדערווידאולן פערזאהן צו טאן גוט'ס און בוחר זיין בטוב, ממילא זאגט דיזע נייע שידוך שיטה אז דער מענטש קען זיך נישט באהערשן און ממילא וועלמיר אים דאס נישט פארלאנגען מער - ככל אשר אות נפש תעשה, און פון די אנדערע זייט צו זיכער מאכן אז עס הערשט למעשה א וועלטס ארדענונג וועט מען אהערשטעלן א גאווערמענט על יסודי הצדק והיושר אין וועלעכע אלע מענטשן וועלעכע קענען גארנישט טוהן אליינס גלויבן מיט אן אמת אז דיזן רעגירונג וועט זיי העלפן ראטעווען און סורווייוון, א רעגירונג וועלעכע וועט דינען במקום גאט ח"ו, אזוי ווי מיר ווייסן אז ווען מיר ווילן עפעס איז עינינות תליות לשמים - צו די הייער פאוער זאל אונז העלפן, אזוי וועלן די אלע אומבאהאלפענע מענטשן וואס גייען נאך אלע זייערע נטיות הלב ווייל זיי קענען נישט פארקערט ארויסקוקן צו די טייערע גאווערמענט זאל זיי אונטערבעטן און סעיוו.


ווער עס קוקט זיך גוט איין וואס גייט פאר אין די וועלט - פאליטיקל און קולטוראל - באמערקט ווי אזוי די אלע זאכן גייען אין דירעקציע און טראגן דעם זעלבן מעסעדזש.


אגב, איך ווייס נישט וועגן ביל געיטס בכלל, אבער אנדערע גרויסע חברה און ארגענעזאציעס און קאמפעני'ס זיכער.


אגב דאגב, איינער קען מיר ביטע צולינקען צו די ביל געיטס אשכול פון וואס מען רעדט דא? איך האב עס נישט באמערקט. ישר כוח.


אגב דאגב דאגב... איך בין א גרויסע חסיד פון טוהן אין נפש און ארויסהאבן די נפש און זיך אליינס, אבער אלעס מיט די כוונה און טיפע גלויבונג אז דער מענטש פארמאגט למעשה די כוח אלקי צו קענען טוישן - אנע מעדיצין און אנע לעבנסלענגליכע טעראפי. אונטערוועגנ'ס קענען זיין אסאך זאכן און אסאך מצבים, אבער די טיפע און סוף דבר גלויבונג דארף זיין אז איך בין בעצם ביכלות צו טוהן זאכן כפי בחירתי.

----

די נושא פון בחירה מצד און אמונה וואס אסאך לייגן אן אויף איזביצא - אבער עס איז באמת לאו דוקא נאר איזביצא האט געמאכט דערפון א גרעסערן עיקר - קומט בעצם שטארק אריין דא, אבער היות מען ברויך עס באזונדער גוט בייארבייטן העלמיר עס לאזן אינדרויסן היצט.
👍👍פיין געזאגט!

דאס איז דער ביל געיטס אשכול
viewtopic.php?p=61983#p61983
אוועיטער
בינת הלב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 125
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:59 pm
x 136

Re: איז די היינטיגע טעראפי א סתירה מיט אונזער מסורה פון בחירה?

פאוסט דורך בינת הלב »

קלוגער חכם האט געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 10:46 am דאס איז דער ביל געיטס אשכול

viewtopic.php?p=61983#p61983
תודה רבה.
כך צריך לחפור ביגיעה עצומה, לגלות אוצר של יראת שמים, הצפון ומסתר בבינת הלב של כל אדם מישראל
בן מלך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 156
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:56 am
x 140

Re: איז טעראפי א סתירה מיט אונזער מסורה פון בחירה?

פאוסט דורך בן מלך »

צווייטער האט געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 9:53 am
בן מלך האט געשריבן: זונטאג פעברואר 11, 2024 12:55 am
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 10:15 am

מקורות ביטע.
אור החיים הקדוש (ווי ער איז מסביר די חילוק פון שאול המלך און דוד המלך)
צבי לצדיק אויף עטליכע פלעצער
פרי הארץ
תפארת שלמה
לשם שבו ואחלמה


דאס איז וואס איך געדענק אויפן מינוט. מ׳רעדט אוודאי נישט פון פארלירן לגמרי, נאר אויף געוויסע ענינים מפני כמה סיבות דורך די מסבב כל הסיבות
ממש פארדרייט ספרים, כ'האב נישט קיין כח מאריך צו זיין, אבער ס'איז פונקט ווי דו וועסט זאגן אז ס'איז נישט דא קיין בחירה ווייל ס'איז דא ידיעה.
קיין שייכות מיט די נושא
שרייב פאוסט