בנוגע ביל געיטס. איך בין גאנץ א קליינער חסיד פון קאנספעראציע טעאריעס. נישט וויבאלד איך האלט אז קאנספיראציעס קענען זיך קיינמאל נישט ארויסשטעלן צו זיין אמת. נאר וויבאלד די וואס לויפן נאך איין קאנספיראציע זענען געווענליך די וואס לויפן נאך אלע!
איך גיי נישט דא גיין מחשיב זיין כרוכלא. אבער יעדער קען דאס אליינס מברר זיין אז קאנספיראצע'ס איז א מחלה המדבקת, פון וואס מען זעהט זיך שווערליך ארויס. אשע''כ, ווי לאנג עס זאל נישט זיין קיין פרוף אז דאס איז טאקע די ציל פון ביל געיטס מיט זיינע קאלעגעס, קויף איך בכלל נישט אזא קאנספיראצע.
יעצט ווען מען קומט צום ענין פון דילען מיט פראבלעמען. מיר אידן האבן א תורה וואס אינפארמירט אונז עטליכע מאל איבער די כח הבחירה וואס מיר פארמאגן. און די פליכט אונזערע איז ''ובחרת בחיים''.
ווען מיר אידן טרעפן זיך אין א סטראגעל (בלשון הקודש נקרא נסיון) ווייסען מיר אז די רשות פון בוחר זיין ליגט ביי אונז אין די הענט. און קיינער קען דאס נישט פון אונז אוועקנעמען, אפי' דער אויבערשטער וועט דאס נישט טוהן און די גזירות עליון איז נישט קיין סתירה מיט די בחירה וואס ליגט ביי א מענטש.
ממילא, ווען עס קומט צו א נושא פון טעראפי, וואס די חכמי אומות העולם נישט פון היינט נאר שוין טויזענטער יאר לייקענען זיי אין די עקזיסטענץ פון בחירה בכלל. איז דאס גאר ווייט פון אונזער אמונה. די גאנצע ענין פון טעראפי דהיינו, דאס וואס מען לערנט אויס פאר א מענטש זיך צו עקסעפטען. איז היפך פון דאס וואס די תורה זאגט אונז מערערע מאל. און די שיטה און מהלך איז ביי אונז אפעגפרעגט מכל וכל!
אין די טעראפי וועלט וועלן טעראפיסטן מסביר זיין פאר א מענטש אז נישט יעדע מענטש איז גלייך, נאר מען דארף זיך אליינס קענען אויפבויען אויף די אייגענארטיגע מהלך. אין די תורה איז אויך דא אזא מהלך, אבער נישט לגבי מצוות ועבירות.
איך וויל נישט אריינגיין אין דעטאלן ממש משום כבוד הפארום, ומשום טעמים המובנים. אבער אין די תורה איז דא געוויסע אזהרות וואס די עונש אויף דעם איז כרת אויב מען איז עובר אויף דעם. איז פשט אז ''יעדע מענטש'' האט א בחירה אין ''יעדע הינזיכט''. און טאמער איז מען עובר אויף דעם ווערט מען חלילה נכרת.
די גוי'שע טריפה'נע וועלט פארשטייט אז עס זענען דא ''געוויסע מענטשען'' וואס ביי זיי איז די כלל נישט גילטיג, נאר זענען בטעות אידענטעפעצירט געווארן אומריכטיג. און ביי זיי איז בכלל נישט געוויסע זאכן א פראבלעם אדער אומ-מאראליש.
די מחלוקה פון די אונזערע חכמים ''חכמי התורה'' מיט די פארשאלטענע גוי'שע חכמים, גייט שוין צוריק לאנגע יארן. מיר זעהן שוין ווי דער הייליגער רמב''ם שלאגט אפ זייער טענות מערערע מאל. דאס איז נישט קיין נייע טענה פון ביל גיעטס וחבריו, נאר דאס איז שוין טענות פון אפלטון, אריסטו, אפיקורס, וחבריהם בדומה להם.
אין די טעראפי וועלט זענען דא אסאך זאכן וואס מען לייגט אן אויף געוויסע טראמע וואס די מאמע איז אריבער קודם שבא לעולם. דערנאך איז מען כסדר פארנומען מיט'ן יוגענט. מען לערנט אויס די מענטש צו אקצעפטירן די שלעכטע געוואוינהייטן, און זיך מיט דעם נישט שלאגען, וויל מיט דעם צוברעכט מען זיך די אייגענע נאטורען. אונזער תורה זאגט פארקערט! די גאנצע טראמע וכדו' איז די נסיון וואס דער אויבערשטער האט דיר געגעבן און די טארסט דאס נישט אקצעפטירן!
לאמיר ציטערן איין קליינע ציטאט וואס דער הייליגער רמב''ם שרייבט.
די היילגע רמב''ם שרייבט זייער קלארע ווערטער, און ער קריגט שטארק מיט אלע כחמי הגוים. נישטא אזא מין זאך אז א מענטש איז געבוירען מיט געוויסע נאטורען וואס מען קען אים נישט בלעימען אויף דעם!וְאָמְנָם בֵּאַרְתִּי לְךָ זֶה, שֶּׁלֹא תַחְשֹׁב הַשִּׁגְעוֹנוֹת אֲשֶׁר יְשַׁקְּרוּ בָהֶם חַכְמֵי הַכּוֹכָבִים - אֲמִתִּיּוֹת. כִּי יַחְשְׁבוּ שֶׁמּוֹלַד הָאָדָם יְשִׂימֵהוּ בַּעַל מַעֲלָה, אוֹ בַעַל חֶסְרוֹן; וְשֶׁהָאִישׁ מֻכְרָח עַל הַמַּעֲשִׂים הָהֵם בְּהֶכְרֵחַ. אָמְנָם אֲנִי יוֹדֵעַ, שֶׁהַדָּבָר הַמֻּסְכָּם עָלָיו מִתּוֹרָתֵנוּ וּמִפִּילוֹסוֹפֵי יָוָן, כְּמוֹ שֶׁאִמְּתוּהוּ טַעֲנוֹת הָאֱמֶת: שֶׁפְּעֻלּוֹת הָאָדָם כֻּלָּן מְסוּרוֹת לוֹ אֵין מַכְרִיחַ אוֹתוֹ בָּהֶן, וְלֹא מֵבִיא אוֹתוֹ זוּלַת עַצְמוֹ כְּלָל, שֶׁיַּטֵּהוּ לְצַד מַעֲלָה, אוֹ לְצַד חֶסְרוֹן
די הייליגע תורה זאגט אונז ראה נתתי לפניך היום את החיים ואת הטוב ואת המות ואת הרע. טוב מיינט מען דעם הייליגען רמב''ם, און רע מיינט מען די טמא'נע גוי'שע טעראפיסטען! עס איז פארשטייט זיך נישט קיין כלל, אבער זייער אסאך פון די היימישע טעראפיסטען זענען מלא השקפות הגוים, וואס איז היפך אמונתינו ותורתינו!