רבי חנני' יו״ט טייטלבוים, בעל הקדושת יו"ט זצ"ל - כ"ט שבט תרס"ד

אונזער היסטאריע
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 714
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2161

רבי חנני' יו״ט טייטלבוים, בעל הקדושת יו"ט זצ"ל - כ"ט שבט תרס"ד

פאוסט דורך מירון »

דער הייליגער קדושת יו"ט איז געבוירן אום ו' סיון שנת תקצ"ו לפ"ק, צו זיין פאטער דער בעל ייטב לב, וואס איז געווען א זון פון רבי אלעזר ניסן בן האיש אלקים דער ישמח משה, און צו זיין מוטער האשה הצדיקת מרת רחל א טאכטער פון רבי משה דוד אשכנזי, טאלטשאווער רב זצ"ל.

אין יאר תרכ"ד איז דער קדושת יו"ט אויפגענומען געווארן אלס רב פון טעטש יצ"ו, ער איז געווען דארט רב גאנצע ניינצן יאר. נאך זיין טאטענס פטירה און אויפן באפעל פונעם טאטן האט ער אין יאר תרמ"ג איבערגענומען דאס רבנות און גלייכצייטיג די רביסטעווע פון סיגעט.

בזיווג ראשון איז ער געווען אן איידעם רבי מנשה'לע (רובין) ראפשיצער בן הרה"ק רבי אשר ישעי' רובין אב"ד ואדמו"ר ראפשיץ. ליידער איז אריבער א לאנגע צייט און זיי האבן קיין קינדער נישט געהאט און נתפרדה החבילה.

בזיווג שני איז ער געווען אן איידעם רבי יואל אשכנזי אב"ד זלאטשוב, בן רבי משה דוד אשכנזי, טאלטשאווער רב זצ"ל.

זיינע הייליגער קינדער:
  • רבי חיים צבי טייטלבוים – בעל העצי חיים זצ"ל
  • רבי יואל טייטלבוים – אבד"ק סאטמאר זצ"ל
  • האשה הצדיקת מרת אסתר ע"ה, אשת רבי חנוך העניך דוב מייער אב"ד סאסוב און קערעצקי זצ"ל.
  • האשה הצדיקת מרת העסיא ע"ה, בזיווג ראשון אשת רבי ניסן טייטלבוים, בזיווג שני אשת רבי חיים מאיר יחיאל הורוויץ הי"ד, אב"ד ריינזשאוו, בן רבי ישראל הורוויץ מדזיקוב זצ"ל.
  • האשה הצדיקת מרת שרה בזיווג שני אשת רבי דוד שפירא אב"ד בוקאווסק זצ"ל.
זכותו הגדול יגן עלינו
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 714
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2161

Re: רבי חנניה יו״ט טייטלבוים בעל הקדושת יו"ט ז"ל

פאוסט דורך מירון »

קרעדיט תולדותיהן של צדיקים ~ אדר - הר"ר הערשל קאהן הי"ו

דער קאשויער רב הגה"ק ר' שאול בראך ז"ל האט זיך אמאל געטראפן מיטן איהעל'ער רב (הגה"ק ר' משה יוסף טייטלבוים זי"ע דער זוהן פון הייליגן ייטב לב זי"ע), און האבן געשמועסט איבער די גרויסקייט פון זיין ברודער דער קדושת יו"ט, וואס דער קאשויער רב האט אליינס געזעהן.
צווישן אנדערע האט ער דערציילט, ווי פאלגענד:

דאס גאנצע יאר וואס איך בין געווען אין סיגוט ביים קדושת יו"ט, איז ער נישט געשלאפן אין קיין בעט... קיינמאל דורכן יאר האט ער נישט אויסגעטוהן זיינע מלבושים אויסער אין דער מקוה.

דער קדושת יו"ט פלעגט זיצן און לערנען מיט א געוואלדיגע התמדה, ווען ער איז מיד געווארן און ער האט שוין נישט געקענט זיצן ביים טיש, האט ער זיך אויפגעהויבן פון בענקל, אויסגעטוהן דעם רעכטן ארבעל פונעם קאפטן און צוריק ארויפגעלייגט דעם טייל פונעם קאפטן אויף זיין אקסל און זיך אראפּגעלייגט אויף א הארטע באנק אין זיין צימער אן קיין צוגעהערן (קישן און דאכענע). אזוי איז ער געלעגן א קורצע וויילע, גלייך האט ער זיך צוריק אויפגעהויבן און ווייטער געלערנט... דאס האב איך אליינס געזעהן מיט מיינע אויגן א גאנץ קיילעכיג יאר - האט דער קאשויער רב אויסגעפירט.

ווען ער האט דאס געענדיגט דערציילן, האט זיך דער איהעלער רב אנגערופן: "אויב א איד קען לערנען מיט אזא יגיעה בקדושה וטהרה, איז גארנישט קיין וואונדער אז ער איז געווארן רבי און מנהיג פון אזא עדה קדושה, ער האט זוכה געווען ממלא מקום צו זיין דעם הייליגן טאטנ'ס ארט (שאול בחיר ה’)

געשפירט דעם קדושת יו"ט'ס תפילות

א קורצע צייט פארן אויסברוך פון די צווייטע וועלט מלחמה איז מרן רבינו בעל דברי יואל זי"ע געפארן מיט די באן פון קלויזענבורג קיין הערמענשטאט. אויפן בּאן האבן די גוים זייער שטארק געטשעפּט מיטן רבי'ן און זיין גרופּע )ווייל די שנאת הגוים פונעם אנטסעמיטיזם איז דעמאלט געווען זייער גרויס(, האבן זיי באשלאסן אראפּצושטייגן פון די באן אינמיטן וועג.
שטייענדיג אינדרויסן האט דער רבי מיטן עולם נישט געוואוסט וואו אהין צו גיין, איז מען צוגעגאנגען צום ערשטן דארף. זיי האבן אנגעקלאפּט אויף עטליכע טירן און געבעטן מען זאל זיי אריינלאזן, אבער קיינער האט נישט געוואוסט ווער זיי זענען, און צוליב דעם פחד וואס האט דעמאלט געהערשט, האט מען זיי נישט אריין געלאזט.

איינער פון די גרופּע איז געווען דער ריסקעווער רב ער האט זיך דערמאנט אז אין דעם דארף וואוינט זיינס א באקאנטער וואס האט אויך אן אכסניא. זיי זענען אהין געגאנגען און יענער האט זיי טאקע שיין אויפגענומען און מכבד געווען ווי עס פּאסט.

ווען עס איז שפעט געווארן, האט דער רבי געפרעגט דעם בעל הבית אויב ער האט א באזונדערע שטוב צו דאווענען מעריב? האט ער אנגעוויזן אויף א שטוב אין די זייט, און דער רבי מיטן עולם זענען דארט אריין דאווענען. נאכן דאווענען פרעגט דער רבי דעם בעל הבית: האט שוין א צדיק אמאל געדאווענט אין דעם שטוב ?
דער בעל הבית האט געטראכט א וויילע, דערנאך האט ער זיך דערמאנט אז מיט בערך פערציג יאר צוריק, איז דא געווען דעם רבי'נס טאטע דער הייליגער קדושת יו"ט זי"ע, און ער האט אויך געדאווענט מעריב אין דעם שטוב... דער רבי האט געהאט גרויס הנאה אז ער האט געקענט דאווענען אויף דעם פּלאץ וואו זיין טאטע האט געדאווענט, און אז ער האט זוכה געווען צו שפירן די קדושה פון זיינע הייליגע תפלות, כאטש עס איז שוין אריבער פערציג יאר.


א חסיד'ישער מלבוש איז א רפואה

אויסער דעם וואס דער הייליגער קדושת יום טוב זלה"ה האט פארלאנגט צניעות'דיגע מלבושים פאר פרויען, האט ער שטארק פארלאנגט חסיד'ישע מלבושים פאר די מענער, און אז שבת זאל מען אנטוהן שטריימל און בעקיטשע, ווייל חסידי'ישע בגדים זענען א שמירה אנצוהאלטן אידישקייט, עס האלט דעם איד אפגעזונדערט פונעם גוי, מען זאל זיך נישט חס ושלום אויסמישן מיט די גוים )אין יענע צייט האבן אסאך אידן זיך געקליידט אשכנזי'ש, ספעציעל אין אונגארין).

אסאך מאל ווען א איד האט געדארפט א רפואה אדער א ישועה, האט ער געזאגט: אויב דו וועסט דיר אנטוהן א שטריימל אום שבת, וועסטו געהאלפן ווערן... דער רבי בעל דברי יואל זלה"ה פלעגט זאגן: דער טאטע האט זיך בארימט אז ער האט אנגעטוהן פאר אידן שטריימלעך...!

עס איז געווען א איד א גוט האלטער אין א דארף אין לאנד אונגארן וואס שבת איז ער נישט געגאנגען מיט קיין שטריימל, ווייל אין די גאנצע געגענט ארום איז מען נישט געגאנגען אנגעטוהן מיט קיין חסיד'ישע מלבושים.

איינמאל איז דער גוט האלטער זייער קראנק געווארן, ער איז געווארן ערגער און ערגער, און האט נישט געהאט קיין רפואות, ביז ער האט געשפירט אז זיינע טעג זענען געציילטע, און ער האט זיך שוין געגרייט חס ושלום צו פארלאזן די וועלט.

אין איינע פון די נעכט, חלום'ט ער זיך ווי מ'ברענגט אים ארויף צום בית דין של מעלה , און מ'לייגט ארויף אויפן וואגשאהל זיינע מצוות און עבירות, און וויבאלד די רעכטע זייט האט נישט אראפ געוואויגן, האבן די צדיקים פון בית דין של מעלה זיך איבער געשמועסט אויב ער דארף נאך בלייבן לעבן אדער נישט, ער איז דארט געשטאנען און געציטערט, וויסענדיג אז אין די יעצטיגע רגעים ווענדט זיך צי ער זאל ווערן געזונט און ווייטער לעבן, אדער חס ושלום שוין בלייבן אויבן.
פלוצלינג זעט ער ווי דער סיגוט'ער רב, דער הייליגער קדושת יום טוב, איז אהין אנגעקומען, דער איד איז שנעל צוגעלאפן און געשריגן: רבי העלפט מיר, איך זאל נאך בלייבן לעבן! האט דער קדושת יו"ט אים געזאגט: אויב דו וועסט אנטוהן שבת חסיד'ישע בגדים מיט א שטריימל, וועסטו האבן א רפואה שלימה! דער איד האט צוגעזאגט, און אין יענע רגע איז אלעס נעלם געווארן, און ער דערזעהט זיך ליגן אין בעט, און ער שפירט זיך שוין פיל בעסער.

ווען ער האט דערציילט פאר זיין ווייב, דעם חלום מיט זיין צוזאג, האט זי אנגעהויבן טענה'ן: דו קענסט דאס נישט טוהן, מ'האט נאך אזוינס נישט געהערט, אז א' גוטהאלטער' זאל גיין מיט א שטריימל? מ'וועט דיך אויסלאכן!

דער גוט האלטער איז געווארן איבער גענומען פון זיין ווייב'ס טענות, און האט נישט אנגעטוהן קיין שטריימל. כאטש ער איז נאכנישט געווען אינגאנצן ביי די כוחות, איז ער שוין געפארן קיין סיגעט צום הייליגן קדושת יו"ט זיך צו באדאנקן אויפן גרויסן נס אז ער האט געראטעוועט זיין לעבן, אבער דער קדושת יו"ט האט אים נישט געוואלט אויפנעמען, און שבת ביים טיש האט ער אים נישט געגעבן קיין שריים, ווייל ער האט נישט איינגעהאלטן זיי צוזאג... שבת אינדערפרי איז דער גוט האלטער אריין צום קדושת יו"ט און שטארק געוויינט זאגענדיג אז זיין ווייב לאזט אים דאס נישט אנטוהן, האט דער קדושת יו"ט געענטפערט קורץ און שארף: עס וועט דיר גארנישט העלפן, אויב דו ווילסט נאך זייןגעזונט און לעבן, זאלסטו שוין אנטוהן א שטריימל... ער האט אזוי געטאן ערשט דעמאלט איז ער אינגאנצן געזונט געווארן.

א מענטש איז גארנישט

מרן רבינו הקדוש בעל דברי יואל זלה"ה האט דערציילט, אז איידער זיין גרויסער טאטע דער הייליגער קדושת יום טוב איז נסתלק געווארן, זענען געשטאנען ארום זיין בעט דריי פון זיינע גרויסע תלמידים, אין יענע פארכטיגע מינוטן האט דער קדושת יו"ט עפעס געמורמלט אבער מען האט נישט געקענט הערן, ווען זיי האבן זיך שטארק צוגעבויגן האבן זיי געהערט ווי ער זאגט: דער עיקר איז מ'זאל וויסן דעם אמת אז מ'איז גארנישט ! האט זיך איינער פון זיי אנגערופן: אויב אזוי ווייסן מיר דאך שוין דעם אמת...?

האט דער קדושת יו"ט געענטפערט: נו אודאי, אז מ'ווייסט שוין אז מ'ווייסט טויג אויך נישט, מ'דארף צו וויסן דעם אמת אז מ'איז גארנישט און מ'איז טאקע גארנישט, און אז מ'מאכט שוין א חיבור )א ספר( איז מען ווייטער גארנישט...!

אליינס תשובה געטוהן

רבינו הקדוש בעל ברך משה זלה"ה האט דערציילט, ווי שטארק זיין זיידע דער הייליגער קדושת יו"ט האט געארבעט און פארלאנגט עס זאל זיין שלום צווישן אלע ערליכע אידן, ער איז אפילו אסאך מאל געפארן צו ווייטע שטעט כדי שלום צו מאכן ביי א קריגעריי.
איין יאר פאר ראש השנה, איז דער הייליגער קדושת יו"ט געוואויר געווארן אז אין איינע פון די דערפער נעבן די שטאט סיגעט, מיט'ן נאמען שווארץ טומאה (דער דארף האט געהאט א נאמען פון אן עבודה זרה דערפאר האט מען עס אזוי גערופן), איז געווארן א שרעקליכע קריגעריי, איז ער גלייך יענעם טאג אריבער געפארן צו יענעם דארף און פּרובירט שלום צו מאכן, ער האט גערופן באזונדער די מענטשן פון ערשטן זייט, דערנאך די מענטשן פון צווייטן זייט, ער האט אויסגעהערט אלע טענות, און האט געזאגט וואס מ'זאל טוהן, די זאך האט זיך געצויגן עטליכע טעג, ביז א טאג פאר ערב ראש השנה, ענדליך ווען אלעס איז שוין געווען מסודר אויפן בעסטן אופן, א שיינער שלום פלאן פון וואס יעדער איז געוען צופרידן. אבער, ווי דער הייליגער קדושת יו"ט איז ארויף אויפן וואגן צוריק אהיים צופארן, האט שוין די מחלוקה צוריק אויפגעפלאקערט, מענטשן פון איין זייט האבן זיך געכאפט אז עפעס א חלק לוינט זיך נישט פאר זיי, דער הייליגער קדושת יו"ט האט שוין נישט געקענט בלייבן דארט לענגער, ווייל עס איז שוין געווען זייער נאנט צום יום טוב, האט דער קדושת יו"ט מיט גרויס צער געזאגט צו די שטאט מענטשן:
הערט מיך אויס, מיר שטייען יעצט אין די הייליגע טעג פארן יום הדין, א צייט וואס א יעדער איד איז פארנומען זיך צוגרייטן צו די הייליגע טעג, איך האב ליידער געמוזט אוועק געבן פון מיין צייט כדי עס זאל דא ווערן 'שלום', איך בין שוין דא עטליכע טעג און איך האב נישט געהעריג געדאווענט און נישט געלערנט, אלעס נאר כדי אריין ברענגען שלום צווישן אייך, און עס איז ב"ה געלונגען, אבער אזוי ווי נאך אלעמען האט איר צוריק אויפגעפרישט די מחלוקה, זאג איך אייך: איך קען מער נישט דא בלייבן,אבער איך ווארן אייך...! ווארט נאר ווארט...!

די מענטשן האבן נישט געפאלגט, און די מחלוקה האט זיך נעבעך ווייטער געצויגן, ביז... אינמיטן יום כיפור האט פּלוצלינג אויסגעבראכן א שרעקליכער פייער אין דארף, און אלע הייזער זענען נעבעך פארברענט געווארן, ה' ישמרינו, דער גאנצער דארף איז ארויף אין פלאמען...! די מענטשן זענען געווען זייער דערשראקן, און האבן פרובירט צו ראטעווען וואס זיי קענען, אזוי ארום האבן זיי נעבעך עובר געווען אויף אסאך איסורים פון די תורה.
תיכף נאך יום כיפור זענען אלע מענטשן געקומען צובראכן און צוקלאפט אן קיין דאך איבער'ן קאפ, און האבן איבערגעבעטן דעם הייליגן קדושת יו"ט, און האבן מיט טרערן אין די אויגן געבעטן א תשובה אויף חילול יום הקדוש, צוזאגענדיג אז זיי וועלן שוין וויסן ווי הארב מחלוקת איז, דער קדושת יו"ט האט זיי ארויסגעגעבן א תשובה וויפיל יעדער דארף פאסטן א.א.וו. עס זאל אפּגעמעקט ווערן דער גרויסער חטא פון חילול יום כיפור, און מחלוקת.
גלייך נאכדעם האט דער הייליגער קדושת יו"ט אויך זיך גענומען פאסטן די אלע תעניתים וואס ער האט געהייסן פאר די אידן פון יענעם דארף, ווייל ער האט זיך געשפּירט שולדיג אז דאס איז אפשר געשעהן דורך זיין הקפדה... די נאנטע מענטשן האבן געוויינט צו אים אז עס שאדט אים צום געזונט, און ער זאל דאס נישט טוהן, אבער ס'האט נישט געהאלפן, אלעס וואס ער האט געהייסן פאר יענעם האט ער אליינס אויך געטוהן.

ווי אזוי דארף מען עסן ?

דער הייליגער קדושת יום טוב האט אריין געלייגט אסאך כוחות אויסצולערנען זיינע קינדער ווי אזוי א איד דארף צו עסן, אן א שיעור מעשיות ווערן דערציילט איבער די געוואלדיגע עבודה וואס זיי האבן געהאט ביי עסן.

א טייל פון די זאכן וואס דער קדושת יו"ט האט זיי שטענדיג געלערנט איז געווען:

נישט ארייננעמען דעם צווייטן לעפל אין מויל, ביז מען האט נישט אראפגעשלינגען דעם ערשטן. איינמאל האט געפעלט אביסל ' זאלץ' אינעם עסן, און איינער פון די קינדער האט געוואלט צולייגן זאלץ, האט דער קדושת יו"ט 'בשום אופן' נישט געלאזט. אינמיטן טיש איז געווען א שאכטל 'סמייטע' (דאס האט מען גענוצט אנשטאט פּוטער), אויב איינער פון די קינדער האט געוואלט אויסשטרעקן די האנט צו נעמען אביסל דערפון און שמירן אויפן ברויט, האט דער קדושת יו"ט געגעבן א שארפן בליק, אז דאס קינד האט עס גלייך אראפ געלייגט, האט מען אים געפרעגט אויב ער וויל נישט די קינדער זאלן שמירן די סמייטע , פארוואס ליגט עס אויפן טיש? האט דער קדושת יו"ט געענטפערט: איך וויל אויסלערנען די קינדער, אז מען דארף זיך קענען צוריק האלטן נישט צו עסן אלעס וואס עס ליגט אויפן טיש...!


דער הייליגער שבת קומט!!!

דער הייליגער קדושת יו"ט פלעגט מקבל שבת זיין עטליכע שעה פארן זמן, בערך ווען עס איז געווארן דער זמן שבת אין ארץ ישראל, אבער פון חצות ערב שבת האט אים שוין געקאכט דער שבת, און געהאלטן אין איין פרעגן צי עס איז נאכנישט שבת.

איינמאל איז פורים אויסגעפאלן פרייטאג , און דער קדושת יו"ט האט יענעם יאר זייער פיל געטרינקן אז ער האט כמעט פארלוירן זיין באוואוסט־זיין, די חסידים זענען געווען זייער באזארגט וואס דא וועט זיין ווייל עס איז שוין באלד שבת און דער רבי איז נאך נישט אויסגעניכטערט פונעם וויין, אבער ווי נאר עס איז געקומען נאנט צום זמן
האט דער קדושת יו"ט געגעבן א קלאפּ מיט די פינגער אויפן טיש און געגעבן א געשריי: שבת!!! דאן האט ער זיך אויפגעשטעלט מונטער און פריש אויסגעניכטערט, עס האט זיך גארנישט דערקענט אז מיט איין מינוט צוריק איז ער נאך נישט געווען ביי־זיך, ער איז געגאנגען אין מקוה און געגאנגען דאווענען פונקט ווי יעדן שבת.

אריבער געקראכן דעם צוים!

אין די שטאט 'סיגעט' איז יעדן פרייטאג געווען דער מארק טאג ווען אלע געשעפטן האבן געקויפט און פארקויפט זייער סחורה, דעריבער האט דער קדושת יו"ט שטענדיג געפאדערט אין די דרשות אז מען זאל שפּארן די געשעפטן גענוג פרי פארן זמן, ער פלעגט זאגן: מען זאל חלילה נישט קלערן אז דורכן היטן דעם שבת האט מען ווייניגער פרנסה, נאר פונקט פארקערט, די גאנצע השפעה און הצלחה פון די קומענדיגע וואך ווערט באשטימט אום שבת קודש, און אז מען היט דעם שבת ווי עס באדארף צו זיין, קומט אראפּ א גרויסע הצלחה אין די געשעפטן א גאנצע וואך.

איינמאל האט מען דערציילט פארן קדושת יו"ט אויף א איד אז ער וויל נישט שפּארן זיין געשעפט גענוג פרי ווי דער קדושת יו"ט האט געהייסן, איז דער קדושת יו"ט געגאנגען צו יענעם געשעפט אינאיינעם מיט א גרופּע בחורים אים צו הייסן פארשפּארן, ווען דער איד האט דערזעהן פונדערווייטן ווי דער רב קומט, האט ער שנעל פארשפּארט דעם געשעפט און אהיים געלאפן.

דער קדושת יו"ט איז אבער נישט געווען צופרידן, וויסענדיג אז באלד וועט ער עס צוריק עפענען, איז ער אים נאכגעגאנגען ביז צו זיין שטוב, אבער דארט ביים הויף איז געווען א צוים וואס האט ארום גענומען דעם הויף, און דער איד האט שנעל פארשפּארט דעם טויער אונטער זיך כדי דער רב זאל אים נישט קענען נאכגיין, און איז אריין געלאפן אין שטוב און זיך באהאלטן אונטערן בעט פון גרויס מורא.

ווען דער קדושת יו"ט איז אנגעקומען און געטראפן א פארשפארטן טויער, און געזעהן אז מ'קען נישט אריינגעען, האט ער נישט אויפגעגעבן, נאר ער האט זיך אנגערופן צו די בחורים: איך בין אויך אמאל געווען א בחור און איך קען אריבערקריכן דעם צוים! די בחורים האבן אים צו־געהאלפן, און דער קדושת יו"ט איז אריבערגעקראכן דעם צוים און אריין אין שטוב אים אויפזוכן.

דער קדושת יו"ט איז ארום געגאנגען אין אלע שטיבער אויפז וכן דעם בעל הבית, ביז ער האט אים געטראפן באהאלטן אונטערן בעט, דער קדושת יו"ט האט אים געהייסן ארויס־קומען פון דארט, און האט אים אנגעשריגן אז ער זאל למען השם מער נישט האלטן אפן דעם געשעפט אזוי נאנט צום שבת, ערשט דעמאלט איז דער קדושת יו"ט צוריק אהיים. ווי פארשטענדליך האט שוין יענער איד זיך מער נישט געטרויעט צו טוהן אנדערש ווי דער רב האט געהייסן, און א יעדן פרייטאג האט ער געשפּארט זיין געשעפט נאך אינמיטן טאג.


שנעל באקומען די שטראף !

איינמאל האט מען דערציילט פארן הייליגן קדושת יו"ט אז דער 'אפּטייקער' פון שטאט, האט געעפנט זיין געשעפט אים שבת, דער קדושת יו"ט האט געשיקט דעם משמש אים אנווארענען אז ער זאל שוין פארמאכן דעם געשעפט, דער אפטייקער האט זיך אבער נישט דערשראקן און מיט חוצפא ארויסגעווארפן דעם משמש פון זיין געשעפט.

ווען דער קדושת יו"ט האט דאס דערהערט, האט ער נאכאמאל געשיקט דעם משמש ער זאל אים אנווארענען גלייך צו פארמאכן דעם געשעפט, און אויב וויל ער נישט, זאל ער אים זאגן: דער וואס האט עס היינט געעפנט וועט עס מער נישט עפענען ! דער אפטייקער האט זיך ווייטער נישט דערשראקן און מיט אן אומדערהערטע חוצפא זיך ווידער אויסגעלאכט און נישט געפאלגט, האלטענדיג זיין געשעפט אפן אים שבת קודש.

נאך עטליכע שעה איז דער אפטייקער פלוצלונג געפאלן 'חלשות ', און מען האט אים נישט געקענט דערמינטערן , די משפחה מיטגלידער האבן גוט פארשטאנען אז דאס איז אן 'הקפדה' פונעם רב, זענען זיי שנעל געלאפן צום קדושת יו"ט ער זאל אים מוחל זיין, כדי ער זאל געזונט ווערן. האט זיי דער קדושת יו"ט געענטפערט: וואס זאל איך טוהן, איך האב אים דאך געבעטן? דעמאלט איז דעם אפּטייקערס טאטע געקומען וויינען צום קדושת יו"ט, זאגענדיג אז זיין זון ]דער אפטייקער[ האט נאך קינדער אין שטוב וואס ער דארף חתונה מאכן, זאגט אים דער קדושת יו"ט: דו זאלסט זיי פירן אונטער די חופּה , נאך יענע וואך איז דער אפּטייקער געשטארבן.

זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל
באקאנטע ידען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 245
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 11:53 am
x 373

היתר מאה רבנים -רבי חנניה יו״ט טייטלבוים בעל הקדושת יו"ט ז"ל

פאוסט דורך באקאנטע ידען »

ווי באקאנט האט די הייליגע קדושת יו"ט חתונה געהאט 2 מאל, בזיווג ראשון איז ער געווען אן איידעם רבי מנשה'לע (רובין) ראפשיצער בן הרה"ק רבי אשר ישעי' רובין אב"ד ואדמו"ר ראפשיץ. ליידער איז אריבער א לאנגע צייט און זיי האבן קיין קינדער נישט געהאט און די הייליגע קדושת יו"ט האט חתונה געהאט בזיווג שני מיט א היתר מאה רבנים און ער איז געווען אן איידעם ביי רבי יואל אשכנזי אב"ד זלאטשוב, בן רבי משה דוד אשכנזי, טאלטשאווער רב זצ"ל.

די גרויסע גאון רבי חיים ארי' כהנא פון דיינים אינעם שטאט סיגוט באקאנט אלס די דברי גאונים ער האט זיך געפארעט מיט די שאלה פונעם קדושת יו"ט אין ארומגעשיקט די שאלה צו די גרויסע רבנים וגופה דעובדא הכי הוי לויט וויאזוי די דברי גאונים האט עס געשריבן פאר די רבנים איבערגעזעצט לייכטערהייט אויף אידיש:
איש פלוני וואס איז נישט געהאלפן געווארן שוין 23 יאר מיט קיין קינדער, דהיינו נאך 9 יאר איז צו זיי געבוירן געווארן א בן זכר וואס איז ליידער אוועק נאך עטליכע חדשים און עס זענען אדורך נאך 9 יאר און זי האט פארלוירן , און משך די צייט האבן זיי עוסק געווען אין פארשידענע רפואות און זי פלעגט האלטן און איין זיצן און וויינען און שטארק מצער זיין איר מאן,

נאך 5 יאר ווארטן און נישט געהאלפן ווערן מיט קינדער און די מאן האט זעהענדיג אז ער ווערט עלטער און ער האט נאך נישט אויפגעשטעלט זיין אייגענע שטוב איר געוואלט געבן א גט פטורין מיט כתובה געלט מיט תוס' און תכשיטן און זי האט נישט געוואלט נעמען,

זייענדיג צאנז'ע חסידים זענען זיי געפארן צום הייליגן צאנז'ער רב, צו הערן און פאלגן וואס ער גייט זיי הייסן,

די הייליגע צאנז'ער רב האט מפשר געוועןזיי זאלן נאך צו ווארטן נאך 1 און אהאלב יאר אפשר וועלן זיי געהאלפן ווערן, און די צאנז'ער רס האט געשריבן א שטר וואס די מאן האט אינטערגעשריבן און די פרוי מיט 'מסירת קולמוס' מיט 2 עדות אז נאך איינס און אהאלב יאר זיי ווערן נישט געהאלפן גייט די פרוי נעמען א גט און זי גייט ווערן אסור אויפן מאן מיט א קונם,

יעצט שטייענדיג נאך די באשטומטע צייט "טבת שנת תרל"ה" און זיי זענען נאכנישט געהאלפן געווארן און די מאן וויל איר געבן א ג"פ מיט אסאך געלט און זי וויל נישט נעמען און די מאן טעהנע'ט אז זי איז אסור אויף אים מיט א נדר און אזוי אויך איז שוין די פרוי אלט איבער 40 יאר און ער וויל נאך מקיים זיין פו"ר און די פרוי וויל נישט נעמען קיין ג"פ און ער וויל מזאל אים מתיר זיין צו גיבן א ג"פ בעל כרחה אדער זאל מען אים מתיר זיין צו נעמען נאך א פרוי וואס ביידע זענען אסור בחרם דרבינו גרשום.
עד כאן תורף השאלה בקיצר.
באקאנטע ידען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 245
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 11:53 am
x 373

Re: היתר מאה רבנים -רבי חנניה יו״ט טייטלבוים בעל הקדושת יו"ט ז"ל

פאוסט דורך באקאנטע ידען »

עס האבן דן געווען אין די שאלה אלע לייבן בשעתו פאלגענט איז א ליסטע פון די גאונים וואס איז באקאנט און האבן עס געשריבן אין זייער תשובה ספרים, וואס איך געדענק יעצט אויפן מינוט:
  • הגאון המהר"ם שי"ק - בשו"ת אבה"ע סימן ד' להיתר
  • הגאון הערך ש"י רבי שלמה לייב טאבאק ז"ל דיין בסיגוט -בשו"ת תשורת ש"י סימן ? לאיסור
  • הגאון הקול ארי' - בשו"ת סימן פ"ה להיתר
  • הגאון הבית יצחק רבי יצחק שמעלקיס -בשו"ת חלק ב' יו"ד הל' נדרים סימן ס"ד לאיסור
  • הגאון המהרש"ם מברעזאן - בשו"ת חלק ג' סימן ? לאיסור
  • הגאון השאילת שלום רבי שלום טויבש - בשו"ת מהודורא תינינא סימן ס"ז לאיסור
  • הגאון רבי יצחק אהרן איטינגא -בשו"ת מהרי"א הלוי סימן סו להיתר
קען זיין עס איז דא נאך וואס איך געדענק נישט אויפן מינוט.
באקאנטע ידען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 245
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 11:53 am
x 373

Re: היתר מאה רבנים -רבי חנניה יו״ט טייטלבוים בעל הקדושת יו"ט ז"ל

פאוסט דורך באקאנטע ידען »

קובץ תשובות בענין היתר מאה רבנים אצל הקדושת יום טוב
בייגעלייגט די תשובות כפי ידי מגעת (איך האב נישט געטראפן די תשורת ש"י און די מהרש"ם אפשר מארגן)
► Show Spoiler
הר ההר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 15, 2023 11:34 am
x 609

Re: רבי חנניה יו״ט טייטלבוים בעל הקדושת יו"ט ז"ל

פאוסט דורך הר ההר »

וואס איז די מעשה מיט ליפא? דא חילוקי דעות אין דעם.
רואה חשבונות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1323
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
x 3581

Re: רבי חנניה יו״ט טייטלבוים בעל הקדושת יו"ט ז"ל

פאוסט דורך רואה חשבונות »

הר ההר האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 11:33 pm וואס איז די מעשה מיט ליפא? דא חילוקי דעות אין דעם.
לויט ווי ס'זעט אויס איז ליפא געווען נאר א שם כינוי. [מיין ליפא'לע].
באקאנטע ידען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 245
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 11:53 am
x 373

Re: רבי חנניה יו״ט טייטלבוים בעל הקדושת יו"ט ז"ל

פאוסט דורך באקאנטע ידען »

שרייב פאוסט