דער הייליגער קדושת יו"ט איז געבוירן אום ו' סיון שנת תקצ"ו לפ"ק, צו זיין פאטער דער בעל ייטב לב, וואס איז געווען א זון פון רבי אלעזר ניסן בן האיש אלקים דער ישמח משה, און צו זיין מוטער האשה הצדיקת מרת רחל א טאכטער פון רבי משה דוד אשכנזי, טאלטשאווער רב זצ"ל.
אין יאר תרכ"ד איז דער קדושת יו"ט אויפגענומען געווארן אלס רב פון טעטש יצ"ו, ער איז געווען דארט רב גאנצע ניינצן יאר. נאך זיין טאטענס פטירה און אויפן באפעל פונעם טאטן האט ער אין יאר תרמ"ג איבערגענומען דאס רבנות און גלייכצייטיג די רביסטעווע פון סיגעט.
בזיווג ראשון איז ער געווען אן איידעם רבי מנשה'לע (רובין) ראפשיצער בן הרה"ק רבי אשר ישעי' רובין אב"ד ואדמו"ר ראפשיץ. ליידער איז אריבער א לאנגע צייט און זיי האבן קיין קינדער נישט געהאט און נתפרדה החבילה.
בזיווג שני איז ער געווען אן איידעם רבי יואל אשכנזי אב"ד זלאטשוב, בן רבי משה דוד אשכנזי, טאלטשאווער רב זצ"ל.
האשה הצדיקת מרת העסיא ע"ה, בזיווג ראשון אשת רבי ניסן טייטלבוים, בזיווג שני אשת רבי חיים מאיר יחיאל הורוויץ הי"ד, אב"ד ריינזשאוו, בן רבי ישראל הורוויץ מדזיקוב זצ"ל.
האשה הצדיקת מרת שרה בזיווג שני אשת רבי דוד שפירא אב"ד בוקאווסק זצ"ל.
דער קאשויער רב הגה"ק ר' שאול בראך ז"ל האט זיך אמאל געטראפן מיטן איהעל'ער רב (הגה"ק ר' משה יוסף טייטלבוים זי"ע דער זוהן פון הייליגן ייטב לב זי"ע), און האבן געשמועסט איבער די גרויסקייט פון זיין ברודער דער קדושת יו"ט, וואס דער קאשויער רב האט אליינס געזעהן.
צווישן אנדערע האט ער דערציילט, ווי פאלגענד:
דאס גאנצע יאר וואס איך בין געווען אין סיגוט ביים קדושת יו"ט, איז ער נישט געשלאפן אין קיין בעט... קיינמאל דורכן יאר האט ער נישט אויסגעטוהן זיינע מלבושים אויסער אין דער מקוה.
מרן רבינו הקדוש בעל דברי יואל זלה"ה האט דערציילט, אז איידער זיין גרויסער טאטע דער הייליגער קדושת יום טוב איז נסתלק געווארן, זענען געשטאנען ארום זיין בעט דריי פון זיינע גרויסע תלמידים, אין יענע פארכטיגע מינוטן האט דער קדושת יו"ט עפעס געמורמלט אבער מען האט נישט געקענט הערן, ווען זיי האבן זיך שטארק צוגעבויגן האבן זיי געהערט ווי ער זאגט: דער עיקר איז מ'זאל וויסן דעם אמת אז מ'איז גארנישט ! האט זיך איינער פון זיי אנגערופן: אויב אזוי ווייסן מיר דאך שוין דעם אמת...?
האט דער קדושת יו"ט געענטפערט: נו אודאי, אז מ'ווייסט שוין אז מ'ווייסט טויג אויך נישט, מ'דארף צו וויסן דעם אמת אז מ'איז גארנישט און מ'איז טאקע גארנישט, און אז מ'מאכט שוין א חיבור )א ספר( איז מען ווייטער גארנישט...!
אליינס תשובה געטוהן
רבינו הקדוש בעל ברך משה זלה"ה האט דערציילט, ווי שטארק זיין זיידע דער הייליגער קדושת יו"ט האט געארבעט און פארלאנגט עס זאל זיין שלום צווישן אלע ערליכע אידן, ער איז אפילו אסאך מאל געפארן צו ווייטע שטעט כדי שלום צו מאכן ביי א קריגעריי.
איין יאר פאר ראש השנה, איז דער הייליגער קדושת יו"ט געוואויר געווארן אז אין איינע פון די דערפער נעבן די שטאט סיגעט, מיט'ן נאמען שווארץ טומאה (דער דארף האט געהאט א נאמען פון אן עבודה זרה דערפאר האט מען עס אזוי גערופן), איז געווארן א שרעקליכע קריגעריי, איז ער גלייך יענעם טאג אריבער געפארן צו יענעם דארף און פּרובירט שלום צו מאכן, ער האט גערופן באזונדער די מענטשן פון ערשטן זייט, דערנאך די מענטשן פון צווייטן זייט, ער האט אויסגעהערט אלע טענות, און האט געזאגט וואס מ'זאל טוהן, די זאך האט זיך געצויגן עטליכע טעג, ביז א טאג פאר ערב ראש השנה, ענדליך ווען אלעס איז שוין געווען מסודר אויפן בעסטן אופן, א שיינער שלום פלאן פון וואס יעדער איז געוען צופרידן. אבער, ווי דער הייליגער קדושת יו"ט איז ארויף אויפן וואגן צוריק אהיים צופארן, האט שוין די מחלוקה צוריק אויפגעפלאקערט, מענטשן פון איין זייט האבן זיך געכאפט אז עפעס א חלק לוינט זיך נישט פאר זיי, דער הייליגער קדושת יו"ט האט שוין נישט געקענט בלייבן דארט לענגער, ווייל עס איז שוין געווען זייער נאנט צום יום טוב, האט דער קדושת יו"ט מיט גרויס צער געזאגט צו די שטאט מענטשן:
הערט מיך אויס, מיר שטייען יעצט אין די הייליגע טעג פארן יום הדין, א צייט וואס א יעדער איד איז פארנומען זיך צוגרייטן צו די הייליגע טעג, איך האב ליידער געמוזט אוועק געבן פון מיין צייט כדי עס זאל דא ווערן 'שלום', איך בין שוין דא עטליכע טעג און איך האב נישט געהעריג געדאווענט און נישט געלערנט, אלעס נאר כדי אריין ברענגען שלום צווישן אייך, און עס איז ב"ה געלונגען, אבער אזוי ווי נאך אלעמען האט איר צוריק אויפגעפרישט די מחלוקה, זאג איך אייך: איך קען מער נישט דא בלייבן,אבער איך ווארן אייך...! ווארט נאר ווארט...!
די מענטשן האבן נישט געפאלגט, און די מחלוקה האט זיך נעבעך ווייטער געצויגן, ביז... אינמיטן יום כיפור האט פּלוצלינג אויסגעבראכן א שרעקליכער פייער אין דארף, און אלע הייזער זענען נעבעך פארברענט געווארן, ה' ישמרינו, דער גאנצער דארף איז ארויף אין פלאמען...! די מענטשן זענען געווען זייער דערשראקן, און האבן פרובירט צו ראטעווען וואס זיי קענען, אזוי ארום האבן זיי נעבעך עובר געווען אויף אסאך איסורים פון די תורה.
תיכף נאך יום כיפור זענען אלע מענטשן געקומען צובראכן און צוקלאפט אן קיין דאך איבער'ן קאפ, און האבן איבערגעבעטן דעם הייליגן קדושת יו"ט, און האבן מיט טרערן אין די אויגן געבעטן א תשובה אויף חילול יום הקדוש, צוזאגענדיג אז זיי וועלן שוין וויסן ווי הארב מחלוקת איז, דער קדושת יו"ט האט זיי ארויסגעגעבן א תשובה וויפיל יעדער דארף פאסטן א.א.וו. עס זאל אפּגעמעקט ווערן דער גרויסער חטא פון חילול יום כיפור, און מחלוקת.
גלייך נאכדעם האט דער הייליגער קדושת יו"ט אויך זיך גענומען פאסטן די אלע תעניתים וואס ער האט געהייסן פאר די אידן פון יענעם דארף, ווייל ער האט זיך געשפּירט שולדיג אז דאס איז אפשר געשעהן דורך זיין הקפדה... די נאנטע מענטשן האבן געוויינט צו אים אז עס שאדט אים צום געזונט, און ער זאל דאס נישט טוהן, אבער ס'האט נישט געהאלפן, אלעס וואס ער האט געהייסן פאר יענעם האט ער אליינס אויך געטוהן.
ווי אזוי דארף מען עסן ?
דער הייליגער קדושת יום טוב האט אריין געלייגט אסאך כוחות אויסצולערנען זיינע קינדער ווי אזוי א איד דארף צו עסן, אן א שיעור מעשיות ווערן דערציילט איבער די געוואלדיגע עבודה וואס זיי האבן געהאט ביי עסן.
א טייל פון די זאכן וואס דער קדושת יו"ט האט זיי שטענדיג געלערנט איז געווען:
נישט ארייננעמען דעם צווייטן לעפל אין מויל, ביז מען האט נישט אראפגעשלינגען דעם ערשטן. איינמאל האט געפעלט אביסל ' זאלץ' אינעם עסן, און איינער פון די קינדער האט געוואלט צולייגן זאלץ, האט דער קדושת יו"ט 'בשום אופן' נישט געלאזט. אינמיטן טיש איז געווען א שאכטל 'סמייטע' (דאס האט מען גענוצט אנשטאט פּוטער), אויב איינער פון די קינדער האט געוואלט אויסשטרעקן די האנט צו נעמען אביסל דערפון און שמירן אויפן ברויט, האט דער קדושת יו"ט געגעבן א שארפן בליק, אז דאס קינד האט עס גלייך אראפ געלייגט, האט מען אים געפרעגט אויב ער וויל נישט די קינדער זאלן שמירן די סמייטע , פארוואס ליגט עס אויפן טיש? האט דער קדושת יו"ט געענטפערט: איך וויל אויסלערנען די קינדער, אז מען דארף זיך קענען צוריק האלטן נישט צו עסן אלעס וואס עס ליגט אויפן טיש...!
דער הייליגער שבת קומט!!!
דער הייליגער קדושת יו"ט פלעגט מקבל שבת זיין עטליכע שעה פארן זמן, בערך ווען עס איז געווארן דער זמן שבת אין ארץ ישראל, אבער פון חצות ערב שבת האט אים שוין געקאכט דער שבת, און געהאלטן אין איין פרעגן צי עס איז נאכנישט שבת.
אין די שטאט 'סיגעט' איז יעדן פרייטאג געווען דער מארק טאג ווען אלע געשעפטן האבן געקויפט און פארקויפט זייער סחורה, דעריבער האט דער קדושת יו"ט שטענדיג געפאדערט אין די דרשות אז מען זאל שפּארן די געשעפטן גענוג פרי פארן זמן, ער פלעגט זאגן: מען זאל חלילה נישט קלערן אז דורכן היטן דעם שבת האט מען ווייניגער פרנסה, נאר פונקט פארקערט, די גאנצע השפעה און הצלחה פון די קומענדיגע וואך ווערט באשטימט אום שבת קודש, און אז מען היט דעם שבת ווי עס באדארף צו זיין, קומט אראפּ א גרויסע הצלחה אין די געשעפטן א גאנצע וואך.
ווי באקאנט האט די הייליגע קדושת יו"ט חתונה געהאט 2 מאל, בזיווג ראשון איז ער געווען אן איידעם רבי מנשה'לע (רובין) ראפשיצער בן הרה"ק רבי אשר ישעי' רובין אב"ד ואדמו"ר ראפשיץ. ליידער איז אריבער א לאנגע צייט און זיי האבן קיין קינדער נישט געהאט און די הייליגע קדושת יו"ט האט חתונה געהאט בזיווג שני מיט א היתר מאה רבנים און ער איז געווען אן איידעם ביי רבי יואל אשכנזי אב"ד זלאטשוב, בן רבי משה דוד אשכנזי, טאלטשאווער רב זצ"ל.
די גרויסע גאון רבי חיים ארי' כהנא פון דיינים אינעם שטאט סיגוט באקאנט אלס די דברי גאונים ער האט זיך געפארעט מיט די שאלה פונעם קדושת יו"ט אין ארומגעשיקט די שאלה צו די גרויסע רבנים וגופה דעובדא הכי הוי לויט וויאזוי די דברי גאונים האט עס געשריבן פאר די רבנים איבערגעזעצט לייכטערהייט אויף אידיש:
איש פלוני וואס איז נישט געהאלפן געווארן שוין 23 יאר מיט קיין קינדער, דהיינו נאך 9 יאר איז צו זיי געבוירן געווארן א בן זכר וואס איז ליידער אוועק נאך עטליכע חדשים און עס זענען אדורך נאך 9 יאר און זי האט פארלוירן , און משך די צייט האבן זיי עוסק געווען אין פארשידענע רפואות און זי פלעגט האלטן און איין זיצן און וויינען און שטארק מצער זיין איר מאן,
עס האבן דן געווען אין די שאלה אלע לייבן בשעתו פאלגענט איז א ליסטע פון די גאונים וואס איז באקאנט און האבן עס געשריבן אין זייער תשובה ספרים, וואס איך געדענק יעצט אויפן מינוט:
הגאון המהר"ם שי"ק - בשו"ת אבה"ע סימן ד' להיתר
הגאון הערך ש"י רבי שלמה לייב טאבאק ז"ל דיין בסיגוט -בשו"ת תשורת ש"י סימן ? לאיסור
הגאון הקול ארי' - בשו"ת סימן פ"ה להיתר
הגאון הבית יצחק רבי יצחק שמעלקיס -בשו"ת חלק ב' יו"ד הל' נדרים סימן ס"ד לאיסור
הגאון המהרש"ם מברעזאן - בשו"ת חלק ג' סימן ? לאיסור
הגאון השאילת שלום רבי שלום טויבש - בשו"ת מהודורא תינינא סימן ס"ז לאיסור
הגאון רבי יצחק אהרן איטינגא -בשו"ת מהרי"א הלוי סימן סו להיתר