וויאזוי זעט מען זיך ארויס פון בעט?
- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4885
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 14594
וויאזוי זעט מען זיך ארויס פון בעט?
אויפשטיין פרי... א ווארט וואס ברענגט מיר אויף קאשמארן... שוין אין ישיבה קטנה האט מיר עס אפגעקאסט שווערע געלטער אין קנסות, וויפיל מאל איך האב זיך צוגעזאגט אז "פון היינט און ווייטער..." האט עס געהאלטן פונקט א טאג (אמאל דאס אויך נישט), מיינע מגיד שיעורים האבן מיר נישט געקענט פארשטיין " ביסט דאך א מתמיד, דו יכול'סט פיין, פארוואס ביסטו שטעקן געבליבן ביים אויפשטיין" גיי פארצייל זיי וויפיל מאל איך האב זיך אליין געפרעגט די פראגע, און געבליבן ביים צריך עיון, פשוט ס'נישט געגאנגען. אפגערעדט אין ישיבה גדולה, ווען צוליב די לויזערע ווערטשאפט איז עס אסאך ערגער געווארן, איך שעם זיך צו זאגן וויפיל מאל איך האב פשוט פארפאסט חצות(נישט מיין שולד, חצות האט אנגעהויבן אויספאלן ממש פארטאגס...), "וואס וועט זיין מיט שידוכים" האט מיין מאמע געפאדערט, "וואס וועט זיין מיט דיינע חברותות" האט דער משגיח געמאנט, אוי, חברותות... וויפיל עגמת נפש איך האב מיטגעמאכט אין מיין יונגע לעבן(...), ווען די חברותות האבן זיך איינס ביי איינס אפגעפעקלט, און געגאנגען זוכן בעסערע גליקן, נאך א וואך צוויי פון נאכאנאנד אנטוישט ווערן פון מיינע הבטחות. אמאל האט מיר זאגאר גענומען א גאנצע וואך אויסצוגעפינען אז מיין חברותא זיצט שוין מיט א צווייטן...
א עקסטערע פרשה איז געווען מיט די דיאגנאזן וואס זענען געקומען פון אלע זייטן "ס'זיכער דיין וועיפ וואס איז שולדיג" האט מיין מנהל דערקלערט, "ס'זעט אויס עפעס נפשיות'דיג ברויכסט זען א פראפעסיאנאל" האבן די @פופציגערס מסביר געווען , "פרוביר מיט קנסות\פראדאקטיוו\בשעה\א נייע חברותא\ א פרישע לימוד" האב איך טעגליך באקומען הערות פון די גוטהארציגע צוקוקער, טייל האב איך פרובירט און זיך אליינס איבערצייגט אין זייער אומווירקזאמקייט, ווען אויף די אנדערע בין איך שוין געווען מיואש פון פראבירן, און אזוי האב דורכגעשטופט מיינע צוויי יאר אין ישיבה גדולה, מיט היבש הצלחה אין לימודים, אבער נאר אין די צווייטע האלב פונעם טאג.
טראץ די שווארצע נביאות, בין איך ביי די אכצן בשטו"מ א חתן געווארן(מיין שווער האט זיך נאר נאכגעפרעגט ביי די נאכמיטאג מגי"ש, איך האף אז ער קוקט נישט אויף אידטיש...) מיט א פרישקייט האב איך זיך צוגעזאגט אז דאסמאל מיין איך עס אמתדיג...כ'מיין, ווער ווייסט נישט אז אין דעם ווענדט זיך די גאנצע שלום בית(אליין געהערט פון חתן מדריך...), אבער ס'האט קיינמאל נישט פאסירט. שבע ברכות איז דאך שבע ברכות, דערנאך איז געקומען א גוטע פאר וואכן וואס סנעמט ביז מ'גייט אריין אין סקעדזשול, ביז איך בין אויסגעלאפן פון תירוצים, און געדארפט קוקן דעם מציאות אין פנים, אז ניין, איך האב נישט געביטן הויט, און געבליבן דער זעלבע לוזער, וואס קען זיך נישט ארויסזען פון בעט קיין נפק"מ ווי שטארק איך וויל.
היינט צוטאגס האלט עס שוין נישט ביי די שטאפל פון פארפאסן חצות, ב"ה, אבער איך בין נאכנישט פטור געווארן פון דעם "מחלה"(איז עס דען נישט?), איך פיל ווי מיינע טעג ווערן מיר צורינען מיט גארנישט, מיין טייערע שעות גייען אין מיסט טאג איין טאג אויס, און איך מוז עפעס טון דערצו.
אשר על כן, האב איך באשלאסן זיך צו ווענדן צו מיינע חברים אויף "אידטיש", און מיין ציל איז צווייפאכיג, איינס, צו הערן ענקער עקספיריענס אין דעם נושא, און זיך מחזק זיין מיטן "צרת רבים", והשנית והעיקר, ווערט דער עולם געבעטן אריינצוקומען מיט חיזוק, געדאנקען, און עצות וואס קען העלפן מיך און אנדערע אין דעם הינזיכט, איך גלייב אז ס'דא אסאך וואס וועלן זיך טרעפן כאטש טיילווייז אין מיינע שורות, און וועלן נהנה זיין דערפון, והיה זה שכרי.
נ.ב. אויב ווילסטו שרייבן "אז מ'לייגט זיך פרי, שטייט מען אויף פרי" - מיין טאטע האט דיר שוין אויסגעכאפט...(אזוי אויך ווייס איך שוין אז "א גוטע זאך קומט אן שווער", און אז רצון ברעכט אייזן", פעלט נישט אויס קיין חזרה...)

Re: וויאזוי זעהט מען זיך ארויס פון בעט?
בעפאר עני טינג. איר האט א דזשאב? אויב נישט טריי עס אויס....
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2416
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 7549
Re: וויאזוי זעהט מען זיך ארויס פון בעט?
נעם א פארטאגס חברותא, און א נושא וואס זאל דיר ציען, א גאול וואס דו ווילסט אנקומען, און א חברותא מיט וועם דו פארשטייסט זיך
קאלטט ענק יעדע פארטאגס וועקן, אבער דו דארפסט האבן א ציל גראד נאכדעם, א דזשאב, א נעקסטע חברותא אין א צווייטע בית המדרש, א געוויסע פליכט אויסצופירן - אזוי וועסטו וויסן אז אויסצוען דאס לערנען איז קיין אפציע און דעריבער קיין תירוץ אויפצושטיין שפעט.
------------------------
ווער א ותיקין איד הוק שבקרוק מיט משוגעת עד להפליא, אדער מאך א צווייטע קביעות'דיגע מנין וואס דאס גייט דינען אלס דיין עבודה זרה - (כ'מיין די קאנצעפט כמובן), אויב געפונט זיך א גוטער חבר ביי יענע מנין האלט עס אן מיט אים אז דאס איז 'ענקער מנין'
עד כאן וואס האט געארבעט ביי מיר

דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 345
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:13 pm
- x 391
Re: וויאזוי זעהט מען זיך ארויס פון בעט?
משרייבט נישט א איסור יהרג ואל יעבור אלס א קאנצעפט און משללהגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 09, 2024 1:50 am נעם א פארטאגס חברותא, און א נושא וואס זאל דיר ציען, א גאול וואס דו ווילסט אנקומען, און א חברותא מיט וועם דו פארשטייסט זיך
קאלטט ענק יעדע פארטאגס וועקן, אבער דו דארפסט האבן א ציל גראד נאכדעם, א דזשאב, א נעקסטע חברותא אין א צווייטע בית המדרש, א געוויסע פליכט אויסצופירן - אזוי וועסטו וויסן אז אויסצוען דאס לערנען איז קיין אפציע און דעריבער קיין תירוץ אויפצושטיין שפעט.
------------------------
ווער א ותיקין איד הוק שבקרוק מיט משוגעת עד להפליא, אדער מאך א צווייטע קביעות'דיגע מנין וואס דאס גייט דינען אלס דיין עבודה זרה - (כ'מיין די קאנצעפט כמובן), אויב געפונט זיך א גוטער חבר ביי יענע מנין האלט עס אן מיט אים אז דאס איז 'ענקער מנין'
עד כאן וואס האט געארבעט ביי מיר
דערמאנונג: אדר א’ נישט שבט ב’...
Re: וויאזוי זעהט מען זיך ארויס פון בעט?
@שאינו יודע לשאול האלא האסט מיר געפרעגט פארן מיר באשרייבן? נאט נייס!
אבער סעריעס גערעדט, גוט צעלייגט די נושה. סמיר ארויפגעברענגט אסאך ישובה קאשמארן..
אבער סעריעס גערעדט, גוט צעלייגט די נושה. סמיר ארויפגעברענגט אסאך ישובה קאשמארן..
Make Gaza Great Again
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2416
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
- x 7549
Re: וויאזוי זעהט מען זיך ארויס פון בעט?
האסט א בעסערע ווארט פאר א זאך וואס מען גייט אין פייער פאר דעם אן קיין שכל?לייבל פריש האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 09, 2024 3:08 amמשרייבט נישט א איסור יהרג ואל יעבור אלס א קאנצעפט און משללהגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 09, 2024 1:50 am נעם א פארטאגס חברותא, און א נושא וואס זאל דיר ציען, א גאול וואס דו ווילסט אנקומען, און א חברותא מיט וועם דו פארשטייסט זיך
קאלטט ענק יעדע פארטאגס וועקן, אבער דו דארפסט האבן א ציל גראד נאכדעם, א דזשאב, א נעקסטע חברותא אין א צווייטע בית המדרש, א געוויסע פליכט אויסצופירן - אזוי וועסטו וויסן אז אויסצוען דאס לערנען איז קיין אפציע און דעריבער קיין תירוץ אויפצושטיין שפעט.
------------------------
ווער א ותיקין איד הוק שבקרוק מיט משוגעת עד להפליא, אדער מאך א צווייטע קביעות'דיגע מנין וואס דאס גייט דינען אלס דיין עבודה זרה - (כ'מיין די קאנצעפט כמובן), אויב געפונט זיך א גוטער חבר ביי יענע מנין האלט עס אן מיט אים אז דאס איז 'ענקער מנין'
עד כאן וואס האט געארבעט ביי מיר
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
Re: וויאזוי זעהט מען זיך ארויס פון בעט?
יא און עס העלפט מיר נישט,
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
Re: וויאזוי זעהט מען זיך ארויס פון בעט?
איך האב א דזשאב, און איך קום ב"ה זייער גרינג ארויס פון בעט.
אבער זייער שפעט.
אבער זייער שפעט.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 257
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 2:19 pm
- x 290
Re: וויאזוי זעהט מען זיך ארויס פון בעט?
ווען די זייגער קלינגט צום ערשטן מאל אויב ווייסט מען אז עס איז נישט דא קיין צווייי אפשענס מען טראכט נישט אפילו פון זיך צוריק צולייגן איז די אויפשטיין אסאך גרינגער
און פאר די וואס עס איז זיי צו שווער דאס זאלן ארויס קומען מיטן דעת זיך צוריק צולייגן גלייך נאך ברכת התורה און דעמאלט וועט די יצה"ר שוין נישט זיין אזוי גרויס
און פאר די וואס עס איז זיי צו שווער דאס זאלן ארויס קומען מיטן דעת זיך צוריק צולייגן גלייך נאך ברכת התורה און דעמאלט וועט די יצה"ר שוין נישט זיין אזוי גרויס
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 53
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 7:03 pm
- Location: אויפן אידישן טיש
- x 154
Re: וויאזוי זעהט מען זיך ארויס פון בעט?
נאבער וואן, האב איך אמאל געהערט פון עמיצער אז ס׳דא צו קויפן אזא מין וועקער זייגער ווי ביינאכט שטעקט מען אריין אינדעם א הונדערטער צו וואס, מ׳שטעלט דאס אוועק ביים עק פונעם בעדרום - עכ״פ ווייט פון בעט, און נאך א מינוט קלינגען און קיינער לעשט אים נישט, דעמאלט צוקראשט ער די געלט אויף פוץ פיצלעך… והבן.
האב איך פונקט בהשגחה פרטית געזען דעם שבת אין א זייער שיין ספר ״מבואו מעד צאתו״, ווי ער זאגט נאך פון בעל שלחן מלאכים, אז דאס וואס די תרנגול צושרייט זיך יעדן פרימארגן ׳קא קארי קא׳ האט א טיפע באדייט, ׳קא כארי קא׳ שטיי אויף און שטארק זיך אזוי ווי א לייב… עד כאן לשון קדשו, והיא לפלא

- פאוסטס: 1331
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3636
Re: וויאזוי זעהט מען זיך ארויס פון בעט?
כבוד הרב "שאינו יודע לישאול" ס’איז יעצט בערך עלעווע, פליז לויף יעצט, שוין, עכשיו Now אין בעט אריין אזוי וועסטו מארגן קענען ארויס פון בעט ביי צענע... נאאא, אבער שוין.
(פארפעלן צו פאלגן וועט רעזולטירן אין שווערע קאסעקווענצן)...
(פארפעלן צו פאלגן וועט רעזולטירן אין שווערע קאסעקווענצן)...
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1936
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 5364
Re: וויאזוי זעט מען זיך ארויס פון בעט?
better late than neverשאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 6:51 pm נ.ב. אויב ווילסטו שרייבן "אז מ'לייגט זיך פרי, שטייט מען אויף פרי" - מיין טאטע האט דיר שוין אויסגעכאפט...(אזוי אויך ווייס איך שוין אז "א גוטע זאך קומט אן שווער", און אז רצון ברעכט אייזן", פעלט נישט אויס קיין חזרה...)
איך האב יעצט געליינט דיין ווייטאגליכע געשיכטע, האפענטליך שטייסטו שוין ביי די אנדערע זייט, אבער אויף די שורה מוז איך מיך אפשטעלן.
סיריעס? דו האלטסט אז אויפשטיין פרי האט עפעס א סוד וואס די ותיקין אידן געבן נישט ארויס? גיין שלאפן פרי איז נישט קיין עצה, עס איז א פאקט! אז מען גייט שלאפן שפעט שטייט מען אויף שפעט. א מענטש דארף שלאפן, און מיט'ן גוף קען מען זיך נישט קריגן. אויב גייט מען שלאפן שפעט שטייט מען בע"כ אויף שפעט. ווי לאנג דו גייסט דאס נישט עקסעפטן, איז א שאד דיין צייט. דו גייסט ווייטער אויפשטיין שפעט! דו ביסט הונגעריג? גיי עסן! איי דיין טאטע האט דאס שוין געזאגט 20 יאר צוריק? אמת, און ער האט טאקע גוט געזאגט! דו האסט א קלוגען טאטע'ן!
די אלע אידן וואס דו זעהסט אין ביהמ"ד פארטאגס, לייגן זיך פרי! ממש געציילטע קענען אנגיין מיט ווייניג שלאף.
איך קען דיר זאגן וואס האט מיר געהאלפן. די ערשטע זאך איז פאר א חודש צייט גיי שלאפן פרי יהרג ועל יעבור. פרי מיינט זיין אין בעט 10:30! דאס זאלסטו טוהן זונטאג, מאנטאג, דינסטאג, מיטוואך, דאנערשטאג, פרייטאג, און מוצאי שבת! יהרג ואל יעבור מיינט יהרג ועל יעבור. 10:30 מיינט 10:30, נישט 11:00.
טוה יעדע זאך וואס דו קענסט אז דו זאלסט זיין גרייט צו זיין אין בעט 10:30. זיי אלעס מסדר פריער, דאווען מעריב פאר דיין נאכט שיעור (ס'איז ווינטער יעצט, מען קען דאווענען פרי) זיי אינדערהיים 9:45. צו שמחות גיי די פריסטע מעגליך, א חתונה קענסטו גיין צום קבלת פנים אדער צו די אנהויב פון די סעודה נאך פאר דיין נאכט שיעור. (חוץ פארשטייט זיך נאנטע משפחה) געדענק אז עס איז נאר א דורכגאנג, מיט די צייט ווען דו וועסט זיין צוגעוואוינט צו א סיסטעם, וועסטו דיך קענען ערלויבן ארויסצוקאלערען פון די ליין מזמן לזמן.
די ערשטע פאר טעג גייט זיין א גהינם איינצושלאפן, דערשרעק דיך נישט. עס האלט נישט אן פאר לאנג. נאך א וואך וועסטו איינשלאפן גרינג. טו פראקטישע זאכן וואס העלפן דאס איינשלאפן ווי מאכן זיכער אז די צימער וואו דו שלאפסט איז גענוג קיל, טרינק א טיי, נעם א שויער. און פון די אנדערע זייט עס גארנישט כאטש צוויי שעה פאר די גייסט שלאפן, טו נישט זאכן וואס מאכן דיר אנגעצויגן. ובעיקר, ווער נישט נערוועז אז דו שלאפסט נישט איין. און נעם נישט מיט א פאון מיט אינטערנעט, אדער טעבלעט אין בעט!!
עצות צום אויפשטיין, איז קודם כל נעם דיר א צייט וואס דו קענסט דיך אונטערנעמען פאר א חודש און א ציה, דהיינו זונטאג, מאנטאג, דינסטאג, מיטוואך, דאנערשטאג, פרייטאג, און שבת! יעדן טאג די זעלבע צייט! די בעסטע זאך איז ווען די גוף ווערט צוגעוואוינט צו די זעלבע ספעציפישע צייט יעדן טאג! 6:00 איז זייער זייער doable בפרט יעצט ווינטער ווען די זמן שבת ומוצאי שבת איז זייער פרי.
דיין וועקער זייגער לייג דעם אנדערען עק צימער, דו זאלסט נישט פון חלום ארויס דאס אויסלעשן אדער חלילה דריקן דעם פארשאלטענעם snooze קנעפל. ווען דיין זייגער קלינגט קום ארויס פון בעט, גיס דיר אפ נעגל וואסער, און וויש אפ דיין הענט אין דיין צלם אלקים! אז דו ווילסט נישט גיין אזוי שארף, שטעל אן א צווייטע זייגער אויף 3 מינוט נאך דיין זייגער קלינגט, און לייג עס אריין אין די צימער ווי דיינע קליינע קינדער שלאפן. דו וועסט זיין געצווינגען עס צו גיין נעמען פון דארט תיכף ומיד. נאכן איינמאל פארשלאפן און נישט אויסלעשן יענע זייגער, וועסטו עס נישט טוהן נאכאמאל...
די ערשטע זאך ווען דו שטייסט אויף נאך פאר דו טוסט זיך אן, איז פוץ דיין ציין. דאס נעמט אראפ די שלאפעדיגע געפיל פונעם מענטש.
פארשטייט זיך אז אויפשטיין און נישט האבן עפעס צו וואס אויפצושטיין, איז די ערשטע אינגרידיענט צו פארשלאפן. עס מוז זיין עפעס אויף די אגענדע! אויב ארבעטסטו, דאן דארפסטו דאך לערנען א שעה פארן דאווענען, נעם א חברותא וואס שטייט אויף אין צייט און דו האסט הנאה צו לערנען מיט אים, און לערן עפעס וואס דו האסט הנאה צו לערנען.
אויב ביסטו א כולל אינגערמאן וואלט איך געראטן אז דו זאלסט גיין ארבעטען, א כולל אינגערמאן וואס שטייט אויף שפעט איז יצא שכרו בהפסידו. די גרעסטע שטער אין שלום בית איז ווען די פרוי שטייט אויף צו גיין ארבעטן, און דער מאן פאפט ביז 11. מען בלייבט נישט מיט תורה, נישט מיט געלט, און נישט מיט שלום בית.
אויב א חודש ביסטו אין א סיסטעם, קענסטו אנהויבען ארום שפילן לויט דיין ספעציפישען סקעדזשול. די עיקר שבעיקרים איז קאנסיטענסי! גיי מיט אן עקשנות קאפ אין וואנט אריין פאר איין חודש!
אבער געדענק! די אלע וואס זאגן דיר אז מיט די צייט ווערט עס גרינגער זאגן דיר ליגנט. דער ייצר הרע ארבעט פון פריש יעדן טאג! די מלחמה בלייבט לעולמי עד! מען דארף כסדר האבן א רצון, אן א רצון בלייבט מען שלאפן. נאר וואס? די געפיל וואס מען האט ווען מען שטייט אויף ווען ס'איז טונקעל ווי כאילו מען וועקט אויף א טויט'ן, דאס גייט אוועק מיט די צייט, צו דעם געוואוינט מען זיך צו. וכן די מידעקייט וואס פאלט ארויף אויפן מענטש ארום 12-1 איז נאר די ערשטע פאר וואכן, מיט די צייט געוואוינט זיך דער גוף צו. אבער אויפשטיין, בלייבט אלעמאל א מלחמה.
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
!!!Make yidtish great again
Re: וויאזוי זעהט מען זיך ארויס פון בעט?
זאג. האסט נאך קיינמאל קיינעם אנגעשריגן "ממזר די"?לייבל פריש האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 09, 2024 3:08 amמשרייבט נישט א איסור יהרג ואל יעבור אלס א קאנצעפט און משללהגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 09, 2024 1:50 am נעם א פארטאגס חברותא, און א נושא וואס זאל דיר ציען, א גאול וואס דו ווילסט אנקומען, און א חברותא מיט וועם דו פארשטייסט זיך
קאלטט ענק יעדע פארטאגס וועקן, אבער דו דארפסט האבן א ציל גראד נאכדעם, א דזשאב, א נעקסטע חברותא אין א צווייטע בית המדרש, א געוויסע פליכט אויסצופירן - אזוי וועסטו וויסן אז אויסצוען דאס לערנען איז קיין אפציע און דעריבער קיין תירוץ אויפצושטיין שפעט.
------------------------
ווער א ותיקין איד הוק שבקרוק מיט משוגעת עד להפליא, אדער מאך א צווייטע קביעות'דיגע מנין וואס דאס גייט דינען אלס דיין עבודה זרה - (כ'מיין די קאנצעפט כמובן), אויב געפונט זיך א גוטער חבר ביי יענע מנין האלט עס אן מיט אים אז דאס איז 'ענקער מנין'
עד כאן וואס האט געארבעט ביי מיר
#עסקינג_פאר_עי_פרענט
Re: וויאזוי זעט מען זיך ארויס פון בעט?
ספעציעלע לייקנקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 2:47 pm שטעל אן א צווייטע זייגער אויף 3 מינוט נאך דיין זייגער קלינגט, און לייג עס אריין אין די צימער ווי דיינע קליינע קינדער שלאפן. דו וועסט זיין געצווינגען עס צו גיין נעמען פון דארט תיכף ומיד. נאכן איינמאל פארשלאפן און נישט אויסלעשן יענע זייגער, וועסטו עס נישט טוהן נאכאמאל...
דאס קען אנדרייען אז פון א שעה פריער זאל מען שוין נישט קענען שלאפן.