איך קען נישט די מציאות אין דעם נושא, ס'איז זיכער אז יעדע ספין אין די גאנצע אחדות געגנט פון בלומינגראוו איז בחזקת שקר גמור, ס'איז דאהי א חלק פון די קולטור צו ספינען און מאכן מעשיות איבער יעדן וואס שטייט אין וועג, ווי אויך איז ממש ווי א חיוב צו טריצן און זיך צו קריגן מיט די גאנצע וועלט אלעס מיט אונזער באליבטע אחדות ווערטשאפט. ממילא ווייס איך נישט וואס דארט גייט פאר.פרייליך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 8:00 pmליידער, אזוי זאגן די וואס זענען בעובי הקורה
עס איז נישט צום גלייבן וואס דא טוט זיך, מען שטערט אייגענע ברודער פון צוקומען צו א דאך איבערן קאפ, אין די זעלבע צייט וואס אין זייער שטעטל ק"י איז פילע פראיעקטן סטאק און אידן לעכצן פאר א דירה, לייגט מען אינטער פאר יענעם שטיינער אין וועג פאר נארישע אגענדעס וכו'. לא יאומן.
איך טראכט אבער יא טיפער על מה עשה ד' ככה, מיר אלע זענען דאך אידן מאמינים בני מאמינים און מיר ווייסן אז יעדע זאך האט א פונקטליכע חשבון מלמעלה, אולי פירט עס השי"ת אזוי, וויבאלד ס'איז נאך דא א בנין נערים סתירה א גרופע פון עסקנים וואס דאס רובא דרובא פון זיי זענען נאך נישט קיין 40 זיי ווילן אוועקשלעפן די געגנט כאילו ס'איז א נייע שטאט געבויט און געגרינדעט דורך זיי און אלעס מיט'ן ציל ס'זאל "נישט זיין קרית יואל", ווער ווייסט ווי אזא געגנט גייט אנקומען, און וואס דאס וועט שאדן מאכן פאר אונזער גאנצע ריזיגע געגנט ארום און ארום אלע עקן קרית יואל?? אזויווי טאקע אונזער מר. @פרייליך פראבירט טאקע אויך א גאנצן צייט צו אהערשטעלן די עקסטערע שטאט בלומינגראוו,
אט די אחדות אין עוד מלבדו אגענדא, איז באמת א סכנה פאר יהדות, די מציאות איז אז ב"ה וואס א טאג ס'גייט אדורך אלס שטערקער קומען אריין די גרויסע סאטמארע קהילות אינעם געגנט, זיי בויען שולן, מקואות, בויען א כוח הרבנות וואס ווערט געפירט פון צענטראל קרית יואל און נעמט ארום די גאנצע עיר הגדולה לאלוקים רבתי עם אונזער הייליגע שטאט קרית יואל,
נו אפשר דערפאר פירט השי"ת אט די אלע סטאפס, אולי איז עס כוחו של אותו זקן רביה"ק זי"ע וואס וויל אז מען זאל בלויז בויען ווען די סאטמארע קהילות וועלן שוין זיין פולשטענדיג אין קאנטראל, און נישט ס'זאל ווערן אן אגודה שטאט, למורת רוח פונ'ם הייליגן מייסד העיר.
מיר ווייסן דאך אז דער רבי זי"ע האט געהאט אן אויסטערלישע סייעתא דשמיא, נו, אפשר וויל השי"ת ראטעווען זיין שטאט, און מען וועט בלויז קענען בויען ווען די רוחניות'דיגע קהלה'דיגע קרית יואל'ער סטרוקטור וועט זיין גענוג שטארק?
ווער ווייסט.