רבותי מיר וועלן בענטשן האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 05, 2024 7:49 pm
מייסד העיר:
אן אינטרעסאנטע דעמאגראפישע פונקט איבער אונזער געגנט, ס'זענען דא געוויסע שטעטלעך וואס האבן זיך געגרינדעט ווי דער עולם האט נישט געוואלט ארויסגיין, די מייסדי העיר אידן עסקנים מיט א ווארים הארץ האבן זיך אוועקגעגעבן און געארבעט גאר שווער, ציצירעדן מענטשן צו מאכן דעם שווערן באשלוס, זיך אויפהייבן מיט די גאנצע האב און גוטס פון די אלט געזעסענע באקוועמע קאמפארט זאנע, און גיין וואוינען אין ארץ לא זרועה כדי צו מייסד זיין א נייע ישוב, דאס איז געוועהן אין זשערסי סיטי, בלומינגבורג (קרית יטב לב), קאסא גראנדא, טעמפא, יעצט ארבעט מען אויף לעיק פראנט, באלטימאר.
אין אט די אלע פלעצער ארבעטן די מייסדי העיר ביטער שווער אהערצושטעלן גראסערי, מוסדות התורה, בתי מדרשים, מקואות טהרה, וויבאלד ס'איז אן ארץ לא זרועה במלוא מובן המילה.
די פראבלעם פון די אלע גענטער איז אז וויבאלד דער עולם איז עגקומען אויף די אינציאטיוו פון עסקנים/קהלה קען עס שנעל ווערן אומבאטעמט פאר'ן יחיד וואס וויל האבן זיין פריוואטע לעבן אן דארפן זיין אונטער די הערשאפט פון עסקנים.
מיר ווייסן נישט וויפל מיר דארפן דאנקען השי"ת אז אונזער געגנט האט זיך נישט געגרינדעט דורך קיין מייסדי העיר, נאר יעדער יחיד האט זיך געמאכט זיין אייגענע החלטה, געקויפט אן הייזקעלע מיט א שיינע לאט, און פשוט אנגעהויבן לעבן במנוחה און דינען השי"ת מתוך הרחבת הדעת.
די הייזער אין אונזער הערליכע געגנט זענען געלאפן ווי פון זיך אליין, ווער געדענקט נאך די תקופה פון קאוויד, יעדע הייזקעלע וואס איז נאר ארויפגעקומען אויף די מארקעט איז גלייך אויסגעגאנגען, און דאס אלעס נאך אונטער די גוישע ווילעזש, און די נייע איינוואוינער זענען איינגעגאנגען דערויף טראץ די ביסל אומאנגענעמליכקייטן וואס א גוישע ווילעזש ברענגט מיט זיך, אבער, די פריוואטע שיינע הויז, דאס לעבן אין שויס פון נאטור וועגט אלעס איבער.
דאס איז די שיינקייט פון אונזער געגנט אז ס'איז געבויט געווארן דורך יחידים, ס'איז נישט דא קיין "מייסדי העיר" יעדער האט זיך געקויפט זיין אייגענע הייזקעלע אויף זיין אייגענע האנט, זיין אייגענע קאסט, זיין אייגענע אינציאטיווע, די ציבור וואס האט זיך אהערגעצויגן האט פשוט אויסגעברייטערט קרית יואל און מען האט ווייטער ממשיך געוועהן מיט די מוסדות התורה פון צענטער קרית יואל,
אלע זענען געבליבן חברי הקהלה פון זייער ארגינאלע קהלה אין קרית יואל, געניצט ווייטער די אלטע סטאר'ס, און פשוט גענאסן פון די רואיגקייט און שלוות הנפש וואס די שטילע גאסן דאהי שטעלן צו..
הערשט נאך עטליכע יאר, אין א תקופה ווען א הויז איז שוין נישט געבליבן שטיין אויף די מארקעט מער ווי עטליכע טעג, הערשט דאן האבן אידן געווינען די ווילעזש וואלן, וואס דאס איז ממש א סייעתא דשמיא און א מתנה פון השי"ת אז
קיין שום חשוב'ער עסקן איז נישט "אונזער מייסד" יעדער יחיד קען געניסן פון זיין פריוואטע רואיגקייט בלויז אונטער אונזער הייליגער מייסד העיר רביה"ק מסאטמאר זי"ע.