הכנה דרבה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 1:06 pm
ענותן האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 07, 2024 8:59 pm
לקדש שם שמים האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 07, 2024 8:54 pm
וואו זעסטו אז עס איז קעגן מהר"א
גארנישט קעגן מהר"א ח"ו איך זאג נאר אויב איינער קען טוען איז עס זייער רב.
זיי מסביר פונקטליך וואס די רב אדער קהילה קען דא טוהן?!
אויב עפעס ברענגט די פאסירונגען אויף פראגען איבער די סטעיטמענטס וואס מ'שרייט שוין יארן אז אין ק"י איז דא א הנהגה מיט א כח, און ס'נישט קיין שטח הפקר וואו יעדער פאדארבענע עלעמענט קען קומען טוהן מה שלבו חפץ וכו'
פארוואס גיבט זיך נישט די כח ההנהגה אפ מיט אזעלכע ענינים ווי טראקס מיט בילדער און הפגנות פון פרויען???
ראשית כל א הנהגה אויף א פלאץ איז זייער א שטארקע און וויכטיגע זאך
ווען נישט די הנהגה אין קרית יואל וואלט קרית יואל געשטאמנען אסאך אסאך נידריגער, נאר די מציאות איז אז דא קען מען גארנישט טוהן אויף א אפענע וועג וויבאלד דא רעדט מען פון א זאך וואס איז פארוויקעלט אין א משפחה מחלוקה ממילא וויל מען נישט נעמען א צד אין די מחלוקה, יעצט עס גיין אפשטעלן אויף א אפענע וועג איז אויך נישט שייך וויבאלד לעגאל איז גארנישט ראנג דערמיט, ממילא איז די איינציגסטע וועג געווען טערארעזירן די שקצים אז עס זאל זיך זיי נישט גלוסטן צו קומען
בנוגע ר' חיים הערש ווייס איך נישט וואס די מעשה איז אבער עס קען זיין אז ער קען האבן א השפעה אויף די בני משפחה, און עס קען זיין אז ער האט שוין פרובירט און עס איז נישט געגאנגען אבער צו זאגן אז די הנהגה איז גארנישט איז לעכערליך און אבסורד, די מציאות איז אז אין מאנסי זענען זיי אויך געווען און מ'האט נישט געהערט אז דארט זאל זיין עפעס מחאות דערקעגן, און די סבה איז נישט ווייל דארט זענען נישט דא קיין ערליכע אידן , נאר די סבה איז ווייל דארט איז דא אסאך אסאך שוואכע חברה וואס האבן נישט קיין פראבלעם דערמיט ממילא איז די אוויר נישט אזוי ווארעם קעגן אזעלכע פרצות
ס"ה בנוגע די הנהגה אין קרית יואל: עס קען זיין אז ווען רבינו שליט"א וואלט געווען אין שטאט וואלט עס זיך נישט אזוי לאנג פארצויגן, אבער אפילו ווען נישט האט די הנהגה אין שטאט אוועק געשטעלט און האלט ווייטער די אטמאסטער אין די שטאט אויף א ווארימע טעמפעראטור אז אזעלכע זאכן ווערן נישט טעלארירט און אזעלכע מענטשן פילן זיך נישט די פלאץ דא
דרך אגב לאמיר נישט רעדן בנוגע די מציאות, אבער וויאזוי וואלט איר געוואלט אז די שטאט וואס רביה"ק האט מייסד געווען זאל זיך פירן, מיט א הנהגה אדער אן א הנהגה?