טראמפ'ס קאנדידאטור

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1594
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 3386

טראמפ'ס קאנדידאטור

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

קודם נאכאמאל א שכוח פאר די נייע סייט

אלס א גרויסע געוועזענע טראמפ שטיצער... און א געווארענע מתנגד צוליב זיין אויפפירונג זייט ער האט פארלוירן צו ביידען, איז מיר גאר גאר אינטערסאנט וואס אין די לעצטע פאר חדשים איז ער געווארן עטוואס צוריק נארמאל. למשל די וואך ביי די עווענט מיט די חרדישע עסקנים, האט ער גערעדט אינגאנצן אנדערש ווי ערק האט גערעדט ווען ר' שלום ווייס איז געווען ביי אים מיט ר' ברוך מרדכי מארקאוויטש. ממש צוויי אנדערע שפראכן.

אלזא, איך פערזענליך גיי נאכאלס ענדערש פאר דעסענטיס, אבער איך בין נייגעריג אויף א עכטע אנאליז אויף טראמפ! ווען איז ער "עכט"?! ווען ער איז נארמאל? און ווען ער איז משוגע, מאכט ער זיך? אויב אזוי פארוואס טוט ער אזוי נאריש... אלא מאי איז ער עכט משוגע, און ווען ער איז נארמאל מאכט ער זיך... איז מיר ווייטער שווער: וויאזוי קען זיך א משוגענער מאכן?!...

הפנים, ער איז מיסטעריעז, וויפיל איך קוק אים נאך האב איך נאכנישט קיין עכטע קלארע אנאליז!
אוועיטער
רואיגער
מנהל המערכת
פאוסטס: 30
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 02, 2023 3:29 pm
x 22

Re: טראמפ'ס קאנדידאטור

פאוסט דורך רואיגער »

מיסטריעז ארויף, מיסטריעז אראפ.

אינטער טראפ איז געווען פיר גוטע יאר, איך זע נישט פארוואס נאך פיר יאר אינטער אים זאל זיין אנדירש.

ער איז אלטס געווען א בעבי און א אטענציע זיכער, דא האט ער עס נאר אויסגעבראכן אויף א גרעסערע פארנעם ממילה מיינסטו אז ער האט זיך עפעס געטוישט. אלזא, איך וואויט נאכמאל טראמפ אי״ה.
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 797
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 892

Re: טראמפ'ס קאנדידאטור

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

ס'קלאר געווען 4 גוטע יארן. אבער דעסענטיס קען דאס נישט דעליווערן, אן די סייד אפעקט פון טראגן א משוגענע פנים?

איך בין גאר גאר איינשטימיג מיט @Azoi Tzi Zugen
נחום
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:33 pm
x 10

Re: טראמפ'ס קאנדידאטור

פאוסט דורך נחום »

מתחילה האב איך געזוכט צו דראפן טראמפ נאך די 20 עלעקשאנס און נאכמער נאך די 22 עלעקשאנס און איך האף נאך אלס אז א צווייטער זאל זיין די פארטייס נאמעני אבער פאקט בלייבט אז טראמפ גייט זיין די נאמעני דא איז נישטא קיין ברירה נאר שלום מאכן מיטן מצב און ארויפשפרינגען אויפן וואגן.

טראמפ2024
אוועיטער
טיפער ווי טיף
פרישער באניצער
פאוסטס: 73
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:12 pm
x 39

Re: טראמפ'ס קאנדידאטור

פאוסט דורך טיפער ווי טיף »

@Azoi Tzi Zugen
כ'האב גארנישט געהערט פון די עווענט פון טראמפ מיט היימישע אידן

ברוך מרדכי מארקאוויטש איז מחסידי סאטמאר?

להערה בעלמא ס'איז א שאד די ענגלישע ניק נעמען. וואס זאגן די @מנהלים
אוועיטער
שכל הישר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 138
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:54 pm
x 67

Re: טראמפ'ס קאנדידאטור

פאוסט דורך שכל הישר »

@Azoi Tzi Zugen אפשר בוסטו מסביר וואס הייסט ער האט זיך אויפגעפירט אנדערש?
וועלגערערס צום טיש
פרישער באניצער
פאוסטס: 39
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 4:55 pm
x 7

Re: טראמפ'ס קאנדידאטור

פאוסט דורך וועלגערערס צום טיש »

טיפער ווי טיף האט געשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:43 pm להערה בעלמא ס'איז א שאד די ענגלישע ניק נעמען. וואס זאגן די @מנהלים
גא"מ לדעתי זאל מען נישט אננעמען ענגלישע נעמען, עס האט אן אום-חן
נישט אפעלירט מיט די קארטעלן פון מעקסיקא.
נחום
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:33 pm
x 10

Re: טראמפ'ס קאנדידאטור

פאוסט דורך נחום »

טיפער ווי טיף האט געשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:43 pm @Azoi Tzi Zugen
כ'האב גארנישט געהערט פון די עווענט פון טראמפ מיט היימישע אידן

ברוך מרדכי מארקאוויטש איז מחסידי סאטמאר?

להערה בעלמא ס'איז א שאד די ענגלישע ניק נעמען. וואס זאגן די @מנהלים
טראמפ האט געהאט אן עווענט מיט היימישע יודן אין ניו דזשערסי וואו מ'האט אים געשאנקן א קרוין (כתר תורה) אלס מתנה.

ברוך מרדכי מארקאוויטש איז א סאטמארע איד פון קרית יואל א חבר מיט ר' שלום ווייס וועם טראמפ האט פארדענירט, זיי זענען געווען צונעזאם אויף א באזוך ביי טראמפ אין מאר-א-לאגא זיך צו באדאנקן און טראמפ האט זיך פאר זיי אפגערעדט פארוואס די אידישע קאמיונעטי אין אמעריקע האט אים אזוי שוואך געשטיצט אין 20 (ער האט בעיסיקלי געמאכט א טשולענט פון די ארטאדאקסישע מיט די פרייע אידן).

אבער יעצט ביי די עווענט אין ניו דזשערסי זעהט אויס אז ער שוין געווארן אויפגעקלערט די חילוק פון היימישע מיט פרייע אידן און ער האט זיך בארימט אז ער האט באקומען כמעט 100 פראצענט פון די היימישע עולם.
נחום
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 111
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:33 pm
x 10

Re: טראמפ'ס קאנדידאטור

פאוסט דורך נחום »

דאן דזשוניער זאגט אז אויב די האנטער לעפטאפ פרשה וואלט געווען מיט אים וואלט זיין טאטע אים פארשיקט קיין גיטמאו (וואו מ'פלעגט פייניגען טערעריסטן).
אוועיטער
אינגערמאן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 123
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:06 pm
x 53

Re: טראמפ'ס קאנדידאטור

פאוסט דורך אינגערמאן »

טראמפ האט אויסעגלויבט עטליכע פון זיינע קעגנער אן דערמאנען זייער נאמען, ער האט געזאגט אז ער טראכט אפילו פון נעמען איינעם פאר זיין וויצע און אנדערע פאר קאבינעט מיטגלידער.

מען שפעקולירט אז ער רעדט בעיקר פון ראמאסוואמי און טים סקאט.

ער האט צוגעלייגט אז עטליכע האבן אים אפילו גערופן בעטן א פאזיציע אבער ער גייט נישט זאגן זייער נאמען בכדאי זיי נישט צו פארשעמען.
שמוליק
פרישער באניצער
פאוסטס: 48
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 7:43 am
x 5

Re: טראמפ'ס קאנדידאטור

פאוסט דורך שמוליק »

אינגערמאן האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 9:22 am טראמפ האט אויסעגלויבט עטליכע פון זיינע קעגנער אן דערמאנען זייער נאמען, ער האט געזאגט אז ער טראכט אפילו פון נעמען איינעם פאר זיין וויצע און אנדערע פאר קאבינעט מיטגלידער.

מען שפעקולירט אז ער רעדט בעיקר פון ראמאסוואמי און טים סקאט.

ער האט צוגעלייגט אז עטליכע האבן אים אפילו גערופן בעטן א פאזיציע אבער ער גייט נישט זאגן זייער נאמען בכדאי זיי נישט צו פארשעמען.
נאופס טראמפ איז נישט איינער וואס האט א פראבלעם צו פארשעמען א צווייטען, #ערמיינטנארזיך
אוועיטער
העלדיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 267
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:10 pm
x 538

Re: טראמפ'ס קאנדידאטור

פאוסט דורך העלדיש »

נחום האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:07 pm דאן דזשוניער זאגט אז אויב די האנטער לעפטאפ פרשה וואלט געווען מיט אים וואלט זיין טאטע אים פארשיקט קיין גיטמאו (וואו מ'פלעגט פייניגען טערעריסטן).
ס'איז לכאורה אמת.
אוועיטער
ווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1813
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:26 pm
x 3514

Re: טראמפ'ס קאנדידאטור

פאוסט דורך ווער »

ברעקינג: טראמפ צוריק אויף טוויטער
געוועזענער פרעזידענט געפאוסט ערשטע טוויט אויף עקס (טוויטער) זינט ער איז געווארן אויסגעשפארט
טראמפ האט געפאוסט זיין מאגשאט אויף עקס (טוויטער), דאס איז די ערשטע פאוסט זייט מען האט אפגעשפארט זיין אקאונט נאך די יאנואר 6 אומרוען.
שרייב פאוסט