דאס איז א טיפיקל "בלומינג גראוו באחדות" סטייל ספין, א גוטע עקזעמפל פאר איינער וואס וויל פארשטיין פארוואס דער ציבור פילט אזוי ציטרויטן פון די גאנצע ווערטשאפט, מען האט דא פאבריצירט א שקר באשמוצט א איד אלעס וויבאלד ער גייט נישט אין "שפאן", און דאס איז די מהלך כסדר אזוי דיעלט מען די סארט "פראבלעמען" אין אונזער געגנט פון די מענטשן וואס ווילן ווייטער לעבן פריוואט, אדער בלייבן ערליך און ציגעבינדן צו זייערע קהילות קדושות.בלומען האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 07, 2024 6:37 pm און אויב רעדסטו פון ריעלטארס, יאפ, לעצטנס האט זיך אנגעזעהן די פאלשקייט פון א געוויסע פירמע (די איינציגסטע מיט די שכונה אגענדא דא) ווען דייקא זיי האבן אריינגעלייגט א גאנצע מעקסיקאנע געמיינדע און א הויז, א זאך וואס קיינער וואגט זיך שוין נישט צו טון די לעצטע יאר-צוויי, בעיקר זינט ס'איז ארויסגעקומען די שארפע בריוו פון אלע רבני העיר חוץ איינס, פילע לענדלארדס האבן שוין פארלוירן געלט מיט מסירות נפש, דורכ'ן זיך פאלגן די דעת תורה און האבן געפיל צו די געגנט וואס וועט זיי פאטענציאל רייך מאכן.
און עגעין, אויב איינער קען זיך דאס נישט ערלויבן, איז ער מכובד צו פארקויפן ס'הויז ווייטער
און אגב סאורסעס ווייסן צו פארציילן אז דאס אריינגלייגן גוים יעצט דארט איז א חלק פון א פארברייטערטן סקיעם דורך די זעלבע כת וואס איז פארנומען זיך גאר שטארק צו זארגן אויף די רוחניות און גשמיות פונעם שטאט די לעצטע שטיק צייט.
ימים ידברו
יאפ איך האב אויך געהערט מען זאגט אויף א געוויסע ריעלטי אזעלכע השמצות, איך האב זיך נישט געפוילט און גערופן דעם בעל הבית און אים געפרעגט איז אמת אז דו פארידנגסט אינעם הייליגן רבינ'ס שטאט דירות פאר גוים, דערציילט ער מיר ער האט א דירה וואס ער איז געשטאנען ליידיג דערמיט 6 חדשים און אריינגעלייגט אומגעהויערע כוחות עס צו פארדינגען פאר אן איד, צום סוף נאך אזויפיל לאנגע חדשים האט ער ענדליך געטראפן א איד וואס גיבט אים מיט 1000$ ווייניגער ווי א גוי וואלט אים געגעבן אלעס מיט מסירת נפש אבי צו האלטן א איד, און אזא מסירת נפש איד זאל מען אזוי באשמוצן?
ס'איז שווער מסביר צו זיין וואס עס מיינט פאר א לענדלארד וואס באצאלט מארגעזש און זיין הויז שטייט אים ליידיג בו בזמן וואס פאר א גוי האט ער גלייך א טענענט, און דאס זעלבע די געפיל פון א לענדלארד וואס פארלירט טויזנט דאלער א חודש פאר מסירת נפש.
@בלומען בעפאר דו האסט ארויסגעלאזט דיין ספין האסטו פראבירט צו רופן די אפיס פון דעם ריעלטי צו מברר צו זיין די פאקטן?! אלס איינער וואס שטעלט זיך אהער ער טוט אפיציעל פאר'ן ציבור האסטו נישט די מינימום אחריות בעפאר'ן באשמוצן א בעל מסירת נפש צו מאכן די מינימום ריסורטש, אזוי גרינג ארויסשיקן ביליגע קאנספיראציעס כלשונך:
און אגב סאורסעס ווייסן צו פארציילן אז דאס אריינגלייגן גוים יעצט דארט איז א חלק פון א פארברייטערטן סקיעם דורך די זעלבע כת וואס איז פארנומען זיך גאר שטארק צו זארגן אויף די רוחניות און גשמיות פונעם שטאט די לעצטע שטיק צייט.
דיינע סורסעס זענען די זעלבע סורסעס וואס ווייסן צו זאגן "פירסט הענד" אז ביל געיטס וויל אויסשחט'ן די וועלטס באפעלקערונג?