מי שראה פניו בחלום - מיין חלום מיט אליהו הנביא

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3030
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8840

מי שראה פניו בחלום - מיין חלום מיט אליהו הנביא

פאוסט דורך פופציגער »

אן אלטע מעשה, אבער נישט אנגעקומען ארויפצושטעלן ביז יעצט.

געווען איז דאס פארלאפענעם ליל יום הקדוש פאר כל נדרי, דער ציבור שטייט איינגעוויקלט אין די טליתים, דער גערוך פון קיטלעך מיט טאביק פולט אן די לופט, און שטילע מורמלערייען הערט זיך אין ביהמ"ד.

זיצנדיג אויף די הינטערשטע באנק ביי אונז אין ביהמ"ד, האבן מיר מיטאמאל באמערקט א גאר אינטערסאנטע זאך. די טיר מאכט זיך אויף און עס קומט אריין א איד, וואס האט באלד געצויגן מיין אויג, און די אויגן פון אלע ארומיגע.

דער איד וואקט אריין אין ביהמ"ד דורכגעווייקט נאס פונעם רעגן וואס גייט אינדרויסן, זיינע ברילן פול מיט אזעלכע קליינע טראפעלעך וואס ערלויבן נישט ארויסצוקוקן אפילו אביסל, ער טראגט א דינע טיש בעקישע, בלויזע זאקן, אָן א הוט אדער שטריימל, האלט נישט קיין מחזור אין די האנט, און שטעלט זיך גראד ווי א שטעקן ביים שאנק.

ער געבט זיך נישט קיין איבריגע ריר, וואסער רינט פון זיינע דיקע פאות אויף די אויערן און פון זיינע היבש לאנגע האר, און נאך אפאר מינוט איז געווען א וואסער רינג ארום זיינע פיס אראפטראפנדיג נאכאנאנד פון די זוימען פון זיין בעקיטשע צו דער ערד, אבער דער בחור רירט זיך נישט.

איינער פון די ארומיגע האט ממש אנגעהויבן פאניקן... דאס איז געווען צו פארדעכטיגט אין זיינע אויגן, און ער האט שוין געזען אין פאנטאזיע ווי דער אידל ציט ארויס פון טאש א קעי דזשי בי בעדזש און טראגט אים קיין סיביר געשמידעט אין קייטן צו די הילכיגע געוויינערייען פון זיין ווייב און קינדער ( - - העי! יענער האט נאר איין קינד!)

אנדערע האבן שוין אנגעהויבן וועבן גאנצעטע געשיכטעס אז דער בחור איז א תינוק שנשבה, א קינד וואס איז אויפגעוואקסן ביי גוים דא אין א דערנעבנדיגע געגנט, און נעכטן נאכט איז אים זיין טאטע געקומען אין חלום בעמוד הענן און געזאגט "מיין קינד-ד-דינד-ינד-ינד... (דריי ארויף די עקאו) מאר-אר-אר-גן-ן-ן-ן.... איז יום כיפור... זע צו טון א טובה פאר מיין נשמה בעולם העליון... גיי צום נ.." - - - - נא אקעי, קיינער איניש נייגעריג אינעם גאנצן חלום. באדעם ליין, ער קערט זיך יעצט צוריק צו אידישקייט דא פארנט פון אונזערע אויגן.

דער חבר מיינער וואס גלייבט קאנספיראציעס ווי ער וואלט עס אליינס בייגעוואוינט, דער וואס געבט נישט קיין וואקסינען און לאזט נישט זיינע קינדער עסן היינטיגע פרוכט, ער האט שוין גראד געהאט א שטודיע אז דאס איז א לעבעדיגע יו עף או. אקעי.

אזוי זענען געקומען שפעקולאציעס איינס איבער'ן צווייטן, פון אן ארעסטאנט וואס האלט יעצט אינמיטן אפיאפעצן פון טורמע און מאכט א סטאפ צו פראווען יום הקדוש, א שפיאן פון כאמאס אדער יאפעד, ביז א גוי אינמיטן דעם גיור פראצעדור, אדער סתם אן ארימער היימלאזער אידל וואס וואנדערט פון שטאט צו שטאט און פונקט אויף יום כיפור איז ער אנגעקומען דא.

למעשה ברויך מען זיך שטעלן דאווענען און דער אידל דא האט נישט קיין מחזור. באלד איז אויפגעשפרינגען איינער און געכאפט דעם זכות, לויפנדיג צום שמש זאל אים ברענגען א מחזור און מעט זיך שוין נישט אום שבת גערעדט'ן. יענער האט גע'טענה'ט אז ממה נפשך דארף מען אים מקרב זיין, און ווער ווייסט, אפשר וועט ער יארן ארום פארציילן אין אן אינטערוויו אין מאמענט אז ער איז צוריקגעקומען צום שורש אדאנק דעם מחזור וואס יענער האט אים געקויפט ארויסווייזנדיג אינטערעסע אין זיין מצב.

עפעס א שטיקל זיצ'ל האט מען אים אויך ארלעדיגט, גראדע הארט פארנט פון מיר, אזוי אז איך בין איינגעשפאנט געווארן צו האלטן אן אויג און פארשטייט זיך, אויב ציט ער ארויס א ביקס נעמען באלדיגע עקשאן. נישט קיין פראבלעם, דערוואגן זאל ער זיך, א שפריץ מיט מיין טאביק אין זיינע אויגן וועט אים באלד פארקריפלען ווי א הונקעדיגער סארדינס פישל.

זיין גאנצע באנעמונג איז געווען עפעס אויסערארנטליך. ער האט זיך קוים גערירט, און איך בין נערוועז געווארן בלויז פון זען ווי זיינע ברילן זענען פול מיט רעגן טראפן און ס'רינט אים פון אלע זייטן און ער געבט נישט קיין פליענדן דעקל דערפאר. כ'האב ממש געפילט ווי די נערווירנדע טראפן קלאפן מיר אויפ'ן שטערן.

אזוי איז ער געשטאנען און מיטגעהאלטן אביסל דאס דאווענען, ווען מיטאמאל, ערגעץ אינמיטן מעריב, רוקט ער זיך אוועק פון זיין פלאץ און טראגט ארויס פון ביהמ"ד איבערלאזנדיג זיין מחזור אפן.

קינדער וואס זענען געשטאנען אינדרויסן זענען אריינגעקומען זאגן אז ער איז ארויס אין די גאס רעגן אזוי אן קיין רעגן מאנטל און אן קיין שיך און אראפגעוואקט די גאס מיט א גלאטקייט אינעם רעגן, און ער איז פארשווינדן געווארן פונעם האריזאנט.

דאן האבן זיך אנגעהויבן די ערנסטע אליהו הנביא שפעקולאציעס... דער אינגערמאן איז זיכער נישט קיין צווייטער ווי אליהו הנביא... מיינע שכנים האבן מיר שוין געצימבלט וויאזוי איך גיי באשרייבן דעם באגעגעניש מיט'ן נביא רבי אליהו, און ווי דאס גייט אויפרייסן אויף די וועלט ווען עס גייט ארויסגיין. כמעט האט מיר שוין איינער דארט געוואלט אינטערוויוען אלס דער זשורנאליסט וואס האט געברענגט דעם שטורמישן אויפדעקונג פונעם יאר-הונדערט.

היות דאס איז פארגעקומען ביים דאווענען האבן מיר געוויס נישט געהאט דעם געלעגנהייט צו אויסטוישן א ווארט מיט אים, און נאר נאכן דאווענען האט מען גערעדט דערוועגן, און מיר האבן אינאיינעם באוויינט דאס אז מיר האבן נישט געהאט די געלעגנהייט אים צו נעמען פאר אן אינטערוויו וואס ווער ווייסט ווי ווילד דאס וואלט געקענט גייט וויירעל... עפעס א געשיכטע האט ער אונטער זיך, און זיכער עפעס אינטערסאנט...

ווי גרויס איז געווען אונזער פרייד ווען אויפצומארגנס ביי מוסף האט ער זיך ווידער באוויזן, און דאן האבן מיר אים שוין מכבד געווען מיט א זיץ גראד ביים אריינקומען, און מיין שכן ווינקט מיר איך זאל אים נישט ארויסלאזן דאסמאל אן אים אויספרעגן.

וואס זאלעך אבער טון אז ער איז נאכאמאל ארויסגעלאפן? האביך דאך נישט געוואלט אויסרעדן אינמיטן דאווענען...

דאסמאל זענען אים שוין אפאר אינגעלייט נאכגעגאנגען. נישט הויך געזאגט, האט מען גראדע באמערקט אז יעצט צופרי האט ער זיך מיטגעברענגט שיך אין ביהמ"ד און איבערגעלאזט אינעם קאוט רום...

ביי נעילה איז ער ווידער דא געווען, און ווידער נעלם געווארן.

ביי אונז איז געווען קלאר אז מיר האבן געהאט עפעס א התגלות, נאכנישט קלאר געווען וואס, אבער עפעס נישט ווי געווענליך.

פארוואס פארצייל איך דאס אייך? איך ווייס נישט פונקטליך, אבער אפאר טעג שפעטער האט איינער אידענטיפיצירט דעם אליהו הנביא... נישט קיין אליהו און נישט קיין נביא, סתם א ספעציעלע נשמה'לע וואס איז אריינגעקומען דאווענען און דאן געגאנגען ממשיך זיין אין א צווייטן ביהמ"ד.

מיר זענען געזעסן און שפעקולירט וואס מען קען ארויסנעמען פון דעם געשיכטע... דא האט דאך א ריזן באלון געקראכט פארנט פון אונזערע אויגן...

געבליבן איז אז אט דאס קען מען ארויסלערנען, אז נישט פון אלעם דארף מען ארויסלערנען, און נישט יעדע נארישקייט וואס מען זעט דארף מען אויפבלאזן אין מח ווי א ריזן באלון.

עניוועי, איינער פון די אנוועזנדע האבן גע'טענה'ט אז ווען איך בין ווען לייבוש אדלער פון "שטיבל" מאגאזין וואלט איך געהאט צו שרייבן "מענין לענין" פאר 2 וואכן, ער גלייכט אזעלכע געשיכטעס וואס זענען באגלייט מיט דראמא און ענדיגן זיך פלעין נישט. סא וואס בין איך שולדיג אז שטיבל וויל מיר נישט געבן קיין קאלום? שרייב איך עס דא אויף אידטיש.

הצלחה מיט שמחה.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6662
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 15377

Re: מי שראה פניו בחלום - מיין חלום מיט אליהו הנביא

פאוסט דורך דער תהלים איד »

וואס נעם איך ארויס פון @פופציגער?

בלויז א פופציגער. גארנישט מער. ער לאזט נישט אויפבלאזן. :lol:
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1549
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 2483

Re: מי שראה פניו בחלום - מיין חלום מיט אליהו הנביא

פאוסט דורך טיפע טאשן »

@פופציגער איך נעם ארויס פון דיינע ארטיקלען צו צולייגן קאפ צו וואס פאסירט ארום מיר...

פיינע ארטיקל
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
פארפאלענער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 998
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1614

Re: מי שראה פניו בחלום - מיין חלום מיט אליהו הנביא

פאוסט דורך פארפאלענער »

@פופציגער שרייבסט פיין,

בלויז אן הערה מען לייגט נישט ארויף קיין ארטיקל 2 אזייגער ביינאכט נאכדעם ווערט עס פארוואסערט,
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
אוועיטער
אחת למעלה
חבר המערכת
פאוסטס: 141
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 10:55 pm
x 326

Re: מי שראה פניו בחלום - מיין חלום מיט אליהו הנביא

פאוסט דורך אחת למעלה »

:lol:

צופראסקטע סארדין דו. וואס רעגט מיר אויף איז דיין מיסיס האסקעל... ברויך נישט אריין קומען בכלל. פיניש מיט דיין ארטיקל און שוין. ברויכסט נישט אפירזוכן עפעס א גימטרי' וואס זאל זיין א מיסיס האסקעל...

וואטעווער. ס'וואויל געווען צו ליינען פון דיר!
שרייב פאוסט