צווייטער האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 15, 2024 12:59 am
(אגב, אפאר יאר צוריק ווען ס'האט זיך אנגעהויבן רודערן איבער די נושא, איז געווען א שיינע חצי שיעור פון ר' שאול קליין אויף קו''מ, ווי ער האט שיין מסביר געווען די נושא פון זיין קוק ווינקל, איך ווייס נישט אויב היינט קען ער עס נאך זאגן, מ'דארף אפירזיכן וועלכע נומער שיעור דאס איז און פארשפרייטן)
האב איך עס אפירגעזיכט, חצי שיעור 78 און נאכמער 79, ר' שאול איז א אינטעליגענטער מענטש און קען נישט באשולדיגט ווערן אין עקסטרעמיזם
הערט וואס ער זאגט, (פון זיין קוק ווינקל איז דער גורם 9/11, אבער ס'איז סאך טיפער. איך שיהי' זענען די מסקנות די זעלבע)

פרשה, יאר?
לינק?
וארא - בא תשע''ט, כ'האב נישט קיין לינק, קענסט רופן קול מבשר 391
גוט צו וויסן אין אלגעמיין, זייער אסאך פון די האר אויפשטעלנדע באריכטן, און יא, אפילו מיט בילדער, זענען דורכאויס פאלש!
נאכמער, איך ווייס פון א פאל ווען איינער אן עקסטרעמיסט איז אריין צו איינער פון די פראמינענטע מנהיגי הדור און זאגאר געוויזן דעם ביכל וואו ס’שטייט אנגעבליך כפירה! ער האט נאר נישט געוואוסט אז דער רבי קען א גוטן ענגליש, און ס’האצעך געענדיגט מיט שווערע בזיונות...
סא יא... פאר דו שרייסט, זיי אזוי גוט און גיי אליינס אראפ אין חדר קוקן די בוקס!
נאך איין פיצי נקודה... אויב אין איין בוק שטייט נישט דערמאנט דעם אויבערשטן איז נישט פשט אז מרייסט ארויס דעם אויבערשטן פון אונזער חינוך... דער בוק ווערט גענוצט מערסטנס צוויי אהאלב שעה א וואך בסך הכל...
ווען איך בין געווען אין חדר און מהאט געלערנט "the brown fox ran to the van" איז נישט געשטאנען "the brown fox ran besiata dishmaya to the van "
מאטאווירט האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 16, 2024 8:59 pm

אויף דיין צווייטע חלק, נאך אנדערע האבן דאס ארויפגעברענגט דא אויב מוז מען טאקע אריין לייגען שם שמים איבעראל אפי' אין לימודי חול. מען קען דן זיין.
די נושא דא איז כלל נישט דאס. דא האט מען אנגעבליך גענומען ביכער וואס מען האט געניצט ביז היינט, און איז געווען געשריבען מיט די ביז היינטיגע מהלך פון שרייבען ביכער, און מען האט דאס צענזורירט. וואס אויב זאל דאס זיין אמת איז דאס א הימעל שרייענדע עולה. און גרעניצט זיך מיט מינות וכפירה. נישט שרייבען דעם שם שמים/שבת וכדו', איז אינו דומה צו מוחק זיין את השם...
יעצט איך זאג נישט אז דאס איז די מציאות, איך האב בסך הכל געפענט אן אשכול לדעת מה ועל מה זה. אויב איז דאס אמת אדער נישט.
מאטאווירט האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 16, 2024 8:59 pm
גוט צו וויסן אין אלגעמיין, זייער אסאך פון די האר אויפשטעלנדע באריכטן, און יא, אפילו מיט בילדער, זענען דורכאויס פאלש!
נאכמער, איך ווייס פון א פאל ווען איינער אן עקסטרעמיסט איז אריין צו איינער פון די פראמינענטע מנהיגי הדור און זאגאר געוויזן דעם ביכל וואו ס’שטייט אנגעבליך כפירה! ער האט נאר נישט געוואוסט אז דער רבי קען א גוטן ענגליש, און ס’האצעך געענדיגט מיט שווערע בזיונות...
סא יא... פאר דו שרייסט, זיי אזוי גוט און גיי אליינס אראפ אין חדר קוקן די בוקס!
נאך איין פיצי נקודה... אויב אין איין בוק שטייט נישט דערמאנט דעם אויבערשטן איז נישט פשט אז מרייסט ארויס דעם אויבערשטן פון אונזער חינוך... דער בוק ווערט גענוצט מערסטנס צוויי אהאלב שעה א וואך בסך הכל...
ווען איך בין געווען אין חדר און מהאט געלערנט "the brown fox ran to the van" איז נישט געשטאנען "the brown fox ran besiata dishmaya to the van "
איך גלייב אויך נישט די שקרים , אבער אין נישט וויטן עבר האט מען פארקויפט אויף היימישע מוסדות אין אר"י אקוראט די זעלבע מעשיות די שאלה איז צו דארט איז דאס די זעלבע שקרים אדער דארט איז יא דא עפעס אמת דערין
אז מ'רעדט שוין פון א"י, ווייסט איינער וואס איז די לימודים אויף וואס מ'האט געוויינט אז מ'לערנט אין היימישע מודות אין א"י, ווי 'ליבה' ועוד, איז עס נישט ענליכע זאכן צו די לימודים אויף וואס מ'שרייט יעצט?
אין סאטמאר מהרי"י ביי ענגליש (כ'מיין 8טע קלאס) האט מען געגעבן (איך האב עס אויף אימעיל אבער קען עס נישט יעצט טרעפן) א צעטל און פון אויבן איז געשטאנען אז די מיידלעך זאלן שרייבן די פרא'ס און קאנ'ס פון 4 זאכן, איינס פון דעם איז געשטאנען רעליגיע! די ווילסט דיין טאכטער זאל טראכטן און שרייבן די מעלות און חסרונות פון רעליגיע??
איך בין נאך געווען סקעפטיש אויב דאס איז א אמת'ע צעטל ביז מיין ב"ב האט באקומען א קאל פון א פרענד לעצטע יאר אויפגעשוידערט אז איר טאכטער האט אהיימגעברענגט אקוראט די זעלבע צעטיל און זי האט געקאלט די פרינציפעל פרעגן היתכן!!!
דאס איז חוץ סתם ליבעראלע שטותים וואס מען פיטערט די מיידלעך פון גלאבעל ווארמינג וכדומה, 1 טיטשער האט נאך צוגעלייגט אז מען זעהט פון די תורה אז מען קען קליא לייגן די ערד פון נח אז השחית כל בשר מיט נאך שטותים, איי געס זי האט עס געוואלט פארהייליגן..
אויך האט מען געלערנט 3טע קלאס ענגליש אז פאר די וועלט איז באשאפן איז געווען גרויסע באבלס וכו, שמעקט פון שיטת עוואלושען.
און נישט פארגעסן צו שרייען איך בין א שקרן, בעל דמיון און א עקסטרעמיסט , די אויבענדערמאנטע איז 100 פראצענט אמת צו איר גלייכט עס צו נישט, פרעגט אייער טאכטער און קוקט די ביכער.
ווי דער עולם האט שוין קאמענטירט, דאס זענען אלטע ביכער שערוריות. בשעתו האט עס נישט צו שטארק אויפגעפיקט, הכל תלוי במזל אפילו ס"ת שבהיכל
די פראבלעמען און עקסטרעמיסטן / מעוררים זענען שוין געווען 20 30 יאר צוריק, נאר עס דארף זיך מאכן א איתערותא דלתתא דער ציבור זאל זיך צוכאפן דערצו, ואבוהון דכולהו איז טאקע דער סקול דיסטריקט פון קרית יואל וואס די מתירים האבן מחדש געווען דעם יסוד פון לערנען אידישקייט אלס 'העריטעזש' אנשטאט אלס יהדות און ציווי ה', און כמובן זענען געווען מעוררים דערוועגן, אבער די טענות איז געפאלן אויף אפענע אויערן ביי א גרויסער ציבור (דאן באקאנט אלס 'מתנגדים' און שפעטער ביי מהרי"י) וואס איז שוין סיי ווי געווען אנגעווייטאגט און אנגעבלאזן אויף די דאמאלסדיגע הנהגה אין סאטמאר צוליב אסאך אנדערע פרשיות, און דאס זעלבע איז איצט ווען די עקסטרעמיסטן געפונען אפענע אויערן ביי די אנטי וואקסין קערנדל, ווי אויך א א מער ברייטערער טייל עולם וואס איז אנגעווייטאגט צוליב די רעסטריקשאנס ביי קאוויד / אדער אנטי דעמאקראטן - פרא טראמפ.
דאס איז אלעס די סאציאלאגישע חלק שבו. לגוף הדבר, אן אריינגיין אויב עס איז אפשר מותר אדער גאר 'יותר' מיהרג ואל יעבור (פאר ווער עס געדענקט), איז פשוט מבהיל על הרעיון און מורא'דיג אומפארשטענדליך וועלכער איד אשר בשם ישראל יכונה האט זיך געטרויט צו אראפ זעצן און טון אזא סארט ארבעט צו צענזורירן דעם אייבערשטן פון די ביכער ר"ל. בעיסיקלי א "דר. בערנאדא" ארבעט דורך היימישע פרומע חסידישע אידן שומרי תומ"צ.
די תירוץ אויף דעם איז פשוטער פון פשוט, סאיז ריין שקר!
און סאטמאר מהר"יי גיבט מען נישט אזעלכע בוקס, דער וואס האט צוזאמגעשטעלט די קונטרס איז א שקרן די זעלבער וואס האט זיך איינגעבראכן און די בניני המוסדות גנבענן ביכער, און גארנישט געפינען ראנג.
זייט נישט אזוי באזארגט.
אגב די בוקס קומט בכלל נישט דא אריין האט קיין שום שייכות מיט די פעטוועיס יעצט, סאיז פשוט פאר די בוק פאנדינג געווען די שערורייה אפאר יאר צוריק
איך פארשטיי נישט די תירוץ דא. ווער האט געפרעגט בנוגע סאטמאר מהר''יי? פארוואס מוז יעדע נושא דא ווערן אריינגעשלעפט אין סאטמארע פאליטיק?
אויב זענען די אויסצוגען פון די ביכער אמת, איז עס אן עולה אין באבוב אדער בעלזא אויך. וואו קומט אריין מהר''י??
יעצט צוריק צום נושא, זענען די באשולדיגונגען סתם פאלטש? זענען די דגמאות אייגען פאברעצירט?
מיין תגובה האביך געשריבן און די חינוך הטהור אשכול דארט ווי היימישע זייגער האט געברענגט זיין עקיוזעישען וועגן די ביכער, האביך פארשטאנען ער עקיוזט די וואס נעמען א פעטוועי אדערווייז זעה איך נישט ווי סקומט דארט אריין.
קוק אויפן קעפל פון מיין תגובה פון ווי סקומט, די מנהלים האבן נאר אהערגעריקט.
און מיין נעקסטע תגובה שרייב איך טאקע אז איך ווייס נאר כלפי מוסדות סאטמאר מהר"יי נישט איבער די אנדערע
Programming האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 17, 2024 1:13 am
ווי דער עולם האט שוין קאמענטירט, דאס זענען אלטע ביכער שערוריות. בשעתו האט עס נישט צו שטארק אויפגעפיקט, הכל תלוי במזל אפילו ס"ת שבהיכל
די פראבלעמען און עקסטרעמיסטן / מעוררים זענען שוין געווען 20 30 יאר צוריק, נאר עס דארף זיך מאכן א איתערותא דלתתא דער ציבור זאל זיך צוכאפן דערצו, ואבוהון דכולהו איז טאקע דער סקול דיסטריקט פון קרית יואל וואס די מתירים האבן מחדש געווען דעם יסוד פון לערנען אידישקייט אלס 'העריטעזש' אנשטאט אלס יהדות און ציווי ה', און כמובן זענען געווען מעוררים דערוועגן, אבער די טענות איז געפאלן אויף אפענע אויערן ביי א גרויסער ציבור (דאן באקאנט אלס 'מתנגדים' און שפעטער ביי מהרי"י) וואס איז שוין סיי ווי געווען אנגעווייטאגט און אנגעבלאזן אויף די דאמאלסדיגע הנהגה אין סאטמאר צוליב אסאך אנדערע פרשיות, און דאס זעלבע איז איצט ווען די עקסטרעמיסטן געפונען אפענע אויערן ביי די אנטי וואקסין קערנדל, ווי אויך א א מער ברייטערער טייל עולם וואס איז אנגעווייטאגט צוליב די רעסטריקשאנס ביי קאוויד / אדער אנטי דעמאקראטן - פרא טראמפ.
דאס איז אלעס די סאציאלאגישע חלק שבו. לגוף הדבר, אן אריינגיין אויב עס איז אפשר מותר אדער גאר 'יותר' מיהרג ואל יעבור (פאר ווער עס געדענקט), איז פשוט מבהיל על הרעיון און מורא'דיג אומפארשטענדליך וועלכער איד אשר בשם ישראל יכונה האט זיך געטרויט צו אראפ זעצן און טון אזא סארט ארבעט צו צענזורירן דעם אייבערשטן פון די ביכער ר"ל. בעיסיקלי א "דר. בערנאדא" ארבעט דורך היימישע פרומע חסידישע אידן שומרי תומ"צ.
ס'איז אביסל אנדערש ווי די מערכה פון 30 יאר צוריק, דאן איז געווען די שאלה אויב מ'מעג ס''ה אזוי זאגן פאר די גוי, ס'איז נישט געווען קיין הו''א אז מ'גייט עס בפועל ממש מקיים זיין אין שולע. דא רעדט מען אז מ'פירט עס למעשה אויס, קיינער פון די מתירים דאן האט זיך אזאנס נישט פארגעשטעלט
צווייטער האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 17, 2024 11:29 am

דאן איז די מדובר לגמרי נישט געווען איבער מוסדות התורה, מהאט גערעדט פון א פובליק סקול פאר קראנקע קינדער און די מדובר איז געווען צו ממעג דאס זאגן פאר די רעגירונג , און איך מיין אז דער עולם האט זיך בכלל נישט צוגעכאפט דערצו דערפאר האט מען פארקויפט פארשידענע שקרים שאכמ"ל כדי צו בויען אם ערענסטע קעיס דערפון