זענען די ביכער מיט וואס מען איז מחנך אונזערע קינדער נשפע געווארן פון דער רעגירונג?

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3230
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4501

Re: זענען די ביכער מיט וואס מען איז מחנך אונזערע קינדער נשפע געווארן פון דער רעגירונג?

פאוסט דורך וואוילער »

וואס נישט האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2024 10:21 pm רבי שמואל אליאזער פריעדמאן 95.pdf
אוי טאטע זיסער...
כ'ווייס אז ס'קען זיין פראבלעמען מיט די ביכער, אבער זיינע זאכן ברענגסטו?
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3187
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3665

Re: זענען די ביכער מיט וואס מען איז מחנך אונזערע קינדער נשפע געווארן פון דער רעגירונג?

פאוסט דורך שמח »

צווייטער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2024 3:29 pm
צווייטער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2024 12:59 am
(אגב, אפאר יאר צוריק ווען ס'האט זיך אנגעהויבן רודערן איבער די נושא, איז געווען א שיינע חצי שיעור פון ר' שאול קליין אויף קו''מ, ווי ער האט שיין מסביר געווען די נושא פון זיין קוק ווינקל, איך ווייס נישט אויב היינט קען ער עס נאך זאגן, מ'דארף אפירזיכן וועלכע נומער שיעור דאס איז און פארשפרייטן)
האב איך עס אפירגעזיכט, חצי שיעור 78 און נאכמער 79, ר' שאול איז א אינטעליגענטער מענטש און קען נישט באשולדיגט ווערן אין עקסטרעמיזם

הערט וואס ער זאגט, (פון זיין קוק ווינקל איז דער גורם 9/11, אבער ס'איז סאך טיפער. איך שיהי' זענען די מסקנות די זעלבע)
פרשה, יאר?
לינק?
דאפּעלט איז שטערקער...
צווייטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 340
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 457

פאוסט דורך צווייטער »

שמח האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2024 11:58 pm

וארא - בא תשע''ט, כ'האב נישט קיין לינק, קענסט רופן קול מבשר 391
צווייטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 340
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 457

Re: זענען די ביכער מיט וואס מען איז מחנך אונזערע קינדער נשפע געווארן פון דער רעגירונג?

פאוסט דורך צווייטער »

וואוילער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2024 11:49 pm
וואס נישט האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2024 10:21 pm רבי שמואל אליאזער פריעדמאן 95.pdf
אוי טאטע זיסער...
כ'ווייס אז ס'קען זיין פראבלעמען מיט די ביכער, אבער זיינע זאכן ברענגסטו?
אויב פארציילט ער א מעשה מעגסטו זיך דינגען מיט זיינע מסקנות אויב דו האלטסט אנדערש, אבער אויב פארציילט ער א מעשה קענסט זיך נישט דינגען מיט די מעשה.

ובכגון דא אמרו קבל את האמת ממי שאמרו
לייבל פריש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 344
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:13 pm
x 388

פאוסט דורך לייבל פריש »

ווייסט איינער ווען דאס איז געגעבן געווארן און אין וועלכע מוסדות ?
דערמאנונג: אדר א’ נישט שבט ב’...
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3187
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3665

Re: זענען די ביכער מיט וואס מען איז מחנך אונזערע קינדער נשפע געווארן פון דער רעגירונג?

פאוסט דורך שמח »

לייבל פריש האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 1:09 am ווייסט איינער ווען דאס איז געגעבן געווארן און אין וועלכע מוסדות ?
און אויב ס'איז געגעבן געווארן...
דאפּעלט איז שטערקער...
לייבל פריש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 344
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:13 pm
x 388

Re: זענען די ביכער מיט וואס מען איז מחנך אונזערע קינדער נשפע געווארן פון דער רעגירונג?

פאוסט דורך לייבל פריש »

לייבל פריש האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 1:09 am ווייסט איינער ווען דאס איז געגעבן געווארן און אין וועלכע מוסדות ?
שרייבט מיר איינער אין אישי אז עס איז געגעבן געווארן אין סאטמאר מהר"יי אין וויליאמסבורג פאר פסח תשפ"ב און תשפ"ג האבן זיי אביסל בעסער געמאכט צוליב די רעש
די פירמע וואס גיבט ארויס די ביכער איז אוצר הלימודים וואס האט געמאכט אלע ביכער אזוי צוליב א פראגראם וואס מאצאלט פאר ביכער

אינטעראנט אז קיינער דא ווייסט נישט פון דעם

ווייסט איינער פון אזא פירמע אוצר הלימודים?
דערמאנונג: אדר א’ נישט שבט ב’...
ר' משה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 275
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 3:02 pm
x 184

Re: זענען די ביכער מיט וואס מען איז מחנך אונזערע קינדער נשפע געווארן פון דער רעגירונג?

פאוסט דורך ר' משה »

לייבל פריש האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 1:19 am
לייבל פריש האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 1:09 am ווייסט איינער ווען דאס איז געגעבן געווארן און אין וועלכע מוסדות ?
שרייבט מיר איינער אין אישי אז עס איז געגעבן געווארן אין סאטמאר מהר"יי אין וויליאמסבורג פאר פסח תשפ"ב און תשפ"ג האבן זיי אביסל בעסער געמאכט צוליב די רעש
די פירמע וואס גיבט ארויס די ביכער איז אוצר הלימודים וואס האט געמאכט אלע ביכער אזוי צוליב א פראגראם וואס מאצאלט פאר ביכער

אינטעראנט אז קיינער דא ווייסט נישט פון דעם

ווייסט איינער פון אזא פירמע אוצר הלימודים?
שקר וכזב אוצר הלימודים האט קיינמאל געמאכט דעי הגדה און מהאט דעיס נישט געגעבן אין סאטמאר מהר"יי
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2211
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2343

Re: זענען די ביכער מיט וואס מען איז מחנך אונזערע קינדער נשפע געווארן פון דער רעגירונג?

פאוסט דורך אנדערער »

וואוילער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2024 11:49 pm
וואס נישט האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2024 10:21 pm רבי שמואל אליאזער פריעדמאן 95.pdf
אוי טאטע זיסער...
כ'ווייס אז ס'קען זיין פראבלעמען מיט די ביכער, אבער זיינע זאכן ברענגסטו?
ווער איז ער?

צווייטער האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 12:54 am
וואוילער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2024 11:49 pm
וואס נישט האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2024 10:21 pm רבי שמואל אליאזער פריעדמאן 95.pdf
אוי טאטע זיסער...
כ'ווייס אז ס'קען זיין פראבלעמען מיט די ביכער, אבער זיינע זאכן ברענגסטו?
אויב פארציילט ער א מעשה מעגסטו זיך דינגען מיט זיינע מסקנות אויב דו האלטסט אנדערש, אבער אויב פארציילט ער א מעשה קענסט זיך נישט דינגען מיט די מעשה.

ובכגון דא אמרו קבל את האמת ממי שאמרו
פון ווי ווייסטו אז די מעשיות זענען אמת?
וואס נישט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 143
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:20 am
x 55

Re: זענען די ביכער מיט וואס מען איז מחנך אונזערע קינדער נשפע געווארן פון דער רעגירונג?

פאוסט דורך וואס נישט »

לייבל פריש האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 1:19 am
לייבל פריש האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 1:09 am ווייסט איינער ווען דאס איז געגעבן געווארן און אין וועלכע מוסדות ?
שרייבט מיר איינער אין אישי אז עס איז געגעבן געווארן אין סאטמאר מהר"יי אין וויליאמסבורג פאר פסח תשפ"ב און תשפ"ג האבן זיי אביסל בעסער געמאכט צוליב די רעש
די פירמע וואס גיבט ארויס די ביכער איז אוצר הלימודים וואס האט געמאכט אלע ביכער אזוי צוליב א פראגראם וואס מאצאלט פאר ביכער

אינטעראנט אז קיינער דא ווייסט נישט פון דעם

ווייסט איינער פון אזא פירמע אוצר הלימודים?
נישט און מוסדות סאטמאר מהר''י נאר א מוסד און ב''פ
[יענער איז זיך טועה מיט א אנדערע הגדה]
אוועיטער
בערל דער פייפער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 783
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 897

Re: זענען די ביכער מיט וואס מען איז מחנך אונזערע קינדער נשפע געווארן פון דער רעגירונג?

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

וואוילער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2024 11:49 pm
וואס נישט האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2024 10:21 pm רבי שמואל אליאזער פריעדמאן 95.pdf
אוי טאטע זיסער...
כ'ווייס אז ס'קען זיין פראבלעמען מיט די ביכער, אבער זיינע זאכן ברענגסטו?
איך ווייס נישט וועלכע מוסד, און עס איז נישט נוגע, אויב איז עס אמת באדערט עס מיר זייער שטארק, מען קען נישט אפשר זאגן אז מען טאר נישט, אבער....

אויף ענגליש זאגט מען don't shoot the messenger
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
מאטאווירט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 596
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:06 pm
x 786

Re: זענען די ביכער מיט וואס מען איז מחנך אונזערע קינדער נשפע געווארן פון דער רעגירונג?

פאוסט דורך מאטאווירט »

גוט צו וויסן אין אלגעמיין, זייער אסאך פון די האר אויפשטעלנדע באריכטן, און יא, אפילו מיט בילדער, זענען דורכאויס פאלש!

נאכמער, איך ווייס פון א פאל ווען איינער אן עקסטרעמיסט איז אריין צו איינער פון די פראמינענטע מנהיגי הדור און זאגאר געוויזן דעם ביכל וואו ס’שטייט אנגעבליך כפירה! ער האט נאר נישט געוואוסט אז דער רבי קען א גוטן ענגליש, און ס’האצעך געענדיגט מיט שווערע בזיונות...

סא יא... פאר דו שרייסט, זיי אזוי גוט און גיי אליינס אראפ אין חדר קוקן די בוקס!

נאך איין פיצי נקודה... אויב אין איין בוק שטייט נישט דערמאנט דעם אויבערשטן איז נישט פשט אז מרייסט ארויס דעם אויבערשטן פון אונזער חינוך... דער בוק ווערט גענוצט מערסטנס צוויי אהאלב שעה א וואך בסך הכל...
ווען איך בין געווען אין חדר און מהאט געלערנט "the brown fox ran to the van" איז נישט געשטאנען "the brown fox ran besiata dishmaya to the van "
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....

....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1588
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3694

Re: זענען די ביכער מיט וואס מען איז מחנך אונזערע קינדער נשפע געווארן פון דער רעגירונג?

פאוסט דורך נקודות טובות »

    מאטאווירט האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 8:59 pm גוט צו וויסן אין אלגעמיין, זייער אסאך פון די האר אויפשטעלנדע באריכטן, און יא, אפילו מיט בילדער, זענען דורכאויס פאלש!

    נאכמער, איך ווייס פון א פאל ווען איינער אן עקסטרעמיסט איז אריין צו איינער פון די פראמינענטע מנהיגי הדור און זאגאר געוויזן דעם ביכל וואו ס’שטייט אנגעבליך כפירה! ער האט נאר נישט געוואוסט אז דער רבי קען א גוטן ענגליש, און ס’האצעך געענדיגט מיט שווערע בזיונות...

    סא יא... פאר דו שרייסט, זיי אזוי גוט און גיי אליינס אראפ אין חדר קוקן די בוקס!

    נאך איין פיצי נקודה... אויב אין איין בוק שטייט נישט דערמאנט דעם אויבערשטן איז נישט פשט אז מרייסט ארויס דעם אויבערשטן פון אונזער חינוך... דער בוק ווערט גענוצט מערסטנס צוויי אהאלב שעה א וואך בסך הכל...
    ווען איך בין געווען אין חדר און מהאט געלערנט "the brown fox ran to the van" איז נישט געשטאנען "the brown fox ran besiata dishmaya to the van "
    אויף דיין צווייטע חלק, נאך אנדערע האבן דאס ארויפגעברענגט דא אויב מוז מען טאקע אריין לייגען שם שמים איבעראל אפי' אין לימודי חול. מען קען דן זיין.
    די נושא דא איז כלל נישט דאס. דא האט מען אנגעבליך גענומען ביכער וואס מען האט געניצט ביז היינט, און איז געווען געשריבען מיט די ביז היינטיגע מהלך פון שרייבען ביכער, און מען האט דאס צענזורירט. וואס אויב זאל דאס זיין אמת איז דאס א הימעל שרייענדע עולה. און גרעניצט זיך מיט מינות וכפירה. נישט שרייבען דעם שם שמים/שבת וכדו', איז אינו דומה צו מוחק זיין את השם...

    יעצט איך זאג נישט אז דאס איז די מציאות, איך האב בסך הכל געפענט אן אשכול לדעת מה ועל מה זה. אויב איז דאס אמת אדער נישט.
    ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
    יום טוב
    אקטיווער שרייבער
    פאוסטס: 2660
    זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
    x 1980

    Re: זענען די ביכער מיט וואס מען איז מחנך אונזערע קינדער נשפע געווארן פון דער רעגירונג?

    פאוסט דורך יום טוב »

    מאטאווירט האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 8:59 pm גוט צו וויסן אין אלגעמיין, זייער אסאך פון די האר אויפשטעלנדע באריכטן, און יא, אפילו מיט בילדער, זענען דורכאויס פאלש!

    נאכמער, איך ווייס פון א פאל ווען איינער אן עקסטרעמיסט איז אריין צו איינער פון די פראמינענטע מנהיגי הדור און זאגאר געוויזן דעם ביכל וואו ס’שטייט אנגעבליך כפירה! ער האט נאר נישט געוואוסט אז דער רבי קען א גוטן ענגליש, און ס’האצעך געענדיגט מיט שווערע בזיונות...

    סא יא... פאר דו שרייסט, זיי אזוי גוט און גיי אליינס אראפ אין חדר קוקן די בוקס!

    נאך איין פיצי נקודה... אויב אין איין בוק שטייט נישט דערמאנט דעם אויבערשטן איז נישט פשט אז מרייסט ארויס דעם אויבערשטן פון אונזער חינוך... דער בוק ווערט גענוצט מערסטנס צוויי אהאלב שעה א וואך בסך הכל...
    ווען איך בין געווען אין חדר און מהאט געלערנט "the brown fox ran to the van" איז נישט געשטאנען "the brown fox ran besiata dishmaya to the van "
    איך גלייב אויך נישט די שקרים , אבער אין נישט וויטן עבר האט מען פארקויפט אויף היימישע מוסדות אין אר"י אקוראט די זעלבע מעשיות די שאלה איז צו דארט איז דאס די זעלבע שקרים אדער דארט איז יא דא עפעס אמת דערין
    אנעקדאט
    אקטיווער באניצער
    פאוסטס: 109
    זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 3:37 pm
    x 76

    Re: זענען די ביכער מיט וואס מען איז מחנך אונזערע קינדער נשפע געווארן פון דער רעגירונג?

    פאוסט דורך אנעקדאט »

    אז מ'רעדט שוין פון א"י, ווייסט איינער וואס איז די לימודים אויף וואס מ'האט געוויינט אז מ'לערנט אין היימישע מודות אין א"י, ווי 'ליבה' ועוד, איז עס נישט ענליכע זאכן צו די לימודים אויף וואס מ'שרייט יעצט?
    היימישע זייגער
    אקטיווער באניצער
    פאוסטס: 190
    זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 2:43 am
    x 147

    Re: זענען די ביכער מיט וואס מען איז מחנך אונזערע קינדער נשפע געווארן פון דער רעגירונג?

    פאוסט דורך היימישע זייגער »

    אין סאטמאר מהרי"י ביי ענגליש (כ'מיין 8טע קלאס) האט מען געגעבן (איך האב עס אויף אימעיל אבער קען עס נישט יעצט טרעפן) א צעטל און פון אויבן איז געשטאנען אז די מיידלעך זאלן שרייבן די פרא'ס און קאנ'ס פון 4 זאכן, איינס פון דעם איז געשטאנען רעליגיע! די ווילסט דיין טאכטער זאל טראכטן און שרייבן די מעלות און חסרונות פון רעליגיע??
    איך בין נאך געווען סקעפטיש אויב דאס איז א אמת'ע צעטל ביז מיין ב"ב האט באקומען א קאל פון א פרענד לעצטע יאר אויפגעשוידערט אז איר טאכטער האט אהיימגעברענגט אקוראט די זעלבע צעטיל און זי האט געקאלט די פרינציפעל פרעגן היתכן!!!

    דאס איז חוץ סתם ליבעראלע שטותים וואס מען פיטערט די מיידלעך פון גלאבעל ווארמינג וכדומה, 1 טיטשער האט נאך צוגעלייגט אז מען זעהט פון די תורה אז מען קען קליא לייגן די ערד פון נח אז השחית כל בשר מיט נאך שטותים, איי געס זי האט עס געוואלט פארהייליגן..
    אויך האט מען געלערנט 3טע קלאס ענגליש אז פאר די וועלט איז באשאפן איז געווען גרויסע באבלס וכו, שמעקט פון שיטת עוואלושען.

    און נישט פארגעסן צו שרייען איך בין א שקרן, בעל דמיון און א עקסטרעמיסט , די אויבענדערמאנטע איז 100 פראצענט אמת צו איר גלייכט עס צו נישט, פרעגט אייער טאכטער און קוקט די ביכער.
    היימישע זייגער
    אקטיווער באניצער
    פאוסטס: 190
    זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 2:43 am
    x 147

    Re: זענען די ביכער מיט וואס מען איז מחנך אונזערע קינדער נשפע געווארן פון דער רעגירונג?

    פאוסט דורך היימישע זייגער »

    נאך אפאר משלים. (דאס האב איך נישט פערזענדליך געזעהן)

    דא וועט איר קענען זעהן צענדליגע דוגמאות פון צוויי די זעלבע ביכער, פאר די פיפטע קלאס, וואס עס איז צענזורירט געווארן פאר אונזערע מוסדות, צוליב די שטאטישע געלט.
    מיר ווייזן פאר אייך סיי וואס עס איז געווען געשריבן איידערן צענזורירן און סיי וויאזוי מען האט עס ליידער גענוצט אין "אונזערע מוסדות החינוך" נאכן צענזורירן (אום שנת תשע"ג לפ"ק – איידער סיי וואספארא מסירה אדער גזירה).
    די שינויים - ליידער (1).pdf
    (3 MiB) דאונלאודעד 63 מאל
    היימישע זייגער
    אקטיווער באניצער
    פאוסטס: 190
    זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 2:43 am
    x 147

    Re: זענען די ביכער מיט וואס מען איז מחנך אונזערע קינדער נשפע געווארן פון דער רעגירונג?

    פאוסט דורך היימישע זייגער »

    לאנדאן

    מאחורי הפרגוד לאנדאן טבת תשפד.pdf
    (949.75 KiB) דאונלאודעד 46 מאל
    Programming
    אקטיווער באניצער
    פאוסטס: 237
    זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 1:26 am
    x 319

    Re: זענען די ביכער מיט וואס מען איז מחנך אונזערע קינדער נשפע געווארן פון דער רעגירונג?

    פאוסט דורך Programming »

    ווי דער עולם האט שוין קאמענטירט, דאס זענען אלטע ביכער שערוריות. בשעתו האט עס נישט צו שטארק אויפגעפיקט, הכל תלוי במזל אפילו ס"ת שבהיכל

    די פראבלעמען און עקסטרעמיסטן / מעוררים זענען שוין געווען 20 30 יאר צוריק, נאר עס דארף זיך מאכן א איתערותא דלתתא דער ציבור זאל זיך צוכאפן דערצו, ואבוהון דכולהו איז טאקע דער סקול דיסטריקט פון קרית יואל וואס די מתירים האבן מחדש געווען דעם יסוד פון לערנען אידישקייט אלס 'העריטעזש' אנשטאט אלס יהדות און ציווי ה', און כמובן זענען געווען מעוררים דערוועגן, אבער די טענות איז געפאלן אויף אפענע אויערן ביי א גרויסער ציבור (דאן באקאנט אלס 'מתנגדים' און שפעטער ביי מהרי"י) וואס איז שוין סיי ווי געווען אנגעווייטאגט און אנגעבלאזן אויף די דאמאלסדיגע הנהגה אין סאטמאר צוליב אסאך אנדערע פרשיות, און דאס זעלבע איז איצט ווען די עקסטרעמיסטן געפונען אפענע אויערן ביי די אנטי וואקסין קערנדל, ווי אויך א א מער ברייטערער טייל עולם וואס איז אנגעווייטאגט צוליב די רעסטריקשאנס ביי קאוויד / אדער אנטי דעמאקראטן - פרא טראמפ.

    דאס איז אלעס די סאציאלאגישע חלק שבו. לגוף הדבר, אן אריינגיין אויב עס איז אפשר מותר אדער גאר 'יותר' מיהרג ואל יעבור (פאר ווער עס געדענקט), איז פשוט מבהיל על הרעיון און מורא'דיג אומפארשטענדליך וועלכער איד אשר בשם ישראל יכונה האט זיך געטרויט צו אראפ זעצן און טון אזא סארט ארבעט צו צענזורירן דעם אייבערשטן פון די ביכער ר"ל. בעיסיקלי א "דר. בערנאדא" ארבעט דורך היימישע פרומע חסידישע אידן שומרי תומ"צ.
    בית ישראל
    אקטיווער באניצער
    פאוסטס: 222
    זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 1:54 pm
    x 95

    Re: אלעס ארום די אטאקעס אויפ'ן חינוך הטהור אין ניו יארק

    פאוסט דורך בית ישראל »

    נקודות טובות האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2024 8:29 pm
    בית ישראל האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2024 2:39 pm
    ► Show Spoiler
    די תירוץ אויף דעם איז פשוטער פון פשוט, סאיז ריין שקר!
    און סאטמאר מהר"יי גיבט מען נישט אזעלכע בוקס, דער וואס האט צוזאמגעשטעלט די קונטרס איז א שקרן די זעלבער וואס האט זיך איינגעבראכן און די בניני המוסדות גנבענן ביכער, און גארנישט געפינען ראנג.
    זייט נישט אזוי באזארגט.

    אגב די בוקס קומט בכלל נישט דא אריין האט קיין שום שייכות מיט די פעטוועיס יעצט, סאיז פשוט פאר די בוק פאנדינג געווען די שערורייה אפאר יאר צוריק
    איך פארשטיי נישט די תירוץ דא. ווער האט געפרעגט בנוגע סאטמאר מהר''יי? פארוואס מוז יעדע נושא דא ווערן אריינגעשלעפט אין סאטמארע פאליטיק?
    אויב זענען די אויסצוגען פון די ביכער אמת, איז עס אן עולה אין באבוב אדער בעלזא אויך. וואו קומט אריין מהר''י??

    יעצט צוריק צום נושא, זענען די באשולדיגונגען סתם פאלטש? זענען די דגמאות אייגען פאברעצירט?
    מיין תגובה האביך געשריבן און די חינוך הטהור אשכול דארט ווי היימישע זייגער האט געברענגט זיין עקיוזעישען וועגן די ביכער, האביך פארשטאנען ער עקיוזט די וואס נעמען א פעטוועי אדערווייז זעה איך נישט ווי סקומט דארט אריין.
    קוק אויפן קעפל פון מיין תגובה פון ווי סקומט, די מנהלים האבן נאר אהערגעריקט.

    און מיין נעקסטע תגובה שרייב איך טאקע אז איך ווייס נאר כלפי מוסדות סאטמאר מהר"יי נישט איבער די אנדערע
    בית ישראל
    אקטיווער באניצער
    פאוסטס: 222
    זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 1:54 pm
    x 95

    Re: זענען די ביכער מיט וואס מען איז מחנך אונזערע קינדער נשפע געווארן פון דער רעגירונג?

    פאוסט דורך בית ישראל »

    לייבל פריש האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 1:19 am
    לייבל פריש האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 1:09 am ווייסט איינער ווען דאס איז געגעבן געווארן און אין וועלכע מוסדות ?
    שרייבט מיר איינער אין אישי אז עס איז געגעבן געווארן אין סאטמאר מהר"יי אין וויליאמסבורג פאר פסח תשפ"ב און תשפ"ג האבן זיי אביסל בעסער געמאכט צוליב די רעש
    די פירמע וואס גיבט ארויס די ביכער איז אוצר הלימודים וואס האט געמאכט אלע ביכער אזוי צוליב א פראגראם וואס מאצאלט פאר ביכער

    אינטעראנט אז קיינער דא ווייסט נישט פון דעם

    ווייסט איינער פון אזא פירמע אוצר הלימודים?
    לאל
    מאדנע ווי יענער אישי שרייבער באקט מאר אזאנע מעשיות אויף איין געוויסע מוסד... דאס זאגט אסאך ווי שטארק מקען עס גלייבן
    צווייטער
    אקטיווער באניצער
    פאוסטס: 340
    זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
    x 457

    Re: זענען די ביכער מיט וואס מען איז מחנך אונזערע קינדער נשפע געווארן פון דער רעגירונג?

    פאוסט דורך צווייטער »

    זייער דערקוויקענד צו זען ווי דער עולם ווארפט אפ די באשולדינגען אלס פאלש און ליגענט דורכאויס, פשוט ווייל ס'לאזט זיך נישט גלייבן בשום אופן אז א איד זאל קענען טון אזאנע זאכן.

    איך וויל פשוט וויסן אויב שטעלט זיך ארויס אז ס'איז ליידער יא אמת, וואס טוסטו דעמאלטס?
    צווייטער
    אקטיווער באניצער
    פאוסטס: 340
    זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
    x 457

    Re: זענען די ביכער מיט וואס מען איז מחנך אונזערע קינדער נשפע געווארן פון דער רעגירונג?

    פאוסט דורך צווייטער »

    Programming האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2024 1:13 am ווי דער עולם האט שוין קאמענטירט, דאס זענען אלטע ביכער שערוריות. בשעתו האט עס נישט צו שטארק אויפגעפיקט, הכל תלוי במזל אפילו ס"ת שבהיכל

    די פראבלעמען און עקסטרעמיסטן / מעוררים זענען שוין געווען 20 30 יאר צוריק, נאר עס דארף זיך מאכן א איתערותא דלתתא דער ציבור זאל זיך צוכאפן דערצו, ואבוהון דכולהו איז טאקע דער סקול דיסטריקט פון קרית יואל וואס די מתירים האבן מחדש געווען דעם יסוד פון לערנען אידישקייט אלס 'העריטעזש' אנשטאט אלס יהדות און ציווי ה', און כמובן זענען געווען מעוררים דערוועגן, אבער די טענות איז געפאלן אויף אפענע אויערן ביי א גרויסער ציבור (דאן באקאנט אלס 'מתנגדים' און שפעטער ביי מהרי"י) וואס איז שוין סיי ווי געווען אנגעווייטאגט און אנגעבלאזן אויף די דאמאלסדיגע הנהגה אין סאטמאר צוליב אסאך אנדערע פרשיות, און דאס זעלבע איז איצט ווען די עקסטרעמיסטן געפונען אפענע אויערן ביי די אנטי וואקסין קערנדל, ווי אויך א א מער ברייטערער טייל עולם וואס איז אנגעווייטאגט צוליב די רעסטריקשאנס ביי קאוויד / אדער אנטי דעמאקראטן - פרא טראמפ.

    דאס איז אלעס די סאציאלאגישע חלק שבו. לגוף הדבר, אן אריינגיין אויב עס איז אפשר מותר אדער גאר 'יותר' מיהרג ואל יעבור (פאר ווער עס געדענקט), איז פשוט מבהיל על הרעיון און מורא'דיג אומפארשטענדליך וועלכער איד אשר בשם ישראל יכונה האט זיך געטרויט צו אראפ זעצן און טון אזא סארט ארבעט צו צענזורירן דעם אייבערשטן פון די ביכער ר"ל. בעיסיקלי א "דר. בערנאדא" ארבעט דורך היימישע פרומע חסידישע אידן שומרי תומ"צ.
    ס'איז אביסל אנדערש ווי די מערכה פון 30 יאר צוריק, דאן איז געווען די שאלה אויב מ'מעג ס''ה אזוי זאגן פאר די גוי, ס'איז נישט געווען קיין הו''א אז מ'גייט עס בפועל ממש מקיים זיין אין שולע. דא רעדט מען אז מ'פירט עס למעשה אויס, קיינער פון די מתירים דאן האט זיך אזאנס נישט פארגעשטעלט
    יום טוב
    אקטיווער שרייבער
    פאוסטס: 2660
    זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
    x 1980

    Re: זענען די ביכער מיט וואס מען איז מחנך אונזערע קינדער נשפע געווארן פון דער רעגירונג?

    פאוסט דורך יום טוב »

    צווייטער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2024 11:29 am
    Programming האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2024 1:13 am ווי דער עולם האט שוין קאמענטירט, דאס זענען אלטע ביכער שערוריות. בשעתו האט עס נישט צו שטארק אויפגעפיקט, הכל תלוי במזל אפילו ס"ת שבהיכל

    די פראבלעמען און עקסטרעמיסטן / מעוררים זענען שוין געווען 20 30 יאר צוריק, נאר עס דארף זיך מאכן א איתערותא דלתתא דער ציבור זאל זיך צוכאפן דערצו, ואבוהון דכולהו איז טאקע דער סקול דיסטריקט פון קרית יואל וואס די מתירים האבן מחדש געווען דעם יסוד פון לערנען אידישקייט אלס 'העריטעזש' אנשטאט אלס יהדות און ציווי ה', און כמובן זענען געווען מעוררים דערוועגן, אבער די טענות איז געפאלן אויף אפענע אויערן ביי א גרויסער ציבור (דאן באקאנט אלס 'מתנגדים' און שפעטער ביי מהרי"י) וואס איז שוין סיי ווי געווען אנגעווייטאגט און אנגעבלאזן אויף די דאמאלסדיגע הנהגה אין סאטמאר צוליב אסאך אנדערע פרשיות, און דאס זעלבע איז איצט ווען די עקסטרעמיסטן געפונען אפענע אויערן ביי די אנטי וואקסין קערנדל, ווי אויך א א מער ברייטערער טייל עולם וואס איז אנגעווייטאגט צוליב די רעסטריקשאנס ביי קאוויד / אדער אנטי דעמאקראטן - פרא טראמפ.

    דאס איז אלעס די סאציאלאגישע חלק שבו. לגוף הדבר, אן אריינגיין אויב עס איז אפשר מותר אדער גאר 'יותר' מיהרג ואל יעבור (פאר ווער עס געדענקט), איז פשוט מבהיל על הרעיון און מורא'דיג אומפארשטענדליך וועלכער איד אשר בשם ישראל יכונה האט זיך געטרויט צו אראפ זעצן און טון אזא סארט ארבעט צו צענזורירן דעם אייבערשטן פון די ביכער ר"ל. בעיסיקלי א "דר. בערנאדא" ארבעט דורך היימישע פרומע חסידישע אידן שומרי תומ"צ.
    ס'איז אביסל אנדערש ווי די מערכה פון 30 יאר צוריק, דאן איז געווען די שאלה אויב מ'מעג ס''ה אזוי זאגן פאר די גוי, ס'איז נישט געווען קיין הו''א אז מ'גייט עס בפועל ממש מקיים זיין אין שולע. דא רעדט מען אז מ'פירט עס למעשה אויס, קיינער פון די מתירים דאן האט זיך אזאנס נישט פארגעשטעלט
    דאן איז די מדובר לגמרי נישט געווען איבער מוסדות התורה, מהאט גערעדט פון א פובליק סקול פאר קראנקע קינדער און די מדובר איז געווען צו ממעג דאס זאגן פאר די רעגירונג , און איך מיין אז דער עולם האט זיך בכלל נישט צוגעכאפט דערצו דערפאר האט מען פארקויפט פארשידענע שקרים שאכמ"ל כדי צו בויען אם ערענסטע קעיס דערפון
    שרייב פאוסט