תושבי השכונה וואס פלאגן זיך על המחי' (ביז היינט בעפאר די מסירת נפש...) האבן געגעבן 36 טויזנט דאלער, 50 טויזנט דאלער, 100 טויזנט דאלער, ויותר ויותר.רבותי מיר וועלן בענטשן האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 09, 2024 11:45 amדי נומערן וואס אידן האבן דא געגעבן איז באמת א היסטארישע חידוש, מענטשן האבן דא אוועקגעגעבן הרבה הרבה יותר מכפי יכולתם,
די עסקנים לשם שמים האבן פשוט אנגעצינדן די סאטמארע פייער, און ווען דאס פלאקערט זענען אידישע קינדער גרייט אוועקציגעבן דאס ביסן פון מויל צו בויען אידישקייט, צו פארברייטערן דעם הייליגן רבי'ן זי"ע שטאט.
מהם ילמדו וכן יעשו אלע אידן ההולכים לאור רביה"ק זי"ע, אנשטאט טראכטן עצות ותחבולות פון אלע סארט מארקעטינג צו רעיזן געלד, די בעסטע מארקעטינג טולס איז די פשוט'ע אמת, די פייערדיגע דיבורים געדרוקט אין די 2 בענדער חידושי תורה פון די דינער'ס, די הבטחות וואס דער הייליגער רבי זי"ע האט ציגעזאגט פאר ווער ס'וועט בויען זיין שטאט, זיינע מוסדות, און פאר אלע וואס העלפן צו אז זיין המשכה פון אריגינאלע אידישקייט זאל ווייטער ממשיך זיין.
אויב ניצט מען דעם רבי'ן האט מען די גרעסטע כוח הקדושה, די גרעסטע כוח פון סייעתא דשמיא, און דאן קומען אריין אזעלכע סכומים וואס קיינער איז נישט משיג וויאזוי אידן האבן דאס געקענט באווייזן!
די קידוש השם און לימוד דערפון איז גאר שטארק