דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:09 pm
נאכ'ן אזוי לאנג נישט קענען פארשטיין וואס עס שטיפט פערלס אזוי שטארק אז מ'זאל יא נעמען א פעטוועי, ווי כ'האב זיך שוין פרובירט דא אויסצושמועסן אן ערפאלג נאכ'ן נישט קענען פארשטיין די טענה אז "דער שופט וועט אונז אנקוקן שלעכט" וכו' ולא אכפיל.
מוז איך זאגן אז די לעצטע פאר טעג האב איך אנגעהויבן הערן ווערטער וואס האבן מיר געמאכט אביסל פארשטיין, פרובירנדיג צו זיין אמת'דיג מיט מיר אליינס און טרייען צו פארשטיין וואס יענער זאגט, און וואס יענער טראכט בשעת ער זאגט... וכו'. לויט ווי עס קוקט מיר אויס איז דער מציאות פון צד פרא-פעטוועי אזוי:
נאכדעם וואס די קאורט האט גע'פסל'ט די ערשטע גיידליינס, האט פערלס געמאכט קאנטאקט מיט די עדיוקעישן דעפארטמענט (אויב וואר, מוז עס זיין דורך גאווערמענט אפישלס אלס פארמיטלער, נישט מיט די דעפארטמענט דירעקט), און זיי געמאכט פארשטיין אז זיי זאלן אראפקומען פון בוים. דאן האט מען 'אינאיינעם' אויסגעארבעט די נייע גיידליין'ס, וואס איז בערך אזא טריק ווי די פעלדער געזעץ האט געדארפט זיין, אז ס'זאל זיין געשריבן אויף א וועג אז מ'איז טאקע סובסטענשל עקוויווילענט, אבער נישט דורך לערנען די זעלבע זאכן, נאר דורך קאווערן געוויסע סובדזשעקטס אויף געוויסע אופנים.
אזוי ארום האט מען אויסגעארבעט אז מ'גייט פאדערן נאר שפראך, רעכענען און סייענס, און דאס גייט מען יוצא זיין מיט דאס וואס מען לערנט שוין יעצט, וכך הוה, די גיידליינס זענען אזוי ארויסגעקומען גענוי ווי אפגעשמועסט אונטערן טיש, און די גזירה איז ב"ה בטל געווארן.
דאס איז לכאורה א מעגליכקייט צו האבן בעצם געשען, און "נאר אויב" דאס איז טאקע אזוי, דאן הייב איך אן צו הערן אז די אידן זענען נישט אזוי משוגע ווי מ'זאגט... זיי פארשטיין פיין וואס זיי טוען.
נאר, א גרויסע נאר, מיין פראבלעם וועט זיין אז אויב זאל עס טאקע האבן אזוי געווען, איז פארגעקומען צופיל פלעיס אינדערצווישן. די בריוון צום סטעיט קעגן די גיידליינס, די הייסע יום תפילה'ס, די הייליגע לי זעלדין קאמפיין, די נאכאנאנדע אנאנסמענטס, אא"וו.
זאל איך זאגן אז אלעס איז געווען איין שטיק שפיל צו געפעלן די א"ג קנאים? אזא לאנגע און ערנסטע שפיל? דער חלק מאכט נישט קיין סענס און צעווארפט מיר צוריק מיין גאנצע בנין. ממילא, ווייס איך נישט.