ואגב, לפי דברי האינטערוויא, איז די גיידענס זייער גוט און מען דארף דערויף טאנצן חסדי ה', ממילא בין איך אינגאנצן צומישט, קומט אויס אז פעלדער איז יא געווען א ישועה.
נאכ'ן אזוי לאנג נישט קענען פארשטיין וואס עס שטיפט פערלס אזוי שטארק אז מ'זאל יא נעמען א פעטוועי, ווי כ'האב זיך שוין פרובירט דא אויסצושמועסן אן ערפאלג נאכ'ן נישט קענען פארשטיין די טענה אז "דער שופט וועט אונז אנקוקן שלעכט" וכו' ולא אכפיל.
מוז איך זאגן אז די לעצטע פאר טעג האב איך אנגעהויבן הערן ווערטער וואס האבן מיר געמאכט אביסל פארשטיין, פרובירנדיג צו זיין אמת'דיג מיט מיר אליינס און טרייען צו פארשטיין וואס יענער זאגט, און וואס יענער טראכט בשעת ער זאגט... וכו'. לויט ווי עס קוקט מיר אויס איז דער מציאות פון צד פרא-פעטוועי אזוי:
נאכדעם וואס די קאורט האט גע'פסל'ט די ערשטע גיידליינס, האט פערלס געמאכט קאנטאקט מיט די עדיוקעישן דעפארטמענט (אויב וואר, מוז עס זיין דורך גאווערמענט אפישלס אלס פארמיטלער, נישט מיט די דעפארטמענט דירעקט), און זיי געמאכט פארשטיין אז זיי זאלן אראפקומען פון בוים. דאן האט מען 'אינאיינעם' אויסגעארבעט די נייע גיידליין'ס, וואס איז בערך אזא טריק ווי די פעלדער געזעץ האט געדארפט זיין, אז ס'זאל זיין געשריבן אויף א וועג אז מ'איז טאקע סובסטענשל עקוויווילענט, אבער נישט דורך לערנען די זעלבע זאכן, נאר דורך קאווערן געוויסע סובדזשעקטס אויף געוויסע אופנים.
אזוי ארום האט מען אויסגעארבעט אז מ'גייט פאדערן נאר שפראך, רעכענען און סייענס, און דאס גייט מען יוצא זיין מיט דאס וואס מען לערנט שוין יעצט, וכך הוה, די גיידליינס זענען אזוי ארויסגעקומען גענוי ווי אפגעשמועסט אונטערן טיש, און די גזירה איז ב"ה בטל געווארן.
דאס איז לכאורה א מעגליכקייט צו האבן בעצם געשען, און "נאר אויב" דאס איז טאקע אזוי, דאן הייב איך אן צו הערן אז די אידן זענען נישט אזוי משוגע ווי מ'זאגט... זיי פארשטיין פיין וואס זיי טוען.
נאר, א גרויסע נאר, מיין פראבלעם וועט זיין אז אויב זאל עס טאקע האבן אזוי געווען, איז פארגעקומען צופיל פלעיס אינדערצווישן. די בריוון צום סטעיט קעגן די גיידליינס, די הייסע יום תפילה'ס, די הייליגע לי זעלדין קאמפיין, די נאכאנאנדע אנאנסמענטס, אא"וו.
זאל איך זאגן אז אלעס איז געווען איין שטיק שפיל צו געפעלן די א"ג קנאים? אזא לאנגע און ערנסטע שפיל? דער חלק מאכט נישט קיין סענס און צעווארפט מיר צוריק מיין גאנצע בנין. ממילא, ווייס איך נישט.
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 10, 2024 10:55 pm
איך גיי בעטן א מחילה גמורה פון כל הקהל הקודש פאר'ן אריינקומען ווי א גר צדק אין א פאליש, אדער ווי א יון אין די סוכה.
קודם צו אלעמען ערשט, א עצה טובה פאר פערלס און קהילת סאטמאר מהרי"י, אבער איך מיין עס אמת'דיג: ענק דארפן עדזשאסטן ענקער מעסעדזשינג אימידיעטלי. א דראסטישע טויש דארף געמאכט ווערן אז זאכן זאלן ארויסקומען קלאר און דייטלעך און מתקבל על הלב. מ'האט אנגעהויבן דא מיט ווייסעך וויפיל וואכן צוריק מיט א מיטינג וואו מ'האט עפעס דן געווען איבער'ן גזירת החינוך און ארויסגעשיקט די עסקנים וגו'... דענק איך אז כהאב דעמאלס דא געפרעגט @וואסאפשט צו איך קען דאס אננעמען אלס רמז אז מ'גייט נעמען א פעטוועי... אבער מ'האט מיר ממש געוואלט פארשטיינערן פאר'ן טראכטן אזוי מאדנע. ווידער איז געקומען אימעיל'ס פון די אגודה וועגן די פעטוועיס האט מען געזאגט אז ס'האט גארניש מיט פערלס, ווידער איז געקומען שטורמישע אסיפות ביי רבנים האט מען געזאגט אז פערלס שיקט נישט קיינעם ווייל זיי ארבעטן שטיל, ווידער איז געקומען אנדייטונגען אז פערלס זאגט קלאר מ'זאל נעמען פעטוועי 6 האט מען דא געהערט אז די סיבה איז ווייל די עקוויווילענט געזעץ איז אלט און די פעטוועיס האט גארנישט מיט די נייע גיידליינס. ווידער איז געקומען די פיינעל אסיפת הרבנים האט מ ען געמאלדן אז מען נעמט די פעטוועי ווייל די גזירה ווערט שוואכער און מ'דארף נאר האבן געדולד און גיין אויף דעם וועג. ווידער מוצ"ש איז געווען א אינטערוויו וואס האט מחדש געווען אז די לעצטע גיידליינס זענען בכלל נישט קיין גזירה נאר פארקערט מ'דארף ב"ה גארנישט מוסיף זיין. ווידער קומט היינט אינעם איד א שארפע בריוו וואס דאס האט מען געשיקט, און ביזדערווייל איז א שטיקל צומישעניש צו דאס איז 'אנשטאט' פעטוועי 6 אדער 'אין צוגאב' צו פעטוועי 6.
דאס איז קיין מהלך נישט. אז פערלס האט גענוג געלט פאר גאווערמענט רילעישן, מוזן זיי אויך האבן געלט פאר פובליק רילעישן. איינער מוז טראגן די אחריות פון אינפארמירן דעם עולם מיט א גארדקייט און געלאסנקייט, אויף איין טאן מתחילה ועד סוף.
און יעצט וועל איך שרייבן א באזונדערע תגובה איבער די עצם נושא.
עגרי אז פעירלס האט געפעילד אין פר. אבער טייל פון דיינע פאקטן, זענען נישט פונקט אפגעלערנט די משמעות.
די פראבלעם איז, אז נישט נאר זיי זאגן עס נישט שטילערהייט, נאר עס שטייט קלאר פונקט פארקערט, מען מוז לערנען דייקא די סאבזשעקטס, אן קיין קונצן, און די וואס האבן גענומען די פעטוועי זאגן קלאר אז מען גייט זיך צושטעלן.
און איך לייג צו, אז אויך אויב מיר ווילן אויפווייזן דורך די קאורט אז זייער פשט און די געזעץ איז פאלש, און מיר שטרענגען זיך אן צוצושטעלן לויט וויפיל אונזער תורה לאזט, אבער זיי זוכן דוקא צו קריכן אויף גראדע ווענט און אונז דערקיטשען.
סארי, זייער נאריש צו מאכן אזעלכע חשבונות אויף א קאורט וואס האט זיך נאכנישט אנגעהויבן (אלע טענות דערווייל ארויסגעווארפן).
וואס הייסט דאס "איך טו וויאזוי איך האב אפגעלערנט"? ווער ביסטו דו ראצערל?... ס'טע געהערט א מעשה... די רעגירונג איז בעה"ב און דו זאלסט לערנען "ווי זיי טייטשן עס אפ!" און אז דו האסט א פראבלעם בעט די קאורט א TRO אויף זייער פשט. ווער ביסטו צו אפלערנען אנדערש ווען די רעגירונג רעדט קלארע ווערטער?
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 10, 2024 10:55 pm
איך גיי בעטן א מחילה גמורה פון כל הקהל הקודש פאר'ן אריינקומען ווי א גר צדק אין א פאליש, אדער ווי א יון אין די סוכה.
קודם צו אלעמען ערשט, א עצה טובה פאר פערלס און קהילת סאטמאר מהרי"י, אבער איך מיין עס אמת'דיג: ענק דארפן עדזשאסטן ענקער מעסעדזשינג אימידיעטלי. א דראסטישע טויש דארף געמאכט ווערן אז זאכן זאלן ארויסקומען קלאר און דייטלעך און מתקבל על הלב. מ'האט אנגעהויבן דא מיט ווייסעך וויפיל וואכן צוריק מיט א מיטינג וואו מ'האט עפעס דן געווען איבער'ן גזירת החינוך און ארויסגעשיקט די עסקנים וגו'... דענק איך אז כהאב דעמאלס דא געפרעגט @וואסאפשט צו איך קען דאס אננעמען אלס רמז אז מ'גייט נעמען א פעטוועי... אבער מ'האט מיר ממש געוואלט פארשטיינערן פאר'ן טראכטן אזוי מאדנע. ווידער איז געקומען אימעיל'ס פון די אגודה וועגן די פעטוועיס האט מען געזאגט אז ס'האט גארניש מיט פערלס, ווידער איז געקומען שטורמישע אסיפות ביי רבנים האט מען געזאגט אז פערלס שיקט נישט קיינעם ווייל זיי ארבעטן שטיל, ווידער איז געקומען אנדייטונגען אז פערלס זאגט קלאר מ'זאל נעמען פעטוועי 6 האט מען דא געהערט אז די סיבה איז ווייל די עקוויווילענט געזעץ איז אלט און די פעטוועיס האט גארנישט מיט די נייע גיידליינס. ווידער איז געקומען די פיינעל אסיפת הרבנים האט מ ען געמאלדן אז מען נעמט די פעטוועי ווייל די גזירה ווערט שוואכער און מ'דארף נאר האבן געדולד און גיין אויף דעם וועג. ווידער מוצ"ש איז געווען א אינטערוויו וואס האט מחדש געווען אז די לעצטע גיידליינס זענען בכלל נישט קיין גזירה נאר פארקערט מ'דארף ב"ה גארנישט מוסיף זיין. ווידער קומט היינט אינעם איד א שארפע בריוו וואס דאס האט מען געשיקט, און ביזדערווייל איז א שטיקל צומישעניש צו דאס איז 'אנשטאט' פעטוועי 6 אדער 'אין צוגאב' צו פעטוועי 6.
דאס איז קיין מהלך נישט. אז פערלס האט גענוג געלט פאר גאווערמענט רילעישן, מוזן זיי אויך האבן געלט פאר פובליק רילעישן. איינער מוז טראגן די אחריות פון אינפארמירן דעם עולם מיט א גארדקייט און געלאסנקייט, אויף איין טאן מתחילה ועד סוף.
און יעצט וועל איך שרייבן א באזונדערע תגובה איבער די עצם נושא.
עגרי אז פעירלס האט געפעילד אין פר. אבער טייל פון דיינע פאקטן, זענען נישט פונקט אפגעלערנט די משמעות.
געפעילד פי אר מיינט אז מען האט איין מציאות, און פשוט מען האט געפעילד דאס צו גוט צו מארקעטן
דא איז די מצב אנדערש, מען האט יעדע פאר מינוט געמאכט א פרישע נוסח להיפך גמור פון וואס מען האט געזאגט א מינוט צוריק,
און איך לייג צו, אז אויך אויב מיר ווילן אויפווייזן דורך די קאורט אז זייער פשט און די געזעץ איז פאלש, און מיר שטרענגען זיך אן צוצושטעלן לויט וויפיל אונזער תורה לאזט, אבער זיי זוכן דוקא צו קריכן אויף גראדע ווענט און אונז דערקיטשען.
סארי, זייער נאריש צו מאכן אזעלכע חשבונות אויף א קאורט וואס האט זיך נאכנישט אנגעהויבן (אלע טענות דערווייל ארויסגעווארפן).
וואס הייסט דאס "איך טו וויאזוי איך האב אפגעלערנט"? ווער ביסטו דו ראצערל?... ס'טע געהערט א מעשה... די רעגירונג איז בעה"ב און דו זאלסט לערנען "ווי זיי טייטשן עס אפ!" און אז דו האסט א פראבלעם בעט די קאורט א TRO אויף זייער פשט. ווער ביסטו צו אפלערנען אנדערש ווען די רעגירונג רעדט קלארע ווערטער?
די קאורט האט ארויסגעווארפן די טענות, ווייל ס'איז נאכנישט נוגע למעשה.
און מען האט עס יעצט אפיעלט.
סאו ס'איז יעצט עקשולי אין קאורט, און ס'איז דא לויער וואס קענען גוט אלע טענות וואס מען האלט אינמיטן און זיי באגלייטן די קעיס.
אויב גייט מען זיי איגנארירן קען עס ברענגען סימפאטיע צום ריכטער פאר זיי, אז מיר זענען מענטשן וואס ווילן נישט פאלגן די געזעץ.
מיר ווילן ווייזן פאר'ן שופט אז מיר פרובירן זיך צושטעלן צום געזעץ, און זיי זענען די חיות וואס רייטן אויף אונז.
שולחן. האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:26 pm
דא איז די מצב אנדערש, מען האט יעדע פאר מינוט געמאכט א פרישע נוסח להיפך גמור פון וואס מען האט געזאגט א מינוט צוריק,
איך וואלט מיך נישט פארלאזט, אויף אזא געפיראכטס.
די נוסחאות געטוישעכטס זענען געווען אויף אידטיש דורך מענטשן וואס זענען נשפע געווארן פון די געפעילטע פי אר.
די עסקנים האבן די גאנצע צייט געוויסט וואס זיי ווילן.
און איך לייג צו, אז אויך אויב מיר ווילן אויפווייזן דורך די קאורט אז זייער פשט און די געזעץ איז פאלש, און מיר שטרענגען זיך אן צוצושטעלן לויט וויפיל אונזער תורה לאזט, אבער זיי זוכן דוקא צו קריכן אויף גראדע ווענט און אונז דערקיטשען.
סארי, זייער נאריש צו מאכן אזעלכע חשבונות אויף א קאורט וואס האט זיך נאכנישט אנגעהויבן (אלע טענות דערווייל ארויסגעווארפן).
וואס הייסט דאס "איך טו וויאזוי איך האב אפגעלערנט"? ווער ביסטו דו ראצערל?... ס'טע געהערט א מעשה... די רעגירונג איז בעה"ב און דו זאלסט לערנען "ווי זיי טייטשן עס אפ!" און אז דו האסט א פראבלעם בעט די קאורט א TRO אויף זייער פשט. ווער ביסטו צו אפלערנען אנדערש ווען די רעגירונג רעדט קלארע ווערטער?
די קאורט האט ארויסגעווארפן די טענות, ווייל ס'איז נאכנישט נוגע למעשה.
און מען האט עס יעצט אפיעלט.
סאו ס'איז יעצט עקשולי אין קאורט, און ס'איז דא לויער וואס קענען גוט אלע טענות וואס מען האלט אינמיטן און זיי באגלייטן די קעיס.
אויב גייט מען זיי איגנארירן קען עס ברענגען סימפאטיע צום ריכטער פאר זיי, אז מיר זענען מענטשן וואס ווילן נישט פאלגן די געזעץ.
מיר ווילן ווייזן פאר'ן שופט אז מיר פרובירן זיך צושטעלן צום געזעץ, און זיי זענען די חיות וואס רייטן אויף אונז.
אם כנים הדברים: מיין שכל זאגט מ'זאל טוישן לויער ASAP
די רבי האט נאר איינגעפירט, דאס וואס ער האט געהאלטן אז מען מעג לערנען ע"פ תורה, און דאס איז געווען ליינען שרייבן ענגליש, אמאל האט מען אפילו געלערנט מער, ווי היסטערי, אין גאגרעפי, אבער נישט קיין סייענס און נישט קיין סאשעל סטאדיס,
די ציל איז געווען צו קענען ענגליש, נישט צו לערנען גויאיש
איך געדענק נאך אויך וואס מען האט געלערנט אלע יארן, עס איז געווען בלויז די שפראך, און ליינען באבקע מעשיות, קיין שום חכמה, אדער גויאישקייט.
וכל המשנה ידו על התחתונה
ר' בנימין הערש שרייבט אז אלעס וואס איז א גזירת המלכות מעג מען לערנען, אויב ס'איז נישט נגד התורה.
בקיצור בסך הכל, איז אזוי, האדמו"ר מהר"א האלט אז מען טאר גארנישט צו לייגן פון וואס מען האט געלערנט ביז היינט, נישט קיין פרישע שטייפע קריקולום, נישט קיין פרישע טעסטן, מען לייגט גארנישט צו,
איי גזירת המלכות אפילו לשיטתך? יעצט מוז מען נאך בכלל נישט צו לייגן גארנישט ווייל מען מוז נישט נעמען קיין פעטוועי, און די געזעץ פארלאנגט עס בכלל נישט, אזוי ווי די פסק פון ריבא לויטעט
מש"כ די אנדערע האלטן אז אפילו עס איז נאך נישט קלאר וואס די גזירת המלכות איז, דארף מען שוין צו לייגן און פארבעסערן און פארשטערקערן, די קריקולום צולייגן טעסט'ס, אפילו צו לייגן פון וואס מען האט געטון ביז היינט אלע יארן, ווייל אפשר גייט מען דאס מוזן לערנען.

צווייזייטיג האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:24 pm