גיימיר פראבירן נאך איין מאל זען צו די ווילסט בכלל וויסן די אנדערע צד...שולחן. האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 10, 2024 4:00 pmקודם דארף זיין קלארקייט צו מען האט יא אדער נישט גענומען א פעטוועי, און צו מען גייט יא זיך טוישן עפעס, אפילו א משהו אדאנק די פעטוועיצווייזייטיג האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 10, 2024 3:55 pmהאסט שוין מיטגעהאלטן א קאורט אמאל?
ביי א ריכטער ווען די איגנארירסט א רעגירונג, אויף א זאך וואס איז נישט קעגן דיין רעליגיע, הייסט א חיה רעה.
נאכדעם וועט מען קענען דן זיין אויב אין דעם פאל דארף מען זיך יא צושטעלן אדער נישט
דערווייל זענען די טריקענע פאקטן זייער זייער אומקלאר, עס איז בכלל נישט דא אויף וואס דן צו זיין.
די צד צו יא נעמען א פעטוועי איז אז מיר דארפן נישט גיין יעצט אין מלחמה מיטן אגנארירן, נאר מיר גייען ווייטער אין געריכט, און פאר די רעגירונג זאגט מען איך בין גוט אזוי ווי ביז יעצט און איך גיי ווייטער נעמען טעסט'ס אז די רעגירונג וועט נישט זיין צופרידן דעמאלס וועט מען זיך דאן ווייטער שלאגן, אדער בעזר השם שוין האלטן נאך א זיג אין געריכט.
פעטוועי 6 מיינט נעמען טעסט/אסעסמענטס, וואס דאס זאגן די מוסדות אז מען גייט נעמען, נאר מיר לייגן צו אז מיר קענען נישט לערענען די אלע זאכן וואס איז נישט ערלויבט לויט אינזער מסורה,
יעצט די רעגירונג קען עס אננעמען אויב זיי ווילן און טון אזוי ווי אלע יארן ביז אהער אז מען האט נישט געגראבן טיפער, וואס דאן האט מען אויסגעפירט,
אדער ניין זיי וועלן זאגן אז די טעסטס/רוזעלטאטן פון די טעסט איז נישט גוט, וואס דאן גייען די מוסדות זיין אויף די זעלבע בלאט ווי אלע און האפענטליך געווינען אין קארט.
און זעה וואס ער נעמט עס צוזאם
בערל דער פייפער האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 10, 2024 3:18 pmטאקע דאס איז די חילוקי דעות דא
די וואס נעמען נישט האלטן אז איך גיי נישט אריין אין משא ומתן מיטן שונא,
און די וואס נעמען יא האלטן אז אויב מען נעמט נישט פאלט מען גלייך אריין אין פעטווע 7 וואס איז סאך א גרעסערע סכנה,
עקסטער איז דא די אידן וואס שרייען יהרג ועל יעבר,