יאפאן אטאקירט אמעריקע - פוירל הארבאר Dec 7 1941

וועלטליכע היסטאריע
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28710

יאפאן אטאקירט אמעריקע - פוירל הארבאר Dec 7 1941

פאוסט דורך ניקל »

דעצעמבער 7 - פאריגע דאנערשטאג פרשת וישב ערב חנוכה תשפ"ד איז אפגעצייכענט געווארן די טאג וואס אמעריקע איז אפעציעל געווארען אינוואלוועד אין די צווייטע וועלט מלחמה.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28710

Re: יאפאן אטאקירט אמעריקע - פוירל הארבאר Dec 7 1941

פאוסט דורך ניקל »

דא וועלן אינז אי"ה באשרייבן אביסל די היסטאריע פון די פון די מאסיווע אטאקע דורך יאפאן וואס האט געברענגט א שאק און ציטער און די מעכטיגע אמעריקע, און האט צוגעברענגט צום סוף פונען רשע ושונא ישראל היטלער ימ"ש
זאכן וואס איר האט מעגליך נישט געוואוסט קומט אריין אין האט הנאה
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28710

Re: יאפאן אטאקירט אמעריקע - פוירל הארבאר Dec 7 1941

פאוסט דורך ניקל »

די טאג איז געווען 12/7/1941

ביז DEC 7 איז אמעריקע נישט געווען פארמישט און די מלחמה בכלל, נאר דורך שיקן הילף (אזא דוגמא ווי אוקריינע היינט צוטאג...) די אמעריקאנער האבן ארויסגעהאלפן די בריטישע ארמיי און די אויפשטענדלער און די שטעט וואס זענען געווען אקופירט ביי די נאציס, מיט שיקן קריטישע כלי ותכסיסי מלחמה וואס מען האט געדארפט האבן אויפן פראנט,
אבער מיליטעריש איז אמעריקע געשטאנען פון די זייט, נישט געשיקט קיין סאלדאטן אויפן פראנט, און נישט פלאנירט קיין שום אטאקעס.

אמעריקע איז בכלל נישט געווען גרייט צו גיין און קריג,
די גוסטע ביי די אמעריקאנער המון ים איז בכלל נישט געווען אזוי איי איי צו שיקן מיליטערישע פלייש פון זייערע מענער/קינדער/ברידערס/ משפחה פאר די פייגלעך, פאר אפאר לענדער וואס קריגן זיך איבערן ים...

אבער! זאכן האבן זיך געטוישט SEP 7 1941 8:00 אינדערפרי!

יענעם טאג דעצעמבער 7 יארע 1941 7:48 אינדערפרי, איז די אמעריקאנער פאלק געכאפט געווארן און שאק!
יענעם אינדערפרי איז די אמעריקאנער פאלק געכאפט געווארן און א מאסיווע סורפרייז!
ווען אום 7:48 צופרי האבן די יאפאנעזער נעווי אטאקירט מיט א גאר שטארקן מערדערליכן קראפט, מיט א מאסיווע גוט אויספלאנירטע, באמבאדירונג, די אמעריקאנער באזע און פוירל הארבער, האווייאי, וואס דאס האט צוטרייסעלט די אמעריקאנער פאלק, און פארזיכערט דאס אריינציען דאס מאכטפולע אמעריקאנער ארמיי און די צווייטע וועלט מלחמה.
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 726
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1157

Re: יאפאן אטאקירט אמעריקע - פוירל הארבאר Dec 7 1941

פאוסט דורך ווירקליך »

יישר כח פאר’ן גיין פתיחה.

סובסקרייבט.
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28710

Re: יאפאן אטאקירט אמעריקע - פוירל הארבאר Dec 7 1941

פאוסט דורך ניקל »

די יארן פאר די אטאקע

אנגעהויבן פון 1930 האט יאפאן ארומגערידערט מיט מלחמה אויף אירע שכנים, זיי האבן געוואלט אויפבויען א ריזיגע אימפעריע, יאפאן האט זייער נישט געשמעקט אז די אייראפעאישע לענדער ווי ענגלאנד, פראנקרייך געוועלטיגן אויף אזיע, - דעמאלטס האבן זיי געהערשט אויף גאנץ מזרח אזיע - יאפאן האט ענדערש געוואלט און געהאלטן אז גאנץ אזיע מיז ווערן געפירט דורך די אזיאנע.
אשע"כ האבן זיי אנגעהויבן צו פירן מלחמות און די געגענט, זיי האבן אנגעהויבן מיט אינוואזיע אויף טשיינע ווי זיי האבן אנגעהויבן מיט איין שטעטל און זיך צוביסלעך אויסגעברייטערט מיר און מער איבער טשיינע.
די געמיטער צווישן די מערב וועלט לענדער - אמעריקע, פראנקרייך, ענגלאנד - מיט יאפאן זענען געווען היבש אנגעצויגן, אבער מען האט גארנישט געטון עפעס ספעציעל עס צו בארואיגן.

און יארע 1940 האט יאפאן אטאקירט א פראנצויזישע קאלאני, ווי זיי האבן געוואלט בלאקירן צוטריט פון אמעריקאנער סופליי וואס פלעגט געליפערט ווערן פון דארט קיין טשיינע.
די אטאקע פון יאפאן דארט, האט נישט אנגעהאלטן צו לאנג, נאך וואס די פראנצויזן האבן גאנץ שנעל געשלאסן אן אפמאך מיט די יאפאנעזער, אז יאפאן האט באקומען קאנטראל אויף צפון טשיינע, און מיט דעם האבן זיי בלאקירט די סופליי ליניע קיין טשיינע, אריינגערעכנט אלע מלחמה סופליי וואס אמעריקע פלעגט דאן שיקן קיין טשיינע.
ווינטעלע
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 423
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 3:21 am
x 1909

Re: יאפאן אטאקירט אמעריקע - פוירל הארבאר Dec 7 1941

פאוסט דורך ווינטעלע »

וואו.
שכויעך ניקל! (גארנישט אזא ניקל...)
אלץ געויסט איר קענט נייעס! אבער אלטענס??? מאסיוו!

גראדע מיין ארומיגע פרעגן, פארוואס כאב אנגעהויבן געבן א ניקל פאר יעדע צדקה גייער, זיי ווייסן פשוט נישט די ווערד וואס סהאט באקומען ביי מיר...
הארץ און בלוט, איז מיין פעדער און טינט.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28710

Re: יאפאן אטאקירט אמעריקע - פוירל הארבאר Dec 7 1941

פאוסט דורך ניקל »

אמעריקאנער עמבארגא

פון די צווייטע זייט האט עס אמעריקע זייער נישט געשמעקט, און אלץ נקמה האבן זיי איינגעפירט א עמבארגא אויף יאפאן, אז מען זאל נישט מעגן פארקויפן קיין אויל און נאך וויכטיגע מאטריאל פאר יאפאן, וואס דאס איז געווען א ציפעדיגע פראסק פאר יאפאן צוליב וואס יאפאן איז ארומגענומען פון אלע 4 זייטן מיט וואסער, און זיי מוזן צוקומען צו די אלע רויע מאטריאלן פון דרויסן כדי צו קענען אנגיין מיט א נארמאלע סדר היום פון לעבן,
דאס איז פאר סתם צו לעבן אבער חוץ מזה איז עס געווען גאר א שטארקע ציפ פאר יאפאן צוליב זיי זענען געווען גאר שטארק אנגעוויזן און אויל פאר זייערע פלענער בנוגע מלחמה, ווי זיי האבן געמוזט פאר יעדע פרייז צוקומען צו דעם פאר זייערע פליגערס/שיפן/טאנקן/טראקס וכדו', זיי האבן אבער יא געהאט אוועקגעלייגט אויל, אבער דאס איז געווען גענוג בלויז אויף 2 יארע, און היות די אמעריקאנער האבן ארויפגעלייגט א חלק פון די עמבארגא אויף די אויל איז לפי החשבון אויסגעקומען אז זייער גאנצע חלום פון האבן א ריזיגע אימפעריע און הערשן אויף גאנץ אזיע, וועט זיך אויסלאזן ווי א זיין בלאז, וויבאלד זיי קענען עס האבן נאר מיט מלחמה, און פאר מלחמה דארף מען אויך, און אז מען האט נישט איז אלעס אויס.
די קארפן קעפ האבן זיך צוזאם געזעצט אויף וואס טוט מען דא, זענען זיי צוגעקומען למסקנא אז זיי מוזן באקומען קאנטראל אויף די ריזיגע נאטורליכע קוועלער וואס איז דא אויפן וועלטל פאר אויל און ראבער, דעמאלטס איז געווען די לאנד מאלעיע וואס האבן געהאט א שפע פון אזאנע ריזיגע קוועלער, וואס האבן ארויסגעגעבן נאטורליכע אויל, וואס דאס איז געווען פאר זיי א מאסט צו קענען אנגיין מיט זייער ריזיגע מלחמה אפערעישן וואס זיי האבן פארמאגט.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28710

Re: יאפאן אטאקירט אמעריקע - פוירל הארבאר Dec 7 1941

פאוסט דורך ניקל »

אמעריקע ווייזט מאכט

אנהייב יארע 1941 האט דער דעמאלטסדיגער אמעריקאנער פרעזידענט רוזעוועלט דיסיידעט צו ווייזן פאר יאפאן אז אמעריקע הייבט אן צו נעמען קעגן זיי א שטרענגע מהלך, און זיי ווייזן אז זיי מיינען די זאך סיריעס, און רוזעוועלט האט באפוילן די אמעריקאנער מיליטער אריבערצופירן די פאציפישע מלחמה פלאטע וואס איז ביז דעמאלסט געווען פלאצירט און קאליפארניע קיין פוירל הארבאר, האווייאי, כדי צו ווייזן אמעריקאנער כח,
חוץ מזה האט פרעזידענט רוזוועלט פארלאנגט אויפצובויען אויף די אינזלען און די פילפפינעס א מיליטערישע באזע, וואס דאס זאל ווייזן כח, און ברעכן יאפאן'ס שטייפע הארטנעגיקייט פון וועלן פרובירן איינצונעמען נאך לענדער אדער אינזלען מזרח זייט פונעם פאסיפיק אוישען.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28710

Re: יאפאן אטאקירט אמעריקע - פוירל הארבאר Dec 7 1941

פאוסט דורך ניקל »

ניקל האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 9:33 pm אמעריקע ווייזט מאכט

יאפאן וועבט פלענער

יאפאן פון זייער זייט האט גאר גוט געכאפט דעם רמז, זיי האבן פארשטאנען דעם וואונק, אבער יאפאן'ס עקשנות האט זיך נישט געלאזט ברעכן, און זיי האבן זיך בכלל נישט דערשראקן, און אנשטאט דעם האבן זיי אנגעהויבן חלומען און טראכטן פון עפעס גאר גאר ערנסט....

די יאפאנעזע קעפ האבן זיך צוזאמגעזעצט און אנגעהויבן טראכטן וואס מען קען טון
זיי האבן גאר גוט געוויסט אז אויב זיי גייען אטאקירן די בריטישע קאנטראלירטע אינזלען און יענע געגענט גייט דאס אויפשאקלען די מלחמה און עס וועט אריינשלעפן די אמעריקאנער מיליטער און קריג אויף די זייט פון ענגלאנד קעגן יאפאן,
זיי האבן מטכס עצה געווען און געקומען צו א החלטה אז די בעסטע זאך וועט זיין צו דימאלישן די אמעריקאנער באזע און פוירל הארבאר, און א סורפרייז אטאקע פאר זיי טאטשן בכלל די בריטישע אינזלען, און די אמעריקאנער באזעס וואס מען האט געבויט אויף די פיליפינעס.

אמעריקע האט דעמאלטס געהאט פלאצירט די גאנצע פאסיפישע פלאטע און פוירל הארבאר, און דאס איז געווען די איינציגסטע נעווי פלאטע וואס די אמעריקאנער האבן דעמאלט פארמאגט אויפן פאסיפיק וואס איז געווען גרייט פאר מלחמה.
האבן די יאפאנעזער געמאכט א פלענעם חשבון אז אויב וועלן זיי קענען אטאקירן און מיט דעם צוברעכן און אפווישן דעם פאסיפישע פלאטע פון די אמעריקאנעם נעווי, וועט נעמען א מינימום פון א יאר אדער אפילו צוויי יאר ביז ווילאנג עס וועט נעמען צו פארעכטן די נעווי באזע, און אמעריקע וועט נישט קענען גארנישט צוריק טון פאר יאפאן, וויבאלד זיי וועלן נישט האבן קיין נעווי פונעם פאסיפיק און וועלן נאר זיין פארנומען מיטן פאריכטן, און דאס וועט צוגעבן פאר די יאפאנעזער קריטישע צייט ווי זיי וועלן קענען מאסיוו אויסשטאפירן זייער נעווי מיט סאך מער שיפען און מלחמה כלים, און וועלען זיין גרייט און ארויסגיין געווינער פון עני קאנפליקט מיט די אמעריקאנער.

ניקל האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 8:49 pm

עס איז כדי צו צולייגן אז די גרעסטע חלק פון די מלחמה פון אמעריקע מיט יאפאן אז געווען פלאצירט אויפן ים, וואס לויט דעם איז זייער פשוט אז די סאמע וויכטיגסטע זאך וואס האט אויסגעפעלט סיי פאר די אמעריקאנער און סיי פאר די יאפאנעזער איז געווען די "נעווי" און דאס איז געווען א מאסט צו קענען אנגיין מיט די מלחמה און אן דעם וואלט קיין איין זייט נישט געקענט קלערן פון געווינען אדער אנגיין מיט די מלחמה.
די נעווי איז דעמאלטס באשטאנען פון א ריזיגע ליסטע פון אלע מינע סארט שיפן
אנגעהויבן פון די גיגאנטישע ריזיגע עירקרעפט קעריערס,
די קעריערס פלעגן טראגן אויף זיך איבער 100 מלחמה עראפלאנען וואס האבן געהאלטן און איין אריינפליען און ארויספליען צו אטאקירן די שונא,
די קעריערס פלעגן האלטן ארום 2,000 סאלדאטן אויף זיך
חוץ פון דעם איז געווען איז געווען מלחמה שיפן וואס דאס איז געווען אויסשטאפירט מיט א מאסיווע מלחמה אפאראט עס האט געהאט וואפן וואס האט געקענט שיסן אויף נאנטע צילן, עס האט אויך געהאט א מערדערליכן ארסענאל פון די שטערקסטע קאנען, עס האט געקענט ארויסשיסן ביז אזוי ווייט ווי 14 מייל,
נאָכדעם איז געווען
דיסטרויערס
קרוזערס
סופליי שיפן
אויל טאנקיר שיפן
סובמארינען
טראנספארט שיפן
און נאך אסאך וואס יעדע האט זיך געהאט זיין ציל און חלק וואס האט אויסגעפעלט פאר עני אטאקע.

די ראש וראשון פון אלעס איז געווען ווי פארשטענדליך די ריזיגע עירקרעפט שיפן, ווייל דאס האט געגעבן שטארקייט פון אויבן און פון אונטן, עס האט געגעבן מאכט און שטארקייט צו קענען אטאקירן די שונא פון עני זייט, און סיי וואו און ווען מיט די עראפלאנען אויפן שיף,
סאוי איז פארשטענדליך אז דאס איז געווען די נאמבער 1 און די גרעסטע טארגעט פאר ביידע זייטן צו אטאקירן און אפווישן דעם אנדערן זייטס קעריערס.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28710

Re: יאפאן אטאקירט אמעריקע - פוירל הארבאר Dec 7 1941

פאוסט דורך ניקל »

אויפן וועג !!

"נאוועמבער 26, 1941"

און דעם טאג פון נאוועמבער דעם 26'סטן האבן זיך ארויסגעלאזט א גרופע סטרייקונג כוחות פון יאפאן,
דאס איז באשטאנען פון זעקס גאנצע עירקרעפט קעריערס, מיט נאך העכער 30 מלחמה שיפן.
דאס זענען געווען א מאסיווע פלאטע, ווי די קעריערס האבן געטראגן אויף זיך א ריזיגע נאמבער פון 408 מלחמה פליגער!
די פליגער זענען געווארן צוטיילט און 3 גרופעס,
קודם זענען באשטאנען 2 גרופעס וואס יעדע האט געהאט 180 מלחמה עראפלאנען, וואס די פליגער איז געווען די באמבאדירונגען פלענער, דאס הייסט לויטן פלאן האבן 180 מלחמה פליגער געדארפט באמבאדירן פורל הארבער, די איבריגע 180 פליגער האבן געדארפט נאכקומען מיט די צווייטע חלק באמבאדירונגען אויף פוירל הארבער, די צוויי גרופעס האבן געדארפט זיין אפגערוקט מיט אביסל ווייניגער ווי איין שעה,
אז בערך איין שעה נאך די ערשטע אטאקע אדורכגעפירט דורך 180 מלחמה עראפלאנען האבן זיך געדארפט באווייזן פרישע 180 באמבאדיר פליגער און צוענדיגן די דזשאב,
די ערשטע גרופע פון 180 מלחמה פליגער זענען געווען די וואס האבן געדארפט דורך פירן די עיקר סטרייקונג אטאקע, צו אפווישן די אמעריקאנער נעווי, די צווייטע גרופע פון 180 פליגער זענען געווען אויף סטענד ביי צו ענדיגן די מלאכה אויפן בעסטן פארנעם, דאס הייסט צו צוענדיגן אלעס וואס די ערשטע גרופע האט נישט אנגעיאגט.
און דערנאך א פרישע גרופע פון נאך 48 פליגער וואס זענען געווען קאמפס גרייט אפצושלאגן סיי וועלעכע געפאר דורך די אמעריקאנער מלחמה פליגער, אויב די אמעריקאנער מלחמה עריפלאנען קומען ארויס מיט א קענגשטאנד, זאלן זיי שטיין גרייט אפצוענטפערן די אמעריקאנער פליגער.

די 3 גרופעס זענען באשטאנען פון מאסיווע פליגער,
ווי דייוו באמבערס, וואס דאס איז געמאכט צו באמבאדירן בילדונגס, באראקען, מאגאזינען וכדו'.
טארפידאו פליגער, וואס דאס איז געמאכט צו אטאקירן די אמעריקאנער שיפן.
פייטער עראפלאנען, צו באמבאדירן און אטאקירן/חרוב מאכן די מערסטע מלחמה פליגער וואס זענען פארקירט אינעם ארמיי עירפארט, און די זעלבע צייט צו באשיצן די יאפאנעזער פליגער פון א אמעריקאנער ווידערשטאנד.

יאפאן האט צוגעשטעלט פאר דעם די סאמע בעסטע פילאטן פון די יאפאנעזער ארמיי,
די יאפאנעזער פילאטן האבן געדארפט מאכן די באשלוסן וועלעכע שיפן צו אטאקירן, וועלכע ס'זאל זיין ערשט, וועלכע צווייט , וועלכע עירקרעפט, וועלעכע קרוזערס, דיסטרויערס א.ד.ג. לויט די וויכטיגקייט פון די שיפן.

מיט זיי זענען מיטגעפארן 5 מאסיווע סובמארינען וואס די יאפאנעזער האבן פאראויס געשיקט צו די אמעריקאנער ברעגעס און פורל הארבער, וואס זיי האבן געדארפט זיין דארט בעפאר די אטאקע זיכער מאכן אז די אמעריקאנער שיפן אנטלויפן נישט פון מקום.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28710

Re: יאפאן אטאקירט אמעריקע - פוירל הארבאר Dec 7 1941

פאוסט דורך ניקל »

זיכערהייט אינצידענטן ביי די האווייאי וואסערן

דעצעמבער 7 1941 - פורל הארבער האווייאי, 4:00 פארטאגס!

א אמעריקאנער קרוזער שיף צוזאמען מיט נאך עטליכע אמעריקאנער נעווי שיפן פאטראלירן די וואסערן אינדרויסן פון די האווייאי וואסערן און די יונייטעט סטעיטס,
פלוצלינג באמערקט איינע פון די שיפן עפעס א פארדעכטיגטע זאך און די וואסערן, עס קוקט אים אויס צו זיין א סובמארין וואס שווימט אין ריכטונג פון פורל הארבער.
לויט די פארשריפטן האט דעמאלט'ס קיין סובמארין זיך נישט געדארפט געפינען בכלל און די געגנט, סאוי האט די אמעריקאנער סאלדאט וואס האט פאטראלירט די וואסערן געטון ווי עס שטייט און די פארשריפטן אז אויב זעהט מען א סובמארין וואס שווימט אינדרויסן פון א באשטימטע זאנע, זינקט מען דען סובמארין.
והך קאווע ער האט געשאסן און ריכטונג פונעם סובמארין, אבער קוקט אויס ער איז נישט געווען אזא גוטע סנייפער, און ער האט פארלוירן דעם סובמארין און נישט באוויזן עס צו זינקען.

עס גייט אדורך נאך 2 און א האלב שעה, די זייגער קלאפט אויף 6:37 פארטאגס, און אודך, ווידעראמאל האט מען באמערקט עפעס פארדעכטיגט,
יעצט ווען עס איז שוין געווען ליכטיג האט מען קלאר געזען דעם טורעם פונעם סובמארין, און געזען אז עס איז בכלל נישט קיין באקאנטע טורעם, (די טורעם איז וואס עס קומט ארויס העכער'ן וואסער, און מיט דעם קען מען זעהן וואס עס טוט זיך העכערן ים),
ווען ער האט דעס געזען האט דער גענעראל פון פריש באפוילן צו זינקען דעם סובמארין,
און איינס צוויי דרײ מען שיסט, און דאס מאל האט עס אנגעטראפן און ציל, און עס איז געלונגען, מער זעהט ער נישט דעם סובמארין.
דער גענעראל שיקט א מעסעדזש צו די העכערע פענסטער אז זיי האבן געזען ע פארדעכטיגטע סובמארין וואס האט זיך געדרייט און די וואסערן ווי ער האט נישט באלאנגט, און זיי האבן עס אטאקירט, און געזינקען.
(דאס איז געווען איינע פון די 5 סובמארינען וואס האבן געדארפט אבאכט געבן אז די אמעריקאנער שיפן ווערן נישט נעלם).
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28710

Re: יאפאן אטאקירט אמעריקע - פוירל הארבאר Dec 7 1941

פאוסט דורך ניקל »

ניקל האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 10:00 pm זיכערהייט אינצידענטן ביי די האווייאי וואסערן

אביסל נאך 7:00 אינדערפרי:

די אמעריקאנער פאלק הייבן אן צו עפענען די אויגן פון שלאף, זיצט זיך א אמעריקאנער סאלדאט ביי איינע פון די נייע אינסטאלירטע ראדארן וואס די אמעריקאנער ארמיי האט ביז נישט לאנג צוריק עס אינסטאלירט, אין ער טרענירט זיך אזוי אויך די נייע רעדארן, ווען פלוצלינג הייבן די רעדארן אן גראגערן און קאפ, דער כאפט א בליק און דערזעהט א מאסיווע פלאטע מלחמה ערעפלאנען דערנענטערן זיך מיט א שנעלקייט און די ריכטונג פון די פורל הארבער אינזל..

דער כאפט א ראדיאו און מורמעלט אריין צו זיין גענעראל, און זאגט אים אז עפעס פארדעכטיגט קומט פאר, און ער זעהט ר מאסיווע פלאטע באמבאדיר פליגער קומען און ריכטונג,
זיין גענעראל געט עס א מאך אוועק, און זאגט אז דאס זענען פראבעבלי די מעכטיגע B17 אמעריקאנער באמבאדיר פליגער וואס קומען יעצט צופליען קיין פורל הארבער צו פארשטערקערן די אמעריקאנער כוחות אויפן ארט, אדער קען זיין אז עס זענען אמעריקאנער מלחמה פליגער וואס קומען און גייען פום די אמעריקאנער שיף קעריערס וואס זענען געווען אויף די דרויסענדע וואסערן פאר זייער רוטינע טעגליכע עקסערסייז.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28710

Re: יאפאן אטאקירט אמעריקע - פוירל הארבאר Dec 7 1941

פאוסט דורך ניקל »

7:48 פורל הארבער האווייאי, אמעריקע אונטער אטאקע!!!

די זייגער קלאפט אויף 7:48 צופרי, און א טאטעל פון 183 יאפאנעזער מלחמה פליגער שפראצן ארויס פון אונטער די דאכענעס ביים דרום זייט העכער האווייאי!!
די ערשטע גרופע פון די יאפענעזער מלחמה פליגער ווי אויבן געשריבן, קומען אן און כאפן די אמעריקאנער סאלדאטן און א טאטאלער סורפרייז!
מיט א גאר שטארקע כוח, און גאר שטארקע פונקטליכקייט, נאך וואכן און חדשים טרענירונגען, געבן זיי אריין פאר די אמעריקאנער שטאלץ זעצעץ איינס נאכן צווייטן,
50 קעיט פליגער האבן געטראגן אויף זיך באמבעס וואס יעדע איינע האט געוואויגן טויזענט זיבען הונדערט און זעכציג פונט!!!
54 פליגער וואס האבן געטראגן אויף זיך פינעף הונדערט פופציג פונטיגע באמבעס!!!
40 פליגער מיט טארפידאו באמבעס!!!
מיטן איינעם ציל צו גאר שטארק באמבאדירן און שעדיגן די אמעריקאנער נעווי מיט זייערע מלחמה שיפן און עירקרעפט שיפן.
45 פייטער דזשעטס, צו אטאקירן אפווישן און דימאלישן די פארקירטע פליגער און די עירפארטס.

די יאפאנעזער חברה האבן זיך אראפגעלאזט אויף די אמעריקאנער שיפן, און אנגעהויבן שיקן די מאכטפולע באמבעס אויף אראפ, איין שיף נאכן צווייטן האבן אויפגעריסן און מאסיווע פייער, רויעך, פון די פונקטליכע באמבעס און טארפידאוס וואס די יאפענעזער פילאטן האבן אראפגעשיקט משלוח מנות פון אויבן פאר די אלע שיפן.

ווייניגער ווי 2 שעה האט גענומען די גאנצע אטאקע,
און די יאפאנעזער האבן געהאט גאר א גרויסע סוקסעס מיטן אטאקירן די אמעריקאנער נעווי,
טייל צוליב די גאר העפטיגע טרענירונגען וואס זיי זענען דורך וואכן און חדשים, בעפאר די אטאקע.
און אויך האט צוגעגעבן צום סוקסעס די מעכטיגע אמעריקאנער כוחי ועוצם די, מיט דעם וואס די אמעריקאנער נעווי איז געווען אזוי זיכער אז זיי זענען די שטערקסטע און די בעסטע אויף די גאנצע וועלט, דאס האט צוגעברענגט אז מען זאל זיך נישט אזוי צו טוהן מאכן פון די אלע זיכערהייַט פראבלעמען יענעם אינדערפרי, די סובמארין, אדער די ראדאר ווארענונגען, און אזוי האבן די יאפאנעזער געכאפט די מעכטיגע אמעריקאנער און טאטאלע שאק!
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28710

Re: יאפאן אטאקירט אמעריקע - פוירל הארבאר Dec 7 1941

פאוסט דורך ניקל »

אבער נאך א זאך האט צוגעהאלפן יאפאן, מען קען זאגן אז דאס איז געווען די הויפט זאך, און דאס איז געווען די געלונגענע שפיל וואס זיי האבן געמאכט מיט אמעריקע, אז זיי ווילן פארהאנדלען.
יאפאן האט ממש געציילטע מינוטן פארדעם געשיקט א גאר לאנגן בריוו צום דעמאלטסדיגן אמעריקאנעם פרעזידענט רוזוועלט, זיי האבן זיכער געמאכט אז דאס בריוו איז גאר לאנג און עס וועט נעמען היבש צייט דאס דורך צוליינען,
די פרעזידענט צוזאמען מיט די העכסטע שטאב פון די אמעריקאנער רעגירונג זענען געווען ביזי צו דורכליינען דעם לאנגן ענטפער וואס איז געקומען פון יאפאן ממש און די מינוטן וואס יאפאן האט אנגעהויבן מיט די אטאקע, צו דערלאנגן קלעפ פאר אמעריקע.
נאכמער, און איינע פון די גרעסטע סודות אנטקעגן יאפאן, ביי די אמעריקאנער טאטעס, איז געווען דאס וואס די אמעריקאנער שפינאדזש האט דורכגעבראכן די די יאפאנעזער נעווי סיקרעט קאודס, ווי עס איז דעמאלטס גערופן געווארן JN26B, ווי די אמעריקאנער רעגירונג און שפיץ פון די שפינאדזש האבן פונקטליך מיטגעהאלטן, יעדע שמועס צווישן די יאפענעזער און זייערע אמבאסאדעס און די גאנצע וועלט,

און יענע טעג פאר די אטאקעס ווי געשריבן זענען פארגעקומען פארהאנדלונגען דורך אמעריקע מיט יאפאן איבער די פראנצויזישע קאלאניע אינדא-טשיינע, יענע זונטאג האבן די יאפאנעזער אפגעשיקט די גאר לאנגן בריוו פון 14 זייטן, צום אמעריקאנעם פרעזידענט רוזוועלט מיט גאנצעטע תירוצים און סברות פארוואס זיי קענען אויף קיין אפמאך נישט איינגיין,
די אלע אויבערדערמאנטע סיבות זענען געווען געשריבן אויף 13 בלעטער,
אויף די 14'צטע בלאט איז געשטאנען א מעסדזש פון יאפאן צו אמעריקע, אז אלע דיפלאמאטישע באציונגען ווערן אפיציעל אפגעשטעלט!
אין אנדערע ווערטער מיינט דאס אז זיי זענען נישט אינטערסירט צו פארהאנדלען און דערקלערן קריג מיט אמעריקע.
יאפאן האט אנגעזאגט זייער אמבאסאדע אז ער זאל איבערגעבן דעם גאר לאנגן בריוו קיין וואשינגטאן אינגאנצן א האלבע שעה פאר די ערשטע עראפלאנען וועלן אנהייבן אראפלאזן די ערשטע באמבעס אויף פערל הארבער, - אז עס זאל נעמען היבש לאנג דער אמעריקאנער פרעזידענט זאל דאס דארפן איבערליינען (ווי געשריבן פריער), און זיי זאלן האבן צייט צו דערלאנגן א שאק כוואליע פאר אמעריקע - און מיט דעם האבן זיי אפיציעל געדארפט דערקלערן קריג אנטקעגן אמעריקע!
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 726
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1157

Re: יאפאן אטאקירט אמעריקע - פוירל הארבאר Dec 7 1941

פאוסט דורך ווירקליך »

אנריעל וואס דער ניקל דעליווערט דא.

יישר כח!
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28710

Re: יאפאן אטאקירט אמעריקע - פוירל הארבאר Dec 7 1941

פאוסט דורך ניקל »

ניקל האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 10:13 pm אבער נאך א זאך האט צוגעהאלפן יאפאן, מען קען זאגן אז דאס איז געווען די הויפט זאך, און דאס איז געווען די געלונגענע שפיל וואס זיי האבן געמאכט מיט אמעריקע, אז זיי ווילן פארהאנדלען.
יאפאן האט ממש געציילטע מינוטן פארדעם געשיקט א גאר לאנגן בריוו צום דעמאלטסדיגן אמעריקאנעם פרעזידענט רוזוועלט, זיי האבן זיכער געמאכט אז דאס בריוו איז גאר לאנג און עס וועט נעמען היבש צייט דאס דורך צוליינען,
די פרעזידענט צוזאמען מיט די העכסטע שטאב פון די אמעריקאנער רעגירונג זענען געווען ביזי צו דורכליינען דעם לאנגן ענטפער וואס איז געקומען פון יאפאן ממש און די מינוטן וואס יאפאן האט אנגעהויבן מיט די אטאקע, צו דערלאנגן קלעפ פאר אמעריקע.
נאכמער, און איינע פון די גרעסטע סודות אנטקעגן יאפאן, ביי די אמעריקאנער טאטעס, איז געווען דאס וואס די אמעריקאנער שפינאדזש האט דורכגעבראכן די די יאפאנעזער נעווי סיקרעט קאודס, ווי עס איז דעמאלטס גערופן געווארן JN26B, ווי די אמעריקאנער רעגירונג און שפיץ פון די שפינאדזש האבן פונקטליך מיטגעהאלטן, יעדע שמועס צווישן די יאפענעזער און זייערע אמבאסאדעס און די גאנצע וועלט,

און יענע טעג פאר די אטאקעס ווי געשריבן זענען פארגעקומען פארהאנדלונגען דורך אמעריקע מיט יאפאן איבער די פראנצויזישע קאלאניע אינדא-טשיינע, יענע זונטאג האבן די יאפאנעזער אפגעשיקט די גאר לאנגן בריוו פון 14 זייטן, צום אמעריקאנעם פרעזידענט רוזוועלט מיט גאנצעטע תירוצים און סברות פארוואס זיי קענען אויף קיין אפמאך נישט איינגיין,
די אלע אויבערדערמאנטע סיבות זענען געווען געשריבן אויף 13 בלעטער,
אויף די 14'צטע בלאט איז געשטאנען א מעסדזש פון יאפאן צו אמעריקע, אז אלע דיפלאמאטישע באציונגען ווערן אפיציעל אפגעשטעלט!
אין אנדערע ווערטער מיינט דאס אז זיי זענען נישט אינטערסירט צו פארהאנדלען און דערקלערן קריג מיט אמעריקע.
יאפאן האט אנגעזאגט זייער אמבאסאדע אז ער זאל איבערגעבן דעם גאר לאנגן בריוו קיין וואשינגטאן אינגאנצן א האלבע שעה פאר די ערשטע עראפלאנען וועלן אנהייבן אראפלאזן די ערשטע באמבעס אויף פערל הארבער, - אז עס זאל נעמען היבש לאנג דער אמעריקאנער פרעזידענט זאל דאס דארפן איבערליינען (ווי געשריבן פריער), און זיי זאלן האבן צייט צו דערלאנגן א שאק כוואליע פאר אמעריקע - און מיט דעם האבן זיי אפיציעל געדארפט דערקלערן קריג אנטקעגן אמעריקע!

אבער נאך סאך פאר די יאפענעזער אמבאסאדע האט געהאט איבערגעטייטשט די בריוו האבן שוין די אמעריקאנער שפינאדזש קאוד ברעכער און וואשינגטאן, געבראכן די קאודס וואס זיי האבן געהאט פארדעם דורכגעבראכן, און זיי האבן גלייך געזען אז יאפאן דערקלערט קריג אמט אמעריקע,
זיי האבן גלייך זיך פארבינדען מיט זייער אפיציר אז ער זאל איבערגעבן פאר די אמעריקאנער פענסטער אז מען זאל מעלדן פאר פוירל הארבאר אז אמעריקע גייט און קריג מיט יאפאן.

מאת ה' היתה זאת, אז די ארמיי'ס רעדיאו ליניעס זענען משום איזה סיבה שהוא געווען דעמאלטס פארנומען, די אמעריקאנער ארמיי טשיף אוו סטעף האט דעריבער געזאגט אז מען זאל שיקן די מעסדזש דורך די רעיולער טעלעגראם כוואליעס, און ווען עס איז אנגעקומען און פורל הארבער האט מען זיך נישט אזוי באצויגן צו די מעסדזש וויבאלד עס איז נישט געשיקט געווארן נארמאל, און ווי קאמיש עס הערט זיך האט מען געעפנט די טעלעגראם ערשט א גאנצע שעה נאך וואס די יאפענעזער פליגער האבן שוין באמבאדירט פוירל הארבאר.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28710

Re: יאפאן אטאקירט אמעריקע - פוירל הארבאר Dec 7 1941

פאוסט דורך ניקל »

די זייגער האט געקלאפט אויף 1:58 וואשינגטאן זייגער (האוואי איז געווען 7:58 צופרי), די באאמטע מיטן פרעזידענט האלטן אינמיטן דורכטיען דעם בריוו געשיקט דורך יאפאן, ווען פלוצלינג שטורעמט אריין א מעסעדזש פון די הויפט גענעראל און האווייאי
מיטאמאל 1:28 וואשינגטאן צייט (7:58 האווייאי צייט),
"ליפט אטאקע אויף פוירל הארבער, דאס איז נישט קיין מיליטערישע עקסערסייז"
די פרעזידענט וכת דיליה האבן נישט געחלומט און מינדעסטע חלום אז יאפאן גרייט צו א אטאקע נאך דערצו ווען זיי האבן קלאר באקומען א בריוו אז יאפאן וויל שלום, דאס איז געווען א גרויס חלק און יאפאן'ס סוקסעס..

צוריק צו די אטאקע.

יאפאן האט געשיקט שאק כוואליעס קיין אמעריקע, און מיט א גאר גרויסע סוקסעס האבן זיי דערלאנגט א פראסק פאר די גרויסע אמעריקע!
עס זענען געהארגעט געווארן און די אטאקע א טאטעל פון ארום 2,386 אמעריקאנער נעווי און מארינען, 1,193 סאלדאטן זענען פארוואונדעט געווארן.
יאפאן האט ערלעדיגט מיט די אטאקע 18 שיפן וואס האבן געזינקען צו די טיפענישן פון ים, וואס האט אינקלאדעד גאנצע 5 מלחמה שיפן.
188 מלחמה פליגער זענען געגאנגען גאגא
159 מלחמה פליגער זענען געווארן געשעדיגט.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28710

Re: יאפאן אטאקירט אמעריקע - פוירל הארבאר Dec 7 1941

פאוסט דורך ניקל »

אמעריקאנער מזל!
למעשה אבער האבן די אמעריקאנער געהאט גרויס מזל אז 3 אמעריקאנער מלחמה עירקרעפט שיפן פון די פאסיפיק פלאטע, (וואס דאס איז עכט געווען די עיקר סיבה פון די יאפאנעזער אינטערצונעמען די אטאקע, דאס האט זיי אלץ דערשראקן) זיך בכלל נישט געפינען און די געגנט פון פוירל הארבער, די 3 קעריערס זענען דעמאלטס געווען איבער 100 מייל אוועק, און די די יאפענעזער האבן עס נישט געקענט שעדיגן.
בקי ביחוס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 113
זיך איינגעשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 6:29 pm
Location: אין באבל....
x 72

Re: יאפאן אטאקירט אמעריקע - פוירל הארבאר Dec 7 1941

פאוסט דורך בקי ביחוס »

ניקל האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 5:32 pm די טאג איז געווען 12/7/1941

ביז DEC 7 איז אמעריקע נישט געווען פארמישט און די מלחמה בכלל, נאר דורך שיקן הילף (אזא דוגמא ווי אוקריינע היינט צוטאג...) די אמעריקאנער האבן ארויסגעהאלפן די בריטישע ארמיי און די אויפשטענדלער און די שטעט וואס זענען געווען אקופירט ביי די נאציס, מיט שיקן קריטישע כלי ותכסיסי מלחמה וואס מען האט געדארפט האבן אויפן פראנט,
אבער מיליטעריש איז אמעריקע געשטאנען פון די זייט, נישט געשיקט קיין סאלדאטן אויפן פראנט, און נישט פלאנירט קיין שום אטאקעס.

אמעריקע איז בכלל נישט געווען גרייט צו גיין און קריג,
די גוסטע ביי די אמעריקאנער המון ים איז בכלל נישט געווען אזוי איי איי צו שיקן מיליטערישע פלייש פון זייערע מענער/קינדער/ברידערס/ משפחה פאר די פייגלעך, פאר אפאר לענדער וואס קריגן זיך איבערן ים...

אבער! זאכן האבן זיך געטוישט DEC 7 1941 8:00 אינדערפרי!

יענעם טאג דעצעמבער 7 יארע 1941 7:48 אינדערפרי, איז די אמעריקאנער פאלק געכאפט געווארן און שאק!
יענעם אינדערפרי איז די אמעריקאנער פאלק געכאפט געווארן און א מאסיווע סורפרייז!
ווען אום 7:48 צופרי האבן די יאפאנעזער נעווי אטאקירט מיט א גאר שטארקן מערדערליכן קראפט, מיט א מאסיווע גוט אויספלאנירטע, באמבאדירונג, די אמעריקאנער באזע און פוירל הארבער, האווייאי, וואס דאס האט צוטרייסעלט די אמעריקאנער פאלק, און פארזיכערט דאס אריינציען דאס מאכטפולע אמעריקאנער ארמיי און די צווייטע וועלט מלחמה.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28710

Re: יאפאן אטאקירט אמעריקע - פוירל הארבאר Dec 7 1941

פאוסט דורך ניקל »

אמעריקאנער ריספאנד

עס איז געווארן צופרי און וואשינגטאן, די אמעריקאנער גייסט איז געווען דערשלאגן, האט די אמעריקאנער פרעזידענט רוזוועלט פארלאנגט פון קאנגרעס אז ער וויל דערקלערן קריג אנטקעגן יאפאן, וואס ווי פארשטענדליך האט עס די אמעריקאנער קאנגרעס גלייך נאכגעגעבן פארן פרעזידענט, און יענעם אינדערפרי האט די אמעריקאנער רעגירונג אפיציעל דערקלערן קריג אנטקעגן יאפאן.
די זון איז נאך נישט אינטערגעגאנגען און די ענגלענדער האבן זיך צוגעשטעלט ווען עס האט נאכגעפאלגט ענגלאנד, און זיי האבן דערקלערט אז זיי שטייען אויף די אמעריקאנער זייט און דיזיך מיטגעשטעלט מיט די אמעריקאנער מלחמה אנטקעגן יאפאן.
מיט 3 טעג שפעטער דעצעמבער 11 האט דייטשלאנד צוזאמען מיט איטאליע דערקלערט קריג קעגן אמעריקע, אלץ חלק פון זייער אליאנץ מיט יאפאן.
אויך דעם טאג פון דעצעמבער 11 ווען דייטשלאנד און איטאליע האבן דערקלערט קריג אנטקעגן אמעריקע האט זיך באמת אנגעהויבן די וועלט מלחמה ווען אויף אלע קאנטינענטן פון אונזער פלאנעט זענען געווען און מלחמה!!
עכט איז היטלער ימ"ש געווען גערעגט אויף יאפאן, צוליב וואס יאפאן האט נישט מיטגעטיילט מיט אים זייערע פלענער וואס זיי פלאנען צו טוען און זיי האבן זיך נישט גערעכנט מיט אים, נאר געטון וואס האט זיי געשמעקט, וויבאלד באמת איז היטלער געווען גאר שטארק אנטקעגן אזא זאך צו אטאקירן אמעריקע, וויבאלד ער האט געהאלטן אז ביז ווילאנג די אמעריקאנער מיליטער האלט זיך נייטראל און שטיל, און מישט זיך נישט אריין און די מלחמה, האט ער א גרויסן שאנס ארויסצוגיין זיגער פון די מלחמה דארט,
די מצב איז דעמאלסט געווען גאר גוט פאר דייטשלאנד ווייל ענגלאנד'ס כוח איז געווען דעמאלטס צוקלאפט, און ענגלאנד איז נישט געווען בכלל גרייט פאר א מלחמה מיט דייטשלאנד, און איך ורק מיט א פאראייניגטע כוח פון ענגלאנד צוזאמען מיט אמעריקע וואלטן זיי געקענט עפענען א מערב פראנט אנטקעגן דייטשלאנד.
און דאס איז די סיבה פארוואס באמת איז ער געווען אנגעווייטאגט אויף יאפאן פארן אים נישט הערן, און נישט דורכרעדן מיט אים, וואס דאס האט אריינגעשלעפט די אמעריקאנער מיליטער אינעם קריג.
די יאפאנעזער האבן אבער געהאט זייערע אייגענע אגענדעס אויפן ארענע, און זיי האבן געלאכט פון דייטשלאנד,
זייער ציל איז געווען צו דערלאנגן א מנה אחת כפיים פאר די אמעריקאנער מיליטער, וואס מיט דעם האבן זיי געחלומט און געהאפט אז זיי גייען מיט א שנעלקייט יעצט מארשירן צו א גאר שטארקע זיג...

אבער רבות מחשבות בלב איש אבער עצת השם הוא תקום, א מענטש טראכט און גאט לאכט, ער האט אנדערש געוואלט, און פון דארט און ווייטער האט די רעדל זיך געגעבן א דריי, די אמעריקאנער מיליטער זענען אריינגעקומען אינעם קריג פול פארס, זיי האבן דערלאנגט גאר ביטערע קלעפ פאר די פיינט, ווי עס האט זיך גענדיגט מיט א גאר ביטערע מפלה פון די צינדערס פון די בלוטיגסטע מלחמה איבער די וועלט

כן יאבדו כל אוביך השם
אוועיטער
העלדיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 267
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:10 pm
x 538

Re: יאפאן אטאקירט אמעריקע - פוירל הארבאר Dec 7 1941

פאוסט דורך העלדיש »

ניקל האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 5:28 pm אמעריקאנער ריספאנד

נישט אז דייטשלאנד האט נישט געווילט קריג מיט אמעריקא. דער פאריקטער היטלער האט געווילט איינעמען אמעריקא אויך, טא, זיין ציל איז דאך געווען צו אויפשטעלן דעם טויזענט יאריגן רייך וועלכע זאל הערשן איבער אלעמען. נאר וואס יא, ער האט ס''ה געהאלטן אז אויף דערוויל לוינט זיך אים נאכנישט צו אריינגיין אין קריג מיט אמעריקא. ער האט צו ערשט געוואלט פארטיג ווערן מיט רוסלאנד און ענגלאנד.

קוקנדיג אויף צוריק איז ער לכאורה געווען גערעכט מיט זיינע חשבונות. אויב וואלט אמעריקא נישט געווארן פארמישט אינעם קריג איז שטארק מעגליך אז ער וואלט באוויזן זיך צו שטארקן אויפן רוס, צוליב דעם וואס ער וואלט געקענט אהינשיקן פיל מער סאלדאטן און מוניציאן. שפעטער איינמאל דאס וואלט פאסירט וואלט ער זיך געקענט פון פריש מאביליזירן און גיין אין קריג מיט אמעריקא...
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28710

Re: יאפאן אטאקירט אמעריקע - פוירל הארבאר Dec 7 1941

פאוסט דורך ניקל »

העלדיש האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 5:55 pm

יא יא
רעדט דאך פון דעמאלסט
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12698
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 28710

Re: יאפאן אטאקירט אמעריקע - פוירל הארבאר Dec 7 1941

פאוסט דורך ניקל »

בקי ביחוס האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 1:10 pm
ניקל האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 5:32 pm די טאג איז געווען 12/7/1941

ביז DEC 7 איז אמעריקע נישט געווען פארמישט און די מלחמה בכלל, נאר דורך שיקן הילף (אזא דוגמא ווי אוקריינע היינט צוטאג...) די אמעריקאנער האבן ארויסגעהאלפן די בריטישע ארמיי און די אויפשטענדלער און די שטעט וואס זענען געווען אקופירט ביי די נאציס, מיט שיקן קריטישע כלי ותכסיסי מלחמה וואס מען האט געדארפט האבן אויפן פראנט,
אבער מיליטעריש איז אמעריקע געשטאנען פון די זייט, נישט געשיקט קיין סאלדאטן אויפן פראנט, און נישט פלאנירט קיין שום אטאקעס.

אמעריקע איז בכלל נישט געווען גרייט צו גיין און קריג,
די גוסטע ביי די אמעריקאנער המון ים איז בכלל נישט געווען אזוי איי איי צו שיקן מיליטערישע פלייש פון זייערע מענער/קינדער/ברידערס/ משפחה פאר די פייגלעך, פאר אפאר לענדער וואס קריגן זיך איבערן ים...

אבער! זאכן האבן זיך געטוישט DEC 7 1941 8:00 אינדערפרי!

יענעם טאג דעצעמבער 7 יארע 1941 7:48 אינדערפרי, איז די אמעריקאנער פאלק געכאפט געווארן און שאק!
יענעם אינדערפרי איז די אמעריקאנער פאלק געכאפט געווארן און א מאסיווע סורפרייז!
ווען אום 7:48 צופרי האבן די יאפאנעזער נעווי אטאקירט מיט א גאר שטארקן מערדערליכן קראפט, מיט א מאסיווע גוט אויספלאנירטע, באמבאדירונג, די אמעריקאנער באזע און פוירל הארבער, האווייאי, וואס דאס האט צוטרייסעלט די אמעריקאנער פאלק, און פארזיכערט דאס אריינציען דאס מאכטפולע אמעריקאנער ארמיי און די צווייטע וועלט מלחמה.
יאפ
גערעכט מיין טעות
איך ווייס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 195
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:26 pm
x 221

Re: יאפאן אטאקירט אמעריקע - פוירל הארבאר Dec 7 1941

פאוסט דורך איך ווייס »

ניקל האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 2:51 am אמעריקאנער מזל!
למעשה אבער האבן די אמעריקאנער געהאט גרויס מזל אז 3 אמעריקאנער מלחמה עירקרעפט שיפן פון די פאסיפיק פלאטע, (וואס דאס איז עכט געווען די עיקר סיבה פון די יאפאנעזער אינטערצונעמען די אטאקע, דאס האט זיי אלץ דערשראקן) זיך בכלל נישט געפינען און די געגנט פון פוירל הארבער, די 3 קעריערס זענען דעמאלטס געווען איבער 100 מייל אוועק, און די די יאפענעזער האבן עס נישט געקענט שעדיגן.
דאס איז נישט אזוי פשוט, מען האט דאן נישט אזוי שטארק געוויסט די שטארקקייט פון די קעריערס, מען האט געהאלטען אז די בעטלשיפס, מיט אירע 16 אינטשיגע קאנאננען זענען פיל שטערקער פון די עירקרעפט קערריער, כאטש וואס די גאנצע פיורל הארבער אטאקע איז בלויז צושטאנד געקומען דורך עירקרעפט קערריערס. ערשט נאך פיורל הארבער, און דערנאך די שלאכט פון קאררעל סי און מידוועי, האט מען איינגעזעהן אז די עירקרעפט קערריערס זענען שטערקער פון בעטלשיפס.

יאפאן האט נאך געהאלטען דאן אינמיטן בויען 4 סופער-בעטלשיפס, מיט 18 אינטשיגע קאננאנען. (למעשה האבן זיי נאר געבויעט 2 דערפון, און די אנדערע 2 האבן זיי פארוואנדעלט צו עירקרעפט קערריערס)
שרייב פאוסט