אזוי ווי דער עולם דארט האט געבעטן נישט צו רעדט דארט וועגן דעם, קום איך דא מיט א פנים חדשותקצי האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 7:50 pmס'זעט טאקע אויס אז איר דרייט זיך טאקע נישט דארט א) ביסט געפארן פון ר' נתן צו ר'אברהם בן ר'נחמן האסט אויסגעלאזט א גאנצע דור ר'נחמן טולשינער אין טשערינער רב וכו'כולל אינגערמאן האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 3:51 pmדאכט זיך מיר אז עס איז געווען עטליכע מהלכים נאך ר' נתן, געווען טאקע ראבר"נ, אבער עס איז אויך געווען אנדערע, ר' שמשון בארסקי ועוד.
וואס איז שייך מסורה אין ברסלב ווען אלעס איז געבויעט אויף רבי נחמן און רבי נתן, און וואס איז דא, איז פארשריבן בעט ועופרת. מנהגים האט דאך רבי נחמן געזאגט אז ער מישט זיך נישט, איז פון וואס רעדסטו דא?
ב) אז די פרעגסט אויף וואס דארפן מען מסורה איך רעדט נישט פון מנהגים איך רעדט פון מקבל זיין מסורה מדור דור וואס ברסלב איז אזוי ס'איז דא קדושות לוי' מיט נאך אסאך צדיקים אבער איך וועל עפנען די ספר מיינט נאכנישט אז איך האב געכאפט די שיג ושיח אויף דעם איז ברוך השם אין ברסלב דא אין יא די וועסט עס נישט פארשטיין ביז די וועסט זיך דרייען דארט
אויב איז נישט דא דאס פלאץ ביטע מיר מעלדן.
און צו קצי, איך דריי זיך אסאך אין ברסלב, און איך פארשטיי נישט וואס דו רעדסט.
א) איך בין געפארן פון ר' נתן צום ראבר"נ פשוט ווייל די היינטיגע וואס מיינען אז ברסלב האבן א מסורה, האלטן זיך צו ר' לוי יצחק בענדער וואס איז זיין תלמיד. בין איך מודיע אז אפילו בזמן פון ראבר"נ איז אויך געווען נאך א מהלך.
ב) רבי נחמן האט געהייסן ר' נתן שרייבן דעם ליקוטי מוהר"ן און דעם ליקוטי הלכות, און דארט איז אלעס פארשריבן פאר יעדן איד וואס וויל ווערן א ברסלב'ר. און די חילוק צווישן קדושת לוי מיט אנדערע צדיקים קעגן רבי נחמן און זיינע תלמידים, האבן גארנישט מיט די מסורה וואס דו שרייבסט דא, נאר אסאך שטערקער און אסאך טיפער ווי דעס.
ג) אויסער ר' לוי יצחק איז אויך געווען ר' אברהם שטערנהארץ וואס די צפת'ער און מירונ'ער האלטן גאר אז ער איז די ריכטיגע מסורה ביז ארויף צו ר' נחמן טשערינער, וואס איז אגב א דור נענטער צו רבי נחמן.
ד) אויב פעלט אין הסברה פעלט אין הבנה, אויב קענסטו נישט זאגן וואס זיין א ברסלב'ער חסיד האט מיט מסורה, און די איינציגסטע תירוץ איז אז איך דארף זיך דארט דרייען דאס צו וויסן, קען זיין אז דו אליינס ווייסט נישט דעם תירוץ. אויסער אויב דו ביסט זיך משתדל זיך מסביר צו זיין.