אלעס ארום ברסלב

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
כולל אינגערמאן
פרישער באניצער
פאוסטס: 19
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 11:05 pm
x 40

אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך כולל אינגערמאן »

קצי האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 7:50 pm
כולל אינגערמאן האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 3:51 pm
קצי האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 9:06 pm
ברסלב וועסטו נישט פארשטיין ביז די וועסט זיך דרייען דארט אין באקומען שימוש ווי אזוי די ברסלבע פירן זיך.
מסורה ברסלב גייט צוריק אן קיין שום שינוי ביז הרהק ר' נחמן מברסלב ור' נתן תלמידו
דאכט זיך מיר אז עס איז געווען עטליכע מהלכים נאך ר' נתן, געווען טאקע ראבר"נ, אבער עס איז אויך געווען אנדערע, ר' שמשון בארסקי ועוד.

וואס איז שייך מסורה אין ברסלב ווען אלעס איז געבויעט אויף רבי נחמן און רבי נתן, און וואס איז דא, איז פארשריבן בעט ועופרת. מנהגים האט דאך רבי נחמן געזאגט אז ער מישט זיך נישט, איז פון וואס רעדסטו דא?
ס'זעט טאקע אויס אז איר דרייט זיך טאקע נישט דארט א) ביסט געפארן פון ר' נתן צו ר'אברהם בן ר'נחמן האסט אויסגעלאזט א גאנצע דור ר'נחמן טולשינער אין טשערינער רב וכו'
ב) אז די פרעגסט אויף וואס דארפן מען מסורה איך רעדט נישט פון מנהגים איך רעדט פון מקבל זיין מסורה מדור דור וואס ברסלב איז אזוי ס'איז דא קדושות לוי' מיט נאך אסאך צדיקים אבער איך וועל עפנען די ספר מיינט נאכנישט אז איך האב געכאפט די שיג ושיח אויף דעם איז ברוך השם אין ברסלב דא אין יא די וועסט עס נישט פארשטיין ביז די וועסט זיך דרייען דארט
אזוי ווי דער עולם דארט האט געבעטן נישט צו רעדט דארט וועגן דעם, קום איך דא מיט א פנים חדשות

אויב איז נישט דא דאס פלאץ ביטע מיר מעלדן.

און צו קצי, איך דריי זיך אסאך אין ברסלב, און איך פארשטיי נישט וואס דו רעדסט.
א) איך בין געפארן פון ר' נתן צום ראבר"נ פשוט ווייל די היינטיגע וואס מיינען אז ברסלב האבן א מסורה, האלטן זיך צו ר' לוי יצחק בענדער וואס איז זיין תלמיד. בין איך מודיע אז אפילו בזמן פון ראבר"נ איז אויך געווען נאך א מהלך.
ב) רבי נחמן האט געהייסן ר' נתן שרייבן דעם ליקוטי מוהר"ן און דעם ליקוטי הלכות, און דארט איז אלעס פארשריבן פאר יעדן איד וואס וויל ווערן א ברסלב'ר. און די חילוק צווישן קדושת לוי מיט אנדערע צדיקים קעגן רבי נחמן און זיינע תלמידים, האבן גארנישט מיט די מסורה וואס דו שרייבסט דא, נאר אסאך שטערקער און אסאך טיפער ווי דעס.
ג) אויסער ר' לוי יצחק איז אויך געווען ר' אברהם שטערנהארץ וואס די צפת'ער און מירונ'ער האלטן גאר אז ער איז די ריכטיגע מסורה ביז ארויף צו ר' נחמן טשערינער, וואס איז אגב א דור נענטער צו רבי נחמן.
ד) אויב פעלט אין הסברה פעלט אין הבנה, אויב קענסטו נישט זאגן וואס זיין א ברסלב'ער חסיד האט מיט מסורה, און די איינציגסטע תירוץ איז אז איך דארף זיך דארט דרייען דאס צו וויסן, קען זיין אז דו אליינס ווייסט נישט דעם תירוץ. אויסער אויב דו ביסט זיך משתדל זיך מסביר צו זיין.
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1516
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1598

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך שבת קודש »

וויפיל מינע ברסלב'ע זענען דא היינט?

זענען ברסלב'ע טאקע בשמחה?
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3263
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4582

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך וואוילער »

שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 4:20 pm זענען ברסלב'ע טאקע בשמחה?
ס'דא א סיבה פארוואס דו טראכסט אזוי.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
כולל אינגערמאן
פרישער באניצער
פאוסטס: 19
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 11:05 pm
x 40

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך כולל אינגערמאן »

שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 4:20 pm וויפיל מינע ברסלב'ע זענען דא היינט?

זענען ברסלב'ע טאקע בשמחה?
אסאך

ברסלב'ע זענען פונקט ווי אנדערע מענטשן. זאג, דו ביסט בשמחה?
פישל שווארץ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 144
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 8:46 pm
x 111

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך פישל שווארץ »

שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 4:20 pm
זענען ברסלב'ע טאקע בשמחה?
זיי ארבעטן כאטשיק דערויף און ווייסן די גרויסקייט דערפון.
טובי' שרייבער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 224
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 8:33 pm
x 275

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך טובי' שרייבער »

ווען זעה איך אויב איינער "איז" ברסלב אדער "רופט זיך" ברסלב?
אז מ'טויגט טויגט מען...
בן שמחה
פרישער באניצער
פאוסטס: 59
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:23 pm
x 83

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך בן שמחה »

איך האב נישט א גוטע פעדער און צופיל צייט אבער איך וויל דא אויסקלארן איין זאך וואס איך זעה מאנכע האבן א טעות,
איך ווייס נישט אויב איך גיי האבן צייט צו פירן דיסקאסיעס, אלענפאלס איז עז א זאך וואז אויב מען וויל קען מען מקבל זיין און אויב נישט איז אויך גוט.
מסורה אין ברסלב מיינט נישט מעשיות אדער מנהגים, פונקט ווי יעדע דרך און בכלל אידישקייט איז נישט מעגליך צו ארויסהאבן אן שימוש, קען מען נישט באמת זיין א ברסלב’ע חסיד אן שימוש, מען קען זיין א ערליכע איד, און אפילו טאקע דורך די הייליגע ספרים פון מוהר”ן ומהורנ”ת, אבער פונקט ווי א ספרדישע איד קען דורך לערנען אלע ספרים פון די סאטמארע רב און אפילו אויסהערן די טעיפס גייט ער אבער נישט האבן די פשוט’ע צוגאנג צו יעדע זאך וואס א סאטמארע תלמיד האט פון זיך דרייען ביים רבי’ן אדער תלמידיו, ער גייט גוט קענען זיין שיטה איבער ציונות וכו’ אבער וויסן ביי יעדע זאך וויאזוי זיך צו פירן איז נאר מיט שימוש, מען קען קענען יעדע חבד’סקע מאמר וואס איז געזאגט געווארן די לעצטע צווי הונדערט יאר און חוקר זיין אלע מעשיות אין ביכלעך אבער די אמת’ע סגנון וועטו מקבל זיין פון פארברענגען מיט חבד’סקע חסידים, (איך כאפ אן די צווי ווייל דארטן איז אויך די תורה שטארק אפגעשריבן) דאס איז אויך לגבי הלכה און אין אלוועלטליכע זאכן.

דאס וואס מען שרייבט אז ר’ נתן האט געהאט אסאך תלמידים און סאיז טאקע נשתלשל געווארן אין פארשידענע חבורות וכדו’ דורכאויס די יארן, האבן אלע אבער משמש געווען ביי עלטערע און סאיז קיינעם נישט איינגעפאלן צו זאגן אז מען קען זיין א חסיד נאר פון די ספרים, הגם א אמת’ע ערליכע איד קען מען זיין און סאיז טאקע אייביג געווען אזעלכע און עס מאכט נישט קיינעם א קלענערע ערליכע איד,
צווישן ר’ שמשון ברסקי ראבר”ן און ר’ אברהם שטערנהארץ איז געווען מינדסוויכטיגע חליקי דעות אין הנהגות און דרכים אין עבודת השם, אבער די צוגאנג צו די נשמה פון ברסלב, וויאזוי מען גיבט איבער דורך תלמידים און די רבי בלייבט די רבי ועוד, איז נישט געווען קיין שום חילוק, די אלע האבן זיך געדרייט אין איין שול און צוזאמען פארברענגט טראץ אלע חליקי דעות, סיי אין אומאן און סיי אין ירושלים, און עס הערשט א אחדות צווישן זיי עד היום הזה.
משא”כ היינט איז דא אסאך ערליכע אידן וואס זענען מקבל פון ברסלב און געוויסע קומען אפילו קיין אומאן אדער רופן זיך ברסלב, און איך האלט מיך נישט חשוב’ער פון זיי, און זיי זענען מקרב טויזענטע אידן צום אייבערשטן, אבער דאס איז נישט ממעט די פאקט אז נאר שימוש איז דאס וואס קען איינעם מאכן זיך פארופן אלץ א ממשיך דרך פון ברסלב,
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 290

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך המברך יתברך »

בן שמחה האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 9:43 am
די הויפט סיבה פארוואס אזויפיל מענטשן ווערן היינט כלומר'שט נתקרב צו ברעסלאב איז דאך דווקא ווייל ער גייט קענען זאגן אז ער איז די עכטע ברעסלאב אן קיין שום שימוש, הדרכה אדער קבלת עול, און קיינער גייט אים נישט קענען אפווענדן (העכסטנס וועלן בלייבן אפאר אידן אין ירושלים וואס וועלן זאגן אז נאר זיי האבן דעם ריכטיגן שימוש).
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
טיר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 314
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 10:24 pm
x 352

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך טיר »

כולל אינגערמאן האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 4:06 pm
קצי האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 7:50 pm
כולל אינגערמאן האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 3:51 pm

דאכט זיך מיר אז עס איז געווען עטליכע מהלכים נאך ר' נתן, געווען טאקע ראבר"נ, אבער עס איז אויך געווען אנדערע, ר' שמשון בארסקי ועוד.

וואס איז שייך מסורה אין ברסלב ווען אלעס איז געבויעט אויף רבי נחמן און רבי נתן, און וואס איז דא, איז פארשריבן בעט ועופרת. מנהגים האט דאך רבי נחמן געזאגט אז ער מישט זיך נישט, איז פון וואס רעדסטו דא?
ס'זעט טאקע אויס אז איר דרייט זיך טאקע נישט דארט א) ביסט געפארן פון ר' נתן צו ר'אברהם בן ר'נחמן האסט אויסגעלאזט א גאנצע דור ר'נחמן טולשינער אין טשערינער רב וכו'
ב) אז די פרעגסט אויף וואס דארפן מען מסורה איך רעדט נישט פון מנהגים איך רעדט פון מקבל זיין מסורה מדור דור וואס ברסלב איז אזוי ס'איז דא קדושות לוי' מיט נאך אסאך צדיקים אבער איך וועל עפנען די ספר מיינט נאכנישט אז איך האב געכאפט די שיג ושיח אויף דעם איז ברוך השם אין ברסלב דא אין יא די וועסט עס נישט פארשטיין ביז די וועסט זיך דרייען דארט
אזוי ווי דער עולם דארט האט געבעטן נישט צו רעדט דארט וועגן דעם, קום איך דא מיט א פנים חדשות

אויב איז נישט דא דאס פלאץ ביטע מיר מעלדן.

און צו קצי, איך דריי זיך אסאך אין ברסלב, און איך פארשטיי נישט וואס דו רעדסט.
א) איך בין געפארן פון ר' נתן צום ראבר"נ פשוט ווייל די היינטיגע וואס מיינען אז ברסלב האבן א מסורה, האלטן זיך צו ר' לוי יצחק בענדער וואס איז זיין תלמיד. בין איך מודיע אז אפילו בזמן פון ראבר"נ איז אויך געווען נאך א מהלך.
ב) רבי נחמן האט געהייסן ר' נתן שרייבן דעם ליקוטי מוהר"ן און דעם ליקוטי הלכות, און דארט איז אלעס פארשריבן פאר יעדן איד וואס וויל ווערן א ברסלב'ר. און די חילוק צווישן קדושת לוי מיט אנדערע צדיקים קעגן רבי נחמן און זיינע תלמידים, האבן גארנישט מיט די מסורה וואס דו שרייבסט דא, נאר אסאך שטערקער און אסאך טיפער ווי דעס.
ג) אויסער ר' לוי יצחק איז אויך געווען ר' אברהם שטערנהארץ וואס די צפת'ער און מירונ'ער האלטן גאר אז ער איז די ריכטיגע מסורה ביז ארויף צו ר' נחמן טשערינער, וואס איז אגב א דור נענטער צו רבי נחמן.
ד) אויב פעלט אין הסברה פעלט אין הבנה, אויב קענסטו נישט זאגן וואס זיין א ברסלב'ער חסיד האט מיט מסורה, און די איינציגסטע תירוץ איז אז איך דארף זיך דארט דרייען דאס צו וויסן, קען זיין אז דו אליינס ווייסט נישט דעם תירוץ. אויסער אויב דו ביסט זיך משתדל זיך מסביר צו זיין.
עיין ליקוטי מוהר "ן תורה ז חלק ב על ידי הרמזים שהרב האמת מרמז לתלמידיו בידיו כי כשהרב לומד עם תלמידיו "ויש דברים שאי אפשר להסביר כי אם על ידי הרמזים" עיין שם
אוועיטער
פעפסי
פרישער באניצער
פאוסטס: 60
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 2:00 pm
Location: Brooklyn
x 138

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך פעפסי »

רוב וועלט איז היינט ברסלב צו פארופן זעך אזוי ניין. אבער אז מ'קוקט אריין אין די ספרים פון די לעצטע יאר הונדערט זעט מען זייער אסאך די ברסלבע דרך אפילו ס'שטייט נישט דארט אפילו א רמז. רוב דרשות וואס מ'רעד היינט און וואס די משפיעים מלמדים ראשי ישיבות רבנים רעדן איז שטארק באפיצט מיט די ברסלבע חיזוק און הדרכה. ווער ס'לערנט ר' נחמן'ס ספרים העט עס שנעל באמערקן. און ווער נישט העט עס אויכט נישט יעצט באמערקן. פשוט ווייל ער ווייסט נישט וואס צו באמערקן.
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 290

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך המברך יתברך »

חיזוק און הדרכה איז נישט די זעלבע זאך.
און יא, די וועלט האט איינגעזען אז מ'דארף חיזוק, זאל עס זיין די אדער יענע.
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2225
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2368

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך אנדערער »

פעפסי האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 10:13 am אבער אז מ'קוקט אריין אין די ספרים פון די לעצטע יאר הונדערט זעט מען זייער אסאך די ברסלבע דרך אפילו ס'שטייט נישט דארט אפילו א רמז
די תורה באלאנגט נישט פאר ברסלב
אוועיטער
פעפסי
פרישער באניצער
פאוסטס: 60
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 2:00 pm
Location: Brooklyn
x 138

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך פעפסי »

אנדערער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 12:46 am
פעפסי האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 10:13 am אבער אז מ'קוקט אריין אין די ספרים פון די לעצטע יאר הונדערט זעט מען זייער אסאך די ברסלבע דרך אפילו ס'שטייט נישט דארט אפילו א רמז
די תורה באלאנגט נישט פאר ברסלב
אבער ברסלב באלאנגט פאר תורה סאו.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2225
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2368

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך אנדערער »

פעפסי האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 2:04 am
אנדערער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 12:46 am
פעפסי האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 10:13 am אבער אז מ'קוקט אריין אין די ספרים פון די לעצטע יאר הונדערט זעט מען זייער אסאך די ברסלבע דרך אפילו ס'שטייט נישט דארט אפילו א רמז
די תורה באלאנגט נישט פאר ברסלב
אבער ברסלב באלאנגט פאר תורה סאו.
האסט נישט פארשטאנען. א געדאנק וואס ווערט געברענגט אין ברסלב ספרים קען אויך שטיין ערגעץ אנדערש פון פריער. עס ווערט נישט א ברסלבער ווארט ווייל א ברסלב ספר ברענגט עס
טיר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 314
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 10:24 pm
x 352

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך טיר »

כינוס ברסלבע חסידים פון ניו יארק ניו זשערסי לכבוד די יארצייט פון גאון עוזינו מוהרנ"ת זצל אויפגעטרעטן ר' שמואל בריינעס ר'יעקב נתן אנשין ור' שלום מיקף שליט"א דא טרעט אויף הרהח ר' שמואל בריינעס
IMG_20231224_164533.jpg
IMG_20231224_164533.jpg (186.17 KiB) געזען געווארן 1348 מאל
טיר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 314
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 10:24 pm
x 352

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך טיר »

הרהח ר' שלום מיקף שליט"א
ארהב-•-המונים-בכינוס-ההיסטורי-לאברכי-אנש-תשפד-•-ברסלב-נייעס-13.jpg
ארהב-•-המונים-בכינוס-ההיסטורי-לאברכי-אנש-תשפד-•-ברסלב-נייעס-13.jpg (152.07 KiB) געזען געווארן 1330 מאל
טיר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 314
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 10:24 pm
x 352

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך טיר »

ארהב-•-המונים-בכינוס-ההיסטורי-לאברכי-אנש-תשפד-•-ברסלב-נייעס-16.jpg
ארהב-•-המונים-בכינוס-ההיסטורי-לאברכי-אנש-תשפד-•-ברסלב-נייעס-16.jpg (185.87 KiB) געזען געווארן 1328 מאל
הרהח ר' יעקב נתן אנשין שליט"א
טיר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 314
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 10:24 pm
x 352

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך טיר »

שיעור נפלא מר' יו"ט חשין שליט"א לרגל די יארצייט פון גאון עוזינו ר' נתן מברסלב זצל
טיר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 314
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 10:24 pm
x 352

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך טיר »

שיינע שיעור מהר"ח ר' שאול סיראטא שליט"א לרגל די יארצייט פון גאון עוזינו ר' נתן מברסלב זצל
טיר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 314
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 10:24 pm
x 352

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך טיר »

א באריכט פון ר' אברהם שמחה האלד שליטא אויף די גרויסע כינוס ברסלבע חסידים פון ניו יארק ניו זשערסי לרגל די יארצייט פון גאון עוזינו ר' נתן מברסלב זצל
טיר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 314
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 10:24 pm
x 352

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך טיר »

ה'ר יעקב מנחם ראבינאוויטש שליט"א בן כ"ק ַאדמו"ר משכנות הרעוים שליטא א באריכט פון שבת קודש ויגש תשפ"ג אין אומאן אוקריינע
טיר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 314
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 10:24 pm
x 352

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך טיר »

א סך הכל פון אלע ספרי קודש וואס ברענגען אראפ פון גאון עוזינו ר' נתן מברסלב זצל אין זייערע ספרים
וזה ברור
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 130
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 22, 2023 10:14 pm
x 105

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך וזה ברור »

קצי האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 6:16 am א סך הכל פון אלע ספרי קודש וואס ברענגען אראפ פון גאון עוזינו ר' נתן מברסלב זצל אין זייערע ספרים
איך האלט נאך אינמיטן אויסהערן דעם שמועס אבער איך בין שוין זאט פאר יעצט פון הערן אזויפיל שטותים און דמיונות.. קודם דאס ארויפשמירן זאכן אויפן הייליגן דבר"ח בשם עפעס א כתב יד וואס איז נישט באקאנט ביז יעצט בכלל און די מקור דערצו איז נישט מער און נישט ווייניגער דעם ביכל "שבחו של צדיק" וואס איז פיל מיט שקרים און געבעקסן בו בזמן, וואס ווער עס ווייסט נאר און קען נאר אביסל וואס צאנז איז, און וויאזוי די צאנזער תלמידים און קינדער האבן אנגעקוקט די זאך וויל ער אריינשרייען אינמיטן אזא שמועס נאר מען קען נישט... א קליין דוגמא בין איך געווען אמאל ביים שיניאווער רבי'ן זצ"ל ביי מלוה מלכה, פלעגט זיין דער סדר דארט אז ער פלעגט פרעגן וועלכע יארצייטן זענען דא די וואך, און דערציילט פון די צדיקים, האט עמיצער זיך אנגערופן אז ס'איז די יארצייט פון ר' נתן מברעסלאוו, דרייעט ער זיך אויס צו יענעם מיט א שארפן בליק: "פון וואו ווייסטו? האסט דאס געזעהן אין צייטונג???!!!.....
און נאכדעם וואס מען ברענג א שיינעם מקור פונעם בעל קרבן משה, ליהוי ידוע אז ער איז געווען א פאפא און דעששער תלמיד, און נאכן קריג א גור'ער חסיד און אזוי אויך א משיח'יסט...נעם די צוזאם פאפא-דעעש-גור-ליבאוויטש אין איין מענטש און זעה וואס וואקסט ארויס... נישט דא ווער זאל לאכן..
אי"ה לכשיהי' פנאי וועל איך הערן ווייטער.
טיר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 314
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 10:24 pm
x 352

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך טיר »

א שיינע שיעור פון ר' וועלוועל חשין שליט"א זאת חנוכה
טיר
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 314
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 24, 2023 10:24 pm
x 352

Re: אלעס ארום ברסלב

פאוסט דורך טיר »

שיחות חברים מיט צוויי ברסלבע אינגעלייט אין אויך א שטיקל באריכט שבת קודש ויגש אין וויליאמסבורג פון די נייע גרויסע ברסלבע שול מיט אורח הכבוד ה'ר ר' יעקב נתן אנשין שליט"א
שרייב פאוסט