לערנט מען אין אונזערע מוסדות די מאקסימום מעגליך?

איך וויל דא עפענען א טעמע איבער די לימודים און אונזערע מוסדות החינוך כהיום אן דעבאטירן די נייע מהלך הלימוד, עס איז אויפגעברענגט געווארן לעצטענס אויפן אויבערפלאך איבער די כמות און איכות הלימודים אינערהאלב די מוסדות הקדושים היינט צוטאגס און אמאל אין אר"י ווס. חו"ל,
די מציאות וואס יעדער ווייסט איז אז אין אר"י לערנט מען סאך מער , אזוי אויך זאגן אלע מלמדים אז פאר דרייסיג יאר צוריק האט מען געלערנט מער איז די שאלה וואס איז די סיבה דערצו און צו איז דא אן עצה דאס צוריק צו שטעלן, ביטע זיך האלטן צום נושא אן אריינמישן די נייע מהלך וכו' אדער אנדערע פאליטיק
עס איז דא מצוינים בינונים און שוואכערע איז די שאלה וואס איז די פאוקוס? דארפן די מצוינים לערנען ווייניגער כדי די בינונים זאלן נישט זיין אינטערשטעליג אדער איז דא א מהלך אז די מצוינים זאלן לערנען מער און די בינונים זאל מען פארלאנגען ווייניגער?

Re: לערנט מען אין אונזערע מוסדות די מאקסימום מעגליך?
רעדנדיג מיט א מלמד האט ער מיר מסביר געווען אז די מלמד מנהל ארבעט בעיקר אויף די שוואכערע ווייל אויב וועלן זיי נישט קענען וועט זיין א תביעה וואס הייסט ער קען נישט איך צאל שכר לימוד פונקט ווי יעדן, איי ער ליום דרגא דילי' שטייט ער זייער גוט? גיי זיי מסביר פארן טאטן , אזוי אז מען לערנט ווייניגער איז יעדער צופרידן יעדער קען, איי די גוטע קעפ לערנען א פיפטל וויפיל זיי וואלטן ווען געקענט? קיינעם פאלט דאס נישט ביי דער טאטע איז פאריאגט און פארפלאגט און ער פארהערט זיין יונגעל די שיעור ער קען פיין און שלום על ישראל, איי די קאפ גייט אים ליידיג? שוין..
Re: לערנט מען אין אונזערע מוסדות די מאקסימום מעגליך?
די ערשטע זאך וואס לוינט אריינצוקיקן, צו ביי די מיידליך לערנט מען אויך ווייניגער צוליב די תירוץ פון די שוואכע קעפ
מיר דאכט זיך אז די קוריקולם דארט איז גאר שטארק
לענ'ד איז די עיקר שוועריקייט צו מאכן א קוריקולים פאר אינגליך וואס מען קען נישט מאכן אייגענע ביכער געבויט לויט סקילס און לעוועלס ווי מען טוט ביי די מיידליך וויבאלד מען לערנט להבדיל די הייליגע תורה וואס איז געמישט די שווערע מיט די גרינגע, די לעוועלס און סקילס זענען נישט אויסגעשפרייט
והא ראי', ביי די נושא פון עברי איז יא דא שטארקע און שיינע קוריקולם'ס אפילו ביי די אינגליך, און עס ווערט נאר בעסער און בעסער כסדר
מיר דאכט זיך אז די קוריקולם דארט איז גאר שטארק
לענ'ד איז די עיקר שוועריקייט צו מאכן א קוריקולים פאר אינגליך וואס מען קען נישט מאכן אייגענע ביכער געבויט לויט סקילס און לעוועלס ווי מען טוט ביי די מיידליך וויבאלד מען לערנט להבדיל די הייליגע תורה וואס איז געמישט די שווערע מיט די גרינגע, די לעוועלס און סקילס זענען נישט אויסגעשפרייט
והא ראי', ביי די נושא פון עברי איז יא דא שטארקע און שיינע קוריקולם'ס אפילו ביי די אינגליך, און עס ווערט נאר בעסער און בעסער כסדר
Re: לערנט מען אין אונזערע מוסדות די מאקסימום מעגליך?
האדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט געפרעגט א מלמד וואס די סיבה אז מען לערנט היינט ווייניגער האט ער געזאגט אז ער מיינט אז ווייל אמאל האט מען געגעבן פעטש און סאיז געווען סדר אין חדר במילא האט מען געקענט לערנען היינט איז אן אנדער וועלט די מלמד האט א גאנצע דזשאב צו האלטן די קינדער אין די ראמען במילא איז נישט מעגליך אנצוקומען אזויפיל
Re: לערנט מען אין אונזערע מוסדות די מאקסימום מעגליך?
גראדע אויף די קריקולעם פון עברי פארשטיי איך נישט פונקטליך די נושא ווייל ווען איך בין געווען א קינד איז נישט געווען די קריקולעם און העפטן און ב"ה יעדער קען עברי איך רעד נישט פון געציילטע וואס האבן ליידער א דיסלעקציע פראבלעם וואס היינט מיין איך איז דאס ליידער אויך פארהאןגראסערי האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 12:23 pm די ערשטע זאך וואס לוינט אריינצוקיקן, צו ביי די מיידליך לערנט מען אויך ווייניגער צוליב די תירוץ פון די שוואכע קעפ
מיר דאכט זיך אז די קוריקולם דארט איז גאר שטארק
לענ'ד איז די עיקר שוועריקייט צו מאכן א קוריקולים פאר אינגליך וואס מען קען נישט מאכן אייגענע ביכער געבויט לויט סקילס און לעוועלס ווי מען טוט ביי די מיידליך וויבאלד מען לערנט להבדיל די הייליגע תורה וואס איז געמישט די שווערע מיט די גרינגע, די לעוועלס און סקילס זענען נישט אויסגעשפרייט
והא ראי', ביי די נושא פון עברי איז יא דא שטארקע און שיינע קוריקולם'ס אפילו ביי די אינגליך, און עס ווערט נאר בעסער און בעסער כסדר
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 237
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 1:26 am
- x 319
Re: לערנט מען אין אונזערע מוסדות די מאקסימום מעגליך?
אפיציעל איז די סיבה אז היינט ארבעט מען אויף הבנה מער ווי סתם אניאגן אסאך
אבער באופן כללי איז א שטיקל געלעכטער די בלויזע 'אמאונט' פון שעות וואס מען לערנט, עס איז בכלל נישט קיין סאך. צווישן דאווענען, פרישטאג, מוסר, סיפורי צדיקים, ריסעס, לאנטש און סנעק, בלייבט מען איבער מיט ארום 4 שעה צום לערנען, און וויפיל קען מען שוין אריינשטופן?
דאגעגן אמאל (איך רעד פארן קריג אבער איך מיין אז אפילו דאהי איז אויך געווען אנדערש ווי היינט), ביז עס האט זיך אנגעהויבן די פובליק שולע תקופה, פלעגן קינדער גיין אין חדר אין די פארטאגס שעות, און בלייבן אין חדר ביז 5-6 נאכמיטאג (אזוי איז אויך גע'פסק'נט אין שו"ע אז מען דארף לערנען מיט די קינדער 'רוב שעות היום' און אריינציען אביסל אין די נאכט אויך), און מען איז טאקע אנגעקומען פיל מער בכמות.

יום טוב האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 12:43 pmגראדע אויף די קריקולעם פון עברי פארשטיי איך נישט פונקטליך די נושא ווייל ווען איך בין געווען א קינד איז נישט געווען די קריקולעם און העפטן און ב"ה יעדער [וואו ווייט איך ווייס] קען עברי איך רעד נישט פון געציילטע וואס האבן ליידער א דיסלעקציע פראבלעם וואס היינט מיין איך איז דאס ליידער אויך פארהאן► Show Spoiler
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5266
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9720
Re: לערנט מען אין אונזערע מוסדות די מאקסימום מעגליך?
שכוח @יום טוב. א שיינע נושא.
זעלבסטפארשטענדליך אז ס'איז זייער שווער צו האבן א מיינונג ווען מען איז נישט אינעווייניג אינעם פעלד. אבער שפעקולירן קען מען.
למשל אין סאטמאר בני ברק וואו מען לערנט מער בכמות. קומען ארויס בעסערע פירות? כ'מיין אז נישט. פאלן ארויס מער פראצענט קינדער פון קענען? מ'זאגט אז יא.

אונז רעד מיר טאקע פון שפעקעלירן און איבער וואס די מענטשן וואס זענען אינעווינייניג געבן איבער(איז דאס פון די זאכן וואס מיר קענען נישט אריינרעדן? ולמדתם אותם איז די חיוב אויפן טאטן )דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 1:33 pm שכוח @יום טוב. א שיינע נושא.
זעלבסטפארשטענדליך אז ס'איז זייער שווער צו האבן א מיינונג ווען מען איז נישט אינעווייניג אינעם פעלד. אבער שפעקולירן קען מען.
למשל אין סאטמאר בני ברק וואו מען לערנט מער בכמות. קומען ארויס בעסערע פירות? כ'מיין אז נישט. פאלן ארויס מער פראצענט קינדער פון קענען? מ'זאגט אז יא.
איהער די פירות אין אר"י איז נישט די נקודה די שאלה איז מצוינים בינונים און שוואכע וואס יעדער קען אנקומען און צו קען מען און צו דארף מען אנקומען מער , קוק מיין ערשטע תגובה וועסטו פארשטיין בעסער די שאלה
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5266
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9720
Re: לערנט מען אין אונזערע מוסדות די מאקסימום מעגליך?
נו לאמיר הערן. וואס הערסטו פון מענטשן פון אינעווייניג?
איך הער אז די מלמדים ארבעטן 'שוין יעצט' אסאך מער איבער די כוחות ווי איך און דו. סיי פיזיש און סיי גייסטיש. (אנדערש ווי ס'איז געשטאנען אין בלאט אז די מלמדים האבן אסאך ליידיג צייט).
לגבי מצויינים און בינונים, ס'איז נישט קיין שאלה אז א חדר למצויינים קען אנקומען סאך מער. אודאי אזוי. די שאלה איז צו דאס איז וואס איינער האלט פאר ריכטיג.
איך הער אז די מלמדים ארבעטן 'שוין יעצט' אסאך מער איבער די כוחות ווי איך און דו. סיי פיזיש און סיי גייסטיש. (אנדערש ווי ס'איז געשטאנען אין בלאט אז די מלמדים האבן אסאך ליידיג צייט).
לגבי מצויינים און בינונים, ס'איז נישט קיין שאלה אז א חדר למצויינים קען אנקומען סאך מער. אודאי אזוי. די שאלה איז צו דאס איז וואס איינער האלט פאר ריכטיג.
Re: לערנט מען אין אונזערע מוסדות די מאקסימום מעגליך?
איבער די בלאט וויל מיר נישט דעבאטירן פשוט די מציאותדער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 2:13 pm נו לאמיר הערן. וואס הערסטו פון מענטשן פון אינעווייניג?
איך הער אז די מלמדים ארבעטן 'שוין יעצט' אסאך מער איבער די כוחות ווי איך און דו. סיי פיזיש און סיי גייסטיש. (אנדערש ווי ס'איז געשטאנען אין בלאט אז די מלמדים האבן אסאך ליידיג צייט).
לגבי מצויינים און בינונים, ס'איז נישט קיין שאלה אז א חדר למצויינים קען אנקומען סאך מער. אודאי אזוי. די שאלה איז צו דאס איז וואס איינער האלט פאר ריכטיג.
יא אלע מלמדים צו וועם איך האב גערעדט האבן געזאגט אז מיט די גוטע קינדער קען מען אנקומען פיל פעל מער נאר די עיקר ארבעט איז אויף די שוואכערע איז די שאלה וואס קען מען טון דערצו און פארוואס אמאל איז געווען אנדערש און צו סאיז שייך עפעס צו טון דערין , אוודאי זענען דא ממונים דערויף אבער די ענד יוזערס זענען די טאטעס און ווי אויבן געשריבן פאלט ניטאמאל ביי פאר רוב ציבור אז מקען לערנען סאך מער און דאס וויל מיר דא אויסשמועסן
און הא גופא שאלה ווער זאגט אז א חדר למצויינים איז אזוי אפגעפרעגט אויב די אלגעמיינע חדר איז דעזיינטאר די שוואכערע
Re: לערנט מען אין אונזערע מוסדות די מאקסימום מעגליך?
לערנט מען דען עפעס אז מהאלט שוין ביי די מאקסימום
די מוסדות ווי איך האב געלערנט איז נישט קיין געווען קיין שום חינוך סיסטעם קאריקעלים
איך ווייס נישט צו עס איז מעלה אדער חסרון איך רעד מער פון א פאקט
די מוסדות ווי איך האב געלערנט איז נישט קיין געווען קיין שום חינוך סיסטעם קאריקעלים
איך ווייס נישט צו עס איז מעלה אדער חסרון איך רעד מער פון א פאקט
Re: לערנט מען אין אונזערע מוסדות די מאקסימום מעגליך?
איך האב געלערנט מיט צוזאמען מיט ארץ ישראל'דיגע בחורים. ס'קען זיין אז בכמות יאגן זיי אן מער, אבער באיכות זענען די אמעריקאנער בחורים געשטאנען בעסער. מען האט זיך נישט געשאקלט אין קאפ אריין.
בדרך אגב געדענק איך אמאל הערן פון איינעם אז ס'איז נישט גערעכט צו צוגלייכם אמעריקאנער קינדער קעגן ארץ ישראל'דיגע קינדער, ווייל די קינדער פון ארץ ישראל קענען לשון קודש, ס'איז נישט קיין פרעמדע שפראך פאר זיי. דאגען די אמעריקאנער קינדער איז די גאנצע נושא ווילד פרעמד
בדרך אגב געדענק איך אמאל הערן פון איינעם אז ס'איז נישט גערעכט צו צוגלייכם אמעריקאנער קינדער קעגן ארץ ישראל'דיגע קינדער, ווייל די קינדער פון ארץ ישראל קענען לשון קודש, ס'איז נישט קיין פרעמדע שפראך פאר זיי. דאגען די אמעריקאנער קינדער איז די גאנצע נושא ווילד פרעמד
Re: לערנט מען אין אונזערע מוסדות די מאקסימום מעגליך?
וואס הייסט באיכות? איר קענט דאס אנכאפן מיט א משל?העלדיש האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 2:27 pm איך האב געלערנט מיט צוזאמען מיט ארץ ישראל'דיגע בחורים. ס'קען זיין אז בכמות יאגן זיי אן מער, אבער באיכות זענען די אמעריקאנער בחורים געשטאנען בעסער. מען האט זיך נישט געשאקלט אין קאפ אריין.
בדרך אגב געדענק איך אמאל הערן פון איינעם אז ס'איז נישט גערעכט צו צוגלייכם אמעריקאנער קינדער קעגן ארץ ישראל'דיגע קינדער, ווייל די קינדער פון ארץ ישראל קענען לשון קודש, ס'איז נישט קיין פרעמדע שפראך פאר זיי. דאגען די אמעריקאנער קינדער איז די גאנצע נושא ווילד פרעמד
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5266
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9720
Re: לערנט מען אין אונזערע מוסדות די מאקסימום מעגליך?
אמאל אין מיינע אינגע יארן, איז געווען אזא זאך ווי "אויפגעגעבענע קינדער". זיי זענען וועדזשטעיבל'ס. זיי קענען נישט. זיי לאזט מען אויס ביים פארהער. (וואס ס'איז געווארן פון זיי איז בעסער נישט צו קוקן...)
סוי לכאורה איז דאס דער תירוץ אויף דיין שאלה. היינט איז דאס נישטא מער.

איז דאס ריכטיג? קען מען נישט ארבעטן אויף ביידע? עטליכע ברענטשעס אד"גדער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 2:36 pm
אמאל אין מיינע אינגע יארן, איז געווען אזא זאך ווי "אויפגעגעבענע קינדער". זיי זענען וועדזשטעיבל'ס. זיי קענען נישט. זיי לאזט מען אויס ביים פארהער. (וואס ס'איז געווארן פון זיי איז בעסער נישט צו קוקן...)
סוי לכאורה איז דאס דער תירוץ אויף דיין שאלה. היינט איז דאס נישטא מער.
קען מען נישט צולעערנען מיט די שוואכערע?
און אויב נישט ווער זאגט אז א חדר למצויינים איז אזא שלעכטע געדאנק?
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5266
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9720
Re: לערנט מען אין אונזערע מוסדות די מאקסימום מעגליך?
כפי ידיעתי וויינט מען ביטערליך אויף די מצויינים ישיבות, עד כדי כך אז אין מתיבתא נעמט מען נישט אן א וואוילן עוורידזש בחור אויב זיין טאטע האט אוועקגעשיקט דעם פאריגן ברודער א מצויין.
ווילסטו מ'זאל מאכן די מצויינים ישיבות שוין פון די יוגנט, און ס'זאל זיין א מוסדות למצויינים און א מוסדות לחלשים. פארשטייסט זיכער אז ס'האט א סיבה פארוואס קיינער טוט נישט אזאנס.
Re: לערנט מען אין אונזערע מוסדות די מאקסימום מעגליך?
ווער וויינט אויף די מצויינים ישיבות? אפשר אזעלכע ישיבות וואס מהאלט אז זיי קלערן אויף די בחורים און זיי ווערן אפגעפרעמדט פון אונזער השקפהדער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 2:42 pmכפי ידיעתי וויינט מען ביטערליך אויף די מצויינים ישיבות, עד כדי כך אז אין מתיבתא נעמט מען נישט אן א וואוילן עוורידזש בחור אויב זיין טאטע האט אוועקגעשיקט דעם פאריגן ברודער א מצויין.
ווילסטו מ'זאל מאכן די מצויינים ישיבות שוין פון די יוגנט, און ס'זאל זיין א מוסדות למצויינים און א מוסדות לחלשים. פארשטייסט זיכער אז ס'האט א סיבה פארוואס קיינער טוט נישט אזאנס.
דעס אז מ'נעמט נישט אן שוואכע צוליבן אוועק שיקן א מצוין ברודער איז פארשטענדליך ווייל די ישיבה איז נישט דעווייל דירעקט פאר שוואכע במילא אז דו שיקסט אוועק דיין מצוין שיק אונז נישט דיין שוואכע זיך צו פלאגן
איבער דיין לעצטע שאלה קען מען דאס אויסארבעטן קלוג עס איז היינט דא עטליכע ברענטשעס און סדארף נישט האבן אן עמטליכע נאמען שוואכע חדר לדוגמה קען מען לערנען אן אנדערע מסכת
עכ"פ איך פארשטיי אז עס איז קאמפליצירט אבער עס איז א פראבלעם וואס דארף א לעזונג
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5266
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9720
Re: לערנט מען אין אונזערע מוסדות די מאקסימום מעגליך?
דאס אליינס בין איך אויך נישט זיכער.
א פראבלעם וואס ברענגט נישט קיין שלעכטע תוצאות, איז אפשר נישט קיין פראבלעם. איך זע ב"ה אז אין כולל לערנען גרויסע גאונים ב"ה. זיי וואלטן געקענט קענען נאך מער? ווער זאגט? איך קען א חדר וואס לערנט אסאך מער, עס הייסט זכרו/זיו התורה, און די וואס קומען ארויס פון דארט זענען בכלל נישט קיין גרעסערע גאונים.
Re: לערנט מען אין אונזערע מוסדות די מאקסימום מעגליך?
הבנהיום טוב האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 2:29 pmוואס הייסט באיכות? איר קענט דאס אנכאפן מיט א משל?העלדיש האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 2:27 pm איך האב געלערנט מיט צוזאמען מיט ארץ ישראל'דיגע בחורים. ס'קען זיין אז בכמות יאגן זיי אן מער, אבער באיכות זענען די אמעריקאנער בחורים געשטאנען בעסער. מען האט זיך נישט געשאקלט אין קאפ אריין.
בדרך אגב געדענק איך אמאל הערן פון איינעם אז ס'איז נישט גערעכט צו צוגלייכם אמעריקאנער קינדער קעגן ארץ ישראל'דיגע קינדער, ווייל די קינדער פון ארץ ישראל קענען לשון קודש, ס'איז נישט קיין פרעמדע שפראך פאר זיי. דאגען די אמעריקאנער קינדער איז די גאנצע נושא ווילד פרעמד
Re: לערנט מען אין אונזערע מוסדות די מאקסימום מעגליך?
אז קינדער גייען ליידיג און זיי וואלטן געקענט לערנען אסאך מער זעט איר נישט זיכער אז דאס דארף א לעזונג?דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 3:00 pmדאס אליינס בין איך אויך נישט זיכער.
א פראבלעם וואס ברענגט נישט קיין שלעכטע תוצאות, איז אפשר נישט קיין פראבלעם. איך זע ב"ה אז אין כולל לערנען גרויסע גאונים ב"ה. זיי וואלטן געקענט קענען נאך מער? ווער זאגט? איך קען א חדר וואס לערנט אסאך מער, עס הייסט זכרו/זיו התורה, און די וואס קומען ארויס פון דארט זענען בכלל נישט קיין גרעסערע גאונים.
איבער זכרו זיו התורה איז שוין דא אן אנדערע אשכול ביטע נישט אריינברענגען דא
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5266
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9720
Re: לערנט מען אין אונזערע מוסדות די מאקסימום מעגליך?
נע מען רעדט נישט אז קינדער 'גייען ליידיג'.
אויב דו ווייסט אז יא אדרבה לאמיר הערן.
אויב דו ווייסט אז יא אדרבה לאמיר הערן.
Re: לערנט מען אין אונזערע מוסדות די מאקסימום מעגליך?
וואס הייסט זיי פארשטייען נישט די גמרא? וויפיל בחורים רעדסטו פון? מאכט נישט קיין סענסהעלדיש האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 3:12 pmהבנהיום טוב האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 2:29 pmוואס הייסט באיכות? איר קענט דאס אנכאפן מיט א משל?העלדיש האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 2:27 pm איך האב געלערנט מיט צוזאמען מיט ארץ ישראל'דיגע בחורים. ס'קען זיין אז בכמות יאגן זיי אן מער, אבער באיכות זענען די אמעריקאנער בחורים געשטאנען בעסער. מען האט זיך נישט געשאקלט אין קאפ אריין.
בדרך אגב געדענק איך אמאל הערן פון איינעם אז ס'איז נישט גערעכט צו צוגלייכם אמעריקאנער קינדער קעגן ארץ ישראל'דיגע קינדער, ווייל די קינדער פון ארץ ישראל קענען לשון קודש, ס'איז נישט קיין פרעמדע שפראך פאר זיי. דאגען די אמעריקאנער קינדער איז די גאנצע נושא ווילד פרעמד
Re: לערנט מען אין אונזערע מוסדות די מאקסימום מעגליך?
יא איך ווייסדער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 3:24 pm נע מען רעדט נישט אז קינדער 'גייען ליידיג'.
אויב דו ווייסט אז יא אדרבה לאמיר הערן.
א קינד וואס קען ווען לערנען לכו"ע פי כמה און ער לערנט נישט גייט ער ליידיג