גאלאנען פון אינק און שעות פון ענערגיע זענען שוין פארניצט געווארן דורך בייזע שרייבער וועלכע גלייכן נישט די הייליגע חנוכה מסיבות. די שרייבער זיצן זיך אין זייערע קעלערען קלאפן א פינגער אויף א פינגער אויף די שווארצע קנעפלעך, און...
בראווא, זייער רשעות'פולע אגענדע ווערט פארשפרייעט.
טייל שרייבער קומען ארויס אפען און האקן צאם פעך און שוועבל אקעגן די תמימותדיגע שוויגערס וועלכע רעכטן צו אזעלכע פיינע מאלצייטן און זיי מאלן דאס אראפ ווי כאילו די שוויגער איז עפעס באגאנגען א פארברעך, דאגען זענען דא די צווייטע סארט וועלכע שעמען זיך ארויסצקומען בריש גלי מיט זייער שלעכט אויג, זיי וועלן אנשטאט דעם זיך באניצן מיט שווארצע הומער צו אנקומען צו זייער ציל - חוזק מאכן פון די הייליגע פאדי'ס.
די פראבלעם איז אבער אז זיי ווידמען זייער גאנצע כוח נאר אויף די ערשטע טייל פון די זאך, די צווייטער טייל בלייבט איבער גענצלעך אימגעשעדיגט. איך וועל מסביר זיין. יעדער חנוכה פאדי איז צוזאמגעשטעלט פון צוויי חלקים, איינס; די חלק הסעודה. ביי דעם טייל פון די פראגראם וועלן רוב פון די מסובים זיצן אנגעלעהנט אויף זייערע זיצן און עסן פון די רייכע געקעכצן. פארשטייט זיך אז דאס קומט אויך באגלייט מיט שווערע כאאס פון די קינדער אבער בעיקר איז דאס נאר א סעודה. דאן איז דא די צווייטער טייל פון די מסיבה, די חלק ווען קיינער זיצט מער נישט. די חלק ביי וועלכע די טאטע דערמאנט זיך פלוצלונג אז די קינדער מוזן מארגן זיין אין חדר צייטליך. פאר דעם זענען מיר דא היינט.
ביז דעם פאזע איז זיידי שוין אויך געווען פאראנויד איבער די מנורה אז עס קען טראסקענען און האט געהאלטן אין איין איבערחזרן צו די קליינע אייניקלעך זיין פזמון; ''וואטש זיידי'ס מנורה'', אבער יעצט איז זיין בלוט דרוק ארויף ביז צו איר קלימאקס און מיט זיין צייכן אויפן שטערן וועלכע קומט פון זיין וועגעדיגע קוטשמע שרייעט ער ווילד צו די אייניקלעך, ''ריק דיר אויף ... שטיי אוועק... מושי די מנורה, נו... ווארטסט אז ס'זאל זיך איבערדרייען? הערסט נישט וואס איך רעד צו דיר?''...
יעדער וואס איז נאר געקומען אין די עשרים אמה פון די וואנט מנורה האט זוכה געווען צו א פארציע.
בקיצור לאמיר ווייטער גיין מיט די גראנדיעזע פראגראם דברים כהוויתן:
ווי נאר די באבע האט ארויסגעזאגט די איינע ווארט האט טאטאלע אנארכיע איבערגענומען. טישן רוקן זיך ווילד, קינדער לויפן ארום ציל-לאז און טאטע'ס זיכן א לעכל פון ווי צו אנטלויפן. וואס האט זי געזאגט?
זי האט געזאגט אז מען גייט שפילן א 'געים'. למען ה'. איינע פון די גאר געטרייע מומע'ס האט אין א נאבעלע שריט אויסגעטראכט עפעס א וואזשנעם פלאן פון אן אזוי גערופענע 'געים' בלע''ז און יעדער איינער ''מוז'' זיך צושטעלן, מנער ועד זקן, שמעקט דיך יא שמעקט דיך נישט. שפעטער וועלן זיי נאך גיין שרייען אז די מענער זענען קליינע בעיביס ווייל זיי האלטן נישט ביים אנטייל נעמען אין דעם זינלאזן שפילעריי... גיי פארשטיי. בקיצור, די גבאים פון די מומע גייען ארום און טיילן אויס ריזיגע געלע פאפיר וועלכע אלע באטייליגטע גייען יעצט מוזן האלטן איבער די קאפ פאר די רעשטע פון די צייט.
די געים היי יאר איז זייער קריעטיוו, עס איז געבויעט אויף די היסטאריע פון די עלטער עלטער זיידע וועלכע רוב אנטיילנעמער האבן ניטאמאל געקענט. די מומע שטעלט זיך אויף א בענקל און הייבט אן צו ליפטערן פילצאליגע מעסעדשעס אלץ טייל פון די געים. קיינער כאפט נישט וואס מען דארף טון אבער ס'מאכט נישט קיין נ''מ, זי גייט שרייען ביז זי וועט הייזעריג ווערן. די קינדער ווערן אומגעדולדיג און הייבן אן צו שפילן קעטש מיט די געלע פאפירן נאך העכערן קאפ, די מאמע ווערן אויפגעברויזט, די טאטע'ס זוכן שוין די מאנטעלעך, און די באבע זיצט אינדערמיטן און שטראלט פאר גליק, איין באשעפער ווייסט פארוואס...
שוין ענדליך איז די אויסרופערין הייזעריג געווארן און די געים איז פערטיג. די טאטע'ס ווערן רואיג, 'מקען ווייטער שמועסן'. נישט אזוי שנעל...
יעצט גייט באבי טיילן מתנות. אלע אייניקלעך דארפן זיך אויסשטעלן און א רייע און ווארטן אויף זייער טשענס צו באקומען די מתנה פון באבי. מען גייט דא מאכן א סעלעקציע. לויט די סדר פון עידש הייבט מען אן אריבערגיין כבעקרת רועה עדרו. זאג ש'כוח פראבירט די נייע איידעם צו ווייסן זיין געניטער חינוך סקילס דורכן מאכן זיין איין יעריג קינד רעדן, עפעס וואס האט זירא טשאנסן פאר סוקסעס. ווען ס'גייט נישט מורמלט ער עפעס ארויס און מ'גייט גראד צו צום נעקסטן קינד.
בעעעע... איינע פון די אייניקלעך זענען נישט צופרידן מיט די מתנה וואס באבי האט פאר אים געשאנקן, ער ברעכט אויס אין א יאמערליך געוויין. א קוואל פון טרערן רינט פון דעם צובראכענעם קינד... באבי ווערט באליידיגט... זיידי פראבירט זיך אריינצומישן און ברענגן שלום אבער אן ערפאלג.
מיין חברותה קומט איך מוז לויפן... נאך דא אסאך צו זאגן.
דער צווייטער האלב פון באבי'ס פאדי…
Re: די צווייטער האלב פון באבי'ס פאדי...
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
Re: דער צווייטער האלב פון באבי'ס פאדי…
זייער גוט אפגעשריבן!
געפעלט מיר דיינע אויסדרוקן... איך זע ממש דעם זיידן מיטן וועגעדיגן קוטשמע...
פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
- בערל דער פייפער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1027
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
- Location: אין דארף
- x 1432
Re: דער צווייטער האלב פון באבי'ס פאדי…
בייזע קאשמארען ברענגסטו ארויף, פאר די מתנות חלק ווי די קינדער חלומען שוין פון אנהויב חנוכה וואס גייט קומען וואלט איך עס געלאזט,
פיינע פעדער ארויסגעברענגט פשוט און גראד ”א פאדי”
פיינע פעדער ארויסגעברענגט פשוט און גראד ”א פאדי”