מיין שכנ'ס לעכט צינדן - #גארדזשעס
מיין שכנ'ס לעכט צינדן - #גארדזשעס
וואוינען אין א אפארטמענט בילדינג האט גאר אסאך מעלות, איינע פון די שטערקסטע איז דאס אז מען קען מיטהאלטן די הערליכע חנוכה ליכט צינדן און די לידער פון די שכנים ארום און ארום...
ביי מיר האט די ברכה חל געווען אויף א מוראדיגע אופן. איך אסאך שכנים, אבער איין שכן איז עפעס 'ספעשל', זייער טאלאנטפול און א מחנך נפלא, דאס איז מיין עקספיריענס מיט אים; מיין שכן האט זיך נארוואס ביטערליך צעוויינט האלטנדיג אינמיטן עפעס אן לאנג פארצווייגטע הנרות הללו וואס זיין חבר האט אליינס פארפאסט, א שאד נאר אז איך האב דאס נישט פארפאסט, ס'שטעכט מיר נאך ביז יעצט... רוב פון די ניגון איז אוי יואי יואי'ס אביסל ווערטער און אסאך שפייאכץ... ער איז אזוי פארטיפט אז ער הערט ניטאמאל זיין קינד וועלכע שרייעט שוין טאטי פאר באלד א האלבע שעה.
אלע אנדערע שכנים האבן שוין גע'ענדיגט זינגען פאר א שעה צוריק אבער דעם הייליגן שכן האלט נאך בתחילת דרכו. א לענגערע פראגראם וועט נאכפאלגן.
מיין שכן מאנאווירט זיין שטימע ווי א פראפעסאר צווישן די ווילדע געשרייען פון זיינע קינדער וועלכע וואלטן שוין געדארפט שלאפן פון לאנג, אבער דא דארט ווערט ער אויך פארהאנקעט אביסל...
ענדליך האט ער געגעבן אביסל אויפמערקזאמקייט פאר זיינע קליינע שאף, ער הייבט אן צו זינגען די קינדערישע יוונים אויף טאון הונדערט, זיין דיקע שטימע מערט זיך ווי אויף הייוון און מיר נעמט דאס ארויס יעדער טראפ אפעטיט פון עסן. אפס, ער האט זיך אפגעשטעלט, ער האט באמערקט אז זיינע קינדער פאר וועמען ער זינגט די ניגון זענען שוין פון לאנג נישט דא, זיי שלאגן זיך שוין ווייטער. ער זינגט אבער ווייטער יונים מיט די גאנצע קנאק, זעט אויס אז ער אליין האט אויך ליב דעם ניגון. אינמיטן זינגען הער איך אים אויסשרייען מיט זיין בערישן שטומע; 'מאמי', זענען די לאטקעס שוין גרייט? איך האב איך געוואלט פרעגן אויב ווען די לאטקעס ווערן גרייט גייט ער אויפהערן צו בויערן מיינע אויערן. אויב יא טראג איך זאפארט אריבער מיינע צו אים...
פלוצלונג האט זיך א פארטייבנדע גערויש, שטיקער גלאז ווערן צופיצלט און מיין שכן שרייט העכער ווי אסאמא בין לאדין, ''מושי'' פארוואס קוקסטו נישט ווי דו גייסט?! הע? ברומט ער אויף זיין דריי יעריגע קינד וועלכע בוכה'ט פאר שרעק. פארוואס דרייסטו איבער טאטי'ס מנורה? הע? זיין כעס שטאפלען זענען געפארפול הויעך...
מושי האט געהאט פון וואס צו פארכטן, א פארציע פון מאכטפולע שלעק האט נאכגעפאלגט און ביז די רעבעצין האט נישט אינטעווינרט האט זיך די שלעק נישט אפגעשטעלט. איך קען שוין די חברה, מארגן וועט זיין ווייב נאך גייען פארציילן פאר אלע נעיבערס אז די שווארצע און בלויע צייכנס אויף דאס קינד קומט פון דעם וואס ער איז געפאלן... וואס נאך? ...
צען.. ניין.. אכט ...
מיין שכן האט באשלאסן אז ס'איז צייט אז די קינדער זאלן גייען שלאפן, ער באניצט זיך מיט טעראר מיטלען זיי צו דערשרעקן און אריינפאקן אין שלאף צימער... ווער ס'גייט נישט זיין אין בעט ווען ווי טאטי האלט ביי איינס גייט נישט באקומען חנוכה געלט... זיינע נארישע קינדער רעדן זיך נעבך איין אז דער וואס פאלגט טאטע גייט יא באקומען חנוכה געלט... א רחמנות...
איך וועל זיך דא אפשטעלן מחשש גילוי, אבער גלייבטס מיר, יותר ממה שקראנו לפניך כתוב כאן, ס'איז נאך דא גאר אסאך גוטע סחורה צו פארציילן, אפשר נאך וואס איך וועל מופן...
א ליכטיגע חנוכה

- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 6579
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 15121
Re: מיין שכן'ס לעכט צינדן. #גארדשעס.

Re: מיין שכן'ס לעכט צינדן. #גארדשעס.
קיין וואו מופסטו? זאל מען כאטש וויסן וואו צו שיקן די מאווינג פרעזנט....דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 10, 2023 9:40 pm![]()
איך גיב דיר רשות צו שרייבן מיין טאגבוך ווייטער. אפילו בעפאר'ן מופן.
נקודות טובות האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 14, 2024 11:25 pm 1) וואס איז וואכענשריפט / היימשטאט / UJC?
ווער וויל צוברעכן קרית יואל / וויל עס אויפבויען / האט געבויעט א נייע שוהל וואס מען דארף נישט / פארדינגט הייזער פאר גוים?
Re: מיין שכן'ס לעכט צינדן. #גארדשעס.
גוט גוט!
שיק א פיצי ציפ פאר דיין שכן. די סארט מענטשן וואס זינגען בארבאריש הויך בשעת זיי קענען נישט זינגען בכלל, זענען די רעכטע פיצי- ציפעס פארדינער.

פוילע מענטשן ארבעטן דאפעלט....
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
....און דאפעלטע מענטשן ארבעטן פויל.
Re: מיין שכן'ס לעכט צינדן. #גארדשעס.
פיינע נייעס, דערמאנסט מיר פון אינזער שכן וואס צוגאב צו אלע מעלות פלעגט ער אנהויבן צינדן דוקא נאך 2 שעה נאכ'ן זמן
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
Re: מיין שכן'ס לעכט צינדן. #גארדשעס.
איך האב מורא אז מיר זענען שכנים...

- באשיינפערליך
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 202
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:55 pm
- x 278
Re: מיין שכן'ס לעכט צינדן. #גארדשעס.
מיין שכן האט נאכנישט אנגעהויבן צינדן. סטעי טונד…
כל מעשיך יהיו לשם שמים - אויך דער לשם שמים זאל זיין לשם שמים.
Re: מיין שכן'ס לעכט צינדן. #גארדשעס.
נו, לאמיר הערן אביסל פון א אח לצרהבאשיינפערליך האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 7:23 pmמיין שכן האט נאכנישט אנגעהויבן צינדן. סטעי טונד…

- באשיינפערליך
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 202
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:55 pm
- x 278
Re: מיין שכן'ס לעכט צינדן. #גארדשעס.
גראדע איז ער א וואוילער (חוץ וואס זיינע דעליווערי באקסעס פון פסח הויערן נאך אין די האללוועי…) אבער לשם יחוד הייבצעך אן יעדע נאכט בערך האלב אכט, ס׳איז מיר א חידוש וואס ער טוט ביז דאן.העלדיש האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 3:46 pmנו, לאמיר הערן אביסל פון א אח לצרהבאשיינפערליך האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 7:23 pmמיין שכן האט נאכנישט אנגעהויבן צינדן. סטעי טונד…![]()
כל מעשיך יהיו לשם שמים - אויך דער לשם שמים זאל זיין לשם שמים.
Re: מיין שכן'ס לעכט צינדן. #גארדשעס.
נייג צו אן אויערבאשיינפערליך האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 2:38 pmגראדע איז ער א וואוילער (חוץ וואס זיינע דעליווערי באקסעס פון פסח הויערן נאך אין די האללוועי…) אבער לשם יחוד הייבצעך אן יעדע נאכט בערך האלב אכט, ס׳איז מיר א חידוש וואס ער טוט ביז דאן.העלדיש האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 3:46 pmנו, לאמיר הערן אביסל פון א אח לצרהבאשיינפערליך האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 7:23 pm
מיין שכן האט נאכנישט אנגעהויבן צינדן. סטעי טונד…![]()
- אלטערנעסייד פארקינג
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 892
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
- Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
- x 1528
- באשיינפערליך
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 202
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 1:55 pm
- x 278
Re: מיין שכן'ס לעכט צינדן. #גארדשעס.
איך ברויך גארנישט נייגן… מיט א אנגעצינדענע וואקיום קלינער פלאס מוזיק הער איך קלאר יעדעס ווארט. דער איז א לייוו ספיקער…העלדיש האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 4:37 pmנייג צו אן אויערבאשיינפערליך האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 2:38 pmגראדע איז ער א וואוילער (חוץ וואס זיינע דעליווערי באקסעס פון פסח הויערן נאך אין די האללוועי…) אבער לשם יחוד הייבצעך אן יעדע נאכט בערך האלב אכט, ס׳איז מיר א חידוש וואס ער טוט ביז דאן.