רבי דוב בער, המגיד ממעזריטש ז"ל - י"ט כסליו תקל"ג

אונזער היסטאריע
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 689
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 1991

רבי דוב בער, המגיד ממעזריטש ז"ל - י"ט כסליו תקל"ג

פאוסט דורך מירון »

דער מעזריטשער מגיד - הרה"ק רבי ר' דוב בער ז"ל איז געבוירן געווארן בשנת ת"ס וי"א תס"ח צו זיין טאטע רבי אברהם אין אינעם שטאט לאקאטש, װאלין. זיין משפחה יחוס ציט זיך ביז רבינו הקדוש, רבי יהודה הנשיא. ער איז געווארן אן איידעם ביי רבי שלום שכנא פון טורטשין ז"ל. לויט געוויסע מקורות איז ער קודם געווען א תלמיד בתורת הנגלה פון דעם הייליגן פני יהושע ז"ל.

נאך די חתונה האט ער געגעסן קעסט ביים זיין פארמעגליכן שווער און דאן אויסגעשטיגן א גאון און גדול בתורה. נאך א שטיק צייט איז זיין שווער ליידער געווארן א יורד און פאלוירן זיינע אלע זיינע נכסים. באין ברירה האט רבי ר' בער אנגענומען א פאסטן פון זיין מלמד תינוקת אין שטאט קאריץ. געווען א איד וואס האט געהייסן רבי אהרן ז"ל וואס איז געווען די שווער פונעם מחבר ספר יסוד יוסף, וואס האט געהערט ווי דער גרויסער מגיד לערנט מיט די תלמידים און ער איז זייער נתפעל געווארן, האט רבי אהרן איינגעלאדנט צו זיין שטאט ראוונע, און האט גענומען אויף זיך אים אויסצוהאלטן מיט אלע באדערפענישן.

שפעטער איז ער געווארן א מגיד מישרים אנגעפאנגען ארומצוגיין צו די ארומיגע שטעטלעך און דערפלעך פון אוקריינא, און אין יעדן ארט האט ער גע'דרש'נט ברבים דרשות פון מוסר און יראת שמים מעורר צו זיין דעם עולם אויף תשובה ותיקון המעשים. ער פאר זיך האט אין יענע יארן תעניתים און סיגופים וואס ער איז ממש קראנק געווארן דערפון.

אין יאר תקי"ב לפ"ק זייענדיג אין עלטער פינף און פערציג יאר, האט ער זיך צום ערשטן מאל זיך געטראפן מיטן הייליגן בעש"ט הקדוש. ווי קינד און קייט ווייסן איז דער הייליגער מעזריטשער מגיד געווארן א תלמיד מובהק פונעם הייליגן בעש"ט און שפעטער דער ממשיך דרכו. רוב פון די תלמידי בעש"ט האבן מקבל מרות געווען פון דעם מגיד. פון וואס מ'ווייסט האבן די פאלגענדע תלמידים יא געפירט אן אייגענע חבריא פון תלמידים צדיקים פאר זיך: רבי מיכל'ע זלאטשובער, ר' יעקב יוסף הכהן מפולנא - מחבר ספר תולדות יעקב יוסף, רבי פנחס'ל קאריצער.

אונטער די הנהגה פון רבי רבי בער האט זיך גאר שטארק פארשפרייט. רוב רובם אויב נישט אלע היינטיגע חסידותן זענען פון תלמיד תלמידים פון דעם קדש עליון רבי ר' בער זצ"ל. זיינע תלמידים זענען געווען צדיקים קדושים וטהורים אשר פיהם אנו חיים עד היום הזה, אנגעהויבן ביי רבי ר' אלימלך פון ליזענסק, רבי ר' זושא, בארדיטשובער רב, רבי מנחם מענדל מוויטעבסק, דער הייליגער בעל תניא ועוד ועד.

דער גרויסער מגיד איז נישט ארומגעפארן אזויווי דער הייליגער בעש"ט פלעגט ארומפארן. ער איז נישט ארומגעגאנגען צו פארשפרייטן חסידות, פארקערט גאר חסידים זענען געקומען צו פארן קיין מעזריטש פון אלע עקן פוילן און רוסלאנד פון אים מקבל צו זיין תורה יראת שמים און חסידות בראש.

מדבריו הקדושים: צֹהר תעשה לתבה ( בראשית ו' טז) דער מגיד פון מעזריטש האט אזוי אויסגעטייטש דעם פסוק: א תפילה וואס ווערט געזאגט אן כוונה, איז עס ווי א טונקעלע תפילה, דעריבער האט די תורה אונז געהייסן: "צֹהר תעשה לתבה" - גיט אכטונג אינזין צו האבן ביי יעדע ווארט און אזוי וועלן ענקערע תפילות לייכטן און אנגענומען ווערן.

זיינע ספרים:
  • מגיד דבריו ליעקב
  • ליקוטי אמרים
  • ליקוטי יקרים
  • אור האמת
  • תורת המגיד
מנוחת כבודו בעיר אניפאלי. זכותו הגדול יגן עלינו
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 689
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 1991

Re: רבי דוב בער - המגיד ממעזריטש ז"ל - י"ט כסליו תקל"ג

פאוסט דורך מירון »

דער הייליגער אוהל
פיילס
דער אוהל.jpg
דער אוהל.jpg (293.19 KiB) געזען געווארן 194 מאל
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 757
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1291

Re: רבי דוב בער - המגיד ממעזריטש ז"ל - י"ט כסליו תקל"ג

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

די הייליגער רוזינער זי"ע איז געוועהן א רעכטע אור אייניקל פונעם גרויסן מגיד...
אלע אייניקלעך כהיום באח"ב פונעם הייליגען רוזינער זענען באח"ב מום גרויסן מגיד...
האחים האדמורי"ם מסאדיגורא (פשעמישל למען ההיסטאריע), האדמו"ר מבוהוש, אב"ד טשארטקוב לאנדאן, ואחיו (?) אב"ד טשארטקוב מאנטשעסטער, האדמו"ר מפאשקאן סניף צה"ל, ועוד אויב איינער קען אויסרעכענען...
שרייב פאוסט