פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אוועיטער
איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 467
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 476

Re: פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס

פאוסט דורך איד »

מאסיוו !
מיר ווארטן פאר נאך ...

א גרויסע דאנק !
תינוק הבורח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 402
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 298

Re: פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס

פאוסט דורך תינוק הבורח »

@אלטערנעסייד פארקינג דו ווילסט שרייבן א נאוועל? געזונטערהייט!

אבער וואס איז דער דראנג צו שרייבן אז עס איז אמת?

איז שוין שקר אינגאנצן מותר געווארן (עבר ושנה נעשית לו כהיתר)
אוועיטער
אני-הק'
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 326
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 4:13 am
x 190

Re: פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס

פאוסט דורך אני-הק' »

א בדחן טוט די זעלבע זאך...
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש

איך פרוביר נישט זיך אראפזעצן "ביי א גוישן טישל" קיינמאל,
אוועיטער
איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 467
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 476

Re: פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס

פאוסט דורך איד »

ווען קומט די נעקסטע חלק

(גוטע זאך יעדע מאל ווען די לייגסט ארויף א חלק צי שרייבען צום סוף ווען ס'קומט די נעקסטע)
אוועיטער
פייל און בויגן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 535
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 5:00 pm
x 910

Re: פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס

פאוסט דורך פייל און בויגן »

תינוק הבורח האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 9:46 am @אלטערנעסייד פארקינג דו ווילסט שרייבן א נאוועל? געזונטערהייט!

אבער וואס איז דער דראנג צו שרייבן אז עס איז אמת?

איז שוין שקר אינגאנצן מותר געווארן (עבר ושנה נעשית לו כהיתר)
ביטע לאזן אינדרויסן, די אייוועלט נעגעטיוועטי אויף יעדע זאך.

שכוח.
א געזונטע ווינטער.
תינוק הבורח
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 402
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 298

Re: פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס

פאוסט דורך תינוק הבורח »

פייל און בויגן האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 10:19 pm
תינוק הבורח האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 9:46 am @אלטערנעסייד פארקינג דו ווילסט שרייבן א נאוועל? געזונטערהייט!

אבער וואס איז דער דראנג צו שרייבן אז עס איז אמת?

איז שוין שקר אינגאנצן מותר געווארן (עבר ושנה נעשית לו כהיתר)
ביטע לאזן אינדרויסן, די אייוועלט נעגעטיוועטי אויף יעדע זאך.

שכוח.
א דאורייתא איז אייוועלט נעגעטיוויטי?
אוועיטער
פייל און בויגן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 535
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 5:00 pm
x 910

Re: פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס

פאוסט דורך פייל און בויגן »

תינוק הבורח האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 10:52 pm
פייל און בויגן האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 10:19 pm
תינוק הבורח האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 9:46 am @אלטערנעסייד פארקינג דו ווילסט שרייבן א נאוועל? געזונטערהייט!

אבער וואס איז דער דראנג צו שרייבן אז עס איז אמת?

איז שוין שקר אינגאנצן מותר געווארן (עבר ושנה נעשית לו כהיתר)
ביטע לאזן אינדרויסן, די אייוועלט נעגעטיוועטי אויף יעדע זאך.

שכוח.
א דאורייתא איז אייוועלט נעגעטיוויטי?
האסט נישט פארשטאנען קלאר??

דא איז א פלאץ ווי מ' פארברענגט געשמאק און אנגענעם,
נעגעטיוועטי לאז פאר אייוועלט.
א געזונטע ווינטער.
אוועיטער
פייל און בויגן
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 535
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 5:00 pm
x 910

Re: פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס

פאוסט דורך פייל און בויגן »

@אלטערנעסייד פארקינג וואס א חילוק??..

למעשה ביסטו געווען אין קאנטרי...... איא???.......
א געזונטע ווינטער.
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 879
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1482

Re: פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס חלק ד' ארויף

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

Alternate side parking.jpg
Alternate side parking.jpg (143.73 KiB) געזען געווארן 1355 מאל
חלק ד'

איך בין געזעצן אין די קאר, ארומגעבינדן די אויגן און א חלק פון די קאפ מיט א שמאטע, וואס איז שוין יעצט פייכט פון טרערן. איך האב כאטש פרובירט אויף צו כאפן ווי ער פארט גראד, און ווי לאנג און ווי ער דרייט זיך אלס איין. ווער ווייסט, אפשר וועט עס מיך נאך צו ניץ קומען שפעטער...

נאך א גוטע צוואנציג מינוט פארן, האב איך געפילט ווי ער פארשטייטערט זיין ספיד אביסל, איך האב פארשטאנען אז ער קומט שוין כמעט אן צו זיין דעסטינאציע, און טאקע נאך א האלבע מינוט האט ער זיך ארויפגעדרייט אויף א אומאויסגעפלאסטערטע וועג, ווי ער איז געפארן אפאר פוס, און זיך דערנאך אפגעשטעלט...

דער ספאנישע גוי וואס איז געזעצן נעבן מיר, האט מיר - מיט זיין צעהאקטע ענגליש - באפוילן ארויסצוגיין פון די קאר אויף זיין זייט. נישט ווילנדיג - אבער וויסנדיג אז יעצט איז עס נישט קיין משגיח וואס הייסט מיר עפעס טון, נאר איך האנדל דא מיט חברה וואס זענען עלול אויפן ערגסטן, און קיין צוויי ברירות האב איך נישט - בין איך ארויס פונעם קאר. גלייך ביים ארויסקומען האט מיך דער ספאנישער אנגעכאפט פון איין זייט אז איך זאל נישט פרובירן צו אנטלויפן, און פון די צווייטע זייט האט מיר אנגעכאפט מיין "פערזענליכע שאָפער", איך האב מיך געפילט ממש ווי א חתן אויפן וועג צום חופה...

איינער פון זיי האט פארמאכט ביידע טירן, און איך האב געהערט דעם ערווארטעטן פייף וואס האט מיר פריער אויפגעוועקט פון מיינע מחשבות אין וואלד, דאס מאל בין איך טאקע געווען אינדרויסן פונעם קאר, אבער אויך אן מיין ווילן...

זיי האבן אנגעהויבן שפאנען שנעל, און נאך בערך א מינוט גיין, האב איך געפילט ווי מ'גייט אראפ סטעפס. אונז זענען אראפגעגאנגען ארום 10 - 15 סטעפס, אנקומענדיג אונטן האבן זיי געעפענט א טיר, ווי מ'איז אראפ נאך עטליכע טרעפ, אנקומענדיג אונטן האט מיך מיין "שאפער" אפגעלאזט און זיך גענומען פארענען מיט די שלעסער פון נאך א טיר, נאך א מינוט זיך ארום שפילן האט ער געגעבן א געזונטן שטופ די טיר, און עס האט זיך געעפענט. פון די קוויטש וואס די טיר האט געמאכט האב איך פארשטאנען אז ס'איז א שווערע אייזערנע טיר. א שווערע נאסע שימל גרוך האט מיר מקבל פנים געווען, זיי האבן מיר אריינגעברענגט און אנידערגעזעצט אויף א האלב צובראכענע בענקל און אראפ גענומען פון מיך די שמאטע וואס האט פארדעקט מיינע אויגן, און דאן זענען זיי ארויסגעגאנגען, אבער פארשטייט זיך, נישט פאר זיי האבן צוריק פארמאכט די טיר און עס הערמאטיש פארשלאסן...

איך קוק מיך ארום אין די בעיסמענט, ס'איז געווען קיל, ס'האט געשמעקט פון אן אלטע נאסע צימער וואס ווייקט זיך אין שימל מער פון די שיעור וואס מ'מעג, קיין פענסטערס אויסצוליפטערן דעם צומער איז פארשטייט זיך נישט געווען, שפין וועבאכטס זענען געהאנגען לרחצה פון אלע זייטן, יעדע פאר מינוט האב איך געזען "עפעס" א זאך אריבער לויפן פון איין זייט צימער צו די צווייטע, קעגן איבער מיר איז געווען א טיש מיט א בענקל, צוגעגרייט פאר איינעם די צווייטע זייט פונעם טיש...

אזוי זיצנדיג איבערטראכטנדיג וואס איך בין אלס אדורך דעם טאג, האב איך מיך געכאפט, רבוש"ע! איך האב נאכנישט געדאווענט, איך געב א קוק אויף מיין זייגער און איך בין שאקירט געווארן אז די זייגער האלט נאך קוים צען נאל עלעף, איך בין געווען זיכער אז ס'איז שוין שפעט נאכמיטאג, זעט אויס אז די דראמא וואס איך בין אדורך האט עס געמאכט אויסזען ווי ס'איז אדורך אסאך צייט...

געלויבט דעם אויבערשטן אז מיינע תפילין האב איך נאך געהאט מיט מיך, איך האב מיך אויפגעשטעלט און געזאגט דעם לשם יחוד, ארויפגעצויגן מיין ארבעל, געמאכט דעם ברכה, און ארומגעדרייט די רצועות ארום מיין האנט, געלייגט דעם של ראש און זיך מחבר געוועהן צום גרויסן טאטן אין הימל, נאכן ענדיגן לייגן תפילין האב איך מיך געשטעלט דאווענען מיט גרויס כוונה, וויסנדיג אז אין לנו על מי להישען, אלא על אבינו שבשמים. נאך א לענגערע וויילע האב איך גענדיגט דאווענען, איך האב אויסגעטון די תפילין און איר געגעבן א ווארעמע קוש, איר צוזאמגעלייגט און איר צוריקגעלייגט אין מיין בייטל...

דערווייל האב איך אראפגעלייגט מיין קאפ אויף דעם אלטן טיש צו כאפן א דרימל האפנדיג אז די טיש וועט נישט מחליט זיין זיך צאמצולייגן אינמיטן מיין דרימל, ס'גייט נישט דורך קיין פאר מינוט און איך הער ווי איינער פארעט זיך מיטן שלאס. די קול פון די שלאס, איך באטראכט אזוי דעם שווערן טיר, ווי עס עפענט זיך און א הויעכע ברייטביינערדיגע פארשוין שפאצירט אריין און פארקלאפט דעם טיר אונטער זיך, שפאצירט צו צו מיר און זעצט זיך אוועק אויפן בענקל אויף די אנדערע זייט פונעם טיש, און שווייגט...
אוועיטער
איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 467
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 476

Re: פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס

פאוסט דורך איד »

די האסט אונז גענימען אויף א לאנגע רייד, אבער נישט סתם נאר א גאר שרעקעדיגע,

דיין שפראך איז א מחי' צי ליינען

מיר ווארטן פאר די המשך

א גרויסע דאנק !
שרגא ליפשיץ
פרישער באניצער
פאוסטס: 57
זיך איינגעשריבן: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 3:10 pm
Location: בארא פארק
x 30

Re: פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס

פאוסט דורך שרגא ליפשיץ »

און פון שלאף האב איך זיך אויפגעוועקט...
אוועיטער
טראפקעלע
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 742
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:53 am
x 662

Re: פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס

פאוסט דורך טראפקעלע »

זייער זייער שפאנענד!!
שרייב ווייטער!!
אפשר דארפסטו נאך טראכטן וויאזוי די מעשה זאל ווייטער גיין...

למעשה קען איך שלאפן רואיג...

אוי וויי! ס'איז שוין כמעט פיר'ע, מיין חברותא ווארט שוין...
אוועיטער
אחת למעלה
חבר המערכת
פאוסטס: 115
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 10:55 pm
x 243

Re: פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס

פאוסט דורך אחת למעלה »

@אלטערנעסייד פארקינג ווען גייט מען ווייטער?
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 879
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1482

Re: פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

אחת למעלה האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 5:11 pm @אלטערנעסייד פארקינג ווען גייט מען ווייטער?
אי"ה אדער היינט שפעט ביינאכט אדער מארגן אין די מיטאג שעות...
אוועיטער
חוט של חסד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 279
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 1:52 pm
x 490

Re: פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס

פאוסט דורך חוט של חסד »

@אלטערנעסייד פארקינג א ריזן דאנק פאר דיין דראמאטישע געשיכטע

רייך, שפאנענד און ציענד און אלעס וואס א געלונגע ארטיקל דארף צו האבן!
בנין נערים סתירה וסתירת זקנים בנין:
יונגע בויען זיך דורכ'ן פרובירן צו צעברעכן יענעם. אלטע צעברעכן יענעם דורכ'ן פרובירן זיך צו בויען!
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 879
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1482

Re: פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

חוט של חסד האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 5:36 pm @אלטערנעסייד פארקינג א ריזן דאנק פאר דיין דראמאטישע געשיכטע

רייך, שפאנענד און ציענד און אלעס וואס א געלונגע ארטיקל דארף צו האבן!
א דאנק פארן דאנק!
וואסאפשט
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 681
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 9:57 pm
x 362

Re: פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס

פאוסט דורך וואסאפשט »

אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 5:25 pm
אחת למעלה האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 5:11 pm @אלטערנעסייד פארקינג ווען גייט מען ווייטער?
אי"ה אדער היינט שפעט ביינאכט אדער מארגן אין די מיטאג שעות...
11:22 PM
ווען בערך הייסט שפעט ווען דארף איך זיין צוריק?
אז עפעס איז שווער פרעגט מען וואסאפשט.............
אוועיטער
דאפלטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 334
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 3:37 pm
x 386

Re: פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס

פאוסט דורך דאפלטער »

שוין מארגן נאכמיטאג...
אויב קאטשקע איך איין טאג צענדליגע פאוסטס מוז עס נישט מיינען אז מארגן בין איך אויך דא!
אוועיטער
אחת למעלה
חבר המערכת
פאוסטס: 115
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 10:55 pm
x 243

Re: פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס

פאוסט דורך אחת למעלה »

אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 5:25 pm
אחת למעלה האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 5:11 pm @אלטערנעסייד פארקינג ווען גייט מען ווייטער?
אי"ה אדער היינט שפעט ביינאכט אדער מארגן אין די מיטאג שעות...
שפאן מיר מיט ווארטונג!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5226
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9573

Re: פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אחת למעלה האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 12:54 pm

און אינצווישן האט זיך שוין אויסגעקאָפיט מיין גאָסן.
אוועיטער
אחת למעלה
חבר המערכת
פאוסטס: 115
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 10:55 pm
x 243

Re: פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס

פאוסט דורך אחת למעלה »

דער תהלים איד האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 1:58 pm
אחת למעלה האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 12:54 pm
אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 5:25 pm

אי"ה אדער היינט שפעט ביינאכט אדער מארגן אין די מיטאג שעות...
שפאן מיר מיט ווארטונג!
און אינצווישן האט זיך שוין אויסגעקאָפיט מיין גאָסן.
שאקס. מאך א פארזעצונג ביטע.
אוועיטער
אלטערנעסייד פארקינג
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 879
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 10:46 pm
Location: אינמיטן פארשטעלן טרעפיק
x 1482

Re: פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס חלק ה' ארויף

פאוסט דורך אלטערנעסייד פארקינג »

Alternate side parking.jpg
Alternate side parking.jpg (143.73 KiB) געזען געווארן 894 מאל
חלק ה'

נאכן שווייגן אפאר מינוט, נעמט ער ארויס א ריקארדער פון טאש און צינדט עס אן און בלייבט שטיל, נאך אפאר מינוט אזוי זיצן שטיל האב איך גענומען די קאראזש און געבראכן די שטילקייט, איך געב מיך א רוף אן צו אים, דו קענסט מיר אפשר זאגן וואס דו און דיינע חברים ווילן פון מיר? איך האב אייך אמאל עפעס שלעכטס געטון אז עטס פארכאפטס מיר אזוי אינמיטן העלן טאג? ער קוקט מיך אזוי אן כאילו ער האט ניטאמאל געהערט אז איך האב עפעס געזאגט, און נאך א מינוט קוקן אויף מיר גיבט ער א פלאץ אויס אין א הילכיגן געלעכטער, וואס האט זיך שנעל געטוישט צו א אויפגעברויזטע שטימע. דו מיינסט אז די ביסט דא אויף א סטעידש, דו מיינסט אונז האבן דיר געדינגען צו עקטן פאר אונז? איך ווייס אז מ'האט דיך אויסגעלערנט ווי אזוי צו עקטן ווען דו פאלסט אריין אין אונזערע הענט, אבער ס'וועט דיך גארנישט העלפן, אונז ווייסן פונקטליך ווער דו ביסט, דו זאלסט נישט טראכטן אפילו פון פרובירן עפעס צו באהאלטן פון אונז...

איך בין געווארן פארפרוירן, הייסט זיי זענען מיך חושד אז איך ארבעט פאר איינעם קעגן זיי, אבער איך האב מיך געשטארקט איבער די שאק און איך גיב מיך א רוף אן צו אים, אבער איך ווייס באמת נישט וואס עטס ווילטס פון מיר האבן, איך ארבעט נישט פאר קיינעם קעגן אייך, קיינער האט מיר נישט אויסגעלערנט צו עקטן, און איך האב נישט וואס צו באהאלטן, איך מיין דו האסט פארכאפט די נישט ריכטיגע מענטש...

ער גיבט זיך א רוף צוריק אן צו מיר, הייסט דו ביסט ממש א געלערנטע עקטער, דו מאכסט עס מורא'דיג גוט, זאג נאר דו רעדסט דיך איין אז איך גיי דא אפקויפן דיינע שטותים?! איך ווייס ווער דו ביסט, דו ביסט א פאליציי דיטעקטיוו, און איך ווייס וואס דו ווילסט, מ'האט דיך געשיקט נאכצוקוקן אונזערע אקטיוויטעטן אז ענק זאלן האבן הארטע באווייז, דו מיינסט טאקע אז אונז פארכאפן אומשולדיגע מענטשן? אונז זענען עפעס פאליציי אפיצירן?...

זיכער פארכאפן ענק אומשולדיגע מענטשן גיב איך אים א שריי צוריק! עטס האטס מיך פארכאפט, איך בין נישט קיין דיטעקטיוו, איך בין א סטודענט אין א אידישע סקול דא אין געגנט, און קיינער האט מיך נישט געשיקט ענק נאכקוקן, איך האב סך הכל געווארט דארט פאר א היטש, גיי צוריק אהין און זיך אויף דיין פאליציי אפיציר וואס מ'האט דיך געשיקט נאכקוקן, פארכאפ אים און לאז מיך צורו! לאז מיך ארויס פון דא!...

אזוי איז עס גאגאנגען אהין און צוריק ער האט געשריגן אז איך בין א דיטעקטיוו וואס ארבעט פאר די פאליציי, און איך לייקן שטיין און ביין. ביז ער האט געפלאצט און ער רופט זיך אן צו מיר, איך בין גאנץ ווייניג אינטערסירט צו הערן דיינע תירוצים, איך גיי דיר פרעגן עטליכע שאלות און אויב ווייסטו וואס ס'איז גוט פאר דיר, זאלסטו מיטארבעטן מיט מיר און ענטפערן אויף יעדע פראגע, און פארשטייט זיך נאר דעם אמת, און מיט א גיפטיגע שטימע האט ער צוגענדיגט, חוץ אויב דו זוכסט אונז זאלן זיך קענען אונטערהאלטן מיטן שניידן דיינע פינגער'ס...

איז אזוי מיין ערשטע פראגע איז, ווען זענען ענק די ערשטע מאל ארויפגעקומען אויף אונזערע שפירן און ווער פון אונז האט קאלאברירט מיט ענק? איך האב נישט געוויסט אויב איך זאל לאכן אדער וויינען, טאטע אין הימל וואס ענטפער איך אים דא, מיין ראש ישיבה'ס נאמען אדער מיין משגיח'ס נאמען, איך בין דאך נישט קיין דיטעקטיוו און איך ארבעט נישט פאר די פאליציי און איך האב נישט קיין אנונג וואס אים צוריק צו ענטפערן...

זעענדיג אז איך ענטפער נישט האט ער זיך געגעבן א רוף אן, הייסט דו ווילסט איך זאל מיך באנוצן מיט אונזערע מיטלען פאר איינער וואס האלט נישט ביים ענטפערן, ניין ענטפער איך אים, איז פארוואס ענטפערסטו נישט וואס איך פרעג דיך? ווייל איך בין נישט קיין דיטעקטיוו...

און אנשטאט צוריק פרעגן אויף מיין פראגע פרעגט ער מיך נאכאמאל, ווען זענען ענק די ערשטע מאל ארויפגעקומען אויף אונזערע שפירן? ווער פון אונז האט קאלאברירט מיט ענק? איך האב מיך נישט געקענט איינהאלטן און איך האב געגעבן א פלאץ אויס אין געלעכטער, איך ווייס נישט וואס דו ווילסט פון מיר, איך בין נישט קיין פאליציי דיטעקטיוו, אדרבה קוק דורך אלע מיינע טאשן, איך האב נישט קיין בעטש דארט און גארנישט וואס האט מיט די פאליציי. ער קוקט מיך אזוי אן, הייסט דאס איז א נייע טאקטיק וואס מ'האט דיך אויסגעלערנט צו נוצן, דו שוטה איינער, איך האב טאקע געמיינט אז דו וועסט אונז קומען נאכקוקן מיט א בעטש פון די פאליציי, זיכער האסטו נישט קיין בעטש און גארנישט פון די פאליציי, טאקע אויב אונז וועלן דיך כאפן...

איך האב געזען אז אונז גייען דא ארום און ארום און ארום און ארום, ער גלייבט מיך נישט און ער וויל נישט הערן וואס איך זאג, האב איך מיך אנגערופן צו אים, לאמיר זאגן איך בין טאקע א דעטעקטיוו וואס ארבעט פאר די פאליציי, דא האט ער גלייך געגעבן א עפן אויף זיינע אויגן גרויס, ווי צו זאגן אה, ענדליך הייבט ער אן צו זינגען, אויב אזוי פאר וועלעכע סיבה אין די וועלט זאל איך אריינגיין אין א קאר פון א מענטש וואס איך קען נישט, ווען איך האב דא א אויפגאבע ענק נאכצוקוקן אויף עפעס א זאך וואס איך ווייס נאכאלץ נישט? גלייך זענען זיינע אויגן צוריק נארמאל געווארן, אבער מיט אזא בליק ווי צו זאגן איך הער וואס דו זאגסט, עפעס זאגסטו...

אבער ער האט עס גלייך אוועק געמאכט, אפשר האסטו געוויסט אז דער דרייווער איז פון אונזערע און דו האסט דיך מיטגעכאפט מיט אים ווייל אפשר וועסטו דערשנאפן עפעס אינפראמאציע איבער אונז, אדער עפעס אזוי, איך דארף עפעס וויסן וואס דיינע חשבונות זענען געווען? איך קוק אים אזוי אן מיט אזא האלבע שמייכל און איך רוף מיך אן צו אים, איך, וואס איך בין נישט קיין "אויספארשער" אזוי ווי דיך און איך בין נישט קיין דיטעקטיוו, אבער נאך אזוי קלוג בין איך, צו וויסן אז ווען איך בין ווען א דיטעקטיוו פאר די פאליציי ענק נאכצוקוקן, אז מ'גייט נישט אריין אין לייבן גרוב כדי צו דערשנאפן אינפארמאציע, איך ווייס נישט וואס ענק וועלן אלס טון מיט מיר נאכדעם וואס ענק האבן שוין אלע אינפארמאציע פון מיר, אבער ארויסלאזן וועלן ענק מיך נישט, איז פאר וועלעכע סיבה זאל איך אריין גיין אין א קאר וואס ענקערס א מענטש דרייווט, און ער ווייסט ווער איך בין?...

ער קוקט מיר אן, יעצט שוין מיט אזא שטיקל פארלוירענע בליק, איך דארף וויסן וואס דיין פלאן איז געווען, פארוואס דו ביסט אריין אין די קאר, איך ווייס אז דו ביסט א פאליציי דיטעקטיוו ארויפצוקומען אויף אונזערע שפירן. און מיר גייט גאנץ ווייניג אן ווי אזוי דו ביסט אהערגעקומען, רוף איך מיך צוריק אן צו אים, זעסטו דו האסט נישט קיין שום ראי' אז איך בין א פאליציי דיטעקטיוו, נאר דאס אז מ'האט מיר פארכאפט, און דו אליין ביסט דאך מודה אז אויב איך בין טאקע א דיטעקטיוו ווייסטו נישט פארוואס איך בין טאקע אריין אין די קאר, ווייל ס'האט נישט קיין לאגישע הסבר, איז אויב אזוי ביסטו מודה אז דא איז געשען א טעות, איז אויב אזוי גיי צוריק צו דיין באסס, און פרעג אים פון וואו ער נעמט דאס אז איך בין א פליציי דיטעקטיוו...

ער איז געווארן אינגאנצן פארלוירן, ער הייבט זיך אויף און נעמט ארויס זיין סעלפאון און רופט איינעם, וואס זיי האבן גערעדט האב איך נישט פארשטאנען ווייל זיי האבן אויך גערעדט ספאניש, אבער לויט די קולות וואס ס'איז דארט פארגעגאנגען האב איך פארשטאנען אז זיי טענה'ן זיך צי ס'איז געשען דא עפעס א טעות צי נישט...

נאך אפאר מינוט רעדן אויפן טעלעפאון גיבט ער א לייג אראפ, און ער רופט זיך אן צו מיר, איך גיי, אבער איך בין דא צוריק ביז אפאר מינוט מיט נאך צוויי חברה, און פרוביר אפילו נישט צו טראכטן פון חלום'ן צו מאכן א פלאן צו קענען פרובירן צו אנטלויפן פון דא. ער גייט צום טיר און שפאצירט ארויס און גיבט עס א קלאפ צו ווי צו זאגן, פארוואס זענען מיר אדורכגעפאלן. ער שפארט צו אלע שלעסער זיכער צו מאכן אז פון דא גיי איך נישט ארויס...
אוועיטער
איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 467
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 476

Re: פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס

פאוסט דורך איד »

מ'הייבט שוין אהן צו זעהן עטוואס ליכטיקייט...
אבער נאכאלץ גאר דראמאטיש

מיר ווארטן פאר די פולע המשך ... פליז ווי שנעלער...

א גרויסע דאנק !
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5226
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9573

Re: פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס

פאוסט דורך דער תהלים איד »

ממש א רחמנות.

נעבעך, און דו האסט נאך אויסגעפלאצט אין א געלעכטער אויך... וואס איין נשמה קען אלס אריבערגיין אין איין שעה. @אלטערנעסייד פארקינג בן? (שם אמו).

עניוועי... אויב מעגעך זאגן, היינט איזעס שוין געווארן עכט עכט נעוואליסטיש...

און קיעפ איט אפ.
אביסל טיפער
פרישער באניצער
פאוסטס: 37
זיך איינגעשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 8:40 pm
x 78

Re: פארזעצונג - שרעקעדיגע זכרונות פון מיינע איבערלעבענישן זייענדיג קידנעפט אין די קעטסקילס

פאוסט דורך אביסל טיפער »

איז דא א אשקול ווי מען קען פרעגן קשיות - סתירות אויף די מעשה?!!
גארנישט געמיינט, @אלטערנעסייד פארקינג די האסט א געבענטשטע פענע !!!
מיר ווארטן אלע אויף די נעקסטע
כי אנחנו לא נביט בכל זה אל "הטוענים" אלא על "הטענות" (רמח"ל בספר דרך תבונות סוף פרק א' )
שרייב פאוסט