בין איך א איד אדער גאר א ... ח"ו?
בין איך א איד אדער גאר א ... ח"ו?
פארוואס פרעג איך?
אשיחה את אשר בלבבי.
איך בין א חסידישער יונגערמאן, אבער איך פיל נישט קיין שום געפיל צו גארנישט. קוים דאווענען, אביסל לערנען, מצוות כמצות אנשים מלומדה, ווער רעדט פון יראת שמים והמסתעף.
איך קוק מיך אום ביים דאווענען און איך זעה וויאזוי יונגעלייט דאווענען אויף איין פלאץ פון אנהייב ביזן סוף - און מיין הארץ ציפט.
איך זעה א איד אן ארייבטער, גייט מיט א העמד און שערט די בארד, און וועט זיך יאגן די לעצטע מינוט לייגן תפילין - און מיין הארץ וויינט, אוי וואו בין איך.
איך זעה די התעוררות פון בחורים און יונגעלייט שובבי"ם אדער א יום טוב - און מיין הארץ קלעמט, וואו בין איך, אזוי קאלט.
איך זעה יונגעלייט, עלטערע און יונגערע, טראסקען אין לערנען מיט א ברען, מיט א רשב"א און ריטב"א, קצות און נתיבות - און וואו שטיי איך אויף די וועלט...
איך זעה יונגעלייט מיט א התעוררות צו א מצוה, מים שלנו, מצות באקן, סוכה, חנוכה - און ביי מיר איז גארנישט. גארנישט. גארנישט.
אזוי קאלט, אן התעוררות און אן געפיל. ואני אנה אני בא.
איך ווייס ניט אמאל וואס טוהן, וויאזוי אנהייב.
אבער קרעכטצן קרעכץ איך.

Re: בין איך א איד אדער גאר א ... ח"ו?
שטייט שוין פון פריערדיגע, אז מדארף פיעלן די צער השכינה אויפן חורבן אין דיע טעג וכו׳
און אויב מ׳שפירט נישט, זאל מען באוויינען די אייגענע חורבן..
מיר זעהן אז כאטש דאס טוסטו, איז דאך גוט, גייסט נענטער ווערן צום אייבירשטן מיט יעדע אמת׳ע קרעכץ

הושע נא חנה דוד הושענא
Re: בין איך א איד אדער גאר א ... ח"ו?
עס איז שווער עס מקבל זיין ווען מען שפירט אזוי אראפגעקלאפט
Re: בין איך א איד אדער גאר א ... ח"ו?
די הרגשה איז נישט בידינו, א מענטש קען נישט אפמאכן וויאזוי צו שפירן.
וואס יא, מען טוט וואס מען דארף, מען ארבעט צו טון די ריכטיגע זאך און מיט די צייט שיקט שוין דער רבש''ע אריין א טעם און געשמאק.
אבער נישט ווען די טוסט אלעס אבי צו יוצא זיין...

- שוואכע הערצער
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 33
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:42 pm
- x 24
Re: בין איך א איד אדער גאר א ... ח"ו?
איז אזוי, אויף דיין קשיא "צו בינעך א יוד? אוודאי אז יא!!!
פיין ביסטו א איד!! נאר וואזשע דען??
וועלכע נישט-איד האט אזעלכע פילינגס?? וועלכע נישט-איד שטערט אים אז ער איז נישט בסדר??
און בנוגע למעשה, ווערן צובראכן, טאר מען אוודאי נישט. אדרבה, יעצט איז הייליגע טעג, 'כל רודפיה השיגוה בין המצרים' אלע וואס זוכן די באשעפער, קען מען עס יעצט משיג זיין.
זע צו טון וואס די קענסט, הייב אן צוביסלעך, שטייט שטייט, און אזוי הייב דיך.
הייב אן מיט יעדן טאג אינזענן האבן ווען די לייגסט תפילין, לערן אפאר מינוט נאכן דאוונען וכו' אז די העסט גיין שנעל, וועסטו שנעל צוריק פאלן. ס'א שאד.

צום קעפל:
דו ביסט נישט קיין אדער, דו ביסט א איד, ווייל דו ביסט געבוירן א איד און דו ווייסט אז דו באלאנגסט צו די עם ישראל. פינטל.
בסך הכל ביסטו אין די זעלבע צייט אויך א מענטש, און א מענטש האט אזא מין מעכאניזם ווי א מוח און א הארץ, און די צוויי מעכאניזם'ס ברויכן ווערן גענוצט בכדי צו מקשר דעם מענטש'נס וועזן צו אט די מציאות אז ער איז א איד. דאס פאסירט נישט אליינס, מען דארף עקטשולי טאהן השתדלות אז דאס זאל פאסירן. דאס אז דו שפירסט נישט מקושר דאס איז ווייל דו האסט דאס נאכנישט געטאהן.
איי די אנדערע מענטשן האבן עס דען יא געטאהן?!
איז קודם כל, הו קעירס וועגן אנדערע מענטשן?! דו ביסט דו און זיי זענען זיי, און דו דארפסט טאהן וואס די אמת פארלאנגט פאר דיר, און נישט זיך מעסטן לויט יענעם, נישט לטוב און נישט לרעה. כלומר, אז אפילו דו וואלטסט דיך ארומגעקוקט און געזעהן אז דו האסט יא מער ווייניגער די זעלבע חיות און התקשרות צו עניני יהדות ווי רוב עולם ארום וואלט דאס נאך בכלל נישט געווען קיין ראיה איז איר זענט טאקע מסודר און איר דארפט שוין יעצט גארנישט טאהן, פונקט ווי עס איז נישט קיין ראיה ווען דו שפירטס ווייניגער פון דעם עולם ארום אז דו ביסט נישט מסודר און דו דארפסט טאהן מער צו זיין אוואו זיי. דיין יא אדער נישט מסודר מעסט זיך נישט לויט ווי אזוי דו ביסט לעומת אנדערע מענטשן, עס מעסט זיך לויט די אמת.
צווייטנס כל, די סיבה פארוואס אנדערע מענטשן זענען יא גרינגערהייט מסודר אן טוהן די ריכטיג זאך מיטן שכל און מיט לב קען זיין פארשידענארטיג, עס קען זיין ווייל זיי זענען אויפגעוואקסן מיט מער א געשמאק אין די זאכן וואס זיי טוען, עס קען זיין אז זיי זענען ווייניגער קאמפליצירט אין זייער הארץ און מוח און קענען זיך ערלויבן צו לעבן א געשמאקערע לעבן אן דעם וואס זיין מוח אדער רגשים זאלן אים צופיל באדערן און שטערן, אדער קען זיין אז די גאנצע מעשה הייבט זיך גארנישט אן און עס איז א בלבול מכל וכל, די אנדערע מענטשן וועם דו זעהסט זענען בכלל נישט מער מקושר ווי דיר, נאר בסך הכל קען עס אזוי אויסזעהן פון אינדרויסן, אבער אז מען קוקט אריין אינעווייניג זעהט מען אן אנדער בילד לגמרי. ווארשיינליך זענען צווישן די אלע מענטשן וועם דו זעהסט פארהאן פון די אלע סארטן.
עכ"פ, די פלאץ ווי איר שטייט איז די פערפעקט פלאץ אנצוהייבן מיט זיך מקשר זיין צום אמת מיט א אמת, במוח ובלב. זוכטס אויס א גוטן רבי'ן, זוכט'ס אויס א גוטן ספר, הייבט זיך אן מתבונן זיין אין אמת זאכן, אין זאכן וועלעכע וועלן אייך נענטער ברענגען צו במוח ולב צו תכלית העולם און תכלית האדם.

כך צריך לחפור ביגיעה עצומה, לגלות אוצר של יראת שמים, הצפון ומסתר בבינת הלב של כל אדם מישראל
Re: בין איך א איד אדער גאר א ... ח"ו?
גלייב מיר אז איך פרוביר, אבער עס טוהט מיר זייער וויי פארוואס בין איך אזוי טריקן.
איך וועל קיינמאל נישט פארן צו מים שלנו, נישט גיין באקן מצות, צאלן מער געלט פאר ד' מינים אבי נישט דארפן זיצן און זיכן.
די דאווענען איז בושה וכלימה. למקוטעין און אמאל דאס אויך נישט.
עס שטערט מיר אפילו, נאר אינעווייניג שטערט מיר פארוואס שטערט מיר נישט.
Re: בין איך א איד אדער גאר א ... ח"ו?
איך ווייס אסאך חיזוקים, אבער ווען עס קומט למעשה איז זייער שווערשוואכע הערצער האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 18, 2023 1:54 pm איז אזוי, אויף דיין קשיא "צו בינעך א יוד? אוודאי אז יא!!!
פיין ביסטו א איד!! נאר וואזשע דען??
וועלכע נישט-איד האט אזעלכע פילינגס?? וועלכע נישט-איד שטערט אים אז ער איז נישט בסדר??
און בנוגע למעשה, ווערן צובראכן, טאר מען אוודאי נישט. אדרבה, יעצט איז הייליגע טעג, 'כל רודפיה השיגוה בין המצרים' אלע וואס זוכן די באשעפער, קען מען עס יעצט משיג זיין.
זע צו טון וואס די קענסט, הייב אן צוביסלעך, שטייט שטייט, און אזוי הייב דיך.
הייב אן מיט יעדן טאג אינזענן האבן ווען די לייגסט תפילין, לערן אפאר מינוט נאכן דאוונען וכו' אז די העסט גיין שנעל, וועסטו שנעל צוריק פאלן. ס'א שאד.
איך קען פרובירן און עס וועט האלטן צוויי דריי טעג, אמאל א וואך, אבער גאנץ שנעל טראסקעט מען צוריק.
Re: בין איך א איד אדער גאר א ... ח"ו?
שכוח פאר דיין ווארעמע חיזוק.בינת הלב האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 18, 2023 2:11 pm צום קעפל:
דו ביסט נישט קיין אדער, דו ביסט א איד, ווייל דו ביסט געבוירן א איד און דו ווייסט אז דו באלאנגסט צו די עם ישראל. פינטל.
בסך הכל ביסטו אין די זעלבע צייט אויך א מענטש, און א מענטש האט אזא מין מעכאניזם ווי א מוח און א הארץ, און די צוויי מעכאניזם'ס ברויכן ווערן גענוצט בכדי צו מקשר דעם מענטש'נס וועזן צו אט די מציאות אז ער איז א איד. דאס פאסירט נישט אליינס, מען דארף מען עקטשולי טאהן השתדלות אז דאס זאל פאסירן. דאס אז דו שפירסט נישט מקושר דאס איז ווייל דו האסט דאס נאכנישט געטאהן.
איי די אנדערע מענטשן האבן עס דען יא געטאהן?!
איז קודם כל, הו קעירס וועגן אנדערע מענטשן?! דו ביסט דו און זיי זענען זיי, און דו דארפסט טאהן וואס די אמת פארלאנגט פאר דיר, און נישט זיך מעסטן לויט יענעם, נישט לטוב און נישט לרעה. כלומר, אז אפילו דו וואלטסט דיך ארומגעקוקט און געזעהן אז דו האסט יא מער ווייניגער די זעלבע חיות און התקשרות צו עניני יהדות ווי רוב עולם ארום וואלט דאס נאך בכלל נישט געווען קיין ראיה איז איר זענט טאקע מסודר און איר דארפט שוין יעצט גארנישט טאהן, פונקט ווי עס איז נישט קיין ראיה ווען דו שפירטס ווייניגער פון דעם עולם ארום אז דו ביסט נישט מסודר און דו דארפסט טאהן מער צו זיין אוואו זיי. דיין יא אדער נישט מסודר מעסט זיך נישט לויט ווי אזוי דו ביסט לעומת אנדערע מענטשן, עס מעסט זיך לויט די אמת.
צווייטנס כל, די סיבה פארוואס אנדערע מענטשן זענען יא גרינגערהייט מסודר אן טוהן די ריכטיג זאך מיטן שכל און מיט לב קען זיין פארשידענארטיג, עס קען זיין ווייל זיי זענען אויפגעוואקסן מיט מער א געשמאק אין די זאכן וואס זיי טוען, עס קען זיין אז זיי זענען ווייניגער קאמפליצירט אין זייער הארץ און מוח און קענען זיך ערלויבן צו לעבן א געשמאקערע לעבן אן דעם וואס זיין מוח אדער רגשים זאלן אים צופיל באדערן און שטערן, אדער קען זיין אז די גאנצע מעשה הייבט זיך גארנישט אן און עס איז א בלבול מכל וכל, די אנדערע מענטשן וועם דו זעהסט זענען בכלל נישט מער מקושר ווי דיר, נאר בסך הכל קען עס אזוי אויסזעהן פון אינדרויסן, אבער אז מען קוקט אריין אינעווייניג זעהט מען אן אנדער בילד לגמרי. ווארשיינליך זענען צווישן די אלע מענטשן וועם דו זעהסט פארהאן פון די אלע סארטן.
עכ"פ, די פלאץ ווי איר שטייט איז די פערפעקט פלאץ אנצוהייבן מיט זיך מקשר זיין צום אמת מיט א אמת, במוח ובלב. זוכטס אויס א גוטן רבי'ן, זוכט'ס אויס א גוטן ספר, הייבט זיך אן מתבונן זיין אין אמת זאכן, אין זאכן וועלעכע וועלן אייך נענטער ברענגען צו במוח ולב צו תכלית העולם און תכלית האדם.
ביסט 100% גערעכט, הגם אז בפועל טוהט עס זייער וויי.
אבער טאקע איך מוז זיך מעטסן מיט מיר אליין און נישט מיט אנדערע.
ווייסט פון א געוויסטע ספר וואס קען מאכן אביסל לייכטער אויפן הארץ און מיט דעם געבן די שטופ טוהן עפעס צו די זאך?
Re: בין איך א איד אדער גאר א ... ח"ו?
אנדערע זאכן שפירסטו יא?מילעכיג האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 18, 2023 2:27 pmגלייב מיר אז איך פרוביר, אבער עס טוהט מיר זייער וויי פארוואס בין איך אזוי טריקן.
איך וועל קיינמאל נישט פארן צו מים שלנו, נישט גיין באקן מצות, צאלן מער געלט פאר ד' מינים אבי נישט דארפן זיצן און זיכן.
די דאווענען איז בושה וכלימה. למקוטעין און אמאל דאס אויך נישט.
עס שטערט מיר אפילו, נאר אינעווייניג שטערט מיר פארוואס שטערט מיר נישט.
למשל ליבשאפט צו דיינע קינדער?
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 114
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:10 am
- x 9
Re: בין איך א איד אדער גאר א ... ח"ו?
אולי פאר די צוויי דריי טעג ביזטו געבוירן...מילעכיג האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 18, 2023 2:29 pmאיך ווייס אסאך חיזוקים, אבער ווען עס קומט למעשה איז זייער שווערשוואכע הערצער האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 18, 2023 1:54 pm איז אזוי, אויף דיין קשיא "צו בינעך א יוד? אוודאי אז יא!!!
פיין ביסטו א איד!! נאר וואזשע דען??
וועלכע נישט-איד האט אזעלכע פילינגס?? וועלכע נישט-איד שטערט אים אז ער איז נישט בסדר??
און בנוגע למעשה, ווערן צובראכן, טאר מען אוודאי נישט. אדרבה, יעצט איז הייליגע טעג, 'כל רודפיה השיגוה בין המצרים' אלע וואס זוכן די באשעפער, קען מען עס יעצט משיג זיין.
זע צו טון וואס די קענסט, הייב אן צוביסלעך, שטייט שטייט, און אזוי הייב דיך.
הייב אן מיט יעדן טאג אינזענן האבן ווען די לייגסט תפילין, לערן אפאר מינוט נאכן דאוונען וכו' אז די העסט גיין שנעל, וועסטו שנעל צוריק פאלן. ס'א שאד.
איך קען פרובירן און עס וועט האלטן צוויי דריי טעג, אמאל א וואך, אבער גאנץ שנעל טראסקעט מען צוריק.
אליבא דאמת פרוביר דאס בעסטע וואס דו קענסט, ווייס און גלייב אז יעדע פיצי זאך איז גאר חשוב
אונז קענען גאר נישט משיג זיין וואס טוט זיך אפ ווען א יוד געט א שאקל זיינע פיאות
Re: בין איך א איד אדער גאר א ... ח"ו?
אין עבודת ה'
שפירסטו גארנישט? אדער שפירסטו שלעכט. דהיינו, דיינע געפילן זענען בלענק? אדער איז עס באגלייט מיט שווערע געפילן פון אלץ קינד אדער פון סיי ווען. און דאס מאכט אז די זאלסט אטעמאטיש בלאקן אלע געפילן?
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 114
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:10 am
- x 9
Re: בין איך א איד אדער גאר א ... ח"ו?
די עיקר אידישקייט איז נישט שפירן, נאר גלייבן
Re: בין איך א איד אדער גאר א ... ח"ו?
נאר דאס איז וואס האלט מיר אביסל, אז איך ווייס אז ביים באשעפער איז יעדע זאך חשוב, בפרט ווען עס קומט אן שווער.משתוקק לארץ ישראל האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 18, 2023 2:42 pm
אולי פאר די צוויי דריי טעג ביזטו געבוירן...
אליבא דאמת פרוביר דאס בעסטע וואס דו קענסט, ווייס און גלייב אז יעדע פיצי זאך איז גאר חשוב
אונז קענען גאר נישט משיג זיין וואס טוט זיך אפ ווען א יוד געט א שאקל זיינע פיאות
אבער איך פרעג מיך אלס, איז דען דאס די תכלית? פאלן אזוי נידעריג און זיין א מסתפק במועט?
Re: בין איך א איד אדער גאר א ... ח"ו?
קאן זיין, אבער ווען מען שפירט גארנישט איז זייער זייער שווער. ממש א נסיון.משתוקק לארץ ישראל האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 18, 2023 2:44 pm די עיקר אידישקייט איז נישט שפירן, נאר גלייבן
Re: בין איך א איד אדער גאר א ... ח"ו?
איך קען זאגן אז איך שפיר גארנישט אין עבודת ה'. נישט ווארעמקייט ביים דאווענען און נישט א ברען ביים לערנען. איך רעד שוין נישט פון יראת שמים און קדושה.
לכאורה האט זיך עס אנגעהויבן ערגעטץ אין די בחורישע יארן ווען די פלאם האט זיך ליידער פארלאשן.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 114
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:10 am
- x 9
Re: בין איך א איד אדער גאר א ... ח"ו?
אויב האט דיר דער אייבישטער דארט אריין געלייגט איז דאס דיין תכלית, אוודאי דארפסטו כסדר ארבעטן ארויס קריכען פון דארט, אבער דאס קען נאר ארבעטן אויב דו אנערקענסט אז אין דו פלאץ ווי דו ביזט איז אויך גוטמילעכיג האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 18, 2023 2:45 pmנאר דאס איז וואס האלט מיר אביסל, אז איך ווייס אז ביים באשעפער איז יעדע זאך חשוב, בפרט ווען עס קומט אן שווער.משתוקק לארץ ישראל האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 18, 2023 2:42 pm
אולי פאר די צוויי דריי טעג ביזטו געבוירן...
אליבא דאמת פרוביר דאס בעסטע וואס דו קענסט, ווייס און גלייב אז יעדע פיצי זאך איז גאר חשוב
אונז קענען גאר נישט משיג זיין וואס טוט זיך אפ ווען א יוד געט א שאקל זיינע פיאות
אבער איך פרעג מיך אלס, איז דען דאס די תכלית? פאלן אזוי נידעריג און זיין א מסתפק במועט?
Re: בין איך א איד אדער גאר א ... ח"ו?
איך ווייס נישט פארוואס אבער עס קוקט נישט אויס ווי דיין פראבלעם איז אין עבודת ה', נאר ליבערשט און די חלק פון געפילען.
Re: בין איך א איד אדער גאר א ... ח"ו?
קען זיין, אבער פאקטיש קומט עס ארויס זייער שטארק ביי עבודת ה'. מ'שפירט נישט קיין שייכות.העלדיש האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 18, 2023 2:52 pmאיך ווייס נישט פארוואס אבער עס קוקט נישט אויס ווי דיין פראבלעם איז אין עבודת ה', נאר ליבערשט און די חלק פון געפילען.
Re: בין איך א איד אדער גאר א ... ח"ו?
קוקט אויס ריכטיג.העלדיש האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 18, 2023 2:52 pmאיך ווייס נישט פארוואס אבער עס קוקט נישט אויס ווי דיין פראבלעם איז אין עבודת ה', נאר ליבערשט און די חלק פון געפילען.
מעג איך פרעגן, וואס איז די מצב מיט שלום בית?
- Azoi Tzi Zugen
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1572
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
- x 3331
Re: בין איך א איד אדער גאר א ... ח"ו?
@מילעכיג קודאס פאר דיין שטארקייט צו פרעגן און זוכן א ריכטיגע וועג.
@בינת הלב דיין פארשטאנד איז געוואלדיג! הערליך.
@בינת הלב דיין פארשטאנד איז געוואלדיג! הערליך.
Re: בין איך א איד אדער גאר א ... ח"ו?
ווען איך וועל בפועל אנהייבן עפעס טוהןAzoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 18, 2023 3:42 pm @מילעכיג קודאס פאר דיין שטארקייט צו פרעגן און זוכן א ריכטיגע וועג.
Re: בין איך א איד אדער גאר א ... ח"ו?
יישר כח פאר יעדעם'ס חיזוק דא אין פריוואט
Re: בין איך א איד אדער גאר א ... ח"ו?
צעטל קטן.
בְּכָל הַדְבָרִים שֶׁבָּעוֹלָם, הֵן בַּתּוֹרָה, הֵן בִּתְּפִלָה, הֵן בְּמִצְוֹת מַעֲשִׂיוֹת, יַרְגִיל אֶת עַצְמוֹ לוֹמַר בָּזֶה הַלָשׁוֹן: הֲרֵינִי עוֹשֶׂה זֹאת לְשֵׁם יִחוּד קוּדְשָא בְּרִיךְ הוּא וּשְׁכִינְתֵּיהּ לַעֲשׂוֹת נַחַת רוּחַ לְהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ, וְיַרְגִיל אֶת עַצְמוֹ לוֹמַר זֹאת בְּתּוֹכִיוּת הַלֵב, וּבְהֶמְשֵׁךְ הַזְמַן יַרְגִישׁ הֶאָרָה גְדוֹלָה בְּאֲמִירָה זוּ.