וואוילער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 4:44 pm
כ'מיין אז מ'דארף פארשטיין א חילוק צווישן א קליפ/בילד וואס האט געהעריג נשים, אדער עס פאלט אריין ערגעץ אין די בעקגראונד אן אשה וואס מ'באמערט נישט עכט (נאר אויב מ'וויל).
לב יודע נפש בהמתו... די 'בחצרות סאטמאר' אויסגאבע לייגט אויך פרויען אויפן דעקל... (אין די דראון בילדער פון ל"ג בעומר אין שטעטל... ) כ'מיין ס'איז גאנץ פשוט וואס מיינט א בילד פון א פרוי און וואס נישט
מיר זענען אלע מקבל די דעת תורה פון די חשובע רבנים כפי אשר קראנו.
אבער איך וויל בעטן די מנהלי הפארום בשם אלע ניקס וואס געהערן נישט צו די קהלה קדושה סאטמאר, אז מיר זענען זיך טאקע מכניע אונטער אייערע רבנים. בעטן מיר אייך זייט זיך מכניע אונטער אונזערע רבנים אויך.
איך וויל בעטן אז לכה''פ ביי די נייעס אשכולות זאל נישט זיין ערלויבט קיינע קנאות וואס איז אנקעגן אונזערע רבני האגודה! זאל די נייעס געמאלדען ווערן טרוקען אן קיין איבריגע געפילן.
איר דארפט פארשטיין אז מיר האבן אנדערע הוראות מקבל געווען פון אונזערע גדולים!
יישר כח!
איך ווייס נישט גענוי וואס דו מיינסט, ווייל דאס איז אמאל זיכער אז קנאות באלאנגט נישט ביי די נייעס טעמעס.
אבער בכלליות, אפילו אין קנאות טעמעס, וואו בכלל ווערט גערעדט עפעס וואס איז לויט דיין קרייז אסור צו רעדן? וויפיל איך ווייס זענען סאטמאר די מחמירים און אגודה די מקילים - אזוי צו זאגן. ממילא איז לכאורה נישט שייך אז א סאטמארער זאל שרייבן דא עפעס וואס איז לויט די אגודה אסור.
אויב איז די רעדע אז איינער רעדט 'קעגן' א גדול, ביטע באריכט אזא תגובה.
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 2:44 pm
איך ווייס נישט גענוי וואס דו מיינסט, ווייל דאס איז אמאל זיכער אז קנאות באלאנגט נישט ביי די נייעס טעמעס.
אבער בכלליות, אפילו אין קנאות טעמעס, וואו בכלל ווערט גערעדט עפעס וואס איז לויט דיין קרייז אסור צו רעדן? וויפיל איך ווייס זענען סאטמאר די מחמירים און אגודה די מקילים - אזוי צו זאגן. ממילא איז לכאורה נישט שייך אז א סאטמארער זאל שרייבן דא עפעס וואס איז לויט די אגודה אסור.
אויב איז די רעדע אז איינער רעדט 'קעגן' א גדול, ביטע באריכט אזא תגובה.
@נקודות טובות האט זיך באצויגן צו די וועלכע זענען אזוי שארף אין זייער קנאות אז זיי קענען רעדן קעגן אנדערע אידן אדער אקעגן אנדערע ווירדן וועלכע האבן אויך א גענוג שטארקע דעת תורה...
אויב מעג איך פרעגן; איז דעם מקום אינטערגעווארפן אונטער סאטמער?
נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 2:36 pm
ברשות כל הקהל הקודש.
מיר זענען אלע מקבל די דעת תורה פון די חשובע רבנים כפי אשר קראנו.
אבער איך וויל בעטן די מנהלי הפארום בשם אלע ניקס וואס געהערן נישט צו די קהלה קדושה סאטמאר, אז מיר זענען זיך טאקע מכניע אונטער אייערע רבנים. בעטן מיר אייך זייט זיך מכניע אונטער אונזערע רבנים אויך.
איך וויל בעטן אז לכה''פ ביי די נייעס אשכולות זאל נישט זיין ערלויבט קיינע קנאות וואס איז אנקעגן אונזערע רבני האגודה! זאל די נייעס געמאלדען ווערן טרוקען אן קיין איבריגע געפילן.
איר דארפט פארשטיין אז מיר האבן אנדערע הוראות מקבל געווען פון אונזערע גדולים!
יישר כח!
ווער ביסטו צו רעדן אין זייער נאמען? דו טוה וואס דיינע רבנים הייסן, און איך גלייב אז זיי קענען זיך אליינס פארטיידיגן און דארפן נישט צוקוקמען צו א סאטמארער וואס זאל זיך אננעמען פאר זיי.
נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 10, 2023 11:10 pmאיך טוה קלאר שטעלן אז איך בין א סאטמארע חסיד, און איך פיר מיך כשיטת הרבי מסאטמאר בכל הענינים און איך בין שטאלץ דערמיט
אופס.. יעצט באמערק איך אז דו שרייבן אויף די רבני אגודה 'אונזערע רבני האגודה'. א
אהא, הייסט דו ביסט סתם א קאשע דרייער און דו זאגסט וואס סקומט דיך אויס גוט אויף די מינוט.
וויכטיג צו געדענקען קומענדיגע מאל דו שרייבסט עפעס אין עניני השקפה.